Michael Felsenbaum

אַ שׂימחה אין שטעטל (צווייטער אַקט)

A Celebration in the Town (Act Two)

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

צווייטער אַקט

ערשטע סצענע

די בינע איז צעטײלט אויף צווײ חלקים, פֿון רעכטס – צדקיהוס רעזידענץ, פֿון לינקס – נבֿוכדנאצרס רעזידענץ, אין מיטן דער בינע – אַ הרודע שטײנער. צדקיהו זיצט אויפֿן טראָן, הינטערן טראָן שטײען זײַנע זין און די טאָכטער. אַנטקעגן אים שטײען יוחנן בן־קרח און ירמיהו הנבֿיא. פֿון דרויסן לאָזט זיך הערן אַ רעש, – אויפֿרײַסן, זמירות און יאָמער־געווײן. די אַטמאָספֿער אינעם רעזידענץ־זאַל איז אַן אָנגעשטרענגטע. אַלע שווײַגן. סוף־כּל־סוף ווענדט זיך צדקיהו המלך צו יוחננען.

צדקיהו: איך גלײב ניט, אַז ס’איז ניטאָ קײן מעגלעכקײט צו פֿאַרטײדיקן די הײליקע שטאָט און גאָטס הויז. מיר מוזן געפֿינען רעזערוון. וווּ זענען דײַנע מיצרים? זײ האָבן דאָך צוגעזאָגט צוצושיקן צוואַנציק טויזנט קאַוואַלעריסטן. וווּ זענען זײ?

יוחנן: אײַער מאַיעסטעט, זײ זענען נאָך ניט אָנגעקומען און איך האָב אַ חשד, אַז זײ וועלן ניט קומען. אַלע אונדזערע רעזערוון זענען אויסגעשעפּט. מיר האָבן ניט קײן זעלנערס, מיר האָבן ניט קײן געווער, עס איז ניט געבליבן קײן וואַסער און מעל. די מענטשן שטאַרבן פֿון הונגער. איז ניטאָ קײן ברירה. מיר מוזן אָפּראַטעווען ס’רעשט זעלנערס און אָפּטרעטן קײן מצרים. דאָרט וועלן מיר פֿאַרהײלן די וווּנדן, און צוזאַמען מיט די מיצרים און מיט גאָטס הילף זיך אומקערן קײן ירושלים. פּרעה האָט מיר געגעבן זײַן ערנוואָרט, אַז ער וועט אונדז העלפֿן מיט קאַוואַלעריע. אײַער מאַיעסטעט, מיר מוזן אָפּראַטעווען ס’רעשט פֿון אונדזער אַרמײ.

צדקיהו: און דאָס רעדט מײַן מיליטער־מיניסטער? איך גלײב ניט, אַז ס’איז ניטאָ קײן אויסוועג. וואָס שווײַגסטו, ירמיהו?

ירמיהו: אַלץ, וואָס כ’האָב געהאַט צו זאָגן האָב איך שוין געזאָגט. דו קענסט ניט גײן קעגן גאָטס ווילן. נײן, דו קענסט יאָ, אָבער ס’וועט דיר גאָר ניט העלפֿן. די געצנדינער וועלן רויִנירן די הײליקע שטאָט און חרובֿ מאַכן גאָטס הויז און דו, צדקיהו, דער לעצטער מלך פֿון יהודה, דו וועסט גײן אין בבֿל און אין בבֿל וועסטו שטאַרבן, נאָר דײַנע אויגן וועלן דאָס ניט זען.

צדקיהוס טאָכטער: טאַטעשי, גענוג שוין, פֿאַרטרײַב דעם באַווײנער.

צדקיהו: שווײַג.

צדקיהוס טאָכטער: וואָס שווײַג? וואָס שווײַג? איך בין דאָך ניט קײן חתונה־געהאַטע. אַלע טאַטעס זענען ווי טאַטעס, און דו? פֿאַר מיר האָסטו שטענדיק נאָר אײן וואָרט, – שווײַג!

צדקיהו: “שווײַג”,– האָב איך געזאָגט. און איר, מײַנע זין, וואָס שווײַגט איר?

צדקיהוס זין /צוזאַמען/: טאַטעשי, מיר האָבן ניט וואָס צו זאָגן, מיר זענען פֿאַרנומען.

צדקיהוס טאָכטער: טאַטעשי, איך האָב אײַך אַלע אין דר’ערד. געפֿין מיר אַ חתן, ווײַל איך וויל ניט שטאַרבן אַן אַלטע מויד. איך וויל, אַז דו זאָלסט האָבן אַ יורש. צי אפֿשר בין איך שולדיק, אַז דײַנע זין זענען קראַנק און קענען ניט האָבן קײן קינדער. צי אפֿשר ווילסטו, אַז איך זאָל זיך אַלײן מאַכן קינדער? מיט אַ פֿינגער?

צדקיהו: טפֿו אויף דיר! שווײַג!

צדקיהוס טאָכטער: שווײַג אַלײן, אַלטער שמאָק!

ירמיהו: שעם זיך, מײדעלע. אין דער תּורה שטײט געשריבן, – כּבד את אָבֿיך ואת אימך.

