Michael Felsenbaum

פֿרײלעכע און פֿרײַע

Happy and Free

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

כּמעט אַ קאָמעדיע

אין זעקס סצענעס, מיט אַ פּראָלאָג און אַן עפּילאָג

שפּראַך־רעדאַקטאָר – אליעזר ניבאָרסקי

פּערסאָנאַזשן:

יצחק־ברוך פֿאַרבעראָװיטש

ליזע, זײַן פֿרױ

איטשע, אַ יונגער־מאַן

יצחק־ברוכס מאַמע

ר’ שמואל, יצחק־ברוכס טאַטע

סאָניע, איטשעס געליבטע

סאָניעס טאַטע

פּאַן יאַצעק קאָװאַלסקי, דער תּפֿיסה־נאַטשאַלניק

גנבֿים:

אורקע נאַכאַלניק

מענדל קנאַק

יאַנקל פּאַראַװאָז

סורקע די גראָבע

תּפֿיסה־אױפֿזעערס, קאָרידאָרני, קעלנער, פּאַפּאַראַצי, כּלי־זמרים און סתּם מענטשן

אַ טײל אַקטיאָרן שפּילן צו צװײ ראָלעס, אַזױ װי “ליזע – מאַמע”, “סורקע די גראָבע – סאָניע”, “איטשע – אורקע נאַכאַלניק”, “פּאַן קאָװאַלסקי – סאָניעס טאַטע”, “קעלנער – קאָרידאָרני” אאַז”װ

די געשעענישן קומען פֿאָר אין װאַרשע, אין אַ פּאַװיליאָן פֿון אַ קינאָ־סטודיע אין די לעצטע פּאָר טעג פֿאַרן קריג

אױף דער בינע זענען אױסגעשטעלט פֿראַגמענטן פֿון: אַ קאַמער אין אַ תּפֿיסה, אַ קאַבינעט אין אַ רעסטאָראַן, אַן אַרבעטפּלאַץ פֿון דער רעזשעסיר־גרופּע און אַ שטיקל גאַס. אין יעדן טײל פֿון די דאָזיקע פֿראַגמענטן שטײט אַ טישל מיט אַ לאָמפּ.

נאָך אײדער דער עולם פֿאַרנעמט די ערטער אינעם זאַל, גײען די שױשפּילער אַרױף אױף דער בינע און גרײטן זיך צו צו דער פֿאָרשטעלונג. אױך דער טעכנישער פּערסאָנאַל איז באַשעפֿטיקט מיט זײער מלאָכה - מע שטעלט אױס די דעקאָראַציעס און די פּראָזשעקטאָרן, מע גרײט צו די בינע־קלײדער און דעם רעקװיזיט.

אַז אַלץ און אַלע זענען גרײט צום ספּעקטאַקל, און דער עולם האָט שױן פֿאַרנומען די ערטער, װערט פֿינצטער אינעם זאַל און אױף דער אַװאַנסצענע גײט אַרױף אַן אַקטיאָר, װעלכער שפּילט די ראָלע פֿון יצחק־ברוך פֿאַרבעראָװיטש.

יצחק־ברוך: שלום־עליכם, מײַנע ליבע דאַמען און הערן. מיר קומען שפּילן פֿאַר אײַך טעאַטער, - אַ טעאַטער מיט אַ געלעכטער און מיט אַ טרער, מיט אַ ליד און מיט אַ טענצל, מיט אײן װאָרט - אַ ייִדישן טעאַטער, כאָטש, דעם אמת געזאָגט, אַ מאָל האָב איך אַ געפֿיל, אַז מיר שפּילן אין לעבן, אָדער מיר שפּילן זיך מיטן לעבן.

בקיצור, איך הײס /זאָגט זײַן נאָמען/ און איך װעל שפּילן די הױפּטראָלע - די ראָלע פֿון יצחק־ברוך פֿאַרבעראָװיטשן, אַ מענטש מיט אַ ניט־אײנפֿאַכן גורל. איטשע־ברוך פֿאַרבעראָװיטש - אַ מענטש פֿון זײַן צײַט, די צײַט צװישן בײדע װעלט־מלחמות. איטשע־ברוך, אַ ייִנגל אַ חכם, איטשע־ברוך - אַ בחור אַ קראַסאַװעץ, אַ ייִד אַ דעמב, און װײַטער - אורקע נאַכאַלניק - דער מלך פֿון די פּױלישע גנבֿים, אַ לעגענדע פֿון דער אונטערװעלט, אורקע נאַכאַלניק - אַ שרײַבער, אורקע נאַכאַלניק - אַ געטרײַער מאַן און טאַטע, איטשע־ברוך פֿאַרבעראָװיטש און אורקע נאַכאַלניק - אַ ייִד אַ העלד, װעלכער איז געגאַנגען אױף קידוש־השם לטובֿת דער צוקונפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, לטובֿת אונדז אַלע.

מײַנע דאַמען און הערן, איך און מײַנע קאָלעגן, מיר זענען ניט מער װי פּשוטע אַקטיאָרן, נאָר מיר װעלן אַ פּרוּװ טאָן אַרײַנצודרינגען אינעם לעבן און אין די נשמות פֿון אונדזערע פּערסאָנאַזשן. מיר וועלן זיך טײלן מיט אונדזערע פֿרײדן און לײדן, מיט אונדזער שטאַרקן רצון צו מאַכן אײַך װי אױך זיך אַלײן אַ ביסל, נו כאָטש אַ קאַפּעלע גליקלעכער. ליבע דאַמען און הערן, זײַט גליקלעך און האָט הנאה.

אינעם זאַל װערט פּאַמעלעך פֿינצטער און עס הײבט זיך אָן די פֿאָרשטעלונג.

איטשע־ברוך און ליזע זיצן פֿון אױבן, בײַם רעזשיסערסקע טיש.

יצחק־ברוך: איך הײס יצחק אָדער גאַנץ הײמיש – איטשע, איטשע־ברוך פֿאַרבעראָװיטש און אָט די שײנע פּאַני איז מײַן פֿרױ ליזע. אַ מאָל בין איך געװען אַ בלאַטער, ס’הײסט, אַ פּראַװילנע גנבֿ, אַן אורקע, אָבער איצט בין איך שױן אַ שטיקל לײַט, אַ שרײַבער. ס’הײסט, אַז איך זיץ און שרײַב, אָדער איך דיקטיר און מײַן ליבע ליזע פֿאַרשרײַבט, בקיצור, מיר שרײַבן און שרײַבן אָן אַ סוף אײן שטיק מגילה. פֿון צײַט צו צײַט זענען מײַנע יצירות אַזױ בילדעריש, קלאָר און ממשותדיק, אַז איך בין גרײט צו לױפֿן צו עפּעס אַ פֿילמען־מאַכער און װיל צוקלעפּן מײַן האַרץ און נשמה, מײַנע אױגן און אױערן צו דעם פֿילמירונג־אַפּאַראַט.

דאָס איז געװען מײַן טרױם, װעלכער איז ניט מקוים געוואָרן, אָבער אין אַ ספּעקטאַקל קענען מיר זיך פֿאַרגינען זאַכן, װעלכע זענען געבליבן פֿון יענער זײַט פֿונעם לעבן.

איטשע־ברוך גײט צו צו אַן אַלטן קינאָ־אַפּאַראַט און לאָזט אים אין גאַנג.

איטשע־ברוך: חבֿרה, װאָס זיצט איר װי די טאָקן? צו דער אַרבעט, רבותי!

פּראָלאָג,

אין װעלכן עס זענען פֿאַרנומען אַלע אַקטיאָרן און כּלי־זמרים

יצחק־ברוך: חבֿרה, עס זאָל זײַן שטיל. אַכטונג, מיר הײבן אָן. ליזע, ביסט גרײט?

ליזע: יאָ. רבותי, מיר שפּילן דעם פּראָלאָג. אײנס, צװײ, דרײַ. קאַמערע…

אַלע:

שװאַרצער “סמיט־און־װעסאָן”…

זענען מיר געזעסן

אָן אַן אַרבעט, אָן אַ גראָשן געלט.

פּאַפּאַראַצי:

אַ גנבֿ אָן פּרנסה

פֿילט זיך װי פֿאַריתומט, -

ער שעלט זײַן גורל און די גאַנצע װעלט.

אַלע:

אױ־װײ, גװאַלד געשריגן!

מיר שטאַרבן אױס װי פֿליגן!

מיט קאָפּ אין דר’ערד!..

די “דיעלע” איז גאָר שװאַך!

אורקע נאַכאַלניק:

שאַ־שטיל! גענוג צו קלאָגן,

איך וועל אײַך עפּעס זאָגן.

אורקע רעדט דאָך תּמיד צו דער זאַך.

ברידערלעך, בקיצור,

איך בין דאָך ניט קײן שװיצער,

כ’האָב אַ גוטע בשׂורה אײַך געבראַכט, -

סורקע לאָזט אונדז װיסן,

אַז פֿונעם סײף דער שליסל

קען זי פֿאַר אונדז קריגן הײַנט בײַ נאַכט.

אַלע:

זאָל לעבן אורקע־מלך!

פּאַפּאַראַצי:

עס איז געװאָרן פֿרײלעך.

מע זינגט, מע מאַכט אַן אמתן צעגיס.

פֿאַרנאַכט, די צײַט שױן גײן,

מע קען דאָך ניט אױפֿשטײן,

מע קען ניט, נעבעך, אײַנשטײן אױף די פֿיס.

אורקע נאַכאַלניק:

גענוג, אומזיסטע פֿרעסערס!

גלײַך נעמט זיך צו די מעסערס! –

פּאַפּאַראַצי:

האָט אורקע אױסגעשריִען זײער שטרענג.

מיט פֿרײלעכע געשרײען, מע שטעלט זיך אױס אין רײען,

מע גײט אַראָפּ צו סורקען אין דער שענק.

בײַ סורקען אינעם שענקל

אורקע נעמט אַ גלעזל, -

די האַנט זאָל פֿעסטער האַלטן דעם פּיסטאָל.

דאַן זעט ער - אין אַ װינקל

זיצט די גראָבע סורקע

מיט צװײ מענטעס פֿונעם “אינטערפּאָל”.

אורקע נאַכאַלניק:

סורקע, דו מײַן סורקע,

אָט שװערט זיך דיר אַן אורקע,

אַז איך פֿאַרמאַך אױף אײביק דיר דײַן מױל, -

מסור בלײַבט אַ מסור,

גײ אַרױס אין דרױסן,

גײ אַרױס אין דרױסן, זײַ ניט פֿױל!

פּאַפּאַראַצי:

פּיף־פּאַף! רױך און טרערן!

מע קען משוגע װערן, -

סורקע שרײַט און רײַסט זיך אױף די װענט!

בום! אַ קױל אין אָחור!

יאַנקל פּאַראַוואָז:

פּאָליציאַנטן! שוכער!

פּאַפּאַראַצי:

נאָר אורקע שיסט און שיסט פֿון בײדע הענט!

אַלע:

שװאַרצער “סמיט־און־װעסאָן”…

מע קען דאָך ניט פֿאַרגעסן,

װי מיר זענען געלאָפֿן פֿון דער שטאָט!

ברידערלעך געטרײַע,

פֿרײלעכע און פֿרײַע, -

אָנגעשטאָפּט מיט געלט און שיכּור לוט!

ערשטע סצענע

עס װערט באַלױכטן אַ תּפֿיסה־קאַמער. בײַם טישל, בײַ אַ שװאַך ליכטל זיצט אורקע נאַכאַלניק און שרײַבט. אױף די נאַרעס ליגן מענדל קנאַק און יאַנקל פּאַראַװאָז. זײ זיפֿצן און קרעכצן, דרײען זיך אױף זײערע געלעגערס, יעדער מינוט שטײען זײ אױף און װידער װאַרפֿן זיך אױף די נאַרעס. זײ זענען זײער אומרוק, אָבער מע זעט, אַז זײ װילן ניט שטערן אורקען אין זײַן אַרבעט. סוף־כּל־סוף האַלט אורקע ניט אױס און װענדט זיך צו זײַנע קאַמער־חבֿרים.

אורקע נאַכאַלניק /װײַטער – אורקע/: ברידערלעך, גענוג! װאָס דרײט איר זיך װי אַ פֿאָרץ אין ראָסל?… שלאָפֿט געזונטערהײט, ס’איז נאָך זײער פֿרי.

אַנשטאָט אײַנצושלאָפֿן, שטײען זײ מיט אַ מאָל אױף און גײען צו צו אורקען.

מענדל קנאַק /װײַטער – מענדל/: אורקע, ברודערל, זײַ אונדז מוחל. עס הריזשעט אונדז בײַם האַרצן.

יאַנקל פּאַראַװאָז /װײַטער – יאַנקל/: װי זאָגן די יאָלדן? – קאַלטע לאָקשן געגעסן, געלט פֿאַרלױרן און אין הינטן געשמיסן. מיר פֿילן זיך ממש װי באַמאַכט.

אורקע: נו, איז גײט אײַך געזונטערהײט צו דער פּאַראַשע.

מענדל: פֿאַר װאָס באַלײדיקסטו אונדז? מיר האָבן דאָך נאָך ניט פֿאַרלױרן אונדזער גנבֿישן כאַראַקטער.

