Forgotten, and Now – Republished

ווען איך בין גאָט

If I were God

פֿון ב. קאָוונער

  • Print
  • Share Share
יעקבֿ אַדלער (ב. קאָוונער)

זייער אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע, וואָס דער אַלטער „פֿאָרווערטס‟ האָט אין גאַנג פֿון זײַן לאַנג־יאָריקער געשיכטע כּסדר אויפֿגעהאַלטן, אַפֿילו אין די שווערסטע צײַטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדן, איז געווען הומאָר. שלום־עליכמס אָנזאָג, אַז „לאַכן איז געזונט‟, איז געווען איינער פֿון די וויכטיקע פּריאָריטעטן פֿון דער רעדאַקציע. צווישן די פּאָפּולערסטע מחברים פֿון דעם הומאָריסטישן זשאַנער איז געווען יעקבֿ אַדלער.

ער איז געבוירן געוואָרן אין גאַליציע, אין 1874, אינעם שטעטל דינאָוו. קיין אַמעריקע איז ער געקומען אין דער עלטער פֿון 23 יאָר צו מאַכן אַ פּאָעטישע קאַריערע. די ערשטע לידער אין „פֿאָרווערטס‟ האָט אַדלער אָפּגעדרוקט אין 1897, גלײַך ווי די צײַטונג האָט אָנגעהויבן דערשינען, אונטערן פּען־נאָמען „נשר‟, וואָס מיינט אויף העברעיִש — אָדלער. שפּעטער האָט שוין אב. קאַהאַן אים צוגעטשעפּען דעם פּען־נאָמען ב. קאָוונער, מיט וועלכן ער פֿלעגט שפּעטער אונטערשרײַבן זײַנע פֿעליעטאָנען, הומאָרעסקעס און הומאָריסטישע דערציילונגען. ב. קאָוונער האָט געבראַכט דעם אַמעריקאַנער לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ אַזעלכע פּערסאָנאַזשן ווי יענטע טעלעבענדע און איר מאַן מענדל; משה קאַפּויער, פּיישע דער פֿאַרמער, וואָס זײַנען געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז „זיי זײַנען אַרײַן אין דער ייִדישער שפּראַך און זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרבליבן אין דעם וואָקאַבולאַר פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדיש‟, האָט געשריבן הלל ראָגאָוו, דער צווייטער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟.

נישט ווייניק פֿון זײַנע הומאָרעסקעס זײַנען דראַמאַטיזירט געוואָרן, ווי למשל, די קאָמעדיע „יענטע‟, וואָס איז מיט דערפֿאָלג געשפּילט געוואָרן אין די ייִדישער טעאַטערס. יעקבֿ אַדלער האָט געפֿאָלגט שלום־עליכמס אָנזאָג; זײַן אויפֿנעמען דאָס לעבן מיט הומאָר און געלעכטער, האָט אים פֿאַרלענגערט די יאָרן. ער איז געשטאָרבן אין 1974, אין עלטער פֿון 100 יאָר.


ווען איך בין גאָט

(שטיפֿערײַ)

אַ וווּנדערלעכער טאָג!

ווען איך בין גאָט, פֿיר איך אַוועק אַזאַ טאָג קיין פּאַריז צו אַן אויסשטעלונג און קריג אַ גאָלדענעם מעדאַל. ווען איך בין גאָט, וואָלט איך געמאַכט, אַז אַזאַ טאָג זאָל אָנהאַלטן כאָטש אַ האַלב יאָר. איך וואָלט אויפֿגעטאָן אַ סך גרויסע זאַכן, ווען איך בין גאָט.

איך וואָלט פֿון אַלע ווילדע דערנער באַשאַפֿן רויטע רויזן, פֿון אַלע שטיינער — שטיקער גאָלד. טאָמער וואַרפֿט אין מיר אַ שׂונה אַ מאָל אַ שטיין, זאָל איך קענען דעם שטיין פֿאַרקויפֿן און קריגן אַ פּאָר הונדערט טאָלער. טאָמער דאַרף איך באַצאָלן דירה־געלט, זיך קויפֿן אַ בגד, אַ פּאָר שיך, אַ מאַנטל, זאָל איך קענען פֿאַרקויפֿן דעם שטיין אָדער אים אַרײַנטראָגן צום „פֿעטער‟.

ווען דער שׂונא וועט וויסן, אַז איך האָב נוצן פֿון דעם שטיין, וועט ער אויפֿהערן וואַרפֿן שטיינער אויף מיר.

ווען איך בין גאָט, מאַך איך, אַז אַלע שיינע ווײַבלעך זאָלן מער נישט אַלט ווערן ווי 30 יאָר. מחמת איך בין נישט זייער שטאַרק באַגײַסטערט פֿאַר עלטערע ווײַבעלעך. ווען זיי דערגרייכן 30 יאָר, זאָלן זיי אויפֿהערן אַלט ווערן; בלײַבן שטיין און נישט גיין ווײַטער.

אַך, וואָס פֿאַר אַ שיינע וועלט עס וואָלט געווען! אין אַזאַ וועלט וואָלט זיך געלוינט צו לעבן און זײַן אַ מאַנסביל. ווען איך בין גאָט, וואָלט איך אַלע אַנטיסעמיטן פֿון דער וועלט אַרײַנגעגעבן אַזאַ געדאַנק, אַז זיי זאָלן זיך מגייר זײַן און ווערן ייִדן. נישט דערפֿאַר ווײַל דאָס ייִדישע פֿאָלק דאַרף מער ייִדן; נאָר כּדי די געוועזענע אַנטיסעמיטן זאָלן פֿילן אונדזער טעם, זאָלן האָבן די זעלבע צרות וואָס מיר, ייִדן, האָבן. איך וואָלט נאָך אַזוי געמאַכט, אַז זיי זאָלן איבערלעבן אַ צוויי־דרײַ פּאָגראָמען אויך. זאָלן זיי זײַן ייִדן מיט אַלע קליפּערלעך, מיט אַלע פּיטשעווקעס.

ווען איך בין גאָט, וואָלט איך אײַנגעפֿירט, אַז גטן זאָלן וואַקסן אויף פֿעלדער און אויף ביימער. אַ מאַן וויל זיך באַפֿרײַען פֿון זײַן פֿרוי, זאָל ער אויסרײַסן פֿון פֿעלד אַ גט און דערלאַנגען דער פֿרוי און איר זאָגן: „מירל, אָדער רבֿקה, אָדער חנה, נאַ דיר אַ גט און גיי זיך דיר געזונטערהייט און האָב אַ גוטן שטיל־וועג, און זאָל דיר דײַן מזל צושיקן אַ בעסערן מאַן, איך בין נישט דײַנס גלײַכן‟.

אמת, עס איז איצט אויך נישט זייער שווער פּטור צו ווערן פֿון אַ פֿרוי. מע פֿאָרט אַוועק אין רינאָ, נעוואַדאַ, און מע זיצט דאָרט אָפּ זעקס וואָכן און מע קריגט אַרויס אַ גט.

וועדליק די צײַטונגען שרײַבן, גיט מען דאָרט אַרויס אַלע פֿיר מינוט אַ גט. אָבער עס קאָסט אַ שיינע פּאָר טאָלער און פֿאַר אַ נאַש־בראַט איז דאָס נישט אַזוי גרינג צו קריגן, כאָטש עס גייט פֿאַר אַ גוטן צוועק. אָבער ווען גטן וואָלטן געוואַקסן אויף ביימער, אָדער אויף דער ערד ווי עס וואַקסן ציבעלעס, רעטעך, פּעטרישקע, וואָלט עס פֿאַר אַ נאַש־ברעט זײַן אַ סך גרינגער און ער וואָלט פֿאַרשפּאָרט צו וואַרטן זעקס וואָכן.

וואַרטן זעקס וואָכן פֿאַר נאַש־ברעט איז אַן אייביקייט…

אָבער וואָס קומט אַרויס, אַז איך בין נישט גאָט!

ווען איך בין גאָט, וואָלט איך אַלע שוויגערס פֿון דער וועלט צוגענומען פֿון די איידעמס. זיי זײַנען אַ פֿינפֿטער ראָד צום וואָגן, וואָס מיר רופֿן „שלום־בית‟. זיי זײַנען פֿאַר שלום־בית דאָס אייגענע, וואָס פֿעפֿער צו די אויגן; וואָס זאַלץ צו וווּנדן. די איידעמס קענען זיך גאַנץ שיין באַדרייען אָן שוויגערס. איך וואָלט גאָר אין גאַנצן נישט באַשאַפֿן קיין שוויגערס אויף דער וועלט, ווען איך בין גאָט. איז דאָך די פֿראַגע: וווּ וואָלטן מיר, מענער, גענומען פֿרויען? מחמת די פֿרויען וואָס מיר האָבן, זײַנען דאָך די טעכטער פֿון אונדזערע שוויגערס? איז דער תּירוץ: אַז מיר וואָלטן זיך שוין אַן עצה געגעבן.

ווען איך בין גאָט, וואָלט איך זיך באַלד אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע און געוואָרן אויס גאָט. מיט אַנדערע ווערטער, איך וואָלט רעזיגנירט. עס לוינט זיך נישט צו זײַן אַ גאָט, ווען ניט אַלע גלויבן אין אים. מע לאַכט זיך הײַנט אויס פֿון זײַן שבת און יום־טובֿ; פֿון זײַן „לא תחמוד‟ און „לא תגנב‟; פֿון שווערן פֿאַלש, פֿון אַרויסרײַסן יענעם דעם ביסן ברויט פֿון מויל. מע מאַכט איצט הוזק פֿון די אַלע שיינע זאַכן. וואָלט איך אַרײַנגעשיקט אַ בריוול צו דער וועלט און וואָלט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער הערשאַפֿט און אַרונטער פֿון מאַרק.

איך רעכן, אַז עס איז אַ סך לאָגישער, שׂכלדיקער, אַליין אַוועקצוגיין פֿון אַ שטעלע, ווי צו קריגן די „סעק‟ (ווערן אָפּגעזאָגט), ווי דער אַמעריקאַנער זאָגט. אַ גאָט וואָס גייט אַליין אַוועק, קען שפּעטער קריגן אַן אַנדער שטעלע; אמת, אַ קלענערע, מיט אַ קלענערן געהאַלט, אָבער לעבן קען ער, עקזיסטירן און פֿון צײַט צו צײַט נאָך אַרײַנכאַפּן אַ ביסעלע „פּאָבליסיטי‟ (פּירסום), אויך מיט אַ פּיקטשור (פֿאָטאָגראַפֿיע) אין די פּייפּערס (צײַטונגען).

אָבער ווען אַ גאָט וואַרט ביז מע וואַרפֿט אים אַרונטער, אַזאַ גאָט איז אויף אייביק פֿאַרלוירן!

דעריבער וואָלט איך נישט געוואַרט ביז דער לעצטער מינוט, ווען דאָס פֿאָלק וועט אַרויס פֿון געדולד, איך וואָלט זיך אָפּגעזאָגט אַליין, איך וואָלט געוויזן פֿאַר דער וועלט, אַז אַ גאָט איז נישט אַבי ווער; אַז אַ גאָט קען שיין הערשן און נאָך שיינער ווערן אויס הערשער.

נעמט, למשל, אַזעלכע צוויי הערשער ווי ווילהעלם דער צווייטער און ניקאָלײַ דער צווײטער. איינער איז אַרונטער פֿון בענקל מיט שׂכל, און דער צווייטער — ווי אַ בהמה. איז דער צווייטער, ניקאָלײַ, טאַקע איצט אויפֿן עולם־האמת און דער ערשטער, ווילהעלם, האַקט האָלץ און לעבט אַ טאָג.

מע דאַרף וויסן ווען אָפּצודאַנקען…


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.