Dr. Berger Answers Your Health Questions

שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com

ווי שוואַרצע פּאַציענטן זעען ייִדישע דאָקטוירים

How Black Patients View Their Jewish Doctors

פֿון שלום בערגער

Yehuda Blum

װי אָפֿט מאָל, האָט די פּאַציענטקע אין באַלטימאָר מיר געשטעלט אַ פֿראַגע בײַם ערשטן װיזיט מיט אַ בקשה: „מעג איך אײַך שטעלן אַ פּערזענלעכע פֿראַגע?“

זיכער, האָב איך געזאָגט. און — װידער, װי אָפֿט מאָל פֿריער מיט אַנדערע פּאַציִענטן — האָט זי געצילעװעט די אױגן אױף מײַן יאַרמלקע, אַ שײנע, אַן אױסגעשטריקטע פֿון זוגתי. „װאָס איז יענע… זאַך אױף אײַער קאָפּ?“

האָב איך איר געגעבן צו פֿאַרשטײן װאָס פֿאַר אַ מין קאָפּצודעק דאָס איז, און װאָס פֿאַר אַ ראָלע דאָס שפּילט. „אַהאַ,“ זאָגט זי, „אַ ייִדישע זאַך. דעטס גוד. אַ ייִדישער דאָקטער געפֿעלט מיר.“

נאָך אַזאַ מעשׂה: אַ שמועס מיט אַ צװײטער פּאַציענטקע, אַ מאַמע אַן אַפֿראָאַמעריקאַנערין (דאָס איז פֿאַרשטײט זיך נישט קײן גרױסער חידוש אין אַ שטאָט װי באַלטימאָר װוּ רובֿ אײַנװױנער זײַנען שװאַרצע). זי האָט איבערגעגעבן אירע פּערזענלעכע צרות בײַם אױפֿהאָדעװען שװאַרצע קינדער אין אַ שטאָט װוּ די פּאָליצײ־ברוטאַלקײט איז אַ פֿאַקט פֿון לעבן. פֿון אײן זײַט װיל זי, אַז די פּאָליצײ זאָל באַהאַנדלען אירע קינדער אױף אַ יושרדיקן אױפֿן אָן פּניות. צוריקגערעדט האָט זי אױך געזאָגט, אַז זי הײסט אירע בנים זיך אָנטאָן לײַטיש, װײַל אַזאַ אײַנדרוק װעלן זײ איבערלאָזן יענעם אױף דער גאַס.

איר פֿאַרשטײט דאָך,“ האָט זי זיך געװענדט צו מיר, די אױגן אָנװײַזנדיק אױף דער יאַרמלקע. „װוּ נאָר איר גײט, װײסט מען עפּעס װעגן אײַך.“


אין באַלטימאָר איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג צװישן פּאַציענטן אַפֿראָאַמעריקאַנער און ייִדן דאָקטױרים. דאָס זאָג איך נישט אױפֿן סמך פֿון װיסנשאַפֿטלעכע באַװײַזן, נאָר פֿון די איבערלעבונגען און נאַראַטיװן פֿון אַ צאָל פֿרײַנד און קאָלעגעס, און פֿון דער געשיכטע פֿון בײדע גרופּעס. הײַנט איז די געזונט־סיסטעם אין אַמעריקע נאָך אַלץ אַ שטאַרק סעגרעגירטע, נאָר פֿריִער איז (אפֿשר) געװען נאָך ערגער. אַ מאָל האָבן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער נישט געקענט געפֿינען װעמען ס׳זאָל זײ באַהאַנדלען. אָפֿט מאָל זײַנען די דאָקטוירים וואָס זענען יאָ געווען גרייט זיי צו זען געװען ייִדישע, װאָס זײַנען אַליין, כאָטש נישט אױף אַזאַ מאָס, אױסגעשלאָסן געוואָרן פֿון די מעדיצינישע הױכע פֿענצטער.

אפֿשר צוליב דעם האָבן אַ צאָל שװאַרצע פּאַציענטן פּאָזיטיװע מײנונגען װעגן ייִדישע דאָקטױרים װי אַ גרופּע. כאָטש דער אַנטיסעמיטיזם בײַ טײל אַפֿראָ־אַמעריקאַנער איז אַװדאי פֿאַראַן, זײַנען אױך דאָ די (כ׳האָב דאָס אַלײן געהערט) װאָס גלײבן אַז ייִדישע דאָקטױרים זײַנען בעסער.

קען מען פֿרעגן פֿאַר וואָס: צוליב אונדזער בשותּפֿותדיקער היסטאָרישער דרױסנדיקײט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט? צוליב רעליגיעזער נאָענטקײט? פּאָליטישע ליבעראַלקײט? שװער צו װיסן. אַזאַ געטײלטע געשיכטע, קען זײַן, חזרט זיך װידער איבער בזמן הזה צוליב דער „טראָמפּישער‟ פּאָליטיק. בײדע פֿעלקער, כאָטש נישט אױף דער זעלבער מאָס, ווערן אױסגעשטעלט אױף דעם אַזױ־גערופֿענעם פּאָפּולאַריזם און נאַציאָנאַליזם (קריא: ראַציזם).


אין יעדן דור ברעכט מען די הענט אין דער ייִדישער קהילה, אַז װײניקער ייִדן דאָקטױרים זײַנען הײַנט דאָ װי אַ מאָל. אין 1950 האָט מען געזאָגט אַז די פּראָפּאָרציע ייִדישע דאָקטױרים איז געפֿאַלן מיט 20 פּראָצענט אין פֿאַרגלײַך מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט פֿריִער (אַזױ לױט אַן אַרטיקל אין ייִט״אַ). איך האָב נישט קײן פֿאַרגלײַכיקע דאַטן צו מעסטן דעם מצבֿ הײַנט מיט דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר אַן אַנקעטע װעגן רעליגיעזע פֿאַרבינדונגען צװישן דאָקטױרים האָט מען יאָ אַדורכגעפֿירט, און אַרױסגעגעבן אין דער װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור, אין 2005.

אַרױסגעװיזן האָט זיך דעמאָלט, אַז ייִדן באַטרעפֿן אַ צװײ פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, כאָטש פֿון דאָקטױרים — 14 פּראָצענט. װאַרט נאָר, נישט נאָר ייִדן זײַנען אַן אױסנאַם. אױך הינדויִסטן, מאָרמאָנען, מוסולמענער, און בודיסטן (כאָטש נישט אַטעיִסטן!) געפֿינען זיך מער אָפֿט בײַ דאָקטױרים, װי אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. פֿאַר װאָס? אפֿשר דערפֿאַר װײַל אַזעלכע מינאָריטעטן האָבן בשותּפֿות אַזאַ „אימיגראַנטישן“ צוגאַנג, דאָס װילן אַרױפֿאַרבעטן זיך (אָן די מניעות װאָס אַנדערע פֿעלקער — למשל, אַפֿראָאַמעריקאַנער, מוזן זיך מיט זיי ראַנגלען).

שטעלט זיך די פֿראַגע, אױף װי װײַט האָט זיך געביטן דער מצבֿ אין די לעצטע 10-20 יאָר? איך קען ברענגען אומדירעקטע ראַיות, נאָר יעדער װאָס האָט אַדורכגעמאַכט די מעדיצינישע טרענירונג אין די לעצטע יאָרצענדליקער װײסט אַז די ייִדן פֿירן מער נישט דאָס רענדל. דאָס איז, פֿאַרשטײט זיך, אַ געזונטע זאַך. די באַשטאַנדטײלן פֿון געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן דאַרפֿן אָפּשפּיגלען די פֿאַרשידנמיניקײט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אומגלײַכקײטן זײַנען זיכער פֿאַראַן און די מינאָריטעטן װאָס געפֿינען זיך װײניקער אין די סטודענטישע רײען דאַרף מען פּרוּװן צוציִען און אױסטרענירן, װײַל חולים װילן אױך דאָקטױרים װאָס קוקן אױס װי זײ…

דאָך איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג צװישן ייִדן און דער מעדיצינישער פֿאַך װערט אפֿשר צו ביסלעך אָפּגעשװאַכט. צי דאָס איז גוט צי שלעכט בין איך נישט גענוג אַ נבֿיא פֿאָרױסצוזען. װעל איך יעדן אין דער פֿרי סײַ װי סײַ מיטנעמען מײַן סטעטאָסקאָפּ און אָנטאָן די יאַרמלקע.


אַז דער אַקסל גיט אַ קנאַק, דאַרף איך זיך זאָרגן?

Should I Worry If I Hear a Crack in My Shoulder?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

גאַנץ אָפֿט, אַז איך הײב אױף אַן אַקסל, הער איך אַ קנאַק װאָס קלינגט װי מײַן רוקנבײן. װאָס זשע טוט זיך דאָרט?!