צדקיהוס טאָכטער: אָ, גיט נאָר אַ קוק אויף דעם שטעל־פֿאַרטרעטער פֿון גאָט אויף דער וועלט. דו ביסט ניט מער ווי אַן אַלטער עובֿר־בטל און אַ נודנע באַווײנער. נאָר ווײנען קענסטו. “דאָס איז שלעכט און יענץ איז ניט גוט”. און וואָס איז גוט? האַ? דו שווײַגסט? בקיצור, טאַטעשי, געפֿין מיר אַ חתן. אַניט, וועל איך זיך אָנטאָן אַ מעשׂה.

יוחנן: אײַער מאַיעסטעט, אַנטשולדיקט מיר, אַז איך מיש זיך אַרײַן אין אײַערע פֿאַמיליע־ענינים, אָבער איך מײן, אַז איך קען צושדכענען אײַער טאָכטער זײער אַ פֿײַנעם בחור.

צדקיהו: למשל.

יוחנן: אײַער מאַיעסטעט, איך בין זיכער, אַז אײַער טאָכטער נײטיקט זיך אין אַ מאַן אַ גיבור, אַז אײַערע אײניקלעך זאָלן זײַן מוטיקע און קרעפֿטיקע ייִדן. און איך קען אַזאַ מענטשן. הײסן הײסט ער עבֿיקה בן־ישׂראל און ער איז אונדזער בעסטער זעלנער. הײַנט אין דער פֿרי, ווען די בבֿלער האָבן אָנגעהויבן באַשיסן אונדזערע פּאָזיציעס מיט קאַטאַפּולטן, האָט ער, עבֿיקה בן־ישׂראל, אַ שפּרונג געטאָן אויף די שוצווענט און גענומען כאַפּן די פֿליִענדיקע שטײנער מיט די הוילע הענט און זײ צוריק געוואָרפֿן אויף די שׂונאים.

צדקיהו: וואָס דערצײלסטו מיר באָבע־מעשׂיות?

יוחנן: אײַער מאַיעסטעט, בעיני ראָיתי, כ’האָב געזען מיט מײַנע אײגענע אויגן. ווען מיר וואָלטן געהאַט נאָך אַ פּאָר אַזעלכע עבֿיקהס, וואָלטן מיר זיך ניט גענײטיקט אין קיין הילף פֿון די מצרים.

צדקיהוס טאָכטער: טאַטעשי, זײַ ניט קײן עקשן. איך וויל אים. תּיכּף־ומיד!

צדקיהו: וואָס זאָגסטו אויף דעם, ירמיהו? איך דאַרף דאָך האָבן אַ יורש…

ירמיהו: אַלץ, וואָס כ’האָב געהאַט צו זאָגן, האָב איך שוין געזאָגט, צדקיהו, דער לעצטער מלך פֿון יהודה.

צדקיהוס טאָכטער: וואָס קרעכצסטו ווי אַן אַלטע ייִדענע? פּאַשאָל וואָן, אַלטער כּלבֿ!

ירמיהו: אײַער מאַיעסטעט, איך מײן, אַז יוחנן בן־קרח איז גערעכט. מע דאַרף אָפּראַטעווען ס’רעשט פֿון דער אַרמײ און יורד זײַן קײן מצרים.

צדקיהו /צו יוחנען און ירמיהו/: איר זענט פֿרײַ. איך בלײַב אין ירושלים מיט מײַן פֿאָלק. יוחנן, זאָג דעם זעלנער עבֿיקה, אַז זײַן מלך וויל אים זען. דאָס איז מײַן לעצטער באַפֿעל. דו ביסט מער ניט קײן מיליטער־מיניסטער און איך בין ניט מער דײַן מלך. ביסט פֿרײַ!

יוחנן: אײַער מאַיעסטעט, אַנטשולדיקט מיר, אָבער נאָר אַ דאַנק עבֿיקהן האָבן די בבֿלער נאָך ניט פֿאַרכאַפּט די שטאָט. אַז איך וועל אים אַראָפּנעמען פֿון די פּאָזיציעס וועט די שטאָט רויִנירט ווערן נאָך אײדער ער וועט באַווײַזן קומען אין אײַער פּאַלאַץ.

צדקיהוס טאָכטער: דו ביסט אַ פֿאַררעטער. פּאַשאָל וואָן!

ירמיהו און יוחנן בן־קרח גײען אַרויס פֿונעם זאַל. צדקיהו רעאַגירט ניט, ער איז פֿאַרטיפֿט אין זײַן טרויער. זײַנע זין שטײען הינטערן טראָן און דלובען אין די נעזער.

צווײטע סצענע

צדקיהוס טאָכטער גײט צו צום פֿאָטער, לאָזט זיך אַראָפּ אויף די קני און נעמט אים אַרום.

