Moshe Shklar

אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [9]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [9]

פֿון משה שקליאַר

(סוף פֿון פֿאָריקן נומער)

9. נעמען און מענטשן

באַגעגענישן אין לאָס־אַנדזשעלעס

עס איז געװען, װי געװײנלעך, אַ הײסער זומערטאָג אין שטאָט, די זון האָט געסמאַליעט און ס’איז נישט געװען װוּ זיך צו באַהאַלטן. סײַדן זיך אַװעקלאָזן צום ים־ברעג, װוּ ס’איז סײַ װי נישטאָ װוּ זיך צו באַהאַלטן פֿון דער זון, אַחוץ צװישן די שיטערע בײמער, װאָס מענטשן רופֿן דאָ פּאַרק. פֿון שװימען אין ים האָב איך שױן לאַנג געהאַט רעזיגנירט. נישט פֿאַר מײַן עלטער און נישט פֿאַר מײַנע כּוחות. איז געבליבן – אַרײַנזעצן זיך אין דער “קאַר” און צופֿאָרן צום ראַנטשאָ־פּאַרק, װוּ די ייִדישע פֿעדעראַציע האָט אָרגאַניזירט אַ מין “פּיקניק”, אָדער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישער קולטור.

געװוּסט האָב איך פֿון פֿריִער, אַז מיט ייִדישער קולטור האָט אַזאַ פֿעסטיװאַל װײניק װאָס צו טאָן. קײן עכט ייִדיש װאָרט װעט מען דאָרט נישט הערן, װי מען הערט נישט אין די צימערן און קולואַרן פֿון דער פֿעדעראַציע. בלױז הילכיקע מוזיק װעט פֿאַרטױבן די אױערן און די לופֿט װעט פֿאַרטשאַדעט זײַן דורך די ריחות פֿון שאַשליקן, האַמבורגערס און גערײכערטע װוּרשטלעך, װאָס דאַרפֿן אָנגײן װי ייִדישע נאַציאָנאַלע מאכלים. בכלל האָב איך פֿײַנט אַזעלכע צונױפֿקומען פֿון טױזנטער מענטשן, װוּ דער יחיד װערט פֿאַרלױרן צוזאַמען מיט זײַנע געדאַנקען און געפֿילן. און דאָך האָב איך באַשלאָסן – פֿאָרט אַ ייִדישער פֿעסטיװאַל, דאַרף מען נעמען פֿרױ און זון און צופֿאָרן אין ראַנטשאָ־פּאַרק. לאַנג װעלן מיר דאָרט נישט זײַן, בלױז אַ קוק טאָן װי ייִדן פֿאַרברענגען אין אַמעריקע.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [8]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [8]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