מרים אַװינס, באַלטימאָר


טײַערע מרים,

אַ סך מענטשן װערן דענערװירט װען אַ געלענק גיט אַ קנאַק. אַזאַ קלאַנג הײסט אױף מעדיצינישן לשון „קרעפּיטוס“ (דאָס לאַטײַניש וואָרט אויף קנאַקעניש). צי איז דאָס װיכטיק? מיר װעלן אױסניצן די געלעגנהײט אַרומצורעדן װי אַזױ צו װיסן צי אַ געװיסער סימן איז פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ פּראָבלעם.

די סאַמע ניצלעכסטע סימנים זײַנען פֿאַרבונדן מיט פּראָבלעמען, און נאָר מיט פּראָבלעמען — דאָס הײסט, זײ באַװײַזן זיך נישט גלאַט אַזוי.

פֿאַראַן װײניק סימנים װאָס זײַנען פּערפֿעקט (נישט פֿאַרפֿירעריש) ווי, למשל, אַ הױכע היץ (פֿיבער). אַז מע האָט, פֿאַר קײנעם נישט געדאַכט, אַ היץ פֿון 103 פֿאַרענהײט, זעט מען אַז עפּעס איז דער מער — און נאָך דערצו אַז סע האַנדלט זיך מן־הסתּם אין אַן אינפֿעקציע, װײַל אַזעלכע הױכע טעמפּעראַטורן מאַכן זיך נישט אין דער װעלט אַרײַן.

אַז מע האָט נישט קײן היץ, איז דער שאַנס פֿון אינפֿעקציע װײניקער.

אַ ביסל טערמינאָלאָגיע: אויב מע דאַרף זען עפּעס אַ סימן (צי סימפּטאָם) כּדי צו באַשטעטיקן אַ פּראָבלעם, הײסט דאָס אַ סענסיטיװקײט. צום בײַשפּיל, אַז מע האָט נישט קײן היץ, איז דאָס געװײנטלעך נישט קײן ערנצטע אינפֿעקציע (כאָטש אױסנאַמען זײַנען אַלע מאָל פֿאַראַן). אַז מע האָט יאָ אַ פֿיבער, הייסט עס געװײנטלעך אַן אינפֿעקציע. דאָס הײסט „ספּעציפֿישקײט.“

פֿאַראַן סימפּטאָמען װאָס זײַנען סענסיטיװ אָבער נישט ספּעציפֿיש. צום בײַשפּיל, ברוסטװײטיק מײנט לאװ־דװקא אַז מע האָט געליטן פֿון אַ האַרצאַטאַק (ס׳קען זײַן האַרץ־ברענעניש, מוסלקען־װײטיק, פּחד…). דער סימן איז נישט ספּעציפֿיש. אַז ס׳פֿעלט אָבער ברוסטװײניק בכלל, איז מן־הסתּם נישט קײן האַרצאַטאַק. ס׳איז נישט ספּעציפֿיש.

אַ קנאַקעניש אין די געלענקען, װי למשל אינעם אַקסל, איז נישט ספּעציפֿיש. פֿאַר װאָס? מסתּמא װײַל קלאַנגען קענען אַרױסגערופֿן װערן פֿון פֿיל טײלן און געװעבן אין קערפּער. עס קען זײַן אַז עס רײַבן זיך פּשוט צוזאַמען בײנער אױף בײנער, בײנער אױף מאַרכבײנער, שטיקלעך צעבראָכענע בײנער, אָדער סתּם לופֿט־בלעזלעך אין האַנט־, פֿינגער־ אָדער אַן אַנדער געלענק. (דערמאָנט איר זיך אַז קינדװײַז האָט מען אײַך געהײסן אױפֿהערן קנאַקן מיט די פֿינגער־געלענקען?)

מע האָט שוין דורכגעפֿירט שטודיעס צו דערגײן, װעלכע סימפּטאָמען זײַנען סענסיטיװ אָדער ספּעציפֿיש, כּדי דאָקטױרים זאָלן װיסן װאָס אױסצוזוכן אין געװיסע פֿאַלן. אַ קנאַקעניש אין די געלענקען איז אַ ביסל סענסיטיװ. הײסט אַז, אַז מע האָט נישט, איז אַ גרעסערער שאַנס אַז קײן געלענק־פּראָבלעם איז נישטאָ.

נאָר אַז מע האָט — איז נישט קלאָר, װאָס דאָס מײנט. אַז דער אַקסל באַװעגט זיך װי געװײנטלעך, איז דאָס מן־הסתּם דער עיקר. דאָס קנאַקעניש אַלײן איז לאַװ־דװקא אַ פּראָבלעם.


צי איז איין אַנטי־היסטאַמין בעסער ווי אַ צווייטער?

Is There One Antihistamine That's Better Than the Others?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

צי איז אײן אַנטי־היסטאַמין װאָס מע קען קױפֿן אין אַ קראָם בעסער װי אַ צװײטער?

ירחמיאל לאָפּין, נ״י


ליבער ר׳ ירחמיאל,

אַ גוטע פֿראַגע! לטובֿת די לײענער װאָס װײסן נישט, לאָמיר גיך איבערחזרן וואָס ס׳איז אַזױנס אַן אַנטי־היסטאַמין.

די היסטאַמין־רעצעפּטאָרן זײַנען מאָלעקולן צוגעטשעפּעט צו קעמערלעך װאָס, װי אַנדערע רעצעפּטאָרן, בינדן זיך צו געװיסע צונױפֿהעפֿטן װאָס טראָגן זיך דורכן בלוטשטראָם. היסטאַמין־רעצעפּטאָרן געפֿינען זיך אין אַ סך פֿאַרשײדענע ערטער אין קערפּער: אין די לונגען, דעם מאָגן, די שלײַם (לחות)־געװעבן פֿון דער נאָז, און אַפֿילו אין מוח. אַנטי־היסטאַמינען זײַנען, װידער, מאָלעקולן װאָס בינדן זיך צו די דאָזיקע רעצעפּטאָרן און אַזױ אַרום בלאָקירן זיי זײערע פֿאַרשײדענע פֿונקציעס.

אַזױ װי מיר זײַנען אין סאַמע מיטן פֿון פֿאַרקילונג־סעזאָן, זײַט איר מסתּמא אױסן די אַנטי־היסטאַמינען װאָס װירקן אױף דער נאָז. אײן ענטפֿער אויף אײַער פֿראַגע איז גאַנץ פּשוט: אַזױ װי די פֿאַרמאַצעװטישע פֿירמעס װילן נישט קײן דירעקטע פֿאַרגלײַכן צװישן אײן פּראָדוקט און אַ צװײטן, איז נישטאָ קײן פֿעסטער ענטפֿער.

אַן אַנדער אופֿן צוצוגײן צו דעם איז אָבער צו דערװיסן זיך, אַז די דאָזיקע אַנטי־היסטאַמינען קומען אין פֿאַרשײדענע קאַטעגאָריִעס. די „עלטערע“ מעדיצינען (פֿון אַזױ גערופֿענעם „ערשטן דור“) זײַנען לאװ־דװקא ערגער װי די נײַערע. כאָטש „בענאַדריל‟, צװישן די סאַמע ביליקסטע אַנטי־היסטאַמינען, קען מאַכן דעם אײַננעמער שלעפֿעריק, קען דאָס זײַן אױך מער עפֿעקטיװ אין פֿאַרקילונגען, בשעת די אַנטי־היסטאַמינען פֿון די „שפּעטערדיקע דורות“ זײַנען מער ספּעציפֿיש פֿאַר דער נאָז, מאַכן נישט שלעפֿעריק, און זײַנען אפֿשר בעסער פֿאַר אַלערגיעס — כאָטש אַ ביסל טײַערער.

פֿאַראַן פֿאַרשײדענע אַנטי־היסטאַמינען, און װעלכער ס׳איז אײַך בילכער איז שטאַרק אָפּהענגיק אין װעלכער איר האָט שױן געפּרוּװט, װיפֿל מעדיקאַמענטן איר נעמט שױן אײַן (װײַל די אַנטי־היסטאַמינען קענען זײ שטערן אָדער אַפֿילו קעגנװירקן), און װאָס איר קענט אויספֿירן. ס׳איז װידער, װי אין אַ סך פֿאַלן פֿון מעדיקאַמענטן, אַ מין „טרעף־און־טעות‟.

אפֿשר איז כּדאַי צו דערמאָנען נאָך אַ װיכטיקן פֿאַקט װעגן די מעדיקאַמענטן — זײ זײַנען נישט נײטיק אין אַלע פֿאַלן. אַז מע האָט אַ פּשוטע פֿאַרקילונג, איז די באָבע אָדער זײדע געװען גערעכט: הינדל־יױך און דאָס כאַפּן אַ דרעמל קענען אַ סך זאַכן אױסהײלן אָן די זײַטיקע עפֿעקטן פֿון אַ מעדיקאַמענט.

פֿאַראַן װידער אַלערגיעס װאָס קענען שטעלן דעם חולה אין אַן ערנסטער סכּנה (צום בײַשפּיל, אַנאַפֿילאַקסיס — די געפֿערלעכע רעאַקציע צום שטאָך פֿון אַ בין), אָדער בײַסענישן װאָס זײַנען נישט צו פֿאַרטראָגן, אַזוי ווי עס מאַכט זיך, למשל, נאָכן אָנרירן סם־בלעטלעך. אין אַזאַ פֿאַל איז „בענאַדריל‟ מסתּמא דער בעסטער מיטל.