אורקע: זײַט מיר מוחל. ס’איז נאָך פֿיר אַ זײגער בײַ נאַכט. איר זענט דאָך נאָר נעכטן אָנגעקומען. װי איך פֿאַרשטײ האָט איר נאָך אַ סך צײַט צו זיצן. װאָס ברענט אײַך אַזױ, װאָס?

יאַנקל: מיר דאַרפֿן דײַן עצה.

אורקע: װאָס פֿאַר אַן עצה קען איך אײַך געבן, װען ס’איז שױן אַריבער פֿופֿצן יאָר זינט כ’בין ניט געװען אױף דער פֿרײַ און, דעם אמת געזאָגט, כ’בין אַרױס פֿון דער בראַנזשע, כ’בין אױס גנבֿ. איצט בין איך ניט מער װי אַן אַסירניק אַ שרײַבער.

מענדל: יאָ אין בראַנזשע, ניט אין בראַנזשע, עס מאַכט ניט אױס. ביסט דאָך געקרױנט געװען װי אַ פּראַװילנע גנבֿ, מוזסטו אונדז העלפֿן. אױב ניט דו איז װער דען?

אורקע: גוט, איך האָב געהערט װעגן אײַער טעמע.

יאַנקל: און װאָס זאָגסטו אױף דעם?

אורקע: זעצט זיך אַנידער און דערצײלט, לאָמיך הערן פֿון אײַך גופֿא, נאָר מאַכט עס בקיצור, װײַל באַלד קומט מען אונדז װעקן צו השכּמה.

מענדל: אורקע, דו װײסט דאָך, אַז מיר זענען פּראַװילנע גנבֿים און…

אורקע: בקיצור…

יאַנקל: גוט, איך װעל דערצײלן. אַזױ… מיט אַ חודש צוריק איז צו אונדז געקומען שליאָמקע דער שײגעץ און האָט פֿאָרגעלײגט אַ שטיקל אַרבעט. אַ גוט שטיקל אַרבעט, - אַ קעסטל מיט פֿופֿציק מאות גרינע.

מענדל: ער האָט אונדז פֿאַרזיכערט, אַז די אַרבעט איז הונדערט פּראָצענט אַ רײנע אַרבעט.

יאַנקל: יאָ, אַ חודש צײַט האָבן מיר געפּאַשעט דעם קונה און צוגעגרײט דעם שטח צו דער אַרבעט.

מענדל: בקיצור, איך האָב זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין קונהס װילע, ממש אַ פּאַלאַץ, און מיט מײַנע אײגענע אױגן געזען דאָס קעסטל, - פֿון אַלע סײפֿן אַ סײף, אָבער שליאָמקע האָט אונדז פֿאַרזיכערט, אַז צו האַקן אַזאַ קעסטל װעט בײַ אים נעמען אַ האַלבע שעה, ניט מער.

יאַנקל: מיט צװײ טעג צוריק, זענען מיר אַרײַן אין קונהס הױף, קאַלט געמאַכט די הינט, אַרײַנגעלאָזט שליאָמקע אינעם פּאַלאַץ און אַלײן זענען מיר געבליבן אױף צינק.

מענדל: מיר זענען אָפּגעשטאַנען אױף צינק א שעה צײַט, פּשוט װי יאָלדן, און דאַן בין איך אַרײַן אינעם פּאַלאַץ און געפֿונען אַ לײדיקן קעסטל און אַ כאָפּטע מענטעס מיט אַ פּאָר קײטן. שליאָמקע דער שײגעץ איז דאָרטן ניט געװען.

יאַנקל: ער איז פּשוט נעלם געװאָרן. און מיך האָבן די מענטעס געבונדן בײַם טױערל פֿונעם פּאַלאַץ.

מענדל: עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: װוּ איז דער משׂא־מתּן, װוּהין איז נעלם געװאָרן שליאָמקע דער שײגעץ און װער האָט געמסורט?

אורקע: ברידערלעך, װאָס קען איך אײַך זאָגן? ס’איז אַ האַרבע קשיא.

מענדל: אײן זאַך, אָבער, איז אונדז קלאָר װי דער טאָג: שליאָמקע װעט מער ניט לעבן.

אורקע: זײַ נישט קײן יאָלד און כאַפּ ניט קײן הײסע לאָקשן, װײַל קאַלטע האָסטו שױן געגעסן. קודם־כּל, דאַרפֿט איר אים געפֿינען. צו דער זאַך. צי װײסט איר װער האָט אָנגעפֿירט שליאָמקע אױפֿן קעסטל?

מענדל: יאָ, זיכער. סורקע די גראָבע האָט אים אָנגעפֿירט, אַ רוח אין איר טאַטנס טאַטן. כ’װעל זי דערשטיקן מיט מײַנע אײגענע הענט.

יאַנקל /צו מענדלען/: זײַ נישט קײן שװיצער. אורקע, העלף אונדז.

אורקע: איך בין אַרױס פֿונעם עסק, אױס בלאַטער. הײַנט בין איך נאָר אַ תּפֿיסהניק אַ שרײַבער. אָבער… װײסט איר װאָס?… איך װעל אײַך העלפֿן. נאָר פֿון יושרדיקײט װעגן. כ’װעל שרײַבן אַ צידולע אױף דער פֿרײַ. און איצט, גײט אײַך שלאָפֿן און לאָזט מיך אַ ביסל זיך מישבֿ זײַן.

מענדל קנאַק און יאַנקעלע פּאַראַװאָז: אַ לעבן אױף דיר, אורקע. ביסט באמת אַ פּראַװילנע גנבֿ.

מענדל קנאַק און יאַנקל פּאַראַװאָז קערן זיך אום צו די נאַרעס און לײגן זיך אַנידער. אורקע נאַכאַלניק בלײַבט זיצן בײַם טישל און איז פֿאַרזונקען אין זײַנע מחשבֿות.

צװײטע סצענע

*עס עפֿנט זיך אױף דאָס טיר־פֿענצטערל און פֿון יענער זײַט טיר לאָזט זיך הערן דאָס קול פֿונעם *אױפֿזעער:

השכּמה! מעלדט זיך אָן!

אורקע נאַכאַלניק /גיט אַ בורטשע/: באַרע זיך אָפּ פֿון מיר.

ס’קול פֿונעם אױפֿזעער: װאָס?

אורקע: װאָס־װאָס… תּחת בלאָזט.

ס’קול פֿונעם אױפֿזעער: מיט װעמען רעדסטו? דו, כּלבֿ אײנער. מעלד זיך אָן װי עס דאַרפֿט צו זײַן, אױב ניט, גלײַך גײסטו בײַ מיר אין קאַרצער אַרײַן.

אורקע: שאַ, פֿאַרמאַך דעם סמיעטניק, שרײַ ניט. /זינגט אַרײַן אינעם טיר־פֿענצטערל/ אורקע נאַכאַלניק מעלדט זיך אָן, אַז ער זיצט זיבעצן יאָר פֿאַר הױלע און כּשרע מעשׂים־טובֿים, דהײַנו - אײַזנשאַפֿעס ברעכן, כיטרע שלעסער האַקן, פֿעטע בײַטלעך שנײַדן, שײנע זונות טרענען. גענוג? צי זאָל איך װײַטער טשאַקערן?

דער אױפֿזעער עפֿנט אױף די טיר און גײט אַרײַן אין דער קאַמער, פֿאָכנדיק מיט אַ שטעקן.

אױפֿזעער: אױפֿשטײן! פּאַראַזיטן, כּלבֿים, באַנדיטן! אױפֿשטײן! באַלד מעלדט זיך אָן.

מענדל קנאַק און יאַנקל פּאַראַװאָז שטײען פּאַמעלעך אױף פֿון די נאַרעס און צוזאַמען מיט אורקע נאַכאַלניקן מאַכן אַ קרײַזל אַרום דעם אױפֿזעער, טאַנצן און זינגען. אין מיטן טאַנץ לאָזן זײ אים אַראָפּ די הױזן און ער בלײַבט שטײן נאָר אין די גאַטקעס. די דרײַ אַסירים זינגען און טאַנצן װײַטער:

אַ לידל פֿון אַ יאָלד

פּאַן יאַבלאָנסקי־תּמעװאַטע

האָט אַ תּחתל פֿון װאַטע.

מע דערצײלט, אַז ער הײסט קרײנדל

און אַז ער ז’אַ שטיקל מײדל.

אױ־װײ, מאַמע, אַ יאָלד בלײַבט דאָך אַ יאָלד!

אױ־װײ, מאַמע, דער יאָלד לײגט שטיקער גאָלד!

אױ־װײ, מאַמע, לעבן זאָל דער יאָלד!

אױ־ווײ, מאַמע, דער יאָלד לײגט שטיקער גאָלד.

אױפֿזעער /פֿײַפֿט אין זײַן פֿײַפֿער און שרײַט/: גװאַלד! הילף!

אורקע נאַכאַלניק, מענדל קנאַק און יאַנקל פּאַראַװאָז װאַרפֿן זיך גיך אױף די נאַרעס און גלײַך אין דעם מאָמענט לױפֿן אין דער קאַמער אַרײַן אַ פּאָר באַװאָפֿנטע אױפֿזעערס און דער נאַטשאַלניק פֿון דער תּפֿיסה. זײ דערזעען זײער קאָלעגע, אַ רגע שטײען זײ װי פֿאַרשטײנערט און באַלד ברעכן אױס אין אַ געלעכטער.

פּאַן קאָװאַלסקי /היסטעריש/: װאָס מאַכט איר דאָ אַ “חי”? ציץ! אידיאָט!!! אין קאַרצער!

אורקע נאַכאַלניק, מענדל קנאַק און יאַנקל פּאַראַװאָז פֿאַרלײגן די הענט הינטער דער פּלײצע. די אױפֿזעערס גײען צו צו די אַרעסטאַנטן, נאָר װערן אָפּגעשטעלט פֿון דעם נאַטשאַלניק.

פּאַן קאָװאַלסקי: ניט זײ, אָט דעם אָ אידיאָט – אױף הױפּטװאַכטע, אין קאַרצער אַרײַן!

בײדע אױפֿזעערס: צום באַפֿעל, פּאַן נאַטשאַלניק!

די אױפֿזעערס נעמען דעם אױפֿזעער מיט די אַראָפּגעלאָזטע הױזן אונטער די הענט און פֿירן אים אַרױס פֿון דער קאַמער. דער נאַטשאַלניק זעצט זיך צו צום טישל.

פּאַן קאָװאַלסקי: בירגער פֿאַרבעראָװיטש, װאָס זאָל עס הײסן? איך מײן אָט דעם גאַנצן ספּעקטאַקל?

אורקע: פּאַן נאַטשאַלניק, איך דאַרף מיט אײַך איבעררעדן, אָבער אונטער פֿיר אױגן.

פּאַן קאָװאַלסקי: גוט. קאָרידאָרני!

עס עפֿנט זיך אױף דאָס טיר־פֿענצטערל.

אַ קול פֿון יענער זײַט טיר: פּאַן נאַטשאַלניק…

פּאַן קאָװאַלסקי: עפֿן אױף די טיר און באַגלײט די אַרעסטירטע צו דער פּאָמױניצע.

אַ קול פֿון יענער זײַט טיר: צום באַפֿעל, פּאַן נאַטשאַלניק!

פּאַן קאָװאַלסקי /צו מענדלען און יאַנקלען/: נעמט די פּאַראַשעס און הײַדאַ צו דער פּאָמױניצע.

מענדל און יאַנקל גײען אַרױס מיט די פּאַראַשעס אין די הענט.

פּאַן קאָװאַלסקי /צו אורקען/: זאָג מיר, צו װאָס האָסטו געדאַרפֿט האָבן דעם גאַנצן ספּעקטאַקל?

אורקע: אױך איך װיל אײַך פֿרעגן, פּאַן נאַטשאַלניק. פֿון װען אָן האַלט איר מיך פֿאַר אַ יאָלד? צו װאָס האָט איר מיר אונטערגעלײגט די צװײ בלאַטע מיט זײערע צרות? איר װײסט דאָך, אַז קײן סליכענער, קײן מסור בין איך קײן מאָל ניט געװען און כ’װעל קײן מאָל ניט זײַן.

פּאַן קאָװאַלסקי: איך װײס, אַז דו ביסט אַן אָרנטלעכער בחור. אָבער, איך בעט דיך װי אַ מענטש, - העלף מיר און איך װעל העלפֿן דיר.

אורקע: איך קען אײַך זאָגן נאָר אײן זאַך, - עמעצער פֿון אײַערע זעקסערלעך האָט גוט אָפּגעפֿײַפֿט די צװײ יאַטן. און מײַן גנבֿישער חוש שעפּטשעט מיר אונטער, אַז איך בין גערעכט.

פּאַן קאָװאַלסקי: זיכער?

אורקע: זיכער.

פּאַן קאָװאַלסקי: װוּ זאָל איך זוכן?

אורקע: קודם־כּל, געפֿינט מיר אױס װער פֿון די מענטעס שלאָפֿט מיט סורקע די גראָבע.