8. אין אַמעריקע

אונדזער װעג קײן אַמעריקע, װוּ מײַן װײַב האָט געהאַט דרײַ שװעסטער, געראַטעװעטע פֿון די היטלעריסטישע לאַגערן, האָט געפֿירט דורך װין, עסטרײַך, און רױם, איטאַליע. װען עס װאָלט געװען אָפּהענגיק פֿון מיר װאָלטן מיר געפֿאָרן קײן ישׂראל, אָבער אונדזער דערװאַקסענער זון איז געװען אױף דער מאַמעס צד און איך האָב זיך געמוזט אונטערגעבן. אַ חודש צײַט זענען מיר געװען אין װין, צו ערשט אױף רער אױסהאַלטונג פֿון סוכנות און שפּעטער פֿון האַיאַס און דזשױנט. אין רױם האָבן מיר געװאַרט גאַנצע פֿינף חדשים אױף דער אַמעריקאַנער װיזע און אין צװישנצײַט איז געװען אַ געלעגנהײט צו באַזוכן די אַלטע, היסטאָרישע שטאָט מיט אירע מוזײען און אַנדערע זעענסװירדיקײטן, װי אױך לערנען אַ ביסל ענגליש אױף די “אָרט”־קורסן. אַ דאַנק דער מאַטעריעלער הילף פֿון מײַן פֿרױס משפּחה אין אַמעריקע האָבן מיר אױך געהאַט אַ מעגלעכקײט מיט אײניקע פֿרײַנד אַרומצופֿאָרן אין לאַנד און זיך אַנטציקן מיט איטאַליעס פּײזאַזשן, מאָנומענטן, מאָלערײַען און סקולפּטורן. ענדלעך איז אָנגעקומען די װיזע און אױפֿן װעג קײן לאָס־אַנדזשעלעס, װוּ עס האָבן געװױנט מײַן דאָרקעס שװעסטער, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אױף אײניקע טעג אין ניו־יאָרק, װוּ איך האָב געהאַט נאָענטע חבֿרים. דאָס ערשטע, װאָס איך האָב געטאָן, נאָך אײדער איך האָב אַװעקגעלײגט אין אַ װינקל די װאַליזעס, איז געװען פֿאַרבינדן זיך טעלעפֿאָניש מיט מײַן אַלטן פֿרײַנד ישׂראל עמיאָט. ער האָט געװױנט נישט װײַט, אָבער אין אַן אַנדער שטאָט, און האָט באַדױערט, װאָס ער קאָן נישט קומען זיך זען מיט אונדז. װאָס ער האָט יאָ געקאָנט טאָן איז געװען אײַנאָרדענען פֿאַר מיר אַ באַגעגעניש מיט רעם באַװוּסטן שרײַבער יעקבֿ גלאַטשטײן מיט װעמען ער איז געװען אין נאָענטע באַציִונגען. איך גלײב, אַז זײַן רעקאָמענדאַציע האָט געקלונגען מער־װײניקער אַזױ, װי ער האָט שפּעטער געשריבן אין אַ רעצענזיע איבער מײַנס אַ נײַ־דערשינען לידער־בוך: “אײנער פֿון די סאַמע ליבעראַלסטע און ערלעכסטע פּערזאָנען אין דער רעראַקציע ‘פֿאָלקס־שטימע’ איז געװען איר ליטעראַרישער רעדאַקטאָר משה שקליאַר, אַ פּאָעט און עסײיִסט, אפֿשר דער ייִנגסטער אין דער רעדאַקציע… אין דער ליטעראַרישער זײַט, װאָס ער האָט מיט טאַלאַנט רעדאַקטירט האָב איך געדרוקט איבערזעצונגען פֿון רער העברעיִשער ליטעראַטור און אָפּהאַנדלונגען איבער העברעיִשע שרײַבער… ער אַלײן האָט זיך דעמאָלט געהאַלטן אין אַנטװקלען (אין פּױלן האָט ער אַרױסגעגעבן פֿינף ביכער)… דאָס קינד פֿון אָרעמקײט האָט זיך אַלײן דערװאָרבן אַ סך װיסן און קענטעניש”.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [7]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [7]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