איז דאָ אַ שײַכות צװישן אַלצהײַמערס און אַלומיניִום?

Is There a Link Between Alzheimer's and Aluminum?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

װאָס איז דער שײַכות צװישן דער אַלצהײַמער־קראַנקײט און אַלומיניִום?

ר״ט, ישׂראל


טײַערע ר״ט,

װי איר װײסט מן־הסתּם, איז די אַלצהײַמער־קראַנקײט צװישן די סאַמע פֿאַרשפּרײטסטע סיבות פֿון עובֿר־בטלקײט אין עלטערע לײַט. און אַזױ װי די קראַנקײט איז אַזױ פֿאַרשפּרײט, און קען זײַן אַזױ ערנצט, גײען שױן אָן יאָרן לאַנג פֿאַרשײדענע פֿאָרשונגען װעגן װי אַזױ די קראַנקײט װירקט אױפֿן מוח און װי אַזױ מע קען זי פֿאַרמײַדן.

אַרום 48 מיליאָן נפֿשות איבער דער װעלט לײַדן אױף דער קרענק, װאָס באַשטײט פֿון צעפֿרעסונג (דעגענעראַציע) פֿון נערװן און נערװן־געװעב. די פֿריסטע סימנים פֿון דער קראַנקײט װערן אָפֿט מאָל פֿאַלש אָנגענומען פֿאַרן נאָרמאַלן עלטערן זיך. די מעדיקאַמענטן װאָס זײַנען פֿאַראַן העלפֿן אױף אַ מיטלמעסיקן אופֿן. אָפֿט מאָל באַשטײט די באַהאַנדלונג, דער עיקר, פֿון דעם, װי אַזױ מע שטיצט דעם חולה און דער משפּחה. װי אין אַ סך כראָנישע קרענקען איז קײן דעפֿיניטיװער היילמיטל נישטאָ.

די מעגלעכע גורמים פֿון אַלצהײַמערס זײַנען פֿילצאָליק. עטלעכע גענעטישע מעכאַניזמען האָט מען שוין פֿאָרגעלײגט (ס׳רובֿ פֿון דער ריזיקע פֿון דער קראַנקײט װערט טאַקע איבערגעגעבן בירושה). פֿיזיש זעט מען טײל מאָל, כאָטש נישט אַלע מאָל, פּאַטאָלאָגישע פֿיבער־קנױלן אין מוח־געװעב. און, אָפֿט מאָל, איז דער מעטאַל אַלומיניִום (אין אַמעריקע רופֿט מען דאָס אַלומינום) געפֿונען פֿאַרבונדן מיט די קנױלן.

ס׳איז אָבער גאָר נישט קלאָר די אמתע פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ פֿענאָמענאָן. איז אַלומינום טײל פֿון דער סיבה? אָדער נאָר אַ צופֿאַל?

אַ סך מענטשן האָבן אַפֿערגעבראַכט דעם געדאַנק, אַז קאָך־ און אַנדערע כּלים װאָס נעמען אַרײַן אַלומיניִום קערן העכערן די ריזיקע פֿון אַלצהײַמערס. קײן װיסנשאַפֿטלעכע ראיות צו שטיצן דעם פֿאָרשלאָג זײַנען נישטאָ. פֿאַקטיש, אין אַן איבערקוק אין 2014 אױף עצות כּדי צו פֿאַרהיטן די קראַנקײט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, װי װײניק זײַנען די פֿאָרלײגן אַנדערש װי פֿאָלגן דעם שׂכל־הישר: עסן פֿרוכט און גרינסן, אײַננעמען װיטאַמינען אױב זײ פֿעלן, בלײַבן גײַסטיק אַקטיװ…

טײל פֿאָרשערס האָבן טאַקע פֿאָרגעלײגט פֿאָרזיכטיקײט וואָס שייך דעם אַרײַננעמען אַלומיניִום, װײַל דער מעטאַל קען זײַן סמיק אין קערפּער, און צוליב דעם (װי געזאָגט) אַז מע געפֿינט די סובסטאַנץ בײַ עובֿר־בטלע אין מוח. טײל שטודיעס האָבן געפֿונען מער פֿאַלן פֿון דער קרענק אין ראַיאָנען, װוּ מער אַלומינום האָט זיך געפֿונען אין צאַפּן־װאַסער, נאָר דאָס איז װידער בלױז אַן אַסאָסיאַציע. אױב מע װיל זײַן סופּער פֿאָרזיכטיק, קען מען פּרוּװן מינימיזירן דאָס אױסשטעלן זיך אױף דעם, װײַל דער מעטאַל איז לאַװ־דװקא נײטיק אױף אַ געזונטן לעבן.

איז אָבער כּדאַי, אַז מע זאָל איבערקערן ס׳לעבן און אַרױסװאַרפֿן די אַלומיניִום־כּלים פֿון דער קיך, בלױז אױפֿן סמך פֿון נישט־באַגרונטיקטע ראיות? מײַן עצה: װאַרט אױף אַ פֿעסטן װיסנשאַפֿטלעכן ענטפֿער, עס, טרינק, טראַכט, און ניץ װעלכע כּלים זײַנען אײַך באַקװעם.


פֿאַר וואָס איז די אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם צעבראָכן?

Why Is the American Health Care System So Broken?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס איז אונדזער געזונט־סיסטעם צע­בראָכן?
מ. װ., נ״י


טײַערע מ. װ,

עס װענדט זיך צי, און װי אַזױ, אונדזער געזונט־סיסטעם אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז טאַקע „צעבראָכן”. פֿאַראַן פּאָליטיקער װאָס האַלטן, אַז אונדזער געזונט־אָפּהיט איז „דאָס בעסטע אױף דער װעלט.” די מערסטע דרױסנדיקע פֿאַרלאָזלכע מקורים האַלטן, אַז מיר אַמעריקאַנער לײגן אױס אַ מאַיאָנטעק װאָס טױג אױף כּפּרות. די פּינקטלעכע געזונט־קאָסטן פֿון אונדזער סיסטעם באַטרעפֿן אַ פּאָר טריליאָן (טױזנט ביליאָן) דאָלאַר אַלע יאָר, נאָר אונדזער שטאַרביקײט און קרענקלעכקײט איז מער װי אין לענדער, װאָס גיבן אױס װײניקער. (פֿאַראַן אַנדערע סיבות, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר װאָס אונדזער געזונט־סיסטעם איז אומפּערפֿעקט, נאָר דער דאָזיקער חסרון — מיר גיבן אױס מער און באַקומען, רעלאַטיוו גערעדט, װײניקער — איז כאַראַטעריסטיש פֿאַר אונדז.)

פֿאַר װאָס? פֿאַראַן דרײַ סיבות.

ערשטנס, איז אונדזער סיסטעם איבער­גע­לאָדן מיט אַדמיניסטראַטאָרן, װאָס זײער צאָל שטײַגט אַ סך גיכער װי די צאָל דאָקטױרים און אַנדערע קליניקער. אפֿשר איז דאָס צוליב דער צאָל רעגולאַציעס, נאָר עס קען אױך האָבן צו טאָן מיט דער איבעריקער ביוראָקראַטיע אַרױס­גערופֿן פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט־צע­שפּלי­טערונג. ניו־יאָרק איז אַנדערש װי אַלאַבאַמע, וואָס איז אַנדערש װי טענעסי, און אַזױ כּסדר.

צװײטנס, מעג יעדער שפּיטאָל רעכענען מער־װײניקער װאָס ער װיל. ס׳איז אַ פֿרײַער מאַרק װאָס איז נאָר „פֿרײַ” פֿאַר די פֿאַרקױפֿערס. שטעלט זיך פֿאָר אַז דו גײסט אַרײַן אין קראָם קױפֿן אַ שטיקל פֿיש. אין אַ דינסטיק צאָלסטו 5 דאָלאַר, און אױף מאָרגן — 25 דאָלאַר. אָן אַ פֿאַרװאָס, אָן אַ פֿאַרװען, סתּם אַזױ. די טאַריפֿן זײַנען אױסגעזױגן פֿון פֿינגער.

דריטנס, און אפֿשר דער עיקר, מאַכט מען אין אונדזער געזונט־סיסטעם צו פֿיל טעסטן, פּראָצעדורן און אָפּע­ראַ­ציעס. דאָ בין איך נישט אױסן „צו פֿיל” אין עקאָנאָמישן זין, נאָר אין מעדיצינישן. קוק זיך אום ס׳קומעדיקע מאָל װען דו ביסט בײַם דאָקטער, און פֿרעג זיך: „װיפֿל פֿון די זאַכן בין איך זיכער, אַז זײ האָבן מיר טאַקע געהאָלפֿן, און זײַנען נישט געװען גלאַט אַן אופֿן סמתּ יוצא צו זײַן אױף עפּעס אַ טעאָרעטישער צי רעגוליר־פֿאָדערונג? דער אמת איז, אַז אונדזער סיסטעם גלייבט נאָך אַלץ אינעם פּרינציפּ „מער איז װײניקער”, אַנשטאָט „װײניקער איז מער.”

