No Place Like Home

ווידעאָ־שפּילן שאַפֿן בײַ קינדער נישט קיין אַפּעטיט פֿאַר פֿרוכטן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
דער ווידעאָ־שפּיל, Fruit Ninja

לויט אַ נײַער שטודיע פֿון האָלאַנד, באַקומען קינדער נישט מער אַפּעטיט פֿאַר געזונטע שפּײַזן, אַפֿילו אויב זיי שפּילן אַ ווידעאָ־שפּיל, וווּ די שפּײַזן פֿיגורירן אויבן־אָן.

די פֿריִערדיקע שטודיעס האָבן באַוויזן, אַז קאָמערציעלע רעקלאַמעס פֿאַר געוויסע שפּײַזן דערוועקן בײַ קינדער אַן אַפּעטיט פֿאַר יענע שפּײַזן. האָבן די פֿאָרשער דעריבער געהאַלטן, אַז אַ ווידעאָ־שפּיל וועגן פֿרוכטן וועט באַווירקן די קינדער צו עסן מער אויפּס. נאָר וואָס דען? די קינדער אינעם עקספּערימענט האָבן טאַקע געגעסן מער שפּײַז נאָכן שפּילן די ווידעאָ־שפּיל, אָבער נישט מער אויפּס ווי אַנדערע קינדער.

„דאַכט זיך, אַז די שפּיל מאַכט הונגעריק, אָבער קינדער האָבן גיכער ליב אַ נאַש מיט אַ סך קאַלאָריעס, איידער פֿרוכטן,‟ האָט דערקלערט דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, פֿראַנס פֿאָלקוואָרט. „האָבן זיי אויסגעקליבן די נאַשערײַ מיט אַ סך קאַלאָריעס.‟

דערפֿאַר, האָט פֿאָלקוואָרט צוגעגעבן, דאַרפֿן עלטערן זיך היטן וועגן דער השפּעה פֿון אַזוינע אינטערנעץ־שפּילן, אַפֿילו אויב דער ציל פֿון די שפּילן איז איבערצײַגן מענטשן צו עסן געזונטע שפּײַזן. „קינדער ווייסן נישט, אַז די שפּײַזפֿירמעס פּרוּוון זיי מאַניפּולירן,‟ האָט פֿאָלקוואָרט באַמערקט. „טאַטע־מאַמע דאַרפֿן לערנען די קינדער צו זײַן סקעפּטיש וועגן די שפּילן.‟

פּאָפּולערע רעסטאָראַנען פֿון גיכע שפּײַזן (ווי מאַק׳דאָנאַלדס), ווי אויך פֿירמעס וואָס פּראָדוצירן זיסע גרײַפּלעך (Cap›n Crunch) און זאַפֿט־געטראַנקען (Juicy Juice), שטעלן ווידעאָ־שפּילן אויף זייערע וועבזײַטן, כּדי איבערצוצײַגן די קינדער צו בעטן בײַ די עלטערן, מע זאָל עס זיי קויפֿן.

פֿאָלקוואָרט האָט געהאָפֿט אויסצוניצן דעם זעלבן מיטל, כּדי צו פּועלן בײַ די קינדער צו וועלן עסן געזינטערע שפּײַזן. די פֿאָרשער האָבן פֿאַרזאַמלט איבער 200 תּלמידים פֿון אַן עלעמענטאַר־שול, און זיי צעטיילט אויף פֿיר גרופּעס: איין גרופּע האָט געשפּילט אַ ווידעאָ־שפּיל, וואָס פּריידיקט צוקערלעך און שאָקאָלאַד; אַ צווייטע גרופּע האָט געשפּילט אַ ווידעאָ־שפּיל, וואָס פּראָמאָטירט אויפּס; בײַ דער דריטער גרופּע האָט דאָס ווידעאָ־שפּיל רעקלאַמירט אַ שפּילעכל (נישט קיין שפּײַז), און די פֿערטע גרופּע האָט גאָרנישט געשפּילט.

נאָך פֿינף מינוט פֿון פֿאַרברענגען מיטן ווידעאָ־שפּיל, האָט מען די קינדער דערלויבט אויסקלײַבן אַ נאַש. אויפֿן טיש זענען געשטאַנען צוויי שיסלען צוקערלעך און צוויי שיסלען אויפּס.

די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז די קינדער וואָס האָבן געשפּילט די ווידעאָ־שפּילן מיט שפּײַז (פֿרוכט אָדער צוקערלעך) האָבן געגעסן מער ווי די קינדער וואָס האָבן געשפּילט אַ ווידעאָ־שפּיל וועגן שפּילעכלעך אָדער די קינדער, וועלכע האָבן גאָרנישט געשפּילט. יענע קינדער האָבן אָבער נישט דווקא געגעסן די שפּײַז, וואָס מע האָט רעקלאַמירט אויפֿן ווידעאָ. די קינדער וואָס האָבן געשפּילט די פֿרוכטשפּילן האָבן סײַ־ווי אויסגעקליבן די צוקערלעך!


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.