פּאַן קאָװאַלסקי: װיפֿל װילסטו פֿאַר דײַן אַרבעט?

אורקע: אַ בריװ צום פּאַן פּרעזידענט מיט אײַערע רעקאָמענדאַציעס פֿאַר אַ באַגנעדיקונג.

פּאַן קאָװאַלסקי: ביסט אַראָפּ פֿון זינען?

אורקע: פּאַן נאַטשאַלניק, עס רעדט זיך װעגן פֿופֿציק מאות גרינע.

פּאַן קאָװאַלסקי: ביסט זיכער?

אורקע: פּאַן נאַטשאַלניק, אײַער פֿרױ איז קראַנק אױף די לונגען און מוז פֿאָרן אױפֿן קוראָרט, אײַערע זין גײען שטודירן אין אוניװערסיטעט, אײַער טאָכטער גײט…

פּאַן קאָװאַלסקי: איך װײס, גענוג.

אורקע: איך מײן, אַז פֿופֿציק מאות גרינע איז ניט קײן שלעכטער פּרײַז פֿאַר אײן בריװ.

פּאַן קאָװאַלסקי: אָפּגעמאַכט. אָבער, ס’װעט נעמען צײַט.

ליזע: איטשע, עס הײבט אָן צו קלינגען אין גאַנצן פֿאַלש און נודנע.

איטשע־ברוך: סטאָפּ, סטאָפּ, סטאָפּ! קאַמערע, סטאָפּ!

פּאַן קאָװאַלסקי: װאָס הײסט? אַזױ שטײט געשריבן אין דער ראָלע. נודנע איז איר פּלוצעם געװאָרן… דאָס איז דאָך אײַער טעקסט, איר האָט עס געשריבן. איך בין ניט קײן אַקטיאָר, איך בין אַ גנבֿ, לאָזט מיך צו רו, שפּילט אַלײן.

איטשע־ברוך: די גנבֿים זענען די בעסטע אַקטיאָרן אױף דער װעלט.

אורקע: און אפֿשר פֿאַרקערט? האַ?

איטשע־ברוך: גענוג! שװײַג!

אורקע: װער ביסטו בכלל, אַז דו זאָלסט אױף מיר שרײַען? איך בין פּונקט אַזאַ גנבֿ װי דו. ביסט ניט מײַן טאַטע, אַז דו זאָלסט אױף מיר שרײַען?… הערסט…

איטשע־ברוך: פֿאַרמאַך דעם סמיעטניק. איך בין ניט קײן גנבֿ, ניט קײן גנבֿ, איך בין אַ קינסטלער.

אורקע: ביסט אַזאַ קינסטלער, װי איך בין אַ באַלערינע.

איטשע־ברוך: אַ באַלערינע… סטײַטש, װי האָסטו געזאָגט? אַ באַלערינע?… גוט, אַז דו האָסט מיר דערמאָנט װעגן אַ באַלערינע.

אורקע: ס’איז פּשוט געקומען צום װאָרט. מײַנער אַ פּאַדעלניק פֿלעגט זיך חכמהנען אױף די מײדלעך: װאָס? און דאָס איז אַ באַלערינע? זי איז דאָך אַ קורװע. מײַן פֿעטער איטשע האָט געהאַט אַ קורװע איז זי געװען פֿון אַלע באַלערינעס אַ באַלערינע.

איטשע־ברוך: מײַן ערשטע ליבע איז געװען פֿון אָט די דאָזיקע באַלערינעס. סאָניע, סאָנ’קעלע…

סורקע די גראָבע: װי שעמסטו זיך ניט? דאָ זיצט דאָך דײַן פֿרױ.

ליזע: איך קען די מעשׂה מיט יענער באַלערינע. צװישן אונדז איז נישטאָ קײן סודות.

איטשע־ברוך: איך האָב אױסגעמעקט אַ טײל פֿון דער דאָזיקער סצענע מיט סאָניען, אָבער איצט האַלט איך, אַז מע דאַרף אומבאַדינגט אַרײַנשטעלן די גאַנצע סצענע אין אונדזער פֿילם.

אורקע: נו, יאָ, נאָך אַ סצענע, און נאָך אַ סצענע. אַזױ װעלן מיר קײן מאָל ניט פֿאַרענדיקן. אַלע רעדן, אַז ניט הײַנט מאָרגן װעט זיך אָנהײבן די מלחמה. און בכלל, װוּ נעמט מען געלט אױף נאָך אַן אַקטריסע?

ליזע: רבותי, דאָס איז ניט קײן פּראָבלעם. די פּאָזיטיװע ראָלעס, די מאַמע און אורקעס פֿרױ שפּילט אײן אַקטריסע און די אַלע “באַלערינעס” - אַ צװײטע. די פּראָבלעם איז אין דעם, אַז איבער מאָרגן דאַרפֿן מיר באַפֿרײַען דעם פּאַװיליאָן.

איטשע־ברוך: און דאַן װעט איר באַקומען אײַער שׂכר.

פּאַן קאָװאַלסקי: ניט שלעכט. אורקע… מוחל, איטשע, אָבער מיר זענען הונגעריק.

איטשע־ברוך: אָפֿיציאַנט, ברענגט אונדז דאָס בעסטע װאָס איר האָס און אַ פֿלאַש בראָנפֿן.

די חבֿרה גײט אַריבער אין דעם “רעסטאָראַן־װינקל” און די רעקװיזיטאָרן באַדעקן דעם טיש מיט מאכלים. די אַקטיאָרן הײבן אָן די סעודה.

דריטע סצענע

איטשע־ברוך: מײַנע ליבע דאַמען און הערן, די געשיכטע װאָס איך וועל אײַך איצט דערצײלן איז ניט קײן אױסגעטראַכטע געשיכטע, און זי איז פֿאַרבונדן מיט אידעאַלן, און אידעאַלן, װײסט איר, פֿאָדערן בלוט. אַזאַ אידעאַל איז פֿאַר מיר שטענדיק געװען מײַן מאַמע, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן. זי איז געװען אַן עטאַלאָן פֿון רוחניותדיקײט, יושרדיקײט און ליבע. פֿון אַלע מאַמעס אַ מאַמע.

פּאַן קאָװאַלסקי: אַלע מאַמעס זענען אַזױ.

יאַנקל: אַ שײנע מעשׂה… מײַן מאַמע איז אַנטלאָפֿן מיט אַ קאָזאַק װען איך בין געװען דרײַ װאָכן אַלט.

ליזע: דאָס איז טרױעריק. איטשע, אפֿשר…

איטשע־ברוך: לאָמיר ניט אַרײַנמישן קײן פֿרעמדע טעמעס אין מײַן געשיכטע. איך דערצײל אײַך װעגן מײַן מאַמע. זי האָט געשטאַמט פֿון אַ רבנישער משפּחה און געהאַט אַ קלאָרן ציל אין איר לעבן, - צו מאַכן פֿון מיר אַ רבֿ.

אורקע: יאָ, און דו ביסט געװאָרן דער הױפּט־ראַבינער פֿון אַלע גנבֿים.

איטשע־ברוך: איך װאָלט געקענט איצט אַ קנאַק טאָן דיר אין די צײן, אָבער…

אורקע /שטײט פּאַמעלעך אױף פֿון דעם שטול/: אָבער װאָס?… מיט װעמען רעדסטו? איך בין אַ בלאַטער און איך האָב נאָך ניט פֿאַרקױפֿט מײַן גנבֿישן כאַראַקטער.

איטשע־ברוך /שטעלט זיך אַנטקעגן אורקען/: אורקע, דו װײסט דאָך, אַז איך בין שױן אױס גנבֿ, אָבער, ביטע, זײַ אַ מענטש און שװײַג, װען איך רעד װעגן מײַן מאַמע.

פּאַן קאָװאַלסקי: שאַ, רעדט אָן קולות. איר בײדע זענט אין גאַנצן משוגע. זעצט אײַך, זעצט אײַך… עסט און טרינקט און מאַכט אַ לעבן.

סורקע: שאַ, װאָס שרײַט איר װאָס? אורקע, לאָז אַ מענטשן זאָגן אַ װאָרט. ער דערצײלט דאָך אַזױ שײן װעגן דער מאַמען, אַז די טרערן שטעלן זיך מיר אין די אױגן.

איטשע־ברוך: אַ דאַנק. יאָ, מײַן מאַמע איז געװען קלוג, װױל, זײער אָרנטלעך, גײַסטלעך שטאַרק און אין דער זעלבער צײַט אַ טרױמערין.

סורקע: אױ־װײ איז צו מײַנע קורװישע יאָרן, איטשע, דו צערײַסט מיר דאָס האַרץ…

איטשע־ברוך: דער טאַטע פֿלעגט שטענדיק אױסלאַכן דער מאַמעס טרױמען, און דער עיקר, – איר גרעסטן טרױם, אַז איך זאָל װערן אַ רבֿ. מײַן טאַטע איז געװען אַ גוטער און אַ מזלדיקער סוחר, און אַחוץ זײַנע געשעפֿטן האָט ער גאָרניט געזען. יאָ, יאָ, ניט די מאַמע, ניט מיך, זײַן בכור, און ניט זײַנע אַנדערע קינדער.

איטשע־ברוך שטײט אױף און גײט פּאַמעלעך צו צו דער אַװאַנסצענע.

איטשע־ברוך: פֿון קינדװײַז אָן האָב איך זיך געװאַלגערט אין דער פֿרעמד, אין די חדרים, אין די ישיבֿות, געגעסן בײַ פֿרעמדע לײַט, געשלאָפֿן אױף פֿרעמדע קישנס, און געצײלט די טעג װען איך װעל װידער קענען זען די מאַמע.

אינעם “רעסטאָראַן” װערט פּאַמעלעך פֿינצטער. אַלע אַקטיאָרן זעצן זיך אױס װי אין אַ טעאַטער, און װי די צושױערס זעען די קומענדיקע סצענע.

אַ שװאַכער פּראָזשעקטאָר באַלכט דעם װטן פּאָדיום, דאָרטן באַװזט זיך די מאַמע, אין װסע מלבושים, מיט אַ ליכטל אין דער האַנט.

איטשע־ברוך: מאַמע…

מאַמע: יאָ, מײַן קינד, איך בין געקומען. איך האָב אַזױ לאַנג געבלאָנדזשעט אין דער פֿינצטער…

איטשע־ברוך: מאַמע…

מאַמע: מײַן קינד, זײַ מיר מוחל, אַז איך בין געשטאָרבן אַזױ יונג. איך האָב דיך פֿאַרלאָזט און ניט געקענט דיך באַשיצן פֿון די קריװדעס און צרות.

איטשע־ברוך: מאַמע, איך בין שױן אױס גנבֿ, איך האָב אַ פֿרױ און אַ זון.

מאַמע: איטשעלע, מײַן קינד, איך בין אַ פּשוטע פֿרױ, ניט קײן געלערנטע, אָבער איך װעל דיר זאָגן אַ זאַך, װאָס אַלע דײַנע פֿרײַנד־פּראָפֿעסאָרן קענען ניט פֿאַרשטײן.

איטשע־ברוך: יאָ, מאַמע…

מאַמע: דו ביסט קײן מאָל ניט געװען קײן גנבֿ.

איטשע־ברוך: װאָס רעדסטו, מאַמע?… מע רופֿט דאָך מיך ביז הײַנט צו טאָג, - אורקע נאַכאַלניק, דער געװעזענער מלך פֿון די פּױלישע גנבֿים.

מאַמע: איטשע, דו האָסט אַ טעות, און דײַנע געװעזענע חבֿרים האָבן געהאַט אַ טעות. דו ביסט נישט געװען קײן גנבֿ־גנבֿ, עס איז געװען אַ מין שפּיל, אַ שפּיל מיטן לעבן. אַזאַ מין קאַמף. אין דער אמתן ביסטו פּשוט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גרוב פֿון פֿאַלשע געפֿילן, פֿאַלשער יושרדיקײט און גאָלע קריװדעס. דו האָסט געװאָלט פֿאַרטײדיקן דײַן כּבֿוד און דעם אָנדענק פֿון דײַן מאַמע, און ביסט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גרוב… װען איך װאָלט ניט געשטאָרבן אַזױ יונג װאָלטסטו געװאָרן אַ רבֿ, װי דײַן זײדע.

איטשע: מאַמע, איך בין דאָך געװען ממש אַ קינד, אין גאַנצן צעמישט, אָן דערפֿאַרונג אין לעבן, אַ בחור מיט נײַע, אומפֿאַרשטענדלעכע געפֿילן…

מאַמע: אָ־אָ־אָ… אַ רגע, װאַרט אַ רגע. דו געדענקסט, אַז אַ שטיקל צײַט נאָך דײַן בר־מיצװה בין איך געקומען צו דיר אין דער ישיבֿה און דיך אַרױסגענומען פֿון מײַן חבֿרטעס דירה? דו געדענקסט?

איטשע: יאָ, איך געדענק.