נישט אַלץ איז פֿאַרפֿאַלן. די לעצטע יאָרן מאַכט מען אַ פּעולה אין געװיסע תּחומען. דער אויפֿשטײַג פֿון געזונט־הוצאָות װערט פּאַ­מע­לעכער (אפֿשר צוליב דעם העכערן צו­טרוי פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג צו „אָבאַמאַקער‟). נאָכן אַרױסגעלאָזט װערן פֿון שפּיטאָל ווערן פּאַציענטן הײַנט װײניקער שפּי­טאָליזירט צום צווייטן מאָל. אין טײל שפּי­טעלער האָט מען כּמעט װי עלימינירט די אינ­פֿעקציעס אין די קאַטעטערס. הײַנט צו טאָג קנעלט מען מער מיט מעדיצין־סטודענטן ווי זיך בעסער אָפּצוגעבן מיטן פּאַציענט, און ווי צו קאָמוניקירן מיטגעפֿיל, װי קײן מאָל פֿריִער — אַ סך בעסער װי אין מײַנע סטודענטישע יאָרן.

אַז מע שמועסט זיך גוט אױס מיטן דאָקטער װעגן די מעלות און חסרונות פֿון זײַן צוגאַנג צו אײַער געזונט, קען מען אפֿשר מאַכן אַ פּעולה אױך פֿון אײַערט טובֿה װעגן.


אַ זאָרג אַז נעווראָפּאַטיע קאָן אים מאַכן פֿאַר אַ קאַליקע

Worries That Neuropathy Could Disable Him

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳האָב נערװן־פּראָבלעמען אין די פֿיס (נעווראָ­פּאַטיע). װי לאַנג װעט געדױערן, ביז איך װער אַ קאַליקע?

אַ פֿרײַנד, נ״י


טײַערער פֿרײַנד,

עס טוט מיר וויי צו הערן װעגן אײַער נעווראָפּאַטיִע. אַ גיכער איבערבליק פֿאַר די, װאָס װײסן נישט דערפֿון: די ניווראָפּאַטיִע איז װאָרט־װערטלעך אַ קרענק אין די נערװן. אַזאַ זאַך קאָן פּאַסירן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון מעטשלעכן קערפּער, נאָר ס׳איז קלאָר, אַז די נעווראָפּאַטיע איז צום מערסטנס פֿאַרשפּרײט אין די פֿיס. מע קען דאָס אויך זען אין די הענט.

אַז מע לײַדט אױף נערװנקרענק אין די פֿיס קען מען שפּירן פֿאַרשײדענע סימפּטאָמען. װער ס׳פֿילט אַ ברענעניש, װער אַ שטעכעניש, װער מאָדנע סענסאַציעס פֿון זאַמד אין די שיך אָדער בינען אױף דער הױט. די אַרױסװײַזונגען פֿון דער קרענק קענען זײַן פֿאַרשידן־מיניק, און דערפֿאַר איז אָפֿט שווער צו דערגרייכן אַ גיכן דיאַגנאָז.

אַ סך האָבן אפֿשר געהערט פֿון די סאַמע ערגסטע פֿאַלן פֿון נערוונקרענק: פֿאַרקוקטע בלאָטערס, איגנאָרירטע אינפֿעקציעס און װאָס נישט? אין מײַנע דאָקטערשע יאָרן האָב איך אַפֿילו געזען אַ צאָל מיט אַמפּוטירטע גלידער. דאָס בין איך נישט אויסן צו דערשרעקן, נאָר איבער­צוגעבן דעם ספּעקטרום פֿון פֿאַלן װאָס מע זעט אין דער פּראַקטיק.

פֿאַראַן אַ סך מעגלעכע סיבות פֿון נערװנ­קרענק אין די פֿיס, נאָר די אָפֿטמאָליקסטע איז זיכער די צוקערקרענק. אַנדערע גורמים גע­פֿינען זיך אויך, ווי נירן־ און לעבער־פֿעלערן און אַ בײַ־עפֿעקט פֿון געוויסע מעדיקאַמענטן. טייל מאָל געפֿינט מען די סיבה אין גאַנצן נישט.

נישט אַלע מאָל איז מעגלעך פֿאָרויסצוזען דעם גאַנג פֿון די סימפּטאָמען אַפֿילו אין „גע­וויינטלעכן‟ דיאַבעט. בײַ טייל מענטשן וועט אַ בעסערער קאָנטראָל פֿון בלוטצוקער דערפֿירן צו ווייניקער נערוון־ווייטיקן, בײַ אַנדערע וועט גאָרנישט נישט העלפֿן, און בײַ אַנדערע וועט זיך אַלץ אַליין אויסהיילן. נישט זעלטן דאַכט זיך מיר, אַז פֿונעם לײַדנדיקן פּאַציענטס קוקווינקל, טויג דאָס גרינטלעך אויספֿאָרשן די גענויע סיבות בכלל נישט.

דערפֿאַר איז, צום באַדױערן, נישטאָ קײן פּשוטער ענטפֿער אױף אײַער פֿראַגע, װי לאַנג עס װעט דױערן ביז די סימפּטאָמען פֿאַרערגערן זיך. קען זײַן אַז אין די קומעדיקע יאָרן, קען זײַן אַז אין גאַנצן נישט, קען זײַן אַז צו ביסלעך. דער עיקר איז, מע דאַרף זײַן גוט אינפֿאָרמירט, האָבן אַ פֿאַרלאָזלעכן דאָקטער און אַ סבֿיבֿה געטרײַע אויפֿפּאַסערס.

אַזוי צי אַזוי וועל איך יאָ איבערגעבן גע­וויסע עצות פֿאַר אַלע מיט נערוון־קראַנקע פֿיס: טראָגט געזונטע שטאַרקע [supportive, בלע״ז] שיך; גייט נישט אַרום באָרוועסע, און היט גוט די פֿיס. מײַדט אויס אַ באַלאַגאַן אין שטוב וואָס קאָן דערפֿירן צו וווּנדן אין די פֿיס. בלײַבט אַקטיװ, פֿאַרלירט נישט די האָפֿענונג, און געפֿינט אין וועמען זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן. איר זײַט זיכער נישט אַליין! אַ סך פּאַציענטן האָבן נערוונקרענק אין די פֿיס און פֿאָרט פֿירן זיי אַ פֿול לעבן אָן גרויסע מכשולים אַ דאַנק דער פֿיזישער טעראַפּיע, הילפֿמיטלען און — אין געוויסע פֿאַלן — מעדיקאַמענטן צו פֿאַרמינערן די סימפּטאָמען.


פֿאַר וואָס בלײַבן מאַמעס פֿאַרקילט לענגער ווי זייערע קינדערלעך?

Why Do Mothers Remain Sick Longer Than Their Young Kids?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳ווער זייער זעלטן קראַנק, ביז הײַיאָר ווען מיר דאַכט אַז כ׳בין כּסדר פֿאַרקילט. (כ׳האַלט שוין אין מיטן מײַן דריטע פֿאַרקילונג אין 5 וואָכן, וואָס די ערשטע דערפֿון האָט אַרויסגערופֿן אַן אויערן־אינפֿעקציע; אין יענער צײַט האָב איך אויך געליטן פֿון אַ מיגרען און אַ בויכווירוס). מײַן עופֿעלע איז אַלט 20 חדשים הייבט שוין אָן זײַן ערשטן יאָר אין אַ טאָגהיים און איך שטעק זיך אָן מיט אַלץ וואָס ווערט צעטיילט אין זײַן קלאַסצימער. דער חילוק איז נאָר, וואָס ער ווערט קראַנק אויף בלויז אַ מעת־לעת בשעת איך בלײַב נישט־געזונט איינס ביז צוויי וואָכן לאַנג. וואָס קען איך טאָן, כ’זאָל נישט זײַן כּסדר קראַנק?

הרבה רחל דודלי זערין (פּראָווידענס, ראָד־אײַלענד)


חשובֿה רבה זערין,

צום באַדויערן זײַט איר נישט אַליין! דער דורכשניטלעכער דערוואַקסענער באַקומט יעדעס יאָר 4-2 פֿאַרקילונגען (דאָס קינד, דורכשניטלעך, וועט זיך אָנשטעקן מיט 5 אַזעלכע). אמת איז, אַז זיי געדויערן לענגער, ווי מע וואָלט זיך געריכט. אַ הוסט קען געדויערן אַ וואָך־צוויי, נאָר דאָס איז אויך דורכשניטלעך, און ס׳איז נישט פֿון די זעלטענע זאַכן, אַז מע זאָל קומען צו מיר נאָך 5 וואָכן הוסטעניש, מיט אַ פֿאַרצווייפֿלטער מינע און אַ רינענדיקער נאָז. ווי באַוווּסט, קענען די זעלבע ווירוסן, וואָס צילעווען אויף די אָטעמרערן זיך אויך צוטשעפּען צו די אויערן און סינוסן. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז מע זאָל באַקומען אַ פּאָפּורי אַנדערע סימפּטאָמען אויך.