7. אַ נײַער אָנהײב

אױף דעם האָב איך זיך נישט געריכט. װי נאָר אונדזער צוג האָט זיך פֿאַרהאַלטן אױף דער באַן־סטאַנציע אין װאַלבזשיך האָב איך געהערט רופֿן מײַן נאָמען. כ’האָב אַרױסגעקוקט דורך דער אָפֿענער טיר פֿונעם װאַגאָן און דערזען אַ באַקאַנט פּנים: סעװעק, מײַן חבֿר, װעלכער האָט מיר אַזױ פֿיל געהאָלפֿן מיט אײניקע יאָרן צוריק אין װײַסרוסישן מינסק. איך בין אַראָפּגעשפּרונגען פֿון װאַגאָן און מיר האָבן זיך האַרציק באַגריסט. “פֿון װאַנען קומסטו אַהער?” – האָב איך געפֿרעגט. “פֿרעג גאָרנישט, משה – האָט ער געזאָגט – איך װעל דיר שפּעטער אַלץ דעצײלן, איצט נעם דײַנע זאַכן און קום מיט מיר. דײַנע עלטערן װױנען נישט װײַט פֿון דאַנען”. איך האָב נישט געגלײבט מײַנע אױערן. אַ רגע בין איך געבליבן שטײן צעטומלט און נישט געװוּסט װאָס צו טאָן. לסוף בין איך צוריק אַרײַן אין װאַגאָן, אַראָפּגעשלעפּט פֿון זיך די װאַטענע הױזן און געבליבן אין די צײַגענע הױזן, װאָס כ’האָב באַקומען פֿון צעך־מאַגאַזין נישט לאַנג פֿאַרן אַװעקפֿאָרן, גענומען מײַן טשעמאָדאַן און דעם האַלב לײדיקן רוקזאַק און מיר האָבן זיך געלאָזן אין װעג. פֿון װאָקזאַל ביז דעם ייִשובֿ אין סאָביענטשין, װוּ די עלטערן האָבן געװױנט אין אַן אױסגעלײדיקטער דײַטשישער דירה זינט אַ חודש צײַט, איז געװען אַן ערך צװאַנציק מינוט פֿאָרן מיט דעם טראַמװײַ. איך האָב זיך קױם געקאָנט דערװאַרטן אױף דער לעצטער סטאַנציע. דערװײַל האָט מיר סעװעק דערצײלט, אַז ער אַרבעט דאָ אין ייִדישן קאָמיטעט, איז אָנפֿירער פֿון דער יוגנט־אָפּטײלונג און אין דער רשימה פֿון די אָנקומענדיקע רעפּאַטריאַנטן האָט ער געפֿונען מײַן נאָמען. און נאָך האָט ער דערצײלט: מײַן נאָענטסטער חבֿר משה מ’ אַרבעט אין ייִדישן צענטראַל־קאָמיטעט אין װאַרשע און בעת זײַן לעצטן באַזוך אין װאַלבזשיך איז ער אַװעק צו מײַנע עלטערן זיך דערװיסן צי זײ װײסן עפּעס װעגן מיר. זײ האָבן נישט געװוּסט, אָבער זײ האָבן אים גוט אױפֿגענומען װי אַן אײגענעם. אַזױ אַרום האָב איך שױן געהאַט נאָך אַ ידיעה, װאָס האָט מיך אױך דערפֿרײט.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [6]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [6]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