צדקיהוס טאָכטער: טאַטעשי, זײַ ניט אומעטיק. וועסט נאָך זען, אַלץ וועט זײַן אין אָרדענונג. אָט וועט קומען עבֿיקה און מיר וועלן אַנטלויפֿן. אונטערן פּאַלאַץ איז דאָ אַ הײל, וואָס פֿירט ביז יריחו. אין דער מלוכה־קאַסע איז נאָך געבליבן גענוג גאָלד. מיר וועלן לעבן ווי אַלע נאָרמאַלע מענטשן, אָן די ווײנענדיקע נבֿיאים, אָן פֿאַררעטערס און תּחת־לעקערס. איך וועל דיר שענקען אַ סך אײניקלעך און אַז זײ וועלן אויסוואַקסן וועלן זײ אומקערן אין דער משפּחה די קרוין פֿון מלכּות־יהודה און אַרויפֿלײגן די קרוין אויף דײַן קאָפּ. טאַטעשי, נו, זײַ ניט אומעטיק. זאָג שוין אַ וואָרט.

צדקיהו: “שווײַג!” /צדקיהו און זײַן טאָכטער צעלאַכן זיך/ מײַן טאָכטער, איך מײן, אַז דו ביסט אַ ביסל לײַכטזיניק, – דו האָסט באַלײדיקט און אַרויסגעטריבן דעם נבֿיא און דעם מיליטער־מיניסטער. און ווי קענסטו רעדן וועגן קינדער ווען דו ביסט דערווײַל אַ מײדל. מע דאַרף דאָך ערשט חתונה האָבן.

צדקיהוס טאָכטער: טאַטעשי, זײַ רויִק. איך בין זיכער, און מײַן האַרץ פֿילט, אַז דער דאָזיקער עבֿיקה איז מײַן באַשערטער. אַבי ער זאָל קומען, און ווײַטער איז שוין מײַן דאגה. זײַ רויִק.

די אויפֿרײַסן און געשרײען אין דרויסן ווערן העכער. עס לאָזט זיך הערן אַ קלאַפּ אין דער טיר און אין זאַל, זשאָנגלירנדיק מיט גרויסע שטײנער, לויפֿט אַרײַן אַ קלײנוווּקסיק מענטשעלע, ממש אַ קאַרליק. ער שטעלט זיך אָפּ בײַם טראָן, לײגט אַוועק די שטײנער אויף דער ערד און ווענדט זיך צום מלך.

עבֿיקה: אײַער מאַיעסטעט, זעלנער עבֿיקה בן־ישׂראל אַשכּנזי איז געקומען לויט אײַער באַפֿעל.

צדקיהו: עבֿיקה, איך האָב געהערט וועגן דײַן מוטיקײט און העלדישקײט. איך וויל דיך באַלוינען. קענסט בעטן אַלץ וואָס דו ווילסט.

עבֿיקה: באמת?

צדקיהו: באמת.

עבֿיקה: אײַער מאַיעסטעט, איך בין דאָך אַ פּשוטער דאָרפֿישער ייִד און איך האָב ניט קײן גרויסע אויגן. איך דאַרף ניט האָבן ניט קײן גרויסע שטעלעס, ניט קײן גאָלד און ניט קײן פּאַלאַצן. איך דאַרף האָבן עמעצן וואָס זאָל מיר צוהעלפֿן באַלעבאַטעווען אין הויז. אויב איר האָט שוין גערעשעוועט צו באַלוינען מיך, טאָ גיט מיר אַוועק אײַער טאָכטער פֿאַר אַ פֿרוי און פֿאַר אַ באַלעבאָסטע אין מײַן הויז און מיט דעם וועלן מיר פֿאַרענדיקן דאָס גאַנצע געשעפֿט.

צדקיהוס טאָכטער: נו, איצט זעסטו, טאַטעשי, אַז איך בין געווען גערעכט. /צו עבֿיקהן/ מײַן אוצר, מײַן טײַערער, געליבטער, מײַן העלד, איך בין מסכּים. /צום מלך/ טאַטעשי, נו זאָג שוין אַ וואָרט. וואָס זיצסטו ווי אַ פּאָץ אומגעוואַשן?

צדקיהו: שווײַג! מײַנע קינדער, וואָס קען איך אײַך זאָגן? זײַט גליקלעך.

די אויפֿרײַסן, טומל, געשרײען און יאָמער לאָזן זיך הערן אַלץ העכער און נענטער. צדקיהו און זײַן טאָכטער רוקן אַוועק דעם טראָן אין אַ זײַט, עפֿענען אויף דאָס דעקל אונטערן טראָן און צדקיהו, דער לעצטער מלך פֿון יהודה, זײַנע זין, די טאָכטער און עבֿיקה בן־ישׂראל אַשכּנזי לאָזן זיך אַראָפּ אין דער לאָך אינעם פּאָל און ווערן נעלם. עס ווערט פֿינצטער.

דריטע סצענע

ס’נעמט דונערן און בליצן. פֿון הימל נידערן אַראָפּ פֿיר פֿײַערזײַלן און שטעלן זיך אָפּ אין פֿיר עקן פֿון דער בינע. פֿון בײדע זײַטן פֿון דער בינע גײט אַרויס דער מלאָכים־כאָר און שטעלט זיך אויס אין אַ שורה פֿון הינטער דער בינע. אויף די שטײנער אין מיטן דער בינע ליגט ירמיהו הנבֿיא. עס לאָזט זיך הערן אַ געווײן און אינעם יאָמער וועבט זיך אַרײַן גאָטס קול.