אַוודאי ווייסט איר, אַז די טאָגהיימען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן עכטן „קולטיוויר־מיטל‟ — ממש אַ יויך פֿון ווירוסן. די קליינע קינדערלעך רירן דאָך אַלץ אָן, סײַ בײַם אייגענעם גוף, סײַ בײַ יענעם, און וואַשן זיך די הענט ווייניקער ווי געוווּנטשן.

ווי אַזוי קען מען זיך באַפֿרײַען פֿון אַזעלכע „מתּנות‟ פֿונעם סעזאָן? געוויינטלעך „שרײַב איך אויס‟ דרײַ זאַכן: יויך, רו און געדולד. היות ווי ס׳רובֿ אַזעלכע אינפֿעקציעס ווערן אַרויסגערופֿן פֿון ווירוסן, וועט די אַנטיביִאָטיק גאָרנישט העלפֿן (און קען נאָך שאַטן). מע לויבט וויטאַמען „צע‟ [C] און זינק אין הימל אַרײַן, נאָר מיט שוואַכע וויסנשאַפֿטלעכע ראיות. שפּאָרט זיך אײַן דאָס געלט און מי. די היימישע רפֿואות זײַנען פּונקט אַזוי גוט.

אַ פֿאַרלאָזלעך מיטל קען איך יאָ שטאַרק רעקאָמענדירן: וואַשט זיך גוט אויס די הענט. אַ סיסטעמאַטישער איבערבליק פֿונעם בריטישן Cochran Review האָט אויפֿגעוויזן אָט וואָס: אויב פֿיר מענטשן וואַשן זיך אויס די הענט, קער דאָס פֿאַרהיטן איין פֿאַל פֿון אַ ווירוס־אינפֿעקציע אין די אָטעמרערן. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך רפֿואות איז דאָס אַ נס־מן־השמים — און קאָסט נאָר אַזוי פֿיל ווי אײַער באַליבסטער זייף! מאַסקעס זײַנען אויך אַ מעגלעכקייט, און קענען אָפּשוואַכן די טראַנסמיסיע פֿון די ווירוסן, נאָר זײַנען נישט באַקוועם פֿאַר ס’רוב משפּחות.

הכּלל: פּאַסט אויף אויף זיך! ווינטער איז שווער, באַזונדערש מיט אַן עופֿעלע, און אַליין אַ פֿאַרקילטע. מײַן עצה: טרינקט טיי, שלאָפֿט זיך גוט אויס (אויף וויפֿל עס לאָזט זיך), לאָזט זיך אײַנשפּריצן מיטן פֿלו-וואַקצין, און וואַרט אויף געזינטערע טעג. אַסותא!


איז דאָס שטעלן באַנקעס טאַקע אַ געראָטן היילמיטל?

Can Cupping (Bankes) Really Cure Something?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,
וואָס איז אײַער מעדיצינישע מיינונג פֿון „באַנקעס‟?
ירחמיאל לאָפּין, נ״י

טײַערער פֿרײַנד לאָפּין,

כאָטש באַנקעס זײַנען נישט קיין שפּאָגל־נײַע רפֿואה, זײַנען זיי אפֿשר נאָך מער באַרימט געוואָרן הײַיאָר, ווען אַ זײַטיקער מעדיִאַ־אימאַזש פֿונעם שווימער און אָלימפּיאַדע־טשעמפּיאָן מײַקל פֿעלפּס האָט אַרויסגעוויסן בלויע סימנים אויף זײַן רוקן — אַ קלאָרער באַווײַז, אַז ער האָט פֿאַר זײַן פֿאַרמעסט און ווי טייל פֿון זײַנע צוגרייטונגען געשטעלט באַנקעס. ער האָט דאָס אַוודאי נישט געטאָן מחמת נאָסטאַלגיע נאָך די רופֿאים פֿון דער אַלטער היים אָדער דער איסט־סײַד. געשטעלט האָט ער זיי מסתּמא צוליב דער מאָדע נאָך „אַלטערנאַטיווע‟ רפֿואות.

ווי אַזוי פֿונקציאָנירט די מיקלאָמפּערשטיקע „רפֿואה‟ און פֿאַר וואָס ווערט זי איצט פּאָפּולער? ס’איז אַזוי: דאָס שטעלן באַנקעס איז אויפֿגעקומען כּמה מאָל אין פֿאַרשיידענע קולטורן: בײַ די כינעזער, אַראַבער, גרעקן און פֿאַרשטייט זיך — די ייִדן אויך. און יעדעס פֿאָלק האָט אַ ביסל אַן אַנדער דערקלערונג פֿאַר וואָס סע טויג, צוגעפּאַסט צו זייער געזונט־גלויבן. בײַ די כינעזער גייט די רייד וועגן די „טשי‟ — די אַזוי־גערופֿענע קערפּער־ענערגיע וואָס פֿליסט דורך דעם גוף אויף פֿאַרשיידענע ליניעס. די אַראַבער פֿון מיטלעלטער, ווידער, האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויפֿן באַלאַנץ צווישן פֿליסיקייטן (מן־הסתּם אונטער דער השפּעה פֿון די אַלט־גרעקן). אונדזער ליבער ד״ר רמב״ם, אין זײַן ייִדיש־אַראַבישן חיבור וועגן מערידן, האָט פֿאָרגעלייגט באַנקעס ווי אַ רפֿואה, כאָטש פֿון צווייטן ראַנג.

אינטערעסאַנט איז, אַז די באָבעס און זיידעס פֿון די הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן האָבן אָפֿט מאָל נישט געשטעלט באַנקעס אויפֿן סמך פֿון אַזאַ טעאָריע. מע האָט גלאַט אַזוי געטאָן ווי אַ מיטל: געזעסן אין הייסן באָד, און צוגעלייגט אַזאַ סלויעק (אַזוי איז טײַטש דאָס וואָרט „באַנקע‟ אויף רוסיש). דאָס טעפּל שאַפֿט אַ נעגאַטיוון דרוק וואָס ציט די הויט. באַנקעס קען מען שטעלן „הייסע‟ אָדער „קאַלטע‟; „נאַסע‟ אָדער „טרוקענע‟, און אַפֿילו (אַזוי זאָגט מיר ד״ר וויקיפּעדיע) מיט „פֿלאַמען‟ (פֿרעג שוין נישט). מע זאָגט אַז שטעלן באַנקעס קען העלפֿן ווייטיקן, אויסהיילן געוויסע קרענקען, און וואָס נישט?

וויכטיקער ווי דער כּלומערשטיקער מעכאַניזם איז די סיבה, וואָס ציט דעם עולם צו צו אַזאַ מיטל. מיר דאַכט זיך, אַז סע שטעקט דווקא אין דער אַלטערנאַטיווקייט. ס׳איז אַ „באַבסקע רפֿואה‟ אין אַ לויטער פּאָזיטיוון זין: עפּעס כּמו־„נאַטירלעכס‟, היימישס, און צו דער האַנט, ווי בײַ דער באָבען אין דער קיך. נישט פֿאַרבונדן מיט די הוצאות, אומפֿרײַנדלעכקייט, און קאַלטער וויסנשאַפֿטלעכקייט פֿון דער הײַנטיקער מעדיצין.

און דאָס פֿירט אונדז צו דער סוף־שאלה: צי טויג עס בכלל? בקיצור איז די תּשובֿה: „מסתּמא נישט‟. עטלעכע סיסטעמאַטישע איבערבליקן פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור וועגן באַנקעס האָט מען דורכגעפֿירט אין די לעצטע יאָרן (דווקא אין כינע, וווּ די וויסנשאַפֿטלערס פּרווּון וואָס מער אַרויסגעבןאַזעלכע שטודיעס, אָפֿט מאָל פֿון אַ מסופּקדיקער קוואַליטעט), וואָס ווײַזן אַז דאָס לייגן באַנקעס קען אפֿשר האָבן אַ נוץ אין טייל פֿאַלן, כאָטש אפֿשר נישט (ווײַל די באַווײַזן זײַנען שוואַכע) און מסתּמא נישט אַנדערש ווי אַ צוקערפּיל.

נאָר, אַזוי ווי דאָס זוכט מען טאַקע אַפֿט מאָל אַן אַלטערנאַטיווע רפֿואה, אַ „צוקערפּיל‟, עפּעס וואָס באַרויִקט און דערלאַנגט נחמה, נישט געקוקט אויף דער טרוקענער אומעפֿעקטיווקייט לויט די פֿאַקטן, איז דען אַ וווּנדער, וואָס אַזאַ זאַך איז פּאָפּולער אין אַלע דורות? אײַ, עס טויג נישט? מילא. מע ווערט ברוין און בלוי, דער טײַסטער ווערט לײַכטער, נאָר אַרום און אַרום איז שווער געניזוקט צו ווערן פֿון זיי אויף אַן ערנסטן אופֿן.


קאָן מאַריכואַנע מיר העלפֿן דורכמאַכן אַ מוח־וווּנד?

Can Marijuana Help Me Cope With a Brain Injury?