6. מײַן מאַגניטאָגאָרסקער גלות

מײַן שװעסטער האָב איך אין שטוב נישט געטראָפֿן. די טיר האָט מיר געעפֿנט יאַנקל, איר מאַן. ער האָט גראָד געאַרבעט אין דער נאַכט־שיכט און האָט נאָך געהאַט פֿאַרשלאָפֿענע אױגן. מיר האָבן זיך האַרציק באַגריסט און ער האָט מיר דערקלערט, אַז כעלע (אַזױ האָט ער זי גערופֿן) איז אין שפּיטאָל און ער קלײַבט זיך גראָד צו גײן אַהין צו, אױב איך װיל און בין נישט מיד פֿון װעג, קאָנען מיר גײן צוזאַמען. זײַן דערקלערונג האָט מיר געטראָפֿן װי אַ שטײן אין קאָפּ, איך האָב, פֿאַרשטײט זיך, גלײַך מסכּים געװען. מײַנע צװײ באַגלײטער, װעלכע האָבן געװאַרט אין דרױסן, זענען אַװעק אין דער “כימלאַבאָראַטאָריע”, װאָס איז געװען דער אַדרעס פֿון אונדזערע חבֿרים אין מאַגניטאָגאָרסק. אין װעג צום שפּיטאָל האָט מיר יאַנקל דערקלערט, אַז כעלע האָט געבױרן אַ מײדעלע און זי איז דאָרט מיטן קינד װאָס איז שװער קראַנק. איך האָב זיך קױם דערװאַרט ביז מיר האָבן דערגרײכט דעם עלפֿטן “אוטשאַסטאָק” װוּ דאָס שפּיטאָל האָט זיך געפֿונען און מײַן שװעסטער האָט זיך באַװיזן מיט אַ פּיצל קינד אױף די הענט. געזען האָב איך בלױז מײַן שװעסטערס פֿאַרװײנטע אױגן און די גרױסע בלױע אױגן פֿונעם קינד װאָס האָבן געקוקט אױף מיר גלײַך זײ װאָלטן מיך דערקענט. אױסטױשן אַ װאָרט מיט מײַן שװעסטער האָב איך נישט געקאָנט, װײַל זי האָט זיך געפֿונען הינטער אַ װײַטער באַריער אַזױ װי אין אַ תּפֿיסה. אױפֿן װעג צוריק האָט מיר יאַנקל דערצײלט, אַז ער אַרבעט אין “מאַגניטאָסטראָי”, װי אַ “גרוזטשיק” (אַ טרעגער) בײַם אָנלאָדן און אױסלאָדן שװערע צעמענטענע רינגען פֿאַר דער בױ־אונטערנעמונג און ער באַמיט זיך שױן אַ לענגערע צײַט אָנצוקומען צום הױפּט־דירעקטאָר דימשיץ, כּדי יענער זאָל אים אַריבערפֿירן אין דער שנײַדערײַ־פֿאַבריק װאָס געהערט צום זעלבן טרעסט. “נאָר אָנקומען צו דימשיצן – האָט יאַנקל געזאָגט – איז װי אָנקומען צו גאָט אַלײן”. אין צװײ טעג אַרום איז דאָס קינד געשטאָרבן און מײַן שװעסטער האָט זיך צוריקגעקערט אַהײם. ערשט איצט האָב איך געקענט זיך צוקוקן צו איר. פֿון מײַן שײנער, שטאָלצער שװעסטער חיה־שײנדל איז געבליבן אַ שאָטן, ממש אַ העלפֿט. זי האָט שװער איבערגעלעבט דעם קינדס קראַנקהײט און דעם פֿאַרלוסט. איך האָב מורא געהאַט, אַז זי זאָל נישט פֿאַרענדיקן װי אונדזער מאַמע נאָך דעם פֿאַרלוסט פֿון גרשונלען. נאָר דאָס לעבן האָט איר אַ סך געלערנט. פֿאַר דער צײַט פֿון דער מלחמה און דעם יאָר אױף אוראַל האָט זי זיך שטאַרק פֿאַרהאַרטעװעט און פֿון דער אַמאָליקער װײנערקע (אין דראַמאַטישן קרײַז צו װעלכן זי האָט געהערט פֿלעגט זי שטענדיק שפּילן װײנענדיקע ראָלעס) איז גאָרנישט געבליבן. אין א װאָך אַרום נאָך איר צוריקקער איז זי װידער געװען די זעלבע װי אַ מאָל און זי האָט זיך ענערגיש גענומען צו דער באַלעבאַטישקײט.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [5]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [5]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

5. מינסק און װידער מלחמה

די ערשטע טריט אין מינסק, װאָס איז מיר שױן געװען אַ ביסל באַקאַנט פֿון פֿריִער, האָבן מיך געפֿירט צו דער שנײַדערײַ־פֿאַבריק, װוּ מײַן גוטער חבֿר משה מ’ האָט געאַרבעט. עס איז געװען מיטאָג־איבעררײַס און איך האָב געהאָפֿט אים דאָרט צו טרעפֿן. נאָר אַנשטאָט אים האָט זיך באַװיזן פֿאַרן טױער פֿון דער פֿאַבריק אַ װאַרשעװער יאַט, װעלכן איך האָב קױם געקענט, אָבער ער מיך האָט יאָ געקענט, װײַל איך האָב געהאַט אַ שטיקל אָנזען צװישן אונדזער חבֿרה. סעװעק, אַזאַ איז געװען זײַן נאָמען, האָט מיך באַגריסט און געפֿרעגט צי איך װאַרט אױף משהן מ’. װען איך האָב באַשטעטיקט האָט ער דערקלערט, אַז משה איז הײַנט נישטאָ בײַ דער אַרבעט, ער האָט געװוּסט, אַז איך דאַרף קומען און אים געבעטן זיך צו פֿאַרנעמען מיט מיר. סעװעק האָט זיך געמוזט צוריקקערן אין דער פֿאַבריק און מיר האָבן אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן אױף דעם זעלבן אָרט װען ער װעט פֿאַרענדיקן די אַרבעט.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [4]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [4]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