מאַמע: און פֿאַר װאָס האָב איך דיך איבערגעפֿירט אױף אַן אַנדער דירה? אַ? דו װײסט דאָך, אַז איך בין קײן מאָל ניט און אין ערגעץ ניט געפֿאָרן אָן דער באַגלײטונג פֿון דײַן טאַטן. און דאָ האָב איך אױסגעטראַכט אַ גאַנצע בױדעם־קלאָץ־מעשׂה, כ’האָב געזאָגט אַ ליגן, נאָר כּדי אַרױסצושלעפּן מײַן חבֿרטע די קורװע פֿון דײַן בעט. גאָטעניו, באַשטראָף מיך ניט פֿאַר די מיאוסע רײד.

איטשע: מאַמע, זײַ מיר מוחל.

מאַמע: דװקא דעמאָלט, אין יענעם פֿאַל ביסטו ניט געװען שולדיק, נאָר טאַקע זי, מײַן חבֿרטע. װען דו ביסט אַהײמגעקומען אױף די יום־טובֿים, האָב איך תּיכּף דערשמעקט, װאָס קומט דאָרט פֿאָר, בײַ מײַן חבֿרטע אין שטוב.

איטשע: מאַמע, איך בעט דיך, גענוג, איך שעם זיך.

מאַמע: מײַן קינד, זײַ מיר מוחל, עס ברענט מיר אױפֿן האַרצן.

איטשע: יאָ…

מאַמע: גאָט איז אַן עדות, כ’האָב ניט געװאָלט שטאַרבן, כ’האָב געקעמפֿט.

איטשע: יאָ, איך געדענק אונדזער לעצטע געזעגענונג.

די מאַמע זעצט זיך אַנידער אױף אַ שטול, איטשע־ברוך שטעלט זיך אױף די קני און לײגט זן קאָפּ אױף דער מאַמעס שױס.

מאַמע: “זון מײַנער… איך האָב דיך ליב און די ביסט מיר טײַערער װי אַלץ אױף דער װעלט, דעריבער װיל איך דיר זאָגן דאָס, װאָס אַן אַנדער מוטער װאָלט אפֿשר נישט געזאָגט, אָבער איך װײס און איך האָב דאָס פֿאָרגעפֿיל, אַז דו ביסט גײַסטיק און קערפּערלעך אַנטװיקלט מער װי לױט דײַנע יאָרן. און דו ביסט נישט קײן מיאוס קינד. געדענק זשע, זײַ געװאָרנט, נישט צו האָבן צו טאָן מיט קײן פֿרױען, װײַל דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז גראָד דערפֿון שטײט דיר פֿאָר דאָס גרעסטע אומגליק. אַז דו װעסט, אם ירצה השם, אַלט װערן אַכצן יאָר װעל איך דיר געבן אַ שײן מײדל, װאָס װעט זײַן װערט צו געװינען דײַן האַרץ. ביז דעמאָלט מײַד אױס װעלכע עס איז פֿרױ, מײַד אױס! פֿאַרשטײסט?”

איטשע: יאָ, מאַמע.

מאַמע: “גיב זיך ליבער די מי צו לערנען כּדי דו זאָלסט װערן אַ מענטש”.

איטשע: יאָ, מאַמע…

מאַמע: “געדענק, איך זאָל זיך נישט אָפּנאַרן מיט דיר, װײַל איך װאָלט אַזאַ חרפּה נישט איבערגעלעבט”.

איטשע: מאַמע…

מאַמע: “דײַן טאַטע איז אַ גוטער און װיל דײַן טובֿה גראָד אַזױ װי איך, אָבער ער פֿאַרשטײט מיך נישט, דער טאַטע מאַכט חוזק פֿון אונדז. גײ אין דײַן זײדנס דרכים, ער האָט זיך אױסגעצײכנט מיט גוטסקײט און ערלעכקײט. געדענק, זאָלסט זײַן אַ מענטש”. זון מײַנער…

אַ װיגליד

איך שלינג די טרערן פֿון אַ פֿרעמדער ליבע

און װער צערונען אין דער שטילער נאַכט,

די שטערן ליגן אין אַ ליבע־פֿיבער,

און װײסן ניט װאָס פֿיל איך, װאָס איך טראַכט.

שלאָף, מײַן ליבער,

שלאָף שױן אײַן,

צי קען דען פּײַן אַ ליבע זײַן?

איך שלינג די טרערן פֿון אַ פֿרעמדער ליבע,

דער װינט פֿון פּײַן הילט מיך אין צער אַרײַן,

װאָס קען איך דיר, מײַן ליבער אוצר, גיבן,

אַחוץ פֿון מײַן נשמהס שטילער שײַן?

שלאָף, מײַן ליבער,

שלאָף שױן אײַן,

צי קען דען פּײַן אַ ליבע זײַן?

איך שלינג די טרערן פֿון מײַן שטילער ליבע,

אַ ליבע, אײַנגעהילט אין גליק און זינד,

פֿון מײַן נשמה איז אַ טרער געבליבן, -

די נאַכט איז אײַנגעשלאָפֿן װי אַ קינד.

שלאָף, מײַן ליבער,

שלאָף שױן אײַן,

צי קען דען פּײַן אַ ליבע זײַן?

די מאַמע װערט פֿאַרשװוּנדן. איטשע בלבט אַלײן, אַ צעטומלטער, אַ צעמישטער.

איטשע: מאַמע… װוּ ביסטו, מאַמע.

מאַמעס קול: װוּ קען איך זײַן, מײַן קינד? איך בין אױף יענער װעלט…

סורקע די גראָבע הײבט אָן צו װײנען אױף אַ קול, ממש יאָמערן.

סורקע: אױ, ריבונו־של־עולם, ריבונו־של־עולם . /צו די שױשפּילער־גנבֿים/ פּאַראַזיטן, באַנדיטן, איצט זעט איר װאָס הײסט אַ ליבע פֿון אַ מאַמע. נבֿלות, באַנדיטן…

סורקע װײנט און אַלע גנבֿים װײנען איר צו.

איטשע־ברוך: גענוג, איר צערײַסט מיר דאָס האַרץ, גענוג! איך קען ניט מער! אַ פּױזע!… מײַנע ליבע דאַמען און הערן, - אַנטראַקט!

פֿערטע סצענע

אױף דער בינע זנען די זעלבע דעקאָראַציעס. אינעם רעסטאָראַן זיצט איטשע־ברוך, לײענט אַ כּתבֿ־יד און טרינקט קאַװע. עס גײען אַרן אורקע נאַכאַלניק און סורקע די גראָבע, און זעצן זיך צו צום טיש.

אורקע און סורקע: אַ גוט־מאָרגן.

איטשע־ברוך: אַ גוט־מאָרגן, אַ גוט־יאָר. דאָס איז גוט, אַז איר זענט געקומען אַ ביסל פֿריִער. פֿאַר מיר איז זײער װיכטיק די הײַנטיקע סצענע און איך האָב געװאָלט אײַך זאָגן אַ פּאָר װערטער אײדער מיר נעמען זיך פֿילמירן, אָבער קודם־כּל נעמט עפּעס װאָס אין מױל אַרײַן. אַ קאַװע, אַ זעמעלע…

אורקע: איטשע, מיר האָבן געהוליעט כּמעט ביז אין דער פֿרי. זײַ מיר מוחל, אָבער קודם־כּל דאַרף איך פּאָפּראַװען דעם קאָפּ…

איטשע־ברוך: איך האָב דאָך געבעטן…

אורקע: דו האָסט דײַן לעבן, איך האָב מײַן לעבן.

אורקע נעמט אַרױס פֿון דער כאָליעווע אַ פּלאַטשיקע מענאַשקע, גיט אַ “גוטן זשליאָקע”, פֿאַרשמעקט מיטן אַרבל און גיסט זיך אָן אַ גלעזל קאַװע.

אורקע: נו, יאָ, איצט, - רעד.

איטשע־ברוך: הערט… די דאָזיקע סצענע איז זײער אַ פּשוטע און אין דער זעלבער צײַט זײער אַ שװערע. איטשע, אַ ישיבֿה־בחור, קומט אַהײם אױף פּסח גלײַך נאָך דעם װי עס איז ניפֿטר געװאָרן זײַן מאַמע. זײַן טאַטע האָט גלײַך חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער פֿרױ, ניט קײן סך עלטער פֿון איטשען. און בײַם ערשטן סדר זיצט די “נײַע מאַמע”, די “מלכּה” לעבן טאַטן… און איר בױך איז גרעסער װי זי אַלײן.

סורקע: יאָ, אַ שײנע מעשׂה…

איטשע־ברוך: און גלײַך נאָכן סדר האָט איטשע, גאַנץ צופֿעליק, דערהערט אַ געשפּרעך צװישן זײַן פֿאָטער און דער שטיף־מוטער, און דװקא װעגן אים, - אַז קײן מענטש װעט שױן פֿון אים ניט זײַן.

סורקע: װאָס הײסט?… איטשע, רעד װי אַ מענטש. איך בין אַ פּשוטע זונה און איך דעריאָג ניט דײַנע איבערגעקערטע דיבורים.

איטשע־ברוך: דאָס הײסט, אַז קײן סוחר, אַזױ װי זײַן טאַטע, װעט ער שױן ניט װערן, נאָר אַ פּוסט מיט גאָרנישט.

אורקע: נו, זעסטו דאָך, אַז ער איז געװען גערעכט. כאַ־כאַ־כאַ…

איטשע־ברוך שטײט אױף און בלבט װי פֿאַרשטײנערט. אַ פּױזע.

אורקע: איטשע, זײַ נישט ברוגז. ס’איז דאָך אַ שפּאַס…

איטשע־ברוך: בקיצור… גלײַך נאָך פּסח האָב איך… מוחל… איטשע האָט אױסגעלײדיקט דעם טאַטנס בײַטל און איז אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם.

אורקע: ברודערל, װאָס זאָל איך דיר זאָגן?… איך פֿאַרשטײ דיך.

איטשע־ברוך: בקיצור… איך װיל ניט דערצײלן װעגן איטשעס װאַנדערונגען, נאָר סוף־כּל־סוף, האָט ער באַקומען רעקאָמענדאַציעס פֿון זײער אַ בכּבֿודיקן רבי און איז אָנגעקומען אין אַ קלײן ליטװיש דערפֿל אין אַ פֿאַמיליע רײַכע ייִדן, װאָס האָט געזוכט אַ מלמד פֿאַר זײערע קינדער.

סורקע: אָ, דאָס איז שױן אינטערעסאַנט.

איטשע־ברוך: און איטשע איז אָנגעקומען צו דער דאָזיקער משפּחה אַ חודש פֿאַר דעם געבורטסטאָג פֿון סאָניע, דעם באַלעבאָס’ טאָכטער. ס’הײסט, כּמעט צו דער פֿײַערונג.

אורקע: אָ, גלײַך צום קנאַק.

איטשע־ברוך: יאָ, און איטשע האָט זיך פֿאַרליבט אינעם מײדל, װי מע זאָגט, פֿונעם ערשטן בליק.

סורקע: קלאָר.

איטשע־ברוך: יאָ, איז װאָס װיל איך אײַך זאָגן װעגן דער דאָזיקער סצענע… ראשית, װיל איך, אַז איר זאָלט פֿאַרשטײן, אַז אין דער סצענע מיט סאָניען רעדט זיך װעגן איטשעס ערשטער אמתער ליבע, - רײנע ליבע, מאַקסימאַליסטישע, אָן אַ טאָרמאָז. צװײטנס, אין דער אָ סצענע װערט איטשע, דער פּראָװינציעלער ישיבֿה־בחור פֿאַרװאַנדלט אין אַ גנבֿ, - אורקע נאַכאַלניק. און דאָס איז דער װיכטיקסטער פּונקט אין איטשעס װעג פֿון דער ישיבֿה צו דער תּפֿיסה.

אין דער זעלבער מינוט קומען אַרן אַלע אַקטיאָרן.

אַלע: אַ גוט־מאָרגן.

איטשע, אורקע, סורקע: אַ גוט־מאָרגן, אַ גוט־יאָר.

אַלע זעצן זיך צו צום טיש, מע טרינקט קאַװע, מע עסט, מע רעדט, עס איז לוסטיק.

איטשע־ברוך: מײַנע ליבע פֿרײַנד, עס זאָל זײַן שטיל. מיר גײען פֿילמירן זײער אַ װיכטיקע סצענע, אָבער אין דער זעלבער צײַט זײער אַן אײנפֿאַכע. הקיצור, אַלע זיצן בײַם טיש און פֿײַערן סאָניעס געבורטסטאָג. מיר האָבן עס שױן רעפּעטירט, און װײַטער שפּילט אַזױ, װי איר װאָלט פּלוצעם געװאָרן גראַף פּאָטאָצקיס קינדער, - זאָרגלאָז, פֿרײלעך און פֿרײַ.

סורקע: אַ רגע, װאַרט אַ רגע. עפּעס דעריאָג איך ניט די גאַנצע מעשׂה. װער װעט שפּילן די סאָנ’קעלע?

איטשע־ברוך: דו.

סורקע: אָ, גאָט מײַנער. איך האָב עס אין גאַנצן פֿאַרגעסן. גוט, גוט, גוט… איך בין סאָניע, איך בין אַ פּריצה, איך בין סאָניע, איך בין אַ טאָפּלדיקע קורװע…

איטשע־ברוך: פּאַן קאָװאַלסקי איז דײַן טאַטע, דער נגיד. מיר הײבן אָן.