פֿון שלום בערגער

Yehuda Blum

ליבער ד”ר בערגער,

כ’האָב לעצטנס אַדורכגעמאַכט אַ טראַוומאַטישן שאָדן צום מוח, און כ’וויל וויסן, צי די מאַריכואַנע קען העלפֿן ווי אַ רפֿואה.

אַ דאַנק,

מ. וו.

ניו־יאָרק

טײַערע מ. וו.,

ערשטנס ווינטש איך אײַך אַ רפֿואה-שלימה. ווי איר ווייסט מסתּמא, לײַדן מיליאָנען אַמעריקאַנער פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונגען (traumatic brain injury). אַפֿילו בײַ די, וואָס האָבן נישט אַדורכגעמאַכט קיין שווערן שאָדן, קענען זיי סײַ־ווי לײַדן פֿון ערנסטע און לאַנג־דויערנדיקע נאָכעפֿעקטן. אַזאַ שאָדן קען אַרויסגערופֿן ווערן פֿון עטלעכע סיבות, אַרײַנגערעכנט אויטאָ-סיבות (די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע), ספּאָרט-צונויפֿשטויסן, ווי אויך גוואַלדטאַטן אין דער היים אָדער גלאַט אַזוי פֿון פֿרעמדע. כאָטש די פֿיזישע טעראַפּיע און די קאָגניטיווע-אויפֿפֿיר-טעראַפּיע (ווי מיט אַ סך אַנדערע כראָנישע קרענקען) זײַנען מעגלעכע צוגאַנגען, ווערן די געליטענע פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונג אָפֿטמאָל פֿרוסטרירט, און זוכן מיט ליכט אַנדערע מיטלען.

Read more


5 חידושדיקע גרינגע עצות פֿאַר אײַער געזונט

5 Surprisingly Simple Tips to Maintain Good Health

פֿון שלום בערגער

Yehuda Blum

אַז מע האָט שוין אָנגעהויבן אַ נײַ יאָר, לאָמיר געדענקען די פּשוטע, דערוויזענע מיטלען וואָס מיר קענען אָננעמען צו פֿאַרבעסערן אונדזער געזונט — אָפֿטמאָל בחצי־חינם.

  1. גיט זיך אַ שאָקל: מע האָט אויפֿגעוויזן דורך מער ווי איין שטודיע, אַז צווישן די פֿיל מעלות פֿון מאַכן רעגולערע געניטונגען איז אַ גרעסערע אַריכות־ימים און אַ נידעריקערער פּראָצענט פֿאַלן פֿון ראַק.

  2. הערט אויף אײַננעמען וויטאַמינען און שפּײַז־צוגאָבן, סײַדן מע האָט אײַך געשטעלט אַ דיִאַגנאָז, אַז עס פֿעלט בײַ אײַך אַ געוויסער וויטאַמין. דאָס אײַננעמען וויטאַמינען „צו­צוגעבן כּוח‟ איז אַ פֿאַרשפּרייטער מיטאָס וואָס דערפֿירט צו פֿאַרלוירענעם געלט און זיכער נישט צו קיין בעסערן געזונט.

  3. עסט פֿעטס. די דיִעטעטישע עצות געפּריידיקט מכּמה יאָרן פֿון די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן וועגן רעדוצירן פֿעטס זײַנען באַזירט אויף אַ שוואַכער וויסנשאַפֿט. פּוטער איז געשמאַק (אָבער נאָר מיט מילכיקס, אַוודאי).

  4. אײַער וואָג איז וויכטיק בלויז אויב איר מיינט ס׳איז וויכטיק. מע ווייסט אַז פֿעטלײַביקייט קען זײַן פֿאַרבונדן מיט אַ העכערער ריזיקע פֿון פֿאַרשיידענע קראַנקייטן (צוקערקרענק און ווייטיקן אין די געלענקען). דאָס מיינט אָבער נישט אַז איר מוזט שטאַרק בײַטן די פֿאָרעם אָדער וואָג פֿון אײַער גוף. נעמט אָן קליינע, רעאַליסטישע צילן וואָס מע קען פּראַקטיש אויספֿירן און וואָס וועלן אײַך פֿירן, צו ביסלעך, צו אײַער ציל.

  5. הײַנט רעדט מען אָן אַ שיִער וועגן דער „גענעטישער מעדיצין‟, ד״ה צופּאַסן די מעדיקאַמענטן צו די נײַסטע פֿאָרשונגען וועגן דעם שײַכות צווישן דער גענעטיק און געזונט. מאַלע וואָס קען שפּעטער זיך מאַכן אין די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, נאָר די גרעסטע ווירקונגען וועט מען געפֿינען בײַ די היימישע עצות: עסט נישט צו פֿיל, שלאָפֿט זיך גוט אויס, לייגט נישט אויס געלט אויף געפֿערלעכע נאַרישקייטן (פֿאַרווײַלונגס־נאַרקאָטיק און אַזוי ווײַטער), און זוכט אַקטיוויטעטן און געזעל־שאַפֿטן וואָס שטיצן אײַערע געוווּנטשענע פּריִאָריטעטן. אַזוי אַרום וועט איר קענען שטיצן אײַער „די־ען־איי‟, נישט געקוקט אויף דעם וואָס געפֿינט זיך אין אײַער גענאָם.

אין פֿאַרלויף פֿון קומעדיקן יאָר וועלן אַנט־דעקט ווערן לאַנג־געגאַרטע רעזולטאַטן וועגן די בעסטע רפֿואות פֿון הויכן בלוטדרוק; ווי אַזוי מע דאַרף באַהאַנדלען דעם כאָלעסטעראָל; און צי קאָלאָנאָסקאָפּיעס באַטרעפֿן טאַקע דער בעסטער מיטל צו פֿאַרהיטן אַ ראַק פֿון דער גרויסער קישקע. די אַלע אַקטועלע טעמעס קו­מען אָבער אויפֿן צווייטן אָרט, נאָך די אויבן דערמאָנטע יסודות. אויך זיי זײַנען נישט אַלע מאָל גרינג, באַזונדערס אויב עס פֿעלט געלט, אַ היים צי אַ סטאַביל לעבן. ווי אַן אָנהייב און אַ ציל אָבער זײַנען זיי נישט קיין שלעכטער ערשטער פּרוּוו.

ווינטש איך אַלע מײַנע לייענערס געזונט אינעם נײַעם יאָר, און פֿאַרגעסט נישט אונדז אַרײַנצושיקן אײַערע שאלות!


מוזן פֿרויען באַקומען זייער ערשטן מאַמאָגראַם צו 40 יאָר?

Must Women Get Their First Mammogram at Age 40?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

ווי אַזוי זאָל איך באַשליסן ווען אָנצוהייבן גיין אויף מאַמאָגראַמען [ברוסטראַק־טעסטן], אויב כ׳האָב נאָר איין ווײַטע קרובֿה מיט ברוסטראַק, און דערצו בין איך נאָר „האַלב־אַשכּנזיש‟? כ׳וויל נישט, אַז מע זאָל מאַכן מער טעסטן אויף מיר ווי נייטיק. ס׳זעט אויס, אַז בײַ מײַן אַלגעמיינעם דאָקטער גייט אין לעבן, כ׳זאָל באַקומען דעם ערשטן מאַמאָגראַם צו 40 יאָר, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ריזיקע איז פֿאַר מיר אַ גאַנץ נידעריקע.

ד״ר ווענדי לאָוו ענדערסען, סיינט־לויִס, מיזורי


טײַערע פּראָפֿ׳ ענדערסען,

הײַנט צו טאָג לייגט מען אַ היפּשן פּסיכאָלאָגישן טראָפּ אויף טעסטן צו פֿאַרהיטן ראַק. עס שטעקן אין דעם אַ סך סיבות, אָבער צום טייל גייט עס אין דעם וואָס מענטשן זאָרגן זיך וואָס די צוקונפֿט וועט ברענגען, און דורך מאַכן די טעסטן, האָפֿט מען צו האָבן עפּעס אַ שליטה איבער דעם.

עס דאַכט זיך אונדז, אַז דער ראַק איז אַזאַ מלאך־המוות וואָס באַפֿאַלט אונדז אין מיטן העלן טאָג, אָן אַ פֿאַרוואָס, אָן אַ פֿאַרווען, און בלויז די טעסטן קענען אונדז ראַטעווען. און אויב מע וועט נישט דורכצומאַכן אַ מאַמאָגראַם צו 40 יאָר, גאָט ווייסט וואָס קען נאָך געשען!

כ׳מאַך נישט אַוועק מיט דער האַנט דעם ברוסטראַק, חלילה. צוריקגערעדט, מוז איך אײַך געבן צו פֿאַרשטיין אַז די מאַמאָגראַמען זײַנען נישט די ישועה. אַפֿילו אַז עס רעדט זיך וועגן די פֿרויען אין די 50ער יאָרן, הערשט אַ מחלוקת וואָס שייך די מעלות פֿון אַ מאַמאָגראַם. (בײַ יעדע 1,000 פֿרויען קען דער מאַמאָגראַם פֿאַרהיטן בלויז עטלעכע פֿאַלן פֿון ברוסטראַק, און דערצו פֿאַרלענגערט עס נישט דאָס לעבן).