4. אין שאַגאַלס װיטעבסק

אָנגעקומען קײן װיטעבסק אין אָװנט, האָט מען אונדז, אַן ערך פֿופֿציק פּערזאָן, אַװעקגעפֿירט הינטער דער שטאָט אינעם קלוב פֿון “מאַסלאָ־זאַװאָד” (בױמל־ און פּוטער־אױסאַרבעטונגען) און געהײסן אַװעקלײגן דעם מאָגערן באַגאַזש, װאָס יעדער האָט געהאַט מיט זיך, אינעם גרױסן זאַל פֿון קלוב. דאָרט איז פֿאָרגעקומען די אָפֿיציעלע באַגריסונג, דער פֿאָרזיצער פֿון פֿאַבריק־קאָמיטעט האָט געהאַלטן אַ פֿײַערדיקע רעדע, דערצײלט װאָס פֿאַר אַ גליקן עס דערװאַרטן אונדז אינעם פֿרײַען לאַנד פֿון די ראַטן און דערקלערט אַז דעװײַל, ביז מיר װעלן זיך אײַנאָרדענען אױף אַרבעט, װעלן מיר דאָ, אינעם קלוב־זאַל, װױנען. נאָך דעם האָט מען אונדז אַראָפּגעפֿירט אין דער “סטאָלאָװע” בײַ דער פֿאַבריק און אָנגעהאָדעװעט מיט אַ גוטן אָװנטברױט פֿון קרױט־באָרשט מיט קאַרטאָפֿל און קאָטלעטן, מאכלים װאָס מיר האָבן שױן לאַנג נישט געזען פֿאַר די אױגן. אָפּגעגעסן, זענען מיר צוריק אַװעק אינעם קלוב־זאַל און געװאַרט אױף די בעטן, װאָס מען װעט, אַװדאי, באַלד אַװעקשטעלן פֿאַר אונדז. עס איז אױסגעקומען גאָר לאַנג צו װאַרטן און זיך נישט דערװאַרטן. לסוף האָט יעדער געפֿונען אַ װינקל בײַ דער װאַנט און אַװעקגעלײגט דאָס בינטל מידע בײנער.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [3]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [3]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

3. מלחמה

די מלחמה איז שױן אַ לענגערע צײַט געהאַנגען אין דער לופֿטן. היטלער האָט אָן אױפֿהער געשאַרפֿט זײַנע צײן און װי אַ בײזער הונט אַ ביס געטאָן װוּ נאָר עס האָט זיך געלאָזט. פֿאַרנומען דעם סאַאַר־געביט אױפֿן מערבֿ, האָט ער זיך אַ לאָז געטאָן אױף דרום און אָפּגעריסן דעם סודעטן־געביט פֿון טשעכאָסלאָװאַקיע. פֿאַרנומען די פֿרײַשטאָט גדאַנסק װאָס בײַם פּױלישן ימ־ברעג, האָט ער געפֿאָדערט פּױלן זאָל אים אױך אָפּגעבן פּאָמערן. דערױף האָט דער פּױלישער קריגס־מיניסטער, מאַרשאַל רידז־שמיגלי, געענטפֿערט: „מיר װעלן נישט געבן קײן קנעפּל!‟ אונדזערע מערבֿדיקע פֿאַרבינדעטע, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד, האָבן צוגעזאָגט הילף און דער מיזרחדיקער שכן, ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט געפֿאָדערט פּױלן זאָל, אין פֿאַל פֿון אַ דײַטשישן אָנפֿאַל, דורכלאָזן די רױטע אַרמײ דורך איר טעריטאָריע, װאָס פּױלן האָט אָפּגעזאָגט. לסוף, איז באַקאַנט געװאָרן דער מאָלאָטאָװ־ריבענטראָפּ־אָפּמאַך און די גרעסטע שׂונאים, די קאָמוניסטן און די נאַציס, זענען געװאָרן גוטע פֿרײַנד…

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות) [2]

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs) [2]

פֿון משה שקליאַר

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

2. די שול און אַנדערע געשעענישן

אויף אַ זומער־לאַגער אין קאַנינאַ־גוראַ הינטער פּלאָדו, מ. שקליאַר אין דער דריטער ריי מיט שעם־צייכן אויפֿן קעמד