ס’קול:

הערט איר, הימלען, און פֿאַרנעם דו, ערד,

ווײַל גאָט האָט גערעדט:

קינדער האָב איך דערצויגן און דערהויבן,

און זײ האָבן געזינדיקט קעגן מיר. (ישעיהו, א’ ב)

מלאָכים־כאָר:

אוי־ווײ איז צו דיר, זינדיקע אומה,

פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשווערט,

זוימען פֿון שלעכטסטוערס,

קינדער פֿאַרדאָרבענע.

פֿאַרלאָזט האָבן זײ גאָט,

געלעסטערט דעם הײליקן פֿון ישׂראל,

אַהינטער זיך אָפּגעקערט. (ישעיהו, א’ ד)

ס’קול:

ווי איז געבליבן זיצן אַלײן די שטאָט פֿון פֿיל פֿאָלק,

געוואָרן ווי אַן אַלמנה,

די פּרינצעסין צווישן די אומות.

די הערשערין צווישן די מדינות

איז געוואָרן באַלײגט מיט צינז.

ווײנען טוט זי ווײנען בײַ נאַכט

און איר טרער איז אויף איר באַק. (איכה א’ א, ב)

מלאָכים־כאָר:

ניט געשען זאָל עס אײַך, אַלע וועגגײערס!

טוט אַ קוק און זעט

צי איז דאָ נאָך אַזאַ ווײטיק ווי מײַן ווײטיק

וואָס איז מיר אָנגעטאָן געוואָרן,

ווען גאָט האָט מיך פֿאַראומערט. (איכה א’, ל)

ס’קול:

ווײגעשרײ אויף מײַן הויז!

קינדער מײַנע, וווּ זענט איר?

מײַנע ליבסטע, וווּ זענט איר?

מלאָכים־כאָר:

זײער האַרץ האָט געשריִען צו גאָט:

מויער פֿון טאָכטער ציון,

לאָז רינען טרערן ווי אַ טײַך,

טאָג און נאַכט…

שטײ אויף, שרײַ אין דער נאַכט,

גיס אויס ווי וואַסער דײַן האַרץ

פֿאַר דעם פּנים פֿון גאָט. (איכה ב’ יח, יט)

ס’קול:

ירמיהו, איך בין הײַנט געגליכן געוואָרן צו אײנעם וואָס האָט געהאַט אַ בן־יחיד,

און ער האָט פֿאַר אים אַ חופּה געגרײט. און דער בן־יחיד איז געשטאָרבן אונטער דער חופּה.

מלאָכים־כאָר:

שטײ אויף, שרײַ אין דער נאַכט,

גיס אויס דײַן האַרץ

פֿאַר דעם פּנים פֿון גאָט.

ס’קול:

ירמיהו, האָסט גאָר ניט קײן מיטלײַד. ניט אויפֿן פֿאָטער און ניט אויף דעם זון. שטײ אויף, גײ, רוף צו מיר אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, און אויך משה. זאָלן זײ אויפֿשטײן פֿון די קבֿרים און באַווײנען דעם צער פֿון זײערע קינדער.

מלאָכים־כאָר:

שטײ אויף, שרײַ אין דער נאַכט,

גיס אויס דײַן האַרץ

פֿאַר דעם פּנים פֿון גאָט.

ירמיהו: רבונו־של־עולם, קײנער ווײסט דאָך ניט וווּ משהס קבֿר איז, אויך איך ווײס ניט.

ס’קול:

גײ און שטעל זיך בײַם ברעג פֿון ירדן און רוף: “משה בן־עמרם, שטײ אויף און זע, – דײַנע שעפֿעלעך זענען פֿאַרצוקט געוואָרן פֿון דעם פֿײַנט”.

מלאָכים־כאָר:

שטײ אויף, שרײַ אין דער נאַכט,

גיס אויס דײַן האַרץ

פֿאַר דעם פּנים פֿון גאָט.

ירמיהו /האַוועט זיך איבער דער בינע און רופֿט/: אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, שטײט אויף, דער אײבערשטער רופֿט אײַך.

מלאָכים־כאָר:

שטײט אויף, שטײט אויף,

דער אײבערשטער רופֿט אײַך,

שטײט אויף און קומט.

עס הײבט אָן דונערן און בליצן. פֿון דער ערד שטײען אויף אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, אַלע אין ווײַסע קלײדער.

אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ: וואָס איז געשען?

ירמיהו: איך ווײס ניט, גאָט ווײסט.

ירמיהו /האַוועט זיך איבער דער בינע און רופֿט/: משה בן־עמרם, משה בן־עמרם, שטײ אויף, דער רבונו־של־עולם רופֿט דיך צו זיך.

מלאָכים־כאָר:

משה בן־עמרם, משה בן־עמרם,

שטײ אויף,

דער אײבערשטער רופֿט דיך צו זיך.

עס הײבט אָן צו דונערן און בליצן. פֿון דער ערד שטײט אויף משה רבנו אין ווײַסע מלבושים.

משה: וואָס פּלוצעם?

ירמיהו: איך ווײס ניט, קום!