בײַ פֿרויען אין די 40ער זענען די מעלות נאָך קלענער. אין מײַן פּראַקטיק איז מײַן צוגאַנג דער היפּוך פֿון אײַערן. אַזוי ווי די מעלות פֿון די מאַמאָגראַמען זײַנען ווינציק, און די ריזיקעס (פֿאַלשע „פּאָזיטיווע‟ רעזולטאַטן; אומנייטיקע ביִאָפּסיעס) גאַנץ הויך, איז די בעסטע סטראַטעגיע ווען דער דאָקטער מאַכט דעם באַשלוס בשותּפֿות מיטן פּאַציענט, נעמענדיק אין באַטראַכט אירע ווערטן, פּרעפֿערענצן און זאָרגן. ס’איז אָבער זיכער נישט „גאָר אָדער גאָרנישט‟, און אויב אײַער דאָקטער נעמט אָן אַזאַ ראַדיקאַלן צוגאַנג, פֿרעגט אים (צי זי) פֿאַר וואָס.


איז די ריזיקע פֿון ראַק העכער בײַ פֿרויען אָן קינדער?

Do Childless Women Run a Higher Cancer Risk?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד”ר בערגער,

איך בין אַ פֿרױ אױפֿן שװעל פֿון װערן אַ דרײַסיק־יאָריקע, און איך בין נישט קײן חתונה־געהאַטע. איך הײב אָן לעצטנס צו פֿאַרשטײן אַז איך װעל אפֿשר פֿאַרפֿעלן די געלעגנהײט צו געבױרן ביאָלאָגישע קינדער. עס פֿאַרשטײט זיך אַז עס פֿאַלן מיר אײַן פֿאַרשײדענע מחשבֿות דערװעגן, אָבער אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן מיט אײנער פֿון זײ: איך האָב געהערט אַז פֿרױען װאָס האָבן נישט קײן קינדער לײַדן אָפֿטער פֿון ראַק. צי איז דאָס אמת (כאָטש איך פֿאַרשטײ אַז פֿאַר זיך איז דאָס נישט קײן גוטע סיבה צו געבױרן אַ קינד)? װאָס מײנט איר אין אַלגעמײן װעגן דער „נאַטירלעכקײט‟ פֿון געבױרן צי נישט געבױרן קינדער, און װי אַזױ דאָס קען װירקן אױפֿן גוף?

אײַער
„כ’וויל בעסער אַרויסברענגען ביכער ווי קינדער אויף דער וועלט‟


טײַערע „ביכער‟,

מע קען טענהן, אַז די האָרמאָנען וואָס ווערן אויסגעשיידט פֿון די אייערשטאָק ביז דער מענאָפּויזע קענען טאַקע העכערן די ריזיקע פֿון ראַק. אַלץ וואָס פֿאַרלענגערט די צײַט ווען דער גוף ווערט אויסגעשטעלט אויף די האָרמאָנען קען פֿאַרהעכערן די ריזיקע (צום בײַשפּיל, אַ מיידל וואָס הייבט אָן זייער יונג צו מענסטרויִרן, אָדער זייער אַ שפּעטע מענאָפּויזע) און אַלץ וואָס פֿאַרמינערט די צײַט פֿון האָרמאָנען־אויסשיידונג (למשל, דאָס טראָגן) קען פֿאַרקלענערן די ריזיקע.

דאָס אַלץ רעדט זיך גרינג. וואָס ווײַזן אָבער די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, און צי דאַרף מען זיך זאָרגן וועגן אַ פֿאַרבינדונג צווישן נישט-האָבן און ראַק? אַ הײַיאָריקער סיסטעמאַטישער איבערבליק פֿון דער מעדיצינישער ליטעראַטור ווײַזט אָן, אַז דער שאַנס פֿון ברוסטראַק שטײַגט אויף אַנדערטהאַלבן מאָל בײַ פֿרויען וואָס געבוירן נישט קיין קינדער. איידער מע ווערט אומרויִק, דאַרף מען אָבער פֿאַרשטיין וואָס דאָס מיינט. ערשטנס, איז וויכטיק צו פֿרעגן: „1.5 מאָל — וואָס?‟ אויב דײַן ריזיקע פֿאַר ברוסטראַק איז נישט היפּש העכער פֿון דער געוויינטלעכער באַפֿעלקערונג, וועט זיך אפֿשר נישט שטאַרק בײַטן דײַן גורל פֿון אַזאַ כּפֿלונג. צווייטנס, כאָטש פֿון אַזאַ קראַנקייט לעקט מען אַוודאי נישט קיין האָניק, איז נישט יעדער פֿאַל פֿון ברוסטראַק גלײַך. מע קען באַהאַנדלען אַ ראַק, און מע קען אַפֿילו פֿאַרהיטן אין פֿאָרויס מיט פּילן. דאָס אַלץ פֿאָדערט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט אַ פֿאַרלאָזלעכן דאָקטער צי קראַנקן־שוועסטער, וואָס איז באַהאַוונט אין די דאַטן און דײַנע פּריִאָריטעטן.

דאָס זעלבע איז אויך חל, מער ווייניקער, אויף ראַקן אין אייערשטאָק און ענדאָמעטריִום (דער אינעווייניקסטער מוסקל פֿון הייבמוטער), כאָשט די פּראָפּאָרציעס, און די פֿאַרלאָזלעכקייט פֿון די שטודיעס, זײַנען אַ ביסל אַנדערש. פֿאַראַן אויך באַווײַזן וועגן אַנדערע ראַקן וואָס זײַנען נישט אַזוי זיכער.

לאָמיר אָבער דאָס אַלץ באַטראַכטן אויף אַן אַנדער אופֿן. ביסט אַוודאי גערעכט, אַז די ראַק-ריזיקע אַליין איז נישט גענוג אַ סיבה צו האָבן קינדער. און נאָך דערצו: ווען מיר וואָלטן געווען דאָקטער און פּאַציענטקע, אין איין צימער, וואָלט איך דיך געפֿרעגט: צי מיינסטו דען טאַקע, אַז 30 יאָר איז דער סוף פֿון האָבן קינדער? מע האָט הײַנט קינדער העט אין די 30ער; אַפֿילו „אַלטיטשקעס‟ אין די 40ער מעגן אויך! (שוין אָפּגערעדט פֿון האָבן קינדער אָן אַ מאַן, אַדאָפּטירן, וכ’).

כ’וואָלט אויך געפֿרעגט, וואָס באַאומרויִקט דיך באַזונדערש וועגן ראַק. זיכער וואַרפֿט „יענע קרענק‟ אָן אַן אימה, נאָר זי איז נישט די איינציקע קראַנקייט אויף דער וועלט. אפֿשר איז פֿאַראַן אַ ראַק אין דײַן משפּחה־געשיכטע וואָס פֿאָקוסירט דײַנע געדאַנקען און באַפֿאַרבט דײַנע באַגריפֿן? אָדער אפֿשר האָט די „ראַק־וויסיקייט‟ פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט דיך באַווירקט? די מעלות און חסרונות פֿון האָבן קינדער זײַנען אַ סך טיפֿער ווי איין קראַנקייט.

לסוף, בין איך מסכּים אַז ביכער זײַנען פּונקט אַזוי וויכטיק ווי קינדער. ביידע קענען פֿאַרשאַפֿן נחת… און עגמת־נפֿש אויך.


פֿאַר וואָס בין איך די איינציקע וואָס ווערט צעביסן?

Why Am I the Only One Getting Bitten?

ליבער ד״ר בערגער,

כ’זיץ אין דרויסן מיט צוויי טוץ מענטשן. פֿאַר וואָס וויל יעדער מאָסקיט זיך דווקא אָנפֿרעסן אין מיר? (קראַץ, קראַץ)

קערין טאָסאָ
באַלטימאָר, מ״ד

טײַערע קערין,

אַן אַרטיקל אין „סמיטסאָניען מאַגאַזין‟ אין 2013 האָט אויסגערעכנט עטלעכע סיבות וואָס ציִען אַ מאָסקיט צו איין מענטש מער ווי אַ צווייטן. טייל לייגן זיך אויפֿן שׂכל: אַ העכערע קערפּער־טעמפּעראַטור (צום בײַשפּיל, פֿון אַ טראָגעדיקער פֿרוי) קען זײַן אַן אַטראַקציע פֿאַר קאָמאַרן, און טייל קאָלירן אינטערעסירן זיי מער ווי אַנדערע. אַלקאָהאָל איז אַ שייכותדיקער פֿאַקטאָר, ווי אויך דאָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען אָדער זיך אָנשטרענגען פֿיזיש, מסתּמא דערפֿאַר וואָס די־אָ אַקטיוויטעטן שיידן אויס כעמיקאַלן וואָס מאָסקיטן קענען אויפֿשפּירן.