מײַן ערשטע ליטעראַרישע אַרבעט, װאָס האָט זיך געענדיקט מיט אַ דורכפֿאַל, האָב איך געשריבן װען איך בין געװען אין צװײטן קלאַס פֿון דער ייִדישער פֿאָלקשול. איך רעכן אַז עס איז געװען אין יענער צײַט, װײַל איך האָב שױן געקאָנט שרײַבן. געװען איז עס זומערצײַט, װאַקאַציעס, און כּדי געניסן פֿון דער פֿרישער לופֿט זענען מיר, איך און מײַן עלטערע שװעסטער חיה־שײנדל, אַװעק אױפֿן פּלאַץ בראָן’, װאָס מיר האָבן גערופֿן פֿעלד, און דאָרט פֿאַרבראַכט שײנע עטלעכע שעה. דאָס פֿעלד האָט זיך געפֿונען אין אַ טאָל, נישט װײַט פֿון דעם דאַנציקער װאָקזאַל, און אױב ס’האָט זיך געװאָלט לעשן דעם דאָרשט איז מען געלאָפֿן אַהין צו זיך אָנטרינקען בײַ די װאַסער־קראַנען. מײַן שװעסטער האָט געקליבן פֿעלד־בלימעלעך און געפֿלאָכטן קרענצלעך און איך האָב זיך צוגעקוקט װי די עלטערע ייִנגלעך שפּילן פֿוטבאָל. װען די פּילקע איז געפֿאַלן װײַט פֿון דעם טױער, װאָס איז באַשטאַנען פֿון צװײ שטײנער, אָפּגעמאָסטן עלף טריט אײנער פֿון צװײטן, בין איך געלאָפֿן ברענגען די פּילקע צום טױער־מאַן. דאָס װעטער איז געװען מחיהדיק, נישט צו הײס צום שפּילן און לױפֿן, און דאָס שיטערע גראָז, װאָס איז געװאַקסן אין קלײנע בײטן אױפֿן זאַמדיקן באָדן האָט אַרױסגעגעבן פֿון זיך דופֿטיקע ריחות נאָך דעם בײַנאַכטיקן רעגן. דער הימל איז געװען העל־בלױ און ס’האָט זיך קױם געזען ערגעץ װוּ אַ װאָלקנדל. די זון האָט געשמײכלט צו אונדז און װי געװוּנקען: “שפּילט זיך קינדער, שפּילט”… און מיר האָבן זיך געשפּילט און נישט באַמערקט, װי מיט אַ מאָל איז דער הימל פֿון בלױ געװאָרן גרױ, די זון איז ערגעץ װוּ פֿאַרלױרן געװאָרן און דיקע רעגן־טראָפּנס האָבן גענומען פֿאַלן אױף אונדזערע קעפּ. די דיקע טראָפּנס זענען גיך פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ שלאַקסרעגן און צוזאַמען דערמיט האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ שרעקלעכער שטורעם, װאָס האָט װי איבערגעדרײט דאָס גאַנצע פֿעלד מיטן קאָפּ אַראָפּ. דאָס זאַמד איז געפֿלױגן אין דער לופֿטן, געשמיסן אין פּנים און בלינד געמאַכט די אױגן. אַ פֿינצטערניש האָט זיך אױסגעשפּרײט איבער דער װעלט. איך האָב אָנגעכאַפּט מײַן שװעסטער בײַ דער האַנט, זי פֿעסט צוגעדריקט און מיר האָבן גענומען לױפֿן. װוּהין, האָבן מיר נישט געװוּסט, מיר זענען געלאָפֿן צוזאַמען מיט אַלעמען, הגם מיר האָבן קײנעם נישט געזען, נאָר בלױז געפֿילט דעם הײסן אָטעם פֿון די מענטשן אַרום. ענדלעך זענען מיר דערלאָפֿן ערגעץ צו אַ הױז אױף דער נאָענטסטער גאַס, אַרײַן אינעם אָפֿענעם טױער און איבערגעװאַרט דעם שטורעם. דורכגענעצטע פֿונעם רעגן און מידע פֿון װעג האָבן מיר קױם דערגרײכט אַהײם. איבעריק צו זאָגן, אַז די פֿרײד איז געװען גרױס. די מאַמע האָט אונדז געהאַלדזט און געקושט און דער טאַטע האָט, באַהאַלטנדיק די פֿרײד, אַ זאָג געטאָן: “מער װעט איר אױפֿן פֿעלד נישט גײן”… עס זענען פֿאַרבײַ עטלעכע טעג, דער הימל איז װידער געװען בלױ און די זון האָט װידער געשײַנט און מיר זענען װידער געגאַנגען אױפֿן פֿעלד. און דער טאַטע, אַנשטאָט פֿאַרהאַלטן אונדז, האָט מיר פֿאָרגעלײגט איך זאָל באַשרײַבן די גאַנצע געשיכטע פֿונעם שטורעם און אַװעקשיקן עס אין דער “קלײנער פֿאָלקסצײַטונג”, װאָס איז געװען אַ װעכנטלעכע בײַלאַגע פֿאַר קינדער פֿון דער צײַטונג, איז יעדן טאָג געװען אַ גאַסט בײַ אונדז אין שטוב.