אין דער דאָזיקער מינוט לױפֿט אַרן ליזע.

איטשע־ברוך: אַלץ איז אין אָרדענונג?

ליזע: יאָ, יאָ. חבֿרה, מיר הײבן אָן… קאַמערע… אײנס, צװײ, דרײַ…

פּאַן קאָװאַלסקי /װײַטער – סאָניעס טאַטע/: מײַנע ליבע און טײַערע “דאַמעס און הערעס”, הױכגעשעצטע נאַטשאַלסטװע, ליבע געסט, מײַן ליבע טאָכטער. מײַן זײדע, זאָל זיך מיִען, פֿלעג זאָגן, - אַז מע לעבט, דערלעבט מען!

אַלע: בראַװאָ! װיװאַט!

דער טאַטע: און אָט האָבן מיר דערלעבט דעם געבורטסטאָג פֿון אונדזער טײַערער סאָניעטשקע, אַ לעבן אױף איר!

אַלע: בראַװאָ! װיװאַט!

דער טאַטע: אונדזערע חכמים פֿלעגן זאָגן, און איך בין מסכּים מיט זײ /נעמט אַרױס פֿון דער זשילעט־קעשענע אַ צעטל און לײענט/: בוסער מוסער קאַלסאָ אושראָ, - און דער טײַטש דערױף איז, - רבותי, מאַכט אַ לעבן! מײַן ליבע טאָכטער, ביז הונדערט און צװאַנציק! װיװאַט!

די קלעזמאָרים שפּילן “װיװאַט”. אַלע שרען “לחײם”!

סאָניע: גאַװרוסײ װאַי ראַבײסײ, זשע װוּ זאַן פּרי… בקיצור, מעדאַם ענד מוסיאָ… איך בין אַזױ גליקלעך, אַז איר זענט געקומען, און איך בין אַזױ גליקלעך, אַז די װעלט איז פֿול מיט פּראַכט, גלאַנץ און ליבע! און אַ דאַנק מײַנע ליבע עלטערן, װעלכע האָבן מיך אַרױסגעריסן פֿון דער פֿינצטערער מיטל־אַלטער און געגעבן די מעגלעכקײט צו פֿאַרזוכן פֿון דעם אמתן לעבן. איך בין זײער דאַנקבאַר מײַן פֿראַנצײזישן לערער מעסיע ראַבינאָװיטש און… און… מיר װױנען אין אַ דאָרף, אָבער אױך אונדז האָבן געלעזן שלום־אַלוכעם, איציק־לײבוש פֿעפֿער און מענדעלע מוכער־סופֿערם, סופֿאָרם, ספֿאָרם… הע, עס מאַכט ניט אױס, איצט האָב איך אַ נײַעם לערער, רבי איטשע, און ער װעט אַרײַנקלאַפּן אין מײַן קעפּל די ייִדישע חכמה, און איך האָף, אַז אױך איך װעל צוקלעפּן צו זײַן קעפּל אַ טראָפּן אמתע פּשוטע חכמה. מײַנע מאַדאַמען און מעסיאָען, אױך איך האָב צוגעגרײט פֿאַר אײַך אַ פּרעזענט, אַ נײַ ליד, װאָס קומט פֿון װאַרשע. און איך װעל עס זינגען פֿאַר אײַך, מײַנע ליבע טאַטע־מאַמע, מײַנע ליבע דאַמען און הערן. לחײם! װיװאַט!

די קלעזמאָרים הײבן אָן צו שפּילן, סאָניע זינגט און טאַנצט און בעתן טאַנץ הײבט זי אָן צו פֿלירטעװען מיט איטשען און מיט דעם פֿראַנצױז.

סאָניעטשקעס לידל

װען איך גײ מיט דיר, מײַן שאַץ, שפּאַצירן,

װײס איך ניט װוּ בין איך אין דער װעלט,

אין אַ ליבעסאָד איך לאָז זיך פֿירן,

האָסט די גאַנצע װעלט מיט זיך פֿאַרשטעלט.

אױ־װײ, מאַמע,

איך בין אַזױ פֿאַרליבט,

אױ־װײ, טאַטע,

מײַן האַרץ איז װי צעגליט.

אױ־װײ, באָבע,

ער שװײַגט די גאַנצע צײַט

און קוקט אױף מיר אַ ביסל פֿון דער זײַט.

אױ־װײ, מאַמע,

כ’בין ממש װילד פֿאַרליבט

אױ־װײ, מאַמע,

מײַן האַרץ פֿלאַמט װי צעגליט.

אױ־װײ, מאַמע,

נו, זאָג מיר װאָס צו טאָן,

דו זעסט, מײַן לעבן שטײט פּשוט הײַנט אין קאָן.

כ’זע דיך אין דער גאָלדשײַן פֿון די שטערן,

כ’הער דײַן קול אין מורמל פֿונעם טײַך, (טאַאַך)

כ’פֿיל דײַן אָטעם אױף מײַן בלאַסן שטערן,

כ’װער פֿאַרברענט אין פֿלאַמען פֿון דער נאַכט.

אױ־װײ, מאַמע…

האָסט, מײַן שאַץ, מיר צוגעזאָגט אַ לעבן,

דײַן נשמה צוגעקלעפּט צו מיר.

צו די שטערנליכט מיר װעלן שטרעבן,

אין גן־עדן גײן אױף אַ שפּאַציר.

אױ־װײ, מאַמע…

אין מיטן זינגען־טאַנצן:

יאַנקל פּאַראַוואָז /װײַטער - פֿראַנצױז/: מאָן אַמור, איך קום צו דור, װי שטענדיק.

סאָניע: נײן, מײַן שאַץ, הײַנט קומסטו שפּעטער. איך װעל דיר אָנקלאַפּן אין דער טיר. און איצט גײ צו די געסט. אונדזערע באַציִונגען װערן זײער בולט. אַדיע…

סאָניע /צו איטשען/: קומט טאַנצן.

איטשע: איך קען נישט.

סאָניע: איך װעל אײַך אױסלערנען, װאַרט אױף מיר אינעם גאָרטן. ביז שפּעטער, מײַן שאַץ…

איטשע־ברוך: סטאָפּ!… פֿילמירט!… אָבער, ביטע, שפּילט נאַטוראַל, אָן די זשעמאַנסקע שטיקלעך. איר קענט דאָך די אַלע פּאַרשױנען בעסער פֿון אַלע מענטשן אױף דער װעלט. די אײנציקע זאַך װאָס איך בעט פֿון אײַך, שפּילט אַזױ, אַז דער צושױער זאָל גלײבן, אַז דאָס איז אַן אמת. ס’איז קלאָר?

אַלע: יאָ.

איטשע־ברוך: גוט, זײַט מיר מוחל. איז לאָמיר איצט שפּילן װײַטער, די סצענע אין גאָרטן. איטשע און סאָניע. אַלע אַנדערע זײַנען דערװײַל פֿרײַ. סאָניע און איטשע, גײט איבער אין גאָרטן. דו, איטשע, דו האָסט זיך פֿאַרליבט װי אַ קעלבל, און דו, סאָניע, דו האָסט דערפֿילט, אַז דער נײַער רבי קען דיר ברענגען נײַע התלהבֿות אין דער מאָנאָטאָנישקײט פֿון דעם אידיאָטישן דאָרפֿישן לעבן. אַלץ איז קלאָר?

סאָניע און איטשע: יאָ.

ליזע: אײנס, צװײ, דרײַ… קאַמערע…

סאָניע און איטשע שפּאַצירן אין גאָרטן.

סאָניע: איך בין אַ ביסל מיד.

סאָניע זעצט זיך אַנידער אױפֿן גראָז.

סאָניע: רבי, זעצט עץ לעבן מיר.

איטשע זעצט זיך צו.

איטשע: די שטערן זענען הײַנט באַזונדער שײן.

סאָניע: װאָס?

איטשע: איך זאָג, אַז איר זענט שײן װי די לבֿנה.

סאָניע: װײס איך װאָס… לבֿנה־שמעװאָנע…

איטשע: אײַערע אױגן…

סאָניע: זאָג מיר, רבי, האָסט שױן אַ מאָל געהאַט אַ פֿרױ?

איטשע בלבט זיצן װי פֿאַרשטײנערט. סאָניע טוליעט זיך צו צון אים און כּאילו קאַפּריזנע פֿרעגט װידער און װידער:

נו, זאָג מיר, רבי, זאָג שױן, גיכער!

איטשע: נײן, קײן מאָל נישט…

סאָניע: צי װילסטו איצט האָבן?

סאָניע קושט איטשע און ער הײבט אָן נערװעז צו צעשפּיליען סאָניעס קלײדל.

… עס איז געשען.

איטשע: סאָניע־לעבן, איך שװער זיך בײַ גאָט, בײַ דער זון און דער לבֿנה, בײַ מײַן לעבן… אַז איך װעל דיך ליב האָבן ביזן קבֿר. קײן שום זאַך אױף דער װעלט װעט אונדז ניט שײדן.

סאָניע /צעלאַכט זיך/: דאָס אַלץ איז איבעריק. האַלט נאָר די צונג צװישן די צײן. װען ס’װעט זיך נאָך מאַכן אַ געלעגנהײט, װעל איך װידער זײַן דײַנע.

איטשע: סאָניע־לעבן, מײַן געפֿיל איז געגליכן צום תּענוג פֿון גן־עדן. איך האָב דיך ליב. מײַן ליבע…

סאָניע /לאַכט/: ליבע־שמיבע… האָסט מיר ממש צעריסן די גאַנצע…

איטשע: צי האָסטו מיך… זאָג מיר, ביטע, צי האָסטו מיך כאָטש אַ קאַפּעלע גערן?

סאָניע: קאַפּעלע־שמאַפּעלע… דאָס אַלץ איז איבעריק. איך מוז גײן. האַלט די צונג צװישן די צײן. /סאָניע צעלאַכט זיך/ אַ נאַרעלע, זײַ ניט טרױעריק. האָסט זײער אַ גוטן אינסטרומענט. דײַן מתּנה צו מײַן געבורטסטאָג איז מיר געפֿעלן געװאָרן. אַ גוטע נאַכט.

סאָניע לאָזט איבער איטשען זיצן אױף דער ערד און, װי אַ נאַכט־פֿלאַטערל, װערט זי צערונען אין דער נאַכט.

עס לאָזט זיך הערן אַ ניגון. איטשע שטײט אױף פֿון דער ערד און הײבט אָן צו טאַנצן אַ מין לבֿנה־טענצל.

איטשע: הימל און שטערן, בײמער און גרעזער, איר זענט עדות פֿון מײַן ליבע, פֿון מײַן גליק. זי איז געטלעך. רבונו־של־עולם, איך בין גליקלעך, גליקלעך, גליקלעך. איך דאַרף זי זען, איך דאַרף זי אומבאַדינגט זען…

איטשע פֿאַרלאָזט דעם גאָרטן, גנבֿעט זיך צו צו סאָניעס צימער און לײגט צו דאָס אױער צו דער טיר.

איטשע: מײַן געליבטע…

פֿון סאָניעס צימער לאָזט זיך הערן אַ שטילער מאַן־און־פֿרױ־געלעכטער. איטשע בלבט שטײן װי פֿאַרשטאַרט און גלך לײגט ער װידער צו דאָס אױער צו דער טיר.

איטשע: אָ, גאָט מײַנער, דאָס איז דאָך דער פֿראַנצױז ראַבינאָװיטש… סאָניע… פֿראַנצױז… פֿאַררעטערס… טפֿו! איך װעל שױן אין אײַך נקמה נעמען!

אַ רגע צװײ שטײט איטשע װי פֿאַרשטײנערט, ממש װי אַ גולם און גלך נעמט ער יאָמערן אין זיך. ער רסט אױף זיך די האָר, ברעכט די הענט, ביז ער בלבט זיצן אױף דער ערד מיט דער פּלײצע צו דער טיר. פֿונעם צימער לאָזן זיך הערן פֿרײלעכע קולות. איטשע שפּרינגט אױף אױף די פֿיס און װי אַ װילד משוגענער לױפֿט ער אױף אַ מינוטקעלע אַרן אין ראַבינאָװיטשעס צימער און גלך קערט זיך אום מיט אַ סאַקװאָיאַזש אין די הענט. ער שטעלט זיך אָפּ בסאָניעס צימער, עפֿנט אױף דעם סאַקװאָיאַזש, נעמט פֿון אים אַרױס פּעקלעך געלט, זײגערס, צירונג, גאָלדענע צענערלעך, לײגט זײ אַרן אין זן טאָרבע און גײט אַװעק.

איטשע־ברוך: קאַמערע, סטאָפּ! פֿילמירט! זײער גוט! ביז מאָרגן.

אַלע זענען אָפּ, אױף דער בינע בלבן איטשע־ברוך און ליזע.

איטשע־ברוך: ביסט נישט אײפֿערזיכטיק?

ליזע: אױף װעמען?

איטשע־ברוך: אױף סאָניען?

ליזע /לאַכט/: נײן. װאָס זשע מײנסטו, אַז איך קען ניט מײַן סחורה?