אַ טשיקאַוועס וועגן מאָסקיטן: אויף זייערע קײַערס געפֿינט זיך אַ טאַפּערל (שפּיראָרגאַן) וואָס קען אויפֿכאַפּן קוילן־זײַערס (carbon dioxide בלע״ז) אין דער לופֿט. איין מענטש קען אַרויסאָטעמען מער קוילן־זײַערס ווי אַ צווייטער, איז דאָס אפֿשר אויך אַ השפּעה. לסוף, קען דער בלוטטיפּ פֿונעם מענטשן אויך שפּילן אַ ראָלע.

אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון די פֿאַקטאָרן קען מען נישט אויסמײַדן, איז מײַן עצה זיך גוט אָנצושמירן מיט אָפּטרײַבעכץ, טראָגן לאַנגע אַרבל און הנאָה האָבן פֿון דעם פּיקניק אָדער דער חופּה אונטער די שטערן. אפֿשר זאָל מען אָנהייבן אַ מאַרקע מאָדישע קליידער וואָס זײַנען דווקא „מיאוס בײַ מאָסקיטן‟!


ליבער ד״ר בערגער,

ֿפֿאַר וואָס, ווען מע גייט אין דרויסן ווען ס׳איז קאַלט, הייבן אָן רינען טרערן פֿון די אויגן? אַז מע רעדט שוין דערפֿון, פֿאַר וואָס הייבט אָן רינען פֿון דער נאָז? און איז דאָ אַן אופֿן דאָס אויסצומײַדן, אָדער צו פֿאַרהיטן קעגן דעם?

בנימין שעכטער

טײַערער בנימין,

פֿאַראַן צוויי סיבות פֿאַר וואָס ס’רינט פֿון די אויגן און דער נאָז ווען מע גייט אַרויס אויף דער קעלט. די ערשטע סיבה האָט צו טאָן מיטן ציל פֿון די לייכעץ־הײַטלעך וואָס באַלייגן די אויגן, נאָז און אַנדערע טיילן קערפּער: דורך זייערע פֿליסיקייטן, האַלטן זיי פֿײַכט יענע אָרגאַנען, וואָס טאָרן נישט אויסגעטריקנט ווערן. טרוקענע אויגן קענען דאָך שאַטן דער ריאה, און די נאָז העלפֿט אָנוואַרעמען די לופֿט, כּדי (צווישן אַנדערע זאַכן) זי זאָל אײַנזאַפּן מער זויערשטאָף (אָקסיגען). איז אַזוי: ווען ס׳ווערט קאַלט אין דרויסן, ווערט אויך טריקענער, און אונדזערע קערפּערלעכע רעפֿלעקסן דערפֿירן צו מער רינעכץ פֿון נאָז און אויגן. אַ צווייטע סיבה? ווען מע אָטעמט אין אַ קאַלטן טאָג, קאָנדענסירט אויס די וואַסער־פּאַרע וואָס אין אונדזער אָטעם און באַנעצט אונדזער פּנים…

ווי אַזוי פֿאַרהיט מען דאָס? בלײַבט אינעווייניק דאָרט וווּ ס׳איז טרוקן. פּרוּווט זיך אָנטאָן אויף אַ וואַרעמען אופֿן (ווי איציק מאַנגערס מאַמע וואָלט געזאָגט: „און דאָס ווינטער־לײַבל נעם/טו עס אָן, דו שוטה‟). פֿאַראַן אויך מעדיקאַמענטן וואָס פֿאַרמינערן די גוף־מאָלעקולן וואָס פּראָדוצירן דאָס רינעכץ; צום בײַשפּיל, „סודאַפֿעד‟, נאָר כ’וואָלט נישט געעצהט מע זאָל זיי נעמען מער ווי אַ טאָג צוויי. טראַכט וואַרעמע געדאַנקען!


קאָן מײַן אָפֿט פֿליִען העכערן די סכּנה פֿון אַ טראָמבאָז?

Does Frequent Flying Raise My Risk of a DVT?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

איך װױן אין אױסלאַנד און מוז דעריבער אָפֿט איבערפֿליִען דעם ים. בשעת לאַנגע אַעראָפּלאַן־רײַזעס װערן מײַנע פֿיס און קנעכלען אָנגעדראָלן. איך האָב מורא טאָמער דאָס איז אַ סימן אַז איך װעל אַ מאָל באַקומען אַ טראָמבאָז [DVT] בשעת אַ פֿלי. איך פּרוּװ שױן עטלעכע מיטלען; למשל, איך שטײ אױף אָפֿט בשעתן פֿלי און איך זיץ אין פֿאַרשײדענע פּאָזיציעס, אָבער דאַכט זיך, אַז עס העלפֿט נישט (אָדער נישט גענוג). טאָמער איז שײך: די שאַרנירן זענען בײַ מיר שפּירעװדיק און די װאָך שמאַרצן זײ באַזונדערש, און איך פֿיל אױך אַ סך אײַנשטשעמענישן אין פֿאַרשײדענע טײלן גוף װען איך זיץ אױף אײן אָרט אַ לאַנגע צײַט. װאָס קען איך טאָן כּדי דאָס פֿליִען זאָל נישט אַזױ שעדיקן מײַן גוף? דאַרף איך זיך זאָרגן וועגן אַ מעגלעכן טראָמבאָז?

רייזע טאָרנער
ישׂראל


טײַערע רייזע,

קודם־כּל, אַ וואָרט פֿאַר די לייענער וואָס ווייסן נישט. דײַן פֿראַגע האָט צו טאָן מיט די אַזוי־גערופֿענע DVTs, בלוט־פֿאַרגליווערונגען פֿון די טיפֿע ווענעס פֿון די פֿיס, און ווי אַזוי מע קען זיי פֿאַרהיטן. ווי דו ווייסט, קערן אַזעלכע בלוט־טראָמבאָזן אַרויסרופֿן אויפֿגעשוואָלענע שינביינען וואָס קענען זיך צערײַסן. נאָך וויכטיקער: אין געוויסע זייער זעלטענע פֿאַלן, זײַנען DVTs מסוגל אָפּצוברעכן זיך פֿון בלוט־געפֿעסל און „אַוועקפֿליסן‟ אין אַנדערע טיילן פֿון קערפּער. אַזעלכע עמבאָלוסן, וואַנדערנדיקע בלוט־פֿאַרגליווערונגען, קענען אָנטאָן שאָדנס אין לונג און מוח.

דאָס איז די שלעכטע בשׂורה. דער אמת איז, אַז געוויסע מענטשן מוזן זײַן מער אויף דער וואַך קעגן אָנגעשוואָלענע פֿיס בכלל צוליב קרענקען אין די בלוטגעפֿעסלעך (צום בײַשפּיל, צוקער־קראַנקייט אָדער אַ פֿעלער אין די אַרטעריעס). דאָס איז אויף זיי חל סײַ אין אַן עראָפּלאַן סײַ אויף דער ערד.

מענטשן וואָס זײַנען, בדרך־כּלל, געזונט מעגן אָבער וויסן אַז אַזעלכע טראָמבאָזן אויף עראָפּלאַנען זײַנען נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט, און זייער זעלטן פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען. אַן אַקאַדעמישער איבערזיכט פֿון שײַכותדיקע שטודיעס האָט באַשטעטיקט אין יאָר 2007, אַז לונג־עמבאָלוסן (DVTs וואָס וואַנדערן איבער אין די לונגען) קומען פֿאָר 27 מאָל פֿון יעדע מיליאָן פֿליִען, כּמעט אַזוי אָפֿט ווי געטראָפֿן ווערן פֿון אַ בליץ. אַ האַלב פֿון איין פּראָצענט (1 פֿון 200) פֿון אַלע DVTs פֿון פֿליִען ווערן פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען בכלל.

ווי אָפֿט קומען זיי פֿאָר און וואָס פֿאַרהעכערט די ריזיקע דערפֿון? אין אַן אַנדער שטודיע דורכגעפֿירט אין בריטאַניע אין 2008, האָט מען אויסגערעכנט, אַז 50 פֿון 2,800 עראָפּלאַן־פּאַסאַזשירן האָבן געהאַט פֿיס־טראָמבאָזן, נאָר קיינער נישט מיט סימפּטאָמען. זיי קומען פֿאָר אָפֿטער אויף לענגערע פֿליִען און בײַ מענטשן מיט פּראָבלעמען אין די ווענעס און אַרטעריעס.

כּדי צו פֿאַרהיטן זיי, קען מען טאָן איין זייער עפֿעקטיווע זאַך: אָנטאָן זיך אַ פּאָר לאַנגע טעראַפּעווטישע עלאַסטישע זאָקן (בלע״ז compression stockings). די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור ווײַזט אויף, אַז זיי טויגן זיך אויס צו פֿאַרהיטן בלוט־פֿאַרגליווערונגען אין די פֿיס. קויפֿן קען מען זיי אין אַזעלכע מאָדישע קאָלירן ווי שוואַרץ, בייזש און ברוין — אפֿשר אַ נישע פֿאַר אַ געניטן מאָדיסט.

פֿאָר זשע געזונטערהייט אָן קיין גרויסע דאגות: די פֿיס-טראָמבאָזן קומען פֿאָר