Read more


אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן (זכרונות)

A Short Stroll Through a Long Life (Memoirs)

פֿון משה שקליאַר

1. מײַנע נישט־אַזױ קינדערישע יאָרן

איך פֿינף זעקס יאָר אָלט מיט מײַן שוועסטער חוה־שיינדל

„װי אײנער איז צו זיבן אַזױ איז ער צו זיבעציק” – זאָגט אַ באַקאַנט ייִדיש פֿאָלקס־װערטל, און װי יעדעס פֿאָלקס־װערטל פֿאַרמאָגט עס אַ גרױסע דאָזע פֿאָלקס־חכמה. צי זאָל עס באַטײַטן, אַז צו זיבעציק, מיט אַלע לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונגען און אָנגעזאַמלטער חכמה איז אײנער, װי צו זיבן, אָדער גאָר פֿאַרקערט. דאָס איז שױן אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן. מיך אינטערעסירט איצט מער װי אײנער איז צו נײַנציק? צי פֿאַרמאָגט ער אױך די חכמה פֿון נײַן, אָדער אפֿשר גאָר פֿון זיבן? איז װאָס זשע טוט מען מיט דער גאַנצער אָנגעזאַמלטער לעבנס־דערפֿאַרונג? פֿאַרטראַכט האָב איך זיך װעגן דעם דערפֿאַר װײַל איך בין שױן מיט מזל געװאָרן אַ בן־תּישעים, ד״ה אַ נײַנציקער, און נאָך אַלע װינטשעװאַניעס איז בײַ מיר אױפֿגעקומען די שאלה: װאָס טוט מען דערמיט? אפֿשר טאַקע זיך אומקערן צו די נײַן אָדער זיבן און טריט בײַ טריט פּרוּװן מאַכן אַ סך־הכּל פֿון מײַן לאַנגן לעבנס־שפּאַן? בפֿרט, אַז פֿרײַנד האָבן גענומען צושטײן און מאַטערן, פֿאַר װאָס שרײַבסטו נישט קײן זכרונות? זאָל איך זײ דערקלערן, מײַנע גוטע פֿרײַנד, פֿון דער װעלט און פֿון יענער װעלט (דאָס איז שױן די „פּריװילעגיע” פֿון די נײַנציקער, אַז דעמאָלט האָסטו שױן מער פֿרײַנד אױף יענער װעלט װי אױף דער דאָיִקער), אַז מערסטע זכרונות מײַנע קאָן מען געפֿינען אין מײַנע לידער און דערצײלונגען, װעלכע איך האָב געשריבן, הגם גאַנץ קאַרג, אין משך פֿון לאַנגע יאָרצענדליקער? נאָר װאָס װעט העלפֿן מײַן דערקלערן, אַז סײַ װי לײענען זײ נישט קײן ייִדיש, און יענע װאָס לײענען יאָ װעלן שױן מער קײן מאָל נישט לײענען…

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.