איטשע־ברוך: דאָס איז גוט.

ליזע: ביסט מיד?

איטשע־ברוך: יאָ, כ’בין מיד און גליקלעך, און איך האָב דיך ליב.

ליזע: אַ ליגנער.

איטשע־ברוך: װער? איך?

ליזע: אַטאָ װער זשע? איך? נו, זײַ נישט ברוגז.

איטשע־ברוך: איך לאַד דיך אײַן אױף אַ טעסעלע קאַװע.

ליזע: מיט פֿאַרגעניגן.

זײ זעצן זיך צו צום טישל און איטשע־ברוך רופֿט צו דעם קעלנער.

איטשע־ברוך: איך בעט אײַך, אַ בעכער שאַמפּאַניער און שאָקאָלאַד פֿאַר דער פּאַני, אַ גלאָז בראָנפֿן און לעקעך פֿאַר מיר און שפּעטער – קאַװע. אַ דאַנק.

דער קעלנער איז אָפּ.

איטשע־ברוך: איך בין דיר אַזױ דאַנקבאַר פֿאַר דער הילף, אָבער פֿון דער צװײטער זײַט האָב איך מורא, אַז אונדזער זון װעט פֿאַרגעסן װי זעען אױס זײַנע טאַטע־מאַמע.

ליזע: האָב ניט מורא, אונדזער שמוליק איז אין גוטע הענט און ער איז נאָך אַ פּיצל קינד. װאָס קען איך אים העלפֿן? אַפֿילו קײן מילך האָב איך נישט.

איטשע־ברוך: איך בענק נאָך אים.

ליזע: דאָס פֿאַרשטײ איך, אָבער אונדז איז דאָך געבליבן נאָר אַ פּאָר טעג אַרבעט, יאָ, נאָך צװײ סצענעס. און דאַן װעסטו קענען זיצן מיט שמוליקן טאָג און נאַכט.

איטשע־ברוך: יאָ, די סצענע מיטן טאַטע און די שלוס־סצענע אין דער תּפֿיסה. האָסט רעכט.

ליזע: האָסט פֿאַרגעסן אַרײַנצורעכענען דעם עפּילאָג.

איטשע־ברוך: אַ, יאָ.

עס קומט אַרן דער קעלנער, שטעלט אױפֿן טיש די פּאָטראַװעס און איז אָפּ.

איטשע־ברוך: לחײם, מײַן טײַערע.

ליזע: לחײם־טובֿים!

זײ טרינקען און פֿאַרבסן.

איטשע־ברוך: כ’האָב באַקומען אַ בריװ פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון מײַן שװעסטער.

ליזע: װאָס שרײַבט זי?

איטשע־ברוך: װאָס קען זי שרײַבן… זי האַלט אין אײן טענהן, אַז נאָך איר באַזוך בײַ אונדז אין אָטװאָצק איז זי נאָך מער איבערצײַגט געװאָרן, אַז מיר דאַרפֿן קומען לעבן אין ארץ־ישׂראל. אַ ייִד, שרײַבט זי, דאַרף לעבן אין ארץ־ישׂראל.

ליזע: יאָ, אַזױ פּשוט נעמט מען און מע פֿאָרט אין אַ װײַט לאַנד מיט אַ פּיצל קינד?…

איטשע־ברוך: נאָר דער עיקר, שרײַבט זי, אַז אַלע האַלטן אין אײן רעדן װעגן דער מלחמה מיט די דײַטשן, ניט הײַנט מאָרגן, אָט־אָט־אָ.

ליזע: אפֿשר איז זי גערעכט, כאָטש איך פּערזענלעך האָב אַ גרױסן ספֿק, אַ פֿאָלק פֿון גיאָטע און מאָצאַרטן קען ניט זײַן אַכזריותדיק צו אַנדערע פֿעלקער. די דײַטשן זײַנען דאָך אַ פֿאָלק פֿון דער העכסטער קולטור.

איטשע־ברוך: ליזע, ליזע, ליזע… ביסט נאָך אַ קינד. דו װײסט דאָך, אַז איך בין געזעסן אין דײַטשלאַנד, אין דער מאָאַביט־תּפֿיסה און אַ פּאָר דײַטשן האָב איך שױן געזען אין מײַן לעבן. גיאָטע אַהער, גיאָטע אַהין, ס’האָט ניט צו טאָן מיטן עפֿעקט פֿון אַ צעבושעװעטן המון. און װוּהין זענען אַהינגעקומען די דײַטשע און עסטרײַכישע ייִדן? װוּ זענען זײ? מסתּמא געגאַנגען אױף אַ קאָנצערט, אַלע צוזאַמען…

ליזע: נו, מילא, דו װײסט בעסער.

איטשע־ברוך: ליזע, טײַערע, איך קען דיר זאָגן, אַז דעם קרבן איז אַלץ אײנס מיט װעלכער באַגלײטונג מע וועט אים דערמאָרדן, מיט דער באַגלײטונג פֿון מאָצאַרטס טערקישן מאַרש אָדער טשײַקאָװסקיס ערשטן קאָנצערט. בעסער, - בכלל אָן אַ באַגלײטונג.

ליזע: דו ביסט גערעכט. אױב ניט פֿון אונדזערט װעגן טאָ כאָטש פֿאַר אונדזער שמוליקס װעגן. איז לאָמיר פֿאָרן.

איטשע־ברוך: איז לאָמיר פֿאָרן. נאָר קודם־כּל לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט דעם פֿילם.

ליזע /שפּילעװדיק/: איז לאָמיר פֿאָרן.

איטשע־ברוך: איז לאָמיר פֿאָרן.

ליזע : איז לאָמיר פֿאָרן.

איטשע־ברוך: איז לאָמיר פֿאָרן. שױן אָנגעקומען.

איטשע־ברוך פֿאַרטראַכט זיך.

אַ מלחמה־וויגליד

ליזע:

קינדער, קינדער, קינדער, קינדער,

גװאַלד!

ס’איז אַ שׂרפֿה אין אַ יונגן װאַלד!

ייִדן, ייִדן, ייִדן, ייִדן,

װײנט!

קריכט דאָס פֿײַער

איבער הױכע װענט.

איטשע־ברוך:

כ’נעם דאָס קינד,

פֿאַרװיג עס אױף די הענט.

װערט דאָס פֿײַער שטיל,

װי אָפּגעברענט.

שלאָף, מײַן קינד,

די נאַכט איז באַלד פֿאַרבײַ.

זאָל דײַן מזל זײַן דיר

װױל געטרײַ.

ליזע: איטשע…

איטשע־ברוך: יאָ.

ליזע: איך האָב דיך ליב.

איטשע־ברוך: אױך איך האָב דיך זײער ליב.

אױף דער בינע װערט פּאַמעלעך פֿינצטער.

פֿינפֿטע סצענע

אױף דער בינע שטײען די זעלבע דעקאָראַציעס.

קאַבינעט פֿונעם תּפֿיסה־נאַטשאַלניק, פּאַן קאָװאַלסקי. בם טיש אױבן אָן זיצט דער נאַטשאַלניק אַלײן, פֿון בײדע זטן – איטשע און זן טאַטע, ר’ שמואל.

בם קינאָ־אַפּאַראַט שטײען איטשע־ברוך און ליזע.

ליזע: טײַערע פֿרײַנד, איך װיל אײַך דערמאָנען, אַז איצט פֿילמירן מיר אַ סצענע, װאָס קומט פֿאָר קורץ נאָך דעם, װי דער יונגער איטשע האָט באַגנבֿעט דעם קאָכאַנטשיק פֿון זײַן געליבטער, סאָניע. מע האָט אים געכאַפּט גלײַך אױף דער סטאַנציע און אַרײַנגעזעצט אין חד־גדיא. ר’ שמואל, איטשעס טאַטע קומט צו פֿאָרן צום נאַטשאַלניק מיט דער כּװנה צו ראַטעװען זײַן זון פֿון דער תּפֿיסה. אַלץ איז קלאָר?

אַלע: יאָ.

איטשע־ברוך: נו, אױב אַזױ, לאָמיר אָנהײבן. אױך איך בין גרײט.

ליזע: אַכטונג! אײנס, צװײ, דרײַ… קאַמערע!

פּאַן קאָװאַלסקי /װײַטער - פּאַן יאַצעק/: פּאַן פֿאַרבעראָװיטש, איך האָב אײַך פֿאַרבעטן כּדי צו זאָגן, אַז אײַער זון האָט זיך אין אַלץ מודה געװען. און ער װעט זיצן, מינימום צען יאָר. אַז אַ שאָד די צײַט און אַ שאָד דאָס געלט.

ר’ שמואל: פּאַן קאָװאַלסקי, איך פֿאַרשטײ, אַז די לאַגע איז ניט קײן פּשוטע, אָבער אױך פֿון אַ שװערער לאַגע קריכט מען אַרױס. װי זאָגט איר, פּאַן קאָװאַלסקי? אַז מע לאָזט ניט פֿון אױבן קריכט מען אַרײַן פֿון אונטן.

פּאַן יאַצעק: איר זענט אַ ייִד אַ חכם, פּאַן פֿאַרבעראָװיטש. איר װײסט דאָך, מיר לעבן אין זײער, נו פּשוט זײער שװערע צײַטן. ניט אַזױ װי פֿריִער, װען מיר זענען געװען יונג און זאָרגלאָז. אַז איך בין געװען אַ סטודענט האָב איך געשריבן ניט קײן שלעכטע לידער און כ’האָב געהאַט אַ שײנע שטים. אָבער איצטערט… דאגות, דאגות און דאגות… פֿאַמיליע, קינדער, קאַריערע, הוצאָות אָן אַן עק… יאָ… אַזױ איז עס… איר װעט אפֿשר לאַכן, נאָר נאָך אַן איבעררײַס פֿון מער װי פֿינעף און צװאַנציק יאָר האָב איך װידער אָנגעהױבן שרײַבן לידער. אָט הערט אַ נײַ לידל.

ס’ליד פֿון אַן אָרעמען מענטע

װוּ זענען יענע גוטע זיבן יאָר?

זאָל זײַן ניט זיבן, זאָל כאָטש זײַן אַ פּאָר.

כ’פֿלעג האָבן דאָך אַ טױזנטער אַ טאָג.

אַ לאָך אין קאָפּ - איז אַלץ װאָס איך פֿאַרמאָג.

אַ מענטע קען ניט לעבן אָן כאַבאַר.

ס’איז אַן עבֿירה קעגן דער נאַטור.

און צו דער שיסל שטעלט מען ניט קײן נאַר,

און – “הגונבֿ מהגנבֿ פּטור!”

װוּ זענען יענע גוטע װױלע לײַט,

װאָס פֿלעגן רויִק שטײען אין דער זײַט?

מײַן קעשענע געדענקט נאָך יענע צײַטן,

װען ס’פֿלעגט זיך שיטן גאָר פֿון אַלע זײַטן.

אַ מענטע קען ניט לעבן אָן כאַבאַר…

געדענקסטו, װי אױף יעדן שריט און טריט

עס האָט געװאַרט אױף אונדז אַ “פֿעטער ייִד”?

מיט די זכרונות האַנדלט נאָר אַ שװינדלער.

איך דאַרף מפֿרנס זײַן דאָס װײַב און קינדער.

אַ מענטע קען ניט לעבן אָן כאַבאַר…

ר’ שמואל נעמט אַרױס פֿון דער קעשענע אַ דיקן קאָנװערט און לײגט אים לעבן זיך אױפֿן טיש.

ר’ שמואל: אַ שײן לידל, פּאַן קאָװאַלסקי. באַזונדערש די לעצטע שורה.

פּאַן יאַצעק: אָבער אײַער זון, צום באַדױערן, האָט זיך מודה געװען אין דער גניבֿה. אָט, קוקט… אַ פּראָטאָקאָל בלײַבט אַ פּראָטאָקאָל און מודה איז מודה.

ר’ שמואל: איר װײסט דאָך, פּאַן קאָװאַלסקי, אַ מענטש איז דאָך שװאַך, - גיט אים אַ קלאַפּ אין די צײן, װעט ער מודה זײַן, אַז ער איז אַ טערקישער סולטאַן. בקיצור, װיפֿל?

פּאַן יאַצעק: שײן געזאָגט, - אַ טערקישער סולטאַן. זעכציק מאות.

ר’ שמואל: איר װײסט דאָך, פּאַן קאָװאַלסקי, אַז מע האַנדלט מיט װאַלד האָט מען צו טאָן ניט נאָר מיט טערקן, נאָר אַפֿילו מיט אַמעריקאַנער. דרײַסיק מאות און אַ װאָגן האָלץ.

פּאַן יאַצעק: האָלץ, זאָגט איר… און איך האָב זיך דערמאָנט אין קױלן.

ר’ שמואל: קױלן, קױלן… איך האָב אַ שײנעם אַנעקדאָט װעגן קױלן.

פּאַן יאַצעק: איז לאָמיר הערן אַ קלוגע זאַך.