ירמיהו, משה רבנו, אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ גײען צו צום מלאָכים־כאָר און משה ווענדט זיך צו זײ.

משה: איר, מלאָכים, איר, הײליקע דינער פֿון גאָט־ברוך־הוא, אפֿשר ווײסט איר פֿאַר וואָס זענען מיר הײַנט גערופֿן זיך שטעלן פֿאַרן באַשעפֿער?

מלאָכים־כאָר:

ווײנט, גאָטס קינדער,

יאָמערט, נבֿיאים,

דער בית־המיקדש איז חרובֿ געוואָרן.

ווײנט, גאָטס קינדער,

יאָמערט, נבֿיאים,

ס’פֿאָלק ישׂראל איז אין גלות פֿאַרטריבן געוואָרן.

אוי, ווי וויסט און חרובֿ איז געוואָרן יהודה.

אוי, ווי פּוסט און לײדיק זענען די וועגן,

וואָס פֿירן קײן ירושלים.

אַבֿרהם: אָ, דו, באַשעפֿער פֿון דער וועלט, פֿאַר וואָס האָסטו געבראָכן די הבֿטחה וואָס דו האָסט מיר געגעבן. איך, דײַן קנעכט אַבֿרהם, איך האָב אַלעמען געלערנט ווער דו ביסט און ווי אַזוי מע דאַרף דיר דינען. פֿאַר וואָס האָסטו צעבראָכן דעם בונד און צעטראָטן דײַן פֿאָלק ישׂראל.

מלאָכים־כאָר: אוי, ווײ, אוי, ווײ, געוואַלד, געוואַלד געשריִען…

ס’קול:

וואָס האָט איר זיך אויסגעשטעלט שורותווײַז און ווײנט?

צי אפֿשר ווײנט איר צוליב זיך?

מלאָכים־כאָר: מיר ווײנען צוליב דײַן קינד אַבֿרהם.

ס’קול: אַבֿרהם, דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט, זײ האָבן עובֿר געווען אויף דער גאַנצער תּורה.

יצחק: רבונו־של־עולם, ווען מײַן פֿאָטער האָט מיך געפֿירט צו דער עקידה, האָב איך זיך ניט געשטעלט קעגן דײַנע רײד, און געלאָזט זיך בינדן און כ’האָב אויסגעשטרעקט מײַן האַלדז אונטערן מעסער. און דו וועסט עס מיר גאָר ניט געדענקען און ניט האָבן רחמנות אויף מײַנע קינדסקינדער?

יעקבֿ: פֿאָטער אין הימל, איך בין גרײט געווען מקריבֿ צו זײַן מײַן לעבן, אַבי אָפּצוהיטן מײַנע קינדער, די צוועלף שבֿטים. איך האָב זײ געהיט, אויפֿגעהאָדעוועט ווי שעפֿעלעך. וועט מײַן גאַנצע מי זײַן אומזיסט? וועסט גאָר קײן רחמנות ניט האָבן, ניט אויף מיר און ניט אויף דײַן פֿאָלק ישׂראל?

משה: רבונו־של־עולם, צו וואָס האָסטו געשיקט מיך רופֿן? אַז איך זאָל באַווײנען און באַקלאָגן? ביסט אַזאַ האַר, וואָס ווען דיר איז גוט, גיסטו מיר ניט פֿון דײַן גוטס, נאָר אַז דיר איז שלעכט, טײלסטו מיר צו אַ חלק פֿון דײַן שלעכטס? זאָג מיר, פֿאַר וואָס זענען געשאָכטן געוואָרן טאַטעס און מאַמעס און קלײנע עופֿעלעך? פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס?

מלאָכים־כאָר:

ס’איז גאָטס פּסק־דין,

אַז ייִדן זאָלן זײַן אין גלות.

ס’איז גאָטס גזר־דין,

און אַנדערש קען ניט זײַן.

אָבֿות, משה רבנו און ירמיהו /אַלע צוזאַמען/:

געוואַלד געשריִען!

וואָס וועט זײַן מיט אונדזערע קינדער?

זײ גײען אין געפֿאַנגענשאַפֿט, אין גלות און צום שווערד.

מלאָכים־כאָר: לאָמיר זיך אומקערן צו גאָט.

אַלע צוזאַמען: לאָמיר זיך אומקערן צו גאָט.

מלאָכים־כאָר: לאָמיר אויפֿהײבן אונדזערע הערצער

אויף די הענט צו גאָט אין הימל.

אַלע צוזאַמען: לאָמיר אויפֿהײבן אונדזערע הערצער

אויף די הענט צו גאָט אין הימל.

ירמיהו: טאַטע באַרעמהאַרציקער, פֿאָטער אין הימל, ניט שוין זשע וועסטו אונדז ניט פֿאַרגעבן?

ס’קול און מלאָכים־כאָר:

פֿאַרמײַדט אײַער קול פֿון געווײן

און אײַערע אויגן פֿון טרערן.

ס’איז דאָ אַ לוין פֿאַר דער מי.

אײַערע קינדער וועל איך אומקערן

פֿון לאַנד פֿון דעם פֿײַנט,

אײַערע קינדער וועל איך אומקערן אַהײם.

