Forgotten, and Now – Republished

פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט

Forgotten, and Now - Republished

  • Print
  • Share Share

ווי מיר האָבן שוין געשריבן, גייט איצט אָן די אַרבעט אַריבערצופֿירן דעם אַלטן „פֿאָרווערטס‟ אויף אַ דיגיטאַלישן אופֿן. אַ טייל פֿון דעם אַרכיוו קען מען שוין לייענען. דאָס לעבן פֿון אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג איז נישט לענגער ווי בײַ אַ נאַכט־פֿלאַטערל. דער איצטיקער עלעקטראָנישער אויפֿטו דערמעגלעכט אונדז זיך צו דערמאָנען און אַריבערברענגען אינעם הײַנט די פֿאַרגעסענע, געבליבן אין דער געשיכטע פֿאַקטן, דערשײַנונגען, געשטאַלטן, און אַ קוק טאָן אויף זיי מיט אַנדערע אויגן.

אונדזער נײַעם בלאָג „פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט‟ הייבן מיר אָן מיט אַ בריוו פֿון אַ לייענער, געפֿונען אין דער פּאָפּולערער רובריק „אַ בינטל בריוו‟ (יאַנואַר 2, 1936).

באָריס סאַנדלער


ער איז שוין פֿאַרהײראַט דרײַסיק יאָר און אַלע קינדער זײַנען שוין פֿאַרזאָרגט. — ער איז אַן אָרטאָדאָקס און וויל נישט אַרבעטן אום שבת. — די פֿרוי אָבער וויל נישט אַנדערש ער זאָל אַרבעטן אום שבת און מער פֿאַרדינען, אַנדערש וויל זי מיט אים נישט וווינען. — זיי זײַנען איצט צעשיידט.

ווערטער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟!

איך בין אימער [שטענדיק] באַגײַסטערט פֿאַר אײַערע קלוגע ענטפֿערס צו די שרײַבער אין „בינטל בריוו‟, און דעריבער ווענד איך זיך צו אײַך נאָך אַן עצה. איך בין אויף גרויסע צרות. איך האָב טראָבל [פּראָבלעמען] מיט מײַן ווײַב, מיט וועמען איך בין שוין דרײַסיק יאָר פֿאַרהייראַט, און מיט וועמען איך האָב פֿיר קינדער, שוין אַלע דערוואַקסענע.

אַ גרויסער טייל פֿון מײַנע צרות שטאַמט פֿון דעם, וואָס איך בין אָרטאָדאָקסיש געזאָגן [געשטימט]. איך בין נישט „פֿרום ווי אַ שטעקן‟, און איך האָב שוין אַפֿילו אין די ייִנגערע יאָרן געאַרבעט אום שבת, ווען איך האָב געמוזט. אָבער איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דאָס איז געווען בלויז אויס נויט און דאָס האָט מיך שטאַרק געקרענקט.

איך בין אַ שטילער מענטש מיט אַ גוטן כאַראַקטער — גוט צו פֿרעמדע און צו אייגענע אַוודאי.

Yehuda Blum

איך האָב שטענדיק געמאַכט אַ פֿײַן לעבן, בין געווען מערסטנס אין ביזנעס פֿאַר זיך. און אַפֿילו ווען איך האָב געאַרבעט פֿאַר יענעם, בעת דאָקטוירים האָבן מיר פֿאַרבאָטן זיך אָפּצוגעבן מיט מײַן ביזנעס, ווײַל דאָס שאַדט צו מײַן געזונט, האָב איך פֿאַרדינט נישט שלעכט — אַרום 75 דאָלאַר אַ וואָך — און דאָס געלט שטענדיק געגעבן מײַן פֿרוי אין דער האַנט.

איך האָב געלאָזט די קינדער בילדן [דערמעגלעכט צו באַקומען בילדונג], וואָס האָט מיר געקאָסט אַ היפּשע מטבע. זיי געמאַכט פֿאַר לײַט, און איצט מאַכן זיי אַ פֿײַנעם לעבן.

מײַן פֿרוי האָט קיין מאָל גאָרנישט געפֿעלט. יעדן זומער האָב איך זי געשיקט אין די קאַנטרי [אויף דער נאַטור], ווײַל זי איז קיין מאָל נישט געווען פֿון די גרויסע העלדן און האָט זיך שטענדיק געהאַלטן אין איין „דאָקטאָרן‟.

אָבער די וועלט זאָגט אַ ווערטל: „אַלעס אין איינעם איז ניטאָ בײַ קיינעם‟. ווען איך האָב געמוזט צוליב דעם געזונט אָפּגעבן מײַן ביזנעס און גיין אַרבעטן בײַ יענעם, אין אַן אַנדער לאַין [בראַנזשע], וואָס האָט מײַן געזונט נישט געשאַדט, האָט זיך מײַן פֿרויס באַנעמען זיך קעגן מיר געענדערט צום ערגסטן, נישט קוקנדיק אויף דעם, וואָס איך האָב די ערשטע צײַט געבראַכט יעדע וואָך 75 דאָלאַר וועידזשעס [געהאַלט].

מײַנע ריכטיקע צרות האָבן זיך אָבער אָנגעהויבן, ווען איך האָב מײַן דזשאַב [שטעלע] פֿאַרלוירן, ווײַל מײַן באָס [שעף] איז געצוווּנגען געווען אויפֿצוגעבן זײַן געשעפֿט. צוויי יאָר נאָכאַנאַנד האָב איך קיין אַנדער דזשאַב נישט געקענט געפֿינען, און בין אַרומגעגאַנגען ליידיק. פֿרעגט שוין נישט, ווי מײַן פֿרוי האָט זיך איבער מיר אין יענער צײַט איזדיעקעוועט! זי האָט מיר פּשוט נישט געגעבן זאַט צו עסן. אַלעס, וואָס זי האָט מיר יאָ געגעבן מיט דער פֿולער האַנט, איז געווען קללות.

זי האָט זיך גענומען טשעפּען צו מיר פֿאַר מײַן פֿרומקייט. עס איז איר נישט געפֿעלן געוואָרן, וואָס איך האָב אָפּגעהיט שבת. וואָס איך האָב נישט געוואָלט פֿאָרן אום שבת. וואָס איך האָב נישט געוואָלט פֿאָרן עסן, און וואָס איך האָב געבענטשט נאָכן עסן. וואָס איך בין געגאַנגען אין שיל, און וואָס איך האָב געגעסן אין אַ היטל…

גאָט האָט געהאָלפֿן, איך האָב באַקומען אַן אַנדער דזשאַב, אָבער בלויז אויף דרײַ טעג אין דער וואָך און פֿאַרדינט פֿון 15 ביז 18 דאָלאַר. מיט דער הילף פֿון די קינדערס פֿאַרדינסטן, איז עס געווען גענוג, אָבער דאָס האָט מײַן פֿרוי נישט צופֿרידן געשטעלט.

פֿאַר דער גאַנצער צײַט, אַרום דרײַ יאָר, האָט זי מיך באַהאַנדלט ווי איך וואָלט געווען אַ פֿרעמדער, אַן אָנגעוואָרפֿענער אין הויז. ווען איך האָב מיט איר וועגן דעם גערעדט, האָט זי מיר געענטפֿערט, אַז איך קען זיך גיין זוכן אַן אַנדער היים, אַפֿילו אַן אַנדער ווײַב. איר אַרט עס נישט.

די לאַגע איז געוואָרן אומפֿאַרטרעגלעך, און איך האָב פֿאַרלאָזט דאָס הויז. ווי פֿאַרהאַלטן זיך די קינדער צו מיר? איין טאָכטער, גראָד די, אויף וועמען איך האָב אויסגעגעבן אַ פֿאַרמעגן און איר חתונה געמאַכט אין אַ האָל [זאַל] מיט אַ „קעיטערד סאַפּער‟ [צוגעשטעלטע עסן]. גראָד יענע טאָכטער האַלט מיט דער מאַמען. פֿאַרקערט, די אַנדערע טאָכטער, וועלכע האָט זיך באַגנוגנט מיט ווייניקער הוצאות, יענע האַלט מיט מיר, איז אויף מײַן זײַט. זי איז מײַן איינציקע פֿרייד און טרייסט. פֿון די באָיס [זין] איז נישטאָ וואָס צו ריידן. זיי זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין אַנדערע זאַכן.

און איצט קומט די פֿראַגע: איין מאָל, ווען איך בין געקומען צו מײַן טאָכטער, האָב איך דאָרט געטראָפֿן מײַן פֿרוי. האָט זי מיך מקבל־פּנים געווען, ווי געהעריק… געענדיקט האָט זיך אונדזער צוזאַמענטרעפֿן דערמיט, וואָס זי האָט מיר דערקלערט, אַז זי גייט מיך פֿאַרקלאָגן פֿאַר סופּאָרט [פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג].

דאָס איז אָבער נישט אַלעס. זי האָט מיר געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג: זי איז צופֿרידן צו גיין וווינען מיט מיר מיט דעם באַדינג, אַז איך זאָל גיין אַרבעטן אום שבת! וואָס זאָל איך טאָן? זאָל איך איצט, אויף די עלטערע יאָרן ווידער מחלל שבת זײַן, ווי איך האָב עס געטאָן אין די ייִנגערע יאָרן אויס נויט?

אײַער לעזער


דער אומגליקלעכער מאַן י. פּ.

עס איז די פֿליכט פֿון דעם שרײַבערס קינדער זיך אַרײַנמישן און ברענגען שלום צווישן זייער טאַטע־מאַמע. מיר גלייבן, אַז זיי קענען דאָס לײַכט דורכפֿירן. ס‘איז אַן עוולה פֿון אַ קינד צו שטעלן זיך אין אַזאַ פֿאַל ווי דער אויף איין צד. ביידע, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע, דאַרפֿן בײַ קינדער זײַן גלײַך ליב און טײַער, און ווען עס קומט פֿאָר אַזאַ סיכסוך צווישן די עלטערן, דאַרפֿן קינדער זען דעם סיכסוך אויסצוגלײַכן. אמת, עס זײַנען פֿאַראַן פֿראַגן, וווּ קינדער מוזן אָננעמען אַ פּאַרטיייִשע שטעלונג, זיך אַוועקשטעלן אויף דעם גערעכטן צד, אָבער דאָ איז נישט אַזאַ פֿאַל; דאָ, ווי שוין געזאָגט, איז עס די פֿליכט פֿון די קינדער, פֿון אַלע קינדער, זיך אַרײַנצולייגן אין שלום.

די טענה פֿונעם שרײַבער איז אַזאַ, וואָס מע דאַרף זיך מיט איר רעכענען. עס איז אַ געוויסן־פֿראַגע, קען מען דאָ געפֿינען אַן אויסוועג; און די פֿרוי דאַרף זיך רעכענען מיט דעם. רייצן זיך מיט זײַנע רעליגיעזע געפֿילן, מיט זײַנע פּרינציפּן, דאַרף זי זיכער נישט.

איז ער דאָך נישט דער איינציקער, וועלכער וויל נישט אַרבעטן אום שבת און די פֿרויען זייערע, וועלכע זײַנען נישט פֿרום, שטערן זיי נישט צוליב שלום־בית. און איצט, ווען אַלע קינדער זײַנען שוין אויסגעגעבן, און די הויז־אויסגאַבען זײַנען נישט אַזוי גרויס ווי ס‘איז געווען אַמאָל, קען די פֿרוי נאָכגעבן איר מאַנס גײַסטיקן פֿאַרלאַנג.