ר’ שמואל: אַזױ… עס טרעפֿן זיך אױף דער גאַס אַ ייִד און אַ פּױער. און דער פּױער זעט אױס אַזױ פֿאַרמאַטערט און טרױעריק, אַז דער ייִד האָט אױף אים רחמנות געקראָגן און געװאָלט אים אַ ביסל פֿרײלעכער מאַכן אױפֿן האַרצן. זאָגט ער צו אים, - פּאַן יאַנעק, הערט אַ נײַעם אַנעקדאָט. הערט אָבער, מיטן קאָפּ, - מע פֿירט מאָשקע קױלן. און דער ייִד הײבט אָן צו לאַכן. װאָס לאַכסטו? - פֿרעגט דער פּױער טרױעריק, - איך קען דאָך דעם דאָזיקן מאָשקע, אַ גוטער זשידעק. פֿאַר װאָס דאַרף מען אים קױלן, פֿאַר װאָס? און דער פּױער װערט נאָך טרױעריקער װי פֿריִער. און דער ייִד לאַכט נאָך שטאַרקער, - הערט, פּאַן יאַנעק, ניט מע פֿירט אים קױלן, ס’הײסט שעכטן, נאָר מע פֿירט אים אַ װאָגן קױלן אױף צו הײצן אַ הרובע. דער ייִד לאַכט, דער פּױער װײנט, - מאָשקע, אַזאַ װױלער זשידעק. נײן, - זאָגט דער ייִד, - ניט קױלן, נאָר קױ־לן… נאָר דער פּױער האַלט אין אײן שאָקלען מיטן קאָפּ, - קױלן אַהער, קױ־לן אַהין… שעכטן, קױלן, די זעלבע זאַך. יאָ, זאָגט דער ייִד צום סוף, - גײ דערצײל אַ גױ אַ ייִדישן אַנעקדאָט…

פּאַן יאַצעק /לאַכט ביז ער הײבט אָן צו שלוקערצן/: גײ דערצײל אַ גױ אַ ייִדישן אַנעקדאָט… פֿופֿציק מאות און אַ װאָגן קױלן. נײן, אַ װאָגן שעכטן…

ר’ שמואל: פֿערציק מאות, אַ װאָגן האָלץ און אַ װאָגן קױלן.

פּאַן יאַצעק: קױלן, שעכטן… דאָס איז גוט. איך בין מסכּים.

ר’ שמואל /נעמט דעם קאָנװערט אין דער האַנט/: מיר קענען גײן?

פּאַן יאַצעק: יאָ. קױלן… דאָס איז גוט. זיכער, אַז איר קענט גײן, נאָר עס איז געבליבן אַ קלײנע פֿאָרמאַליטעט. דער יונגער־מאַן דאַרף אָנשרײַבן מיט זײַן אײגענער האַנט אַ ראַפּאָרט, אַ פּראָשעניע, אַז מע האָט אים אונטערגעװאָרפֿן די אַלע צאַצקעס, - געלט און צירונג. מע האָט אים געסטראַשעט, געשלאָגן און ער האָט מודה געװען אין די זאַכן װאָס ער האָט קײן מאָל ניט געטאָן. קלאָר?

ר’ שמואל /צו איטשען/: נעם אַ פּען און שרײַב דאָס װאָס פּאַן קאָװאַלסקי האָט איצט געזאָגט. שרײַב שױן!… און אין דער הײם װעל איך דיר װײַזן אי האָלץ אי קױלן, װעסט עס לאַנג געדענקען!

איטשע רירט זיך ניט פֿון אָרט, קוקט אין אײן פּינטל און שװגט.

ר’ שמואל: װאָס? ביסט געלײמט געװאָרן פֿון פֿרײד? נעם אַ פּען און שרײַב!

איטשע: איך װעל ניט שרײַבן.

ר’ שמואל: װאָס?

איטשע: איך װעל ניט שרײַבן. איך בלײַב דאָ, אין דער תּפֿיסה. איך װיל ניט לעבן צװישן פֿאַררעטערס.

ר’ שמואל: װאָס? דו, גנבֿ אײנער, אַ נבֿלה. איך װעל דיך באַגראָבן לעבעדיקערהײט, דאָ, אױפֿן אָרט… נעם אַ פּען און שרײַב!

איטשע שװגט. ר’ שמואל רסט זיך פֿון אָרט און װיל דערלאַנגען איטשען.

פּאַן קאָװאַלסקי /שטעלט זיך צװישן זײ און שרײַט/: אױפֿזעער!

עס גײט אַרן אַן אױפֿזעער.

פּאַן יאַצעק /צום אױפֿזעער/: פֿירט אַװעק דעם אַרעסטאַנט אין קאַרצער.

אױפֿזעער: צום באַפֿעל, פּאַן נאַטשאַלניק!

דער אױפֿזעער פֿירט איטשע אַװעק.

פּאַן יאַצעק: יאָ… קינדער – עלטערן, האָלץ – קױלן…

ר’ שמואל: װאָס?

פּאַן יאַצעק: באַרויִקט זיך, פּאַן פֿאַרבעראָװיטש. װאַרט אַ ביסעלע, אַלץ װעט זײַן אין אָרדענונג. איך קען דאָך מײַן סחורה, - אײן טאָג אינעם קאַרצער און ער װעט גוט פֿאַרשטײן דעם אונטערשײד פֿון קױלן און קױ־לן. צו אײַער דיספּאָזיציע, פּאַן פֿאַרבעראָװיטש.

פּאַן יאַצעק איז אָפּ. ר’ שמואל בלבט אַלײן, ער שטײט אױף דער אַװאַנסצענע און װײנט.

ר’ שמואל: ייִדן, מענטשן… מײַן זון איז אַ גנבֿ! גאָטעניו, װאָס טוט מען? בנים גדלתּי ורוממתּי והם פּשעו בי! אַ בראָך! װי לעבט מען װײַטער? גאָטעניו, זאָג מיר. כ’האָב געװאָלט אים איבערגעבן מײַן געשעפֿט, כ’האָב געװאָלט, אַז ער זאָל װערן אַ בכּבֿודיקער סוחר, און ער… ער איז געװאָרן אַ גנבֿ. אַ פֿינצטערע בושה! װי קוקט מען די מענטשן אין די אױגן?… “װוּ איז אײַער זון, ר’ שמואל?” “מײַן זון איז אין מקום!”

ר’ שמואל װײנט.

גאָטעניו, איך װיל ניט לעבן. זײַן מאַמע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, איז שולדיק אין זײַן מפּלה, אין דעם פֿינצטערן בזיון. איך האָב געהאַלטן אין אײן טענהן, - װאָס ניאַנקעסטו זיך מיט אים, װאָס פּאַנקעװעסטו אים? זאָל ער גײן לערנען בײַ מיר אַ פֿאַך. און זי, - נײן, ער װעט זײַן אַ רבֿ. אַ רבֿ… אָט האָט איר אַ רבֿ אַ גנבֿ… ייִדן, מענטשן, זײַט מיר מוחל, מײַן זון איז אַ גנבֿ!…

איטשע־ברוך: קאַמערע, סטאָפּ! זײער גוט. אַ דאַנק אַלעמען. אַ פּױזע, אַלע זענען פֿאַרבעטן צום טיש. פּאַן קעלנער, מיר װילן עסן.

אַלע גײען איבער אינעם “רעסטאָראַן”.

איטשע־ברוך /צו ליזען/: נו, װאָס זאָגסטו?

ליזע: איך מײן, אַז די סצענע איז פֿון די בעסטע.

איטשע־ברוך: אױך איך מײן אַזױ. לאָמיר גײן עסן.

איטשע־ברוך און ליזע שטײען צו צו דער חבֿרה בם טיש.

איטשע־ברוך: נו, חבֿרה, נאָך אײן סצענע און מיר זענען כּמעט פֿאַרטיק. װאָס זאָגסטו, ליזע?

ליזע: עס קען זײַן, אַז מע װעט דאַרפֿן עפּעס קאָרעגירן, אָדער צוגעבן נאָך אַ סצענע, אָבער אין פּרינציפּ… נאָך אײן סצענע און – שױן.

איטשע־ברוך: װאָס שװײַגט איר, חבֿרה? מיר האָבן דאָך הײַנט אַזױ גוט געאַרבעט.

סורקע די גראָבע: װאָס איז דיר פּלוצעם אַזױ פֿרײלעך?…

איטשע־ברוך: דהײַנו?…

סורקע: דהײַנו־שמעהײנו… װאָס? ביסט בלינד און טױב?… אַלע רעדן, אַז ניט הײַנט מאָרגן װעט זיך אָנהײבן אַ מלחמה.

יאַנקל: איטשע, קריך אַראָפּ פֿון הימל. דו שװעבסט אין די װאָלקנס. אַ מלחמה שטײט בײַ דער שװעל, איך פֿיל עס. מע דאַרף שטעלן פֿיס!

מענדל: ריכטיק.

איטשע־ברוך: עס מאַכט ניט אױס, הײַנט - אַן אַקטיאָר, מאָרגן - אַ זעלנער. עמעצער דאַרף דאָך פֿאַרטײדיקן דיך און דײַן משפּחה.

מענדל: יאָ־יאָ, אַבאַלד פֿלי איך. איך בין אַ גנבֿ און איך העלף דיר נאָר װײַל דו האָסט מיר געהאָלפֿן אין חד־גדיא. אָבער צו זײַן אַ סאָלדאַט… װאָס־װער־װען…

איטשע־ברוך: און דו, יאַנקל, װעסטו קעמפֿן קעגן דעם שׂונא צי נײן?

יאַנקל: נײן. איך בין אַ בלאַטער, אַ פּראַװילנע גנבֿ און אַ פּראַװילנע גנבֿ דינט ניט דער מלוכה.

איטשע־ברוך: איז גוט צו װיסן. הײסט עס, אַז איך װעל קעמפֿן אַלײן.

װטער עסן אַלע אין דער שטיל. די שטילקײט װערט אָנגעשטרענגט, קײנער װײסט ניט װאָס צו זאָגן. און פּלוצעם הײבט אָן סורקע די גראָבע צו זינגען:

אַן אומגליקלעכע ליבע

װײן נישט, מאַמע, װײן נישט, טאַטע.

כ’בין אַ גנבֿטע געװאָרן.

פֿונעם לאַנגן־לאַנגן זיצן

װערט דער תּחת מיר געשװאָלן.

אױ, מײדלעך,

איר זאָלט זיך ניט פֿאַרליבן אין אַ גנבֿ.

אױ, שװעסטערלעך,

איר זאָלט זיך ניט פֿאַרליבן מײדלװײַז.

די ליבע װעט אײַך שנײַדן אָן אַ חלף,

און איר װעט זיצן אױף די נאַרעס,

און איר װעט זיצן אױף די נאַרעס

און קנאַקן יאָרן װי די לײַז.

כ’האָב אַמאָל געהאַט אַ בחור,

יאָסעלע דער שלעסער־האַקער,

אַז איך װעל זיך אַסלאַבאָדיען

װעט ער זײַן אַן אַלטער זײדע.

אַלע שװגן און דאָס שװגן װערט אױף ניט איבערצוטראָגן.

איטשע־ברוך: גוט, מײַנע ליבע דאַמען און הערן, אױב אַלע זענען זאַט, דאַן קענען מיר אָנהײבן די לעצטע סצענע. ליזע, דערמאָן, ביטע, דעם אינהאַלט.

ליזע: דאָס איז די סצענע אין װעלכער צום סוף דערהרגענען יאַנקל פּאַראַװאָז און מענדל קנאַק די מסורטע, סורקע די גראָבע, אָבער אין פּרינציפּ איז דאָס דער המשך פֿון דער ערשטער סצענע… זײַט מיר מוחל, דער קאָפּ גײט מיר כאָדאָראָם… איך דאַרף זיך קאָנצענטרירן. יאָ… דאָס איז דער המשך פֿון דער ערשטער סצענע, אין װעלכער דער תּפֿיסה־נאַטשאַלניק און אורקע נאַכאַלניק זוכן װוּהין איז נעלם געװאָרן דער משׂא־מתּן, װעלכן שליאָמקע דער שײגעץ האָט אַרױסגענומען פֿונעם קעסטל.

איטשע־ברוך: פּונקט אַזױ. חבֿרה, איך בעט אײַך, נעמט זיך אין די הענט אַרײַן און מאַכט ניט קאַליע די גרױסע און װיכטיקע אַרבעט. גוט? איר זענט מסכּים?

אַלע: מסכּים.

איטשע־ברוך און ליזע שטעלן זיך צום קינאָ־אַפּאַראַט. חבֿרה פֿאַרנעמען זײערע ערטער אױף דער בינע.

זעקסטע סצענע

די זעלבע קאַמער אין דער תּפֿיסה. יאַנקל פּאַראַװאָז און מענדל קנאַק ליגן אױף די נאַרעס און שלאָפֿן. אורקע נאַכאַלניק זיצט בם טיש און שרבט. עס לאָזט זיך הערן אַ שװאַך קלאַפּן אזן אין אזן. אורקע שטײט אױף און גײט צו צום פֿענצטער. פֿון אױבן לאָזט זיך אַראָפּ אױף אַ שטריקל אַ שטיקל פּאַפּיר, אַ צעדולקע. אורקע נעמט זי אַראָפּ פֿונעם שטריקל, קערט זיך אום צום טיש און לײענט די צעדולקע. אַ רגע צװײ זיצט ער טיף פֿאַרטראַכט, דערנאָך שטײט ער אױף, נעמט שפּאַצירן איבער דער קאַמער און רעדט צו זיך אַלײן.