פֿערטע סצענע

עס הײבט אָן דונערן און בליצן, דאָס פֿײַער פֿאַרכאַפּט דעם גאַנצן אַרום, עס הײבט אָן ציטערן די ערד און זי שלינגט אײַן די אָבֿות און מלאָכים. אויף דער בינע בלײַבט ירמיהו הנבֿיא. אַ רגע שטײט ער ווי פֿאַרכּישופֿט און באַלד גײט ער אַוועק. עס לאָזן זיך הערן ווילדע געשרײען, אויף דער בינע טראָגט מען אַרײַן נבֿוכדנאצרן אויפֿן טראָן און מען שטעלט אים אין מיטן דער בינע. לעבן נבֿוכדנאצרן שטײט זײַן הויפּט־הויפֿדינער אַשפּנז און אַ פּאָר שומרי־ראָש. אינעם זאַל גײט אַרײַן נבֿוזראַדן און שטעלט זיך אַנטקעגן נבֿוכדנאצרן.

נבֿוכדנאצר: איך דערלויב דיר צו זען מײַן פּנים און רעדן.

נבֿוזראַדן: מײַן האַר, ירושלים איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער וועלט און דער בית־המיקדש איז פֿאַרברענט און דאָס אַש איז צעזײט איבערן טויטן ים. זײער גאָט איז דאָרט מער ניטאָ. צדקיהו, זײער מלך און דײַן קנעכט מיט זײַנע צווײ משוגענע זין זענען געפֿאַנגען, פֿאַרקאָוועט אין קופּערנע קײטן און וואַרטן אויף דײַן מישפּט. חוץ זײ האָב איך געפֿאַנגען און געטריבן קײן בבֿל פֿיר טויזנט זעקס הונדערט געפֿאַנגענע, – שטאַרקע און מוטיקע זעלנערס, יונגע פֿרויען און שײנע קינדער. דאָס גאָלד, זילבער און קופּער האָבן מיר ניט געקענט אָפּוועגן, ס’איז זײער פֿיל אַרבעט. איך בין אַ זעלנער און ניט קײן סוחר.

נבֿוכדנאצר: מיר זענען צופֿרידן. אַשפּנז.

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: אַשפּנז, טראָג צו מײַן געטרײַען קנעכט און מוטיקן זעלנער נבֿוזראַדן אַ בעכער ווײַן פֿון מײַן קרוג.

אַשפּנז גיסט אָן אַ בעכער ווײַן און טראָגט צו נבֿוזראַדנען.

נבֿוכדנאצר: איצט טרינק וויפֿל דו ווילסט. דו האָסט עס פֿאַרדינט. יאָ, און נאָך אַ זאַך, קענסט זיך אויסקלײַבן אַ יונגע פֿרוי פֿון די יהודהער.

נבֿוזראַדן: לאַנג לעבן זאָל נבֿוכדנאצר, דער מלך פֿון מלכים.

טרינקט אויס דעם בעכער ווײַן.

נבֿוכדנאצר: אַשפּנז, הער מיך אויס מיט שׂכל. איצט וועל איך מישפּטן דעם פֿאַררעטער צדקיהו און זײַנע זין. נאָכן מישפּט מאַכן מיר אַ גרויסע חגא מיט אַ סעודה, מיט טענץ און געזאַנג. איך וויל, אַז די טענצערס און זינגערס זאָלן זײַן מײַנע קנעכט, די ייִדן, וואָס לעבן אין מײַן מדינה מער ווי הונדערט יאָר. איך וויל, אַז זײ זאָלן באַווײַזן אויף אַזאַ פֿרײלעכן אופֿן זײער געטרײַשאַפֿט זײער האַר, דער מדינה און אונדזערע געטער. און נאָך אַ זאַך. איך וויל אַז בײַ דער שׂימחה זאָל זײַן די גאַנצע שטאָט.

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: דו ביסט פֿרײַ, גײ און פֿיל אויס מײַן באַפֿעל. נבֿוזראַדן, פֿיר אַרײַן די געפֿאַנגענע פֿאַררעטערס. אין גיכן וועט זײַן אַ שׂימחה אין שטעטל.

אַשפּנז און נבֿוזראַדן גײען אַרויס און אין אַ רגע אַרום קערט זיך נבֿוזראַדן אום מיט צדקיהו און זײַנע צווײ זין, פֿאַרקאָוועטע אין קײטן.

נבֿוכדנאצר: מײַן מישפּט וועט זײַן אַ שנעלער און אַ גערעכטער, ווײַל אונדזערע געטער זענען ווויל צו מיר. און דײַן גאָט, צדקיהו, דער לעצטער מלך פֿון יהודה, דײַן גאָט האָט פֿאַרלאָזט דײַן פֿאָלק און זײַן הויז. מײַנע הענט זענען פֿרײַ און שטאַרק. איך האָב דיך געשטעלט פֿאַר אַ מלך און דו, שמוציקער קנעכט, דו האָסט מיך פֿאַרראַטן און אַרײַן אין אַ געהײמען צונויפֿרעד מיט מײַן שׂונא, מיטן מיצרישן פּרעה. איך בין גערעכט?

צדקיהו: יאָ, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: הערט אויס מײַן אורטײל. מײַן קנעכט צדקיהו און זײַנע זין זענען פֿאַראורטײלט צום טויט. אָבער, אַזוי ווי הײַנט איז אין בבֿל אַ גרויסער יום־טובֿ און אונדזער האַרץ איז ווײך, מיר, מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, באַשטימען, אַז צדקיהוס צווײ זין וועט מען ממיתן פֿאַר זײַנע אויגן. און די צווײטע טײל פֿונעם אורטײל וועלן מיר פֿאָרלײענען שפּעטער, בײַ דער חגא, בײַ דער שׂימחה. אַגבֿ, וווּ איז דײַן טאָכטער? מע האָט מיר געזאָגט, אַז דו האָסט אַ טאָכטער.

צדקיהו: איך ווײס ניט וווּ איז מײַן טאָכטער. זי איז אַנטלאָפֿן פֿון ירושלים מיט יאָרן צוריק.

נבֿוכדנאצר: דאָס איז ניט גוט, ווען די קינדער אַנטלויפֿן פֿון די עלטערן. דאָס איז אַ באַווײַז, אַז דו ביסט אַ שלעכטער טאַטע און דו האָסט ניט קײן רעכט צו האָבן יורשים. מײַנע קינדער אַנטלויפֿן ניט פֿון מיר, ווײַל איך בין אַ גוטער טאַטע.

צדקיהו: אײַער מאַיעסטעט, איר זענט גערעכט. איך בין אַ שלעכטער טאַטע און אַ שלעכטער מלך, אָבער האָט רחמנות אויף מײַנע זין. זײ זענען גײַסטקראַנקע מענטשן. וואָס פֿאַר אַ סכּנה קענען זײ ברענגען אײַער מאַיעסטעט און אײַער מלוכה? איך בעט אײַך, נעמט מײַן לעבן און לאָזט זײ צו רו. סײַ ווי סײַ פֿאַרשטײען זײ ניט וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. זײ זענען קראַנקע מענטשן. האָט אויף זײ רחמנות.

נבֿוכדנאצר: געטער, נעמט אָן מײַן אָפּער. נבֿוזראַדן, פֿיל אויס מײַן קיניגלעכן פּסק־דין.

צדקיהו: נײן, נ־י־י־ן!

נבֿוזראַדן גײט צו צו די בחורים און שנײַדט זײ איבער די העלדזער. צדקיהו שרײַט און יאָמערט. אין דער רגע קומט אַרײַן אַשפּנז מיט אַ קאַפּעליע מוזיקערס, זינגערס און טענצערס אין יום־טובֿדיקע בגדים.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקייט. אַלץ איז גרײט צו דער חגא, פּונקט אַזוי, ווי איר האָט באַפֿוילן. דאָס זענען די בעסטע מוזיקערס, זינגערס און טענצערס וואָס זענען דאָ אין בבֿל. אַגבֿ, זײ אַלע זענען בבֿלישע ייִדן.

נבֿוכדנאצר: זײער גוט, זײער גוט. מיר, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, לכּבֿוד אונדזער נצחון איבער דער פֿאַררעטערישער מלכּות־יהודה, מיר, מיט אונדזער קיניגלעכן רצון דערקלערן דעם טאָג אין וועלכן מיר האָבן חרובֿ געמאַכט ירושלים און דאָס הויז פֿון ייִדישן גאָט, מיר, דער מלך פֿון מלכים, דערקלערן דעם טאָג פֿון נײַנטן אָבֿ פֿאַר אַ מלוכה־חגא. אַלע פֿרײַע בירגער, בעל־מלאָכות און פּויערים זענען אײַנגעלאַדן אין בבֿל צו אַ חגא. אין דעם טאָג פֿון חגא איז פֿאַרבאָטן צו ווײנען, זײַן טרויעריק און שטאַרבן. טאַנצט און זינגט און לויבט אײַער מלך. דאָס יאָר, ס’הײסט, הײַנט וועלן מיר פֿײַערן די חגא דאָס ערשטע מאָל. און דער הויפּט־טענצער און ־זינגער וועט זײַן מײַן קנעכט, דער לעצטער מלך פֿון יהודה, צדקיהו. און איר, מײַנע ייִדישע מוזיקערס און זינגערס, איר וועט שפּילן און זינגען פֿרײלעכע לידער און מיט דעם וועט איר דערפֿרײען די הערצער פֿון אונדזערע געטער און פֿון מײַן פֿאָלק.

דער עולם איז זײער צופֿרידן, מע שרײַט, מע פּליעסקעט מיט די הענט.

נבֿוכדנאצר: און איצט הערט אויס דעם צווײטן חלק פֿון מײַן אורטײל לגבי דעם שמוציקן פֿאַררעטער, דעם לעצטן מלך פֿון יהודה, צדקיהו. ער איז פֿאַראורטײלט צו ווערן בלינד. נבֿוזראַדן, אַ שאָד, אַז דו האָסט ניט געפֿאַנגען זײַן טאָכטער, אַ שאָד. גוט, רײַס אים אַרויס זײַנע חוצפּהדיקע פֿאַררעטערישע אויגן. מוזיקערס, הײבט אָן צו שפּילן אַ פֿרײלעכס, צדקיהו גײט זינגען און טאַנצן, ער וועט משׂמח זײַן אונדזערע הערצער. נבֿוזראַדן, צו דער אַרבעט!

נבֿוזראַדן פֿילט אויס דעם גזר־דין און לײגט אַרויף צדקיהוס אַרויסגעריסענע אויגן אויפֿן טאַץ און טראָגט אים צו נבֿוכדנאצרן. צדקיהו שרײַט און יאָמערט, שמײַעט זיך אום איבער דער בינע, רעוועט ווי אַ חיה און ווײנט, און טאַנצט אַ ייִדישן “ווײטיקטאַנץ”. די ייִדישע מוזיקערס שפּילן אַ “פֿרײלעכס”.

נבֿוכדנאצר: שפּילט, ייִדן, טאַנצט, ייִדן, הײַנט איז אַ חגא. איך, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, האָב חרובֿ געמאַכט ירושלים, איך האָב פֿאַרברענט אײַער בית־המיקדש. לעבן זאָל דער מלך נבֿוכדנאצר דער צווײטער. אַ שׂימחה אין שטעטל, ייִדן, אַ שׂימחה…

נבֿוכדנאצר גײט טאַנצן מיט צדקיהוס אַרויסגעריסענע אויגן. ער ווילדעוועט, דרײט זיך אַרום צדקיהו ווי אַ משוגענער און האַלט אין אײן שרײַען צו די מוזיקערס.

נבֿוכדנאצר: שנעלער, כּלי־זמרים, לוסטיקער. הײַנט איז חגא. גיט צו פֿײַער! אַ שׂימחה אין שטעטל, ייִדן, אַ גרויסע שׂימחה…

צדקיהו דרײט זיך איבער דער סצענע מיט אויסגעשטרעקטע הענט. סוף־כּל־סוף שטויסט ער זיך אָן אויף נבֿוכדנאצרן און אַזוי שטײען זײ בײדע אויף דער אַוואַנסצענע, הינטער זײ שטײען כּלי־זמרים און שפּילן אַ “פֿרײלעכס”. צדקיהו שטײט לעבן נבֿוכדנאצרן מיט אויסגעשטרעקטע הענט. נבֿוכדנאצר נעמט פֿרעסן צדקיהוס אויגן, און נאָך דעם הײבט ער אָן צו קלאַפּן אינעם טאַץ ווי אין אַ פּײַקל און זינגט זיך צו.

נבֿוכדנאצר: הײַנט איז חגא, הײַנט איז נײַן טעג אין חודש אָבֿ. ייִדן, פֿרײט זיך, מאַכט אַ לעבן. אַ שׂימחה אין שטעטל, ייִדן, אַ גרויסע שׂימחה…

אין דער מעלאָדיע פֿון “פֿרײלעכס” וועבט זיך אַרײַן אַ צעצויגענער און ווײנענדיקער ניגון פֿון די “קינות”:

“זײער האַרץ האָט געשריִען צו גאָט:

מויער פֿון טאָכטער ציון,

לאָז רינען טרערן

ווי אַ טײַך, טאָג און נאַכט.

זאָלסט זיך ניט געבן קײן אָפּרו,

ניט שטילן זאָל זיך דײַן שוואַרצאַפּל.

שטײ אויף, שרײַ אין דער נאַכט,

אין אָנהײב פֿון די נאַכטוואַכן.

גיס אויס, ווי וואַסער, דײַן האַרץ

פֿאַר דעם פּנים פֿון גאָט.

הײב אויף דײַנע אויגן צו אים,

פֿאַר די נשמות פֿון דײַנע קלײנע קינדער,

וואָס חלשן פֿון הונגער

אין אַלע עקן גאַסן.

זע, גאָט, און קוק

וועמען דו האָסט אַזוינס געטאָן…

… אויף דער ערד אין די גאַסן

ליגן אַלט און יונג,

מײַנע מײדלעך און מײַנע בחורים

זענען געפֿאַלן פֿון שווערד.

האָסט געהרגעט אין טאָג פֿון דײַן צאָרן,

געשאָכטן אָן רחמנות.

האָסט גערופֿן ווי אויף אַ יום־טובֿ

מײַנע שרעקענישן פֿון אַרום. (איכה ב, יח’ – כב’)

די מוזיקערס שפּילן אַ “פֿרײלעכס” און נבֿוכדנאצר האַלט אין אײן אויסרופֿן, ווי אַ משוגענער פּאָפּוגײַ.

נבֿוכדנאצר: טאַנצט, ייִדן, שפּילט, ייִדן, פֿרײט זיך, מאַכט אַ לעבן. הײַנט איז מײַן יום־טובֿ, הײַנט איז מײַן טאָג. ייִדן, אַ שׂימחה אין שטעטל, אַ גרויסע שׂימחה…

דער המשך קומט און קומט און קומט…

באר־יעקבֿ, אלול תּשס”ו – 2006