Emil Kalin

צוויי פּעטש

Two Punches

פֿון עמיל קאַלין

מײַנע נערוון זענען געווען אָנגעצויגן, ווי שטענדיק, און אין דעם אויטאָבוס איז געווען אַ שטופּעניש און אַ היץ — משוגע צו ווערן. איך בין געשטאַנען צונויפֿגעדריקט צווישן פֿרעמדע תחתער און בוזעמער און ס’האָט מיר פֿאַרפֿעלט אָטעם. ריטשקעלעך שווייס זײַנען גערונען איבער מײַן פּנים, האַלדז און זיך אַראָפּגעגליטשט אויפֿן רוקן.

פּלוצעם האָב איך דערפֿילט ווי אַ האַנט קריכט אַרײַן אין מײַן דזשאַנטע*. איך ווייס נישט וואָס פֿאַר אַ נישט-גוטער האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין מיר, וואָס איך בין אַזוי מיאוס אַרײַנגעפֿאָרן מיט די נעגל אין דעם פּנים פֿון אַ דאַמע, וואָס איר האַנט — אַזוי האָב איך געטראַכט — איז אַרײַנגעקראָכן אין מײַן דזשאַנטע.

די דאַמע האָט אַרויסגעלאָזט אַ וויי־געשריי, וואָס האָט געקענט שפּאַלטן די הימלען. מענטשן האָבן זיך גלײַך אַרײַנגעמישט און אונדז צענומען. מע וואָלט מיר געוויס דערלאַנגט איבערן פּיסק, ווען איך וואָלט געווען אַ מאַנסביל. אָבער, דאַנקען גאָט, וואָס דער אייבערשטער האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיקער מיך צו מאַכן אַ פֿרוי און דעריבער איז עס נישט דערגאַנגען אַזוי ווײַט. דער שאָפֿער האָט אויסגעלאָשן דעם מאָטאָר און מענטשן האָבן אַרויסגערופֿן די פּאָליציי.

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.