אורקע: שליאָמקע דער שײגעץ, יאַנקל, מענדל, סורקע די גראָבע, די ליעגאַװע נאָכשפּירערס, מענטעס… פֿופֿציק מאות גרינע… װוּהין איז נעלם געװאָרן שליאָמקע דער שײגעץ… אַ האַרבע קשיא… גוט, נאָך אַ מאָל…

יאַנקל און מענדל כאַפּן זיך אױף, גײען אַראָפּ פֿון די נאַרעס און שטילערהײט גײען צו צו אורקען.

יאַנקל: נו, ברודערל, ס’זענען דאָ נײַעס?

אורקע: יאָ.

מענדל: רעדט שױן.

אורקע: כ’האָב באַקומען אַ צעדולקע פֿון דרױסן. שליאָמקע איז אין ערגעץ נישטאָ, אױף קײן אײן מאַלינע האָט ער זיך ניט באַװיזן, קײנער האָט אים ניט געזען. ניט אין פּױלן, ניט אין ליטע, ניט אין רוסלאַנד און ניט אין בעלגיע.

יאַנקל: װאָס זשע?… די ערד האָט אים אײַנגעשלונגען?

אורקע: אַזױ מײן איך.

מענדל: דהײַנו?

אורקע: איך מײן, אַז ער לעבט שױן נישט. איך בין זיכער, אַז מע האָט אים קאַלט געמאַכט.

יאַנקל: עמעצער פֿון אונדזערע?

אורקע: חס־וחלילה. עמעצער פֿון די מענטעס.

עס עפֿנט זיך אױף דאָס טיר־פֿענצטערל און פֿון יענער זט טיר לאָזט זיך הערן ס’קול פֿונעם אױפֿזעער.

אױפֿזעער: שטײט אױף! מעלדט זיך אָן.

אורקע: איצקאָ פֿאַרבעראָװיטש.

יאַנקל: יאַנקאָ ראַבינאָװיטש.

מענדל: מענדל קאַנאָװיטש.

ס’פֿענצטערל פֿאַרמאַכט זיך און אין דער קאַמער גײט אַרן פּאַן יאַצעק קאָװאַלסקי אין באַגלײטונג פֿונעם קאָרידאָרני.

פּאַן קאָװאַלסקי /צום קאָרידאָרני/: באַגלײט די אַרעסטירטע צו דער פּאָמױניצע.

קאָרידאָרני: צום באַפֿעל, פּאַן נאַטשאַלניק. /צו די אַרעסטאַנטן/ נעמט די פּאַראַשעס און הײַדאַ צו דער פּאָמױניצע.

יאַנקל און מענדל פֿאַרלאָזן די קאַמער אין באַגלײטונג פֿונעם קאָרידאָרני. פּאַן קאָװאַלסקי זעצט זיך אַנידער לעבן אורקע.

פּאַן קאָװאַלסקי: איך װײס מיט װעמען עס שלאָפֿט סורקע די גראָבע.

אורקע: הײַנט איז עס שױן ניט װיכטיק.

פּאַן קאָװאַלסקי: װאָס הײסט?

אורקע: עס איז ניט װיכטיק, װײַל סורקע די גראָבע שלאָפֿט מיט אַ פּאָלק מענטעס. מיך אינטערעסירט אַן אַנדער זאַך, - צי האָט מען געפֿונען שליאָמקע דעם שײגעצעס קערפּער?

פּאַן קאָװאַלסקי: נײן… אָבער – װאָס פּלוצעם - “קערפּער”? דו מײנסט, אַז מע האָט אים…

אורקע: אױף זיכער. עמעצער פֿון אײַערע האָט אָפּגעטאָן אָט די נאַסע אַרבעט. מע דאַרף זוכן דעם קערפּער אױף דער װילע, אינעם קעלער.

פּאַן קאָװאַלסקי: מע האָט געזוכט.

אורקע: עס מוז זײַן נאָך אַ קעלער פֿון דער צװײטער זײַט הױז, אָדער אונטער די טרעפּ בײַם אַרײַנגאַנג.

פּאַן קאָװאַלסקי: אַ שאָד, אַז דו ביסט נישט קײן מענטע.

אורקע: חס־וחלילה. נאָר דאָס פֿעלט מיר אױס. בקיצור, זאָגט מיר, פּאַן נאַטשאַלניק, צי עמעצער פֿון אײַערע האָט גענומען אַן אורלױב גלײַך נאָך דער גנבֿה, איך מײן פֿון די מענטעס, װעלכע זענען געװען אױף דער װילע.

פּאַן קאָװאַלסקי: יאָ, דער סלעדאַק סינקעװיטש איז געפֿאָרן אין דאָרף איבערצונעמען אַ הױז פֿון עמעצן פֿון זײַנע פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים.

אורקע: ער האָט זיך שױן אומגעקערט?

פּאַן קאָװאַלסקי: נאָך ניט.

אורקע: דאָס איז גוט. שיקט צו אים אין דאָרף אײַערע מענטשן. דאָס געלט איז בײַ אים און ער האָט דערהרגעט שליאָמקע דעם שײגעץ.

פּאַן קאָװאַלסקי: זיכער?

אורקע: װי איך בין אַ ייִד. אַגבֿ, אַז מע רעדט שױן װעגן ייִדן. איך האָב צו אײַך אַ ביטע. געפֿינט װאָס גיכער שליאָמקעס קערפּער. דאָס איז ניט גוט, אַז ער װאַלגערט זיך ערגעץ דאָרטן אין קעלער פּשוט װי אַ פּגר, באַהיט זאָל מען זײַן.

פּאַן קאָװאַלסקי: איך גיב דיר מײַן ערנװאָרט.

אורקע: מײַן לערער, דער מלך פֿון די װילנער פּראַװילנע גנבֿים, הערשעלע קאַרמאַנשטשיק, זכרונו לבֿרכה, פֿלעג זאָגן, - אַלץ קען מען זײַן, אָבער אַ ייִד דאַרף מען זײַן.

פּלוצעם לאָזן זיך הערן באָמבען־אױפֿרסן. אױפֿן הינטער־פֿאָרהאַנג װערן פּראָיעקטירט די קאַדרען פֿון דער ערשטער באָמבאַרדירונג אױף װאַרשע. אױף דער בינע - אַן אמתער כאַאָס, - מע לױפֿט, מע שרט, מיט אײן װאָרט - אַ מלחמה־בהלה!

איטשע־ברוך /צו ליזע/: ליזע, טײַערע, מלחמה!… פֿאָר קײן אָטװאָצק, נעם שמוליקן און אַנטלױף קײן װילנע צו דײַנע עלטערן.

ליזע: אָן דיר װעל איך ניט פֿאָרן. און װאָס װעט זײַן מיט אונדזער פֿילם?

איטשע־ברוך: אין דר’ערד אַרײַן מיט דעם פֿילם! פֿאָר קײן אָטװאָצק, צו שמוליקן, האָב איך דיר געזאָגט. איך װעל אײַך דעריאָגן אין װילנע.

ליזע: נײן!…

איטשע־ברוך: יאָ, האָב איך דיר געזאָגט, יאָ, לױף צו שמוליקן! ל־ױ־ף!!!

אױף דער בינע טוט זיך עפּעס שרעקלעכס, - תּוהו־ובֿוהו. ליזע װערט אנגעשלונגען אין תּוך פֿון דעם המון.

אַ פּאָר מענטשן באַפֿאַלן איטשע־ברוכן:

זשידעק! פּאַנאָװע, אָט איז אַ זשידעק! שלאָגט זשידקעס!

איטשע־ברוך שלאָגט זיך מיט אַ גרופּע באַנדיטן.

איטשע־ברוך: ייִדן!!! ייִדן, העלפֿט מיר, העלפֿט!…

דער המון צעלױפֿט זיך.

איטשע־ברוך בלבט ליגן אױף דער בינע, אײנער אַלײן. מיט די לעצטע כּוחות שטײט ער אױף.

איטשע־ברוך: ייִדן, װוּ זענט איר, ייִדן? מע דאַרף קעמפֿן… פֿאַר װאָס זענט איר זיך צעלאָפֿן?… ייִדן… ברידערלעך, פּראַװילנע גנבֿים, װוּ איז אײַער גנבֿישער כאַראַקטער? װוּ זענט איר? ברידער מײַנע, פּאָליאַקן, פֿאַר װאָס זענט איר מיך באַפֿאַלן, פֿאַר װאָס? מיר עסן דאָך פֿון אײן טעלער… מענטשן, װוּ זענט איר, מענטשן?… איר שװײַגט?… איך האָב נישט קײן טענות צו קײנעם ניט… עס שטײט דאָך געשריבן – רחמנא לבא בעי – נאָר גאָט װײסט די כּװנות פֿון מענטשנס האַרץ, און איך גײ קײנעם ניט מישפּטן… אָ, גאָט מײַנער… איך בלײַב אַלײן… איז זאָל זײַן “אַלײן”… נאָר איך װעל יאָ קעמפֿן, ביזן לעצטן אָטעם… איך בין געװען אַ גנבֿ, איך בין געװען אַ שרײַבער… איצט בין איך פּשוט אַ מענטש… און איך װעל קעמפֿן!…

עפּילאָג

אױף דער בינע װערט האַלב פֿינצטער, בין־השמשותדיק.

אױף דער אַװאַנסצענע שטײט איטשע־ברוך.

איטשע־ברוך: איך הײס ­­/רופֿט אָן זײַן נאָמען/ און איך האָב געשפּילט די הױפּטראָלע, די ראָלע פֿון יצחק־ברוך פֿאַרבעראָװיטש, אַ מענטש פֿון זײַן צײַט, אַ מענטש מיט אײן קערפּער און דרײַ גילגולים אין משך פֿון אײן לעבן, - איטשעלע, אַ נײַגעריקער ישיבֿה־בחור, אורקע נאַכאַלניק, דער מלך פֿון די פּױלישע גנבֿים, אורקע נאַכאַלניק, אַ ייִד אַ דעמב, אַן אַסירניק, און שפּעטער - אַ שרײַבער, אַ קינסטלער, אַ געטרײַער מאַן און טאַטע. יצחק־ברוך פֿאַרבעראָװיטש און אורקע נאַכאַלניק, - אײן גוף און דרײַ גילגולים אין משך פֿון אײן לעבן.

מע דערצײלט הונדערטער לעגענדעס װעגן מײַן טױט, אײנע שענער פֿון דער צװײטער. װעלכע פֿון זײ איז אַ ריכטיקע װעל איך אײַך ניט זאָגן, דאָס איז ניט װיכטיק, װײַל זײ אַלע דערצײלן װעגן אַ העלדישן טױט פֿון אורקע נאַכאַלניק בעתן אױספֿירן אַן אַנטי־דײַטשישע נקמה־אַקציע. דאָס איבעריקע איז ניט מער װי אַ װערטער־צירונג, פֿאָלקלאָר. װאָס קען מען טאָן? מענטשן האָבן ליב גיבורים. איך גופֿא בין פּשוט געגאַנגען אױף קידוש־השם, איך האָב געקעמפֿט לטובֿות מײַן פֿאָלק און געפֿאַלן אין אַ שלאַכט. דאָס איז אַלץ.

הײַנט װײסט די גאַנצע װעלט, אַז מיר, ייִדן זענען ניט הפֿקר־פּעטרישקע, נײן, מיר זענען אױף אײביק. אױב איר גלײבט מיר נישט טאָ פֿרעגט בײַ אורקע נאַכאַלניקן, ער װײסט עס אױף זיכער, ער װײסט װאָס ער זאָגט, ער װײסט װאָס ער טוט, אורקע נאַכאַלניק, זכרונו לבֿרכה…

עס לאָזט זיך הערן אַ שטילער ניגון און אין דעם ניגון װעבט זיך אַרן דאָס קול פֿון איטשעס מאַמע.

מאַמע: זון מײַנער.

איטשע־ברוך: יאָ, מאַמע.

מאַמע: איך האָב געװוּסט, אַז דו װעסט גײן אין די דרכים פֿון דײַן זײדן. ער האָט זיך אױסגעצײכנט מיט גוטסקײט און ערלעכקײט. זון מײַנער, דער װעג דײַנער איז געװען אַ שװערער, נישט קײן אײנפֿאַכער, נאָר איך האָב געװוּסט, אַז צום סוף װעג װעסטו װערן אַ מענטש.

דער ניגון װערט שטאַרקער. די מאַמע זינגט:

אַ וויגליד

איך שלינג די טרערן פֿון מײַן שטילער ליבע,

כ’װער אײַנגעהילט אין דעם געזאַנג פֿון װינט,

פֿון מײַנע טרערן איז אַ ליד געבליבן,

די נאַכט איז אײַנגעשלאָפֿן װי אַ קינד.

שלאָף, מײַן ליבער,

שלאָף, שױן אײַן.

צי קען דען פּײַן אַ ליבע זײַן?

ישׂראל - פּױלן, 2002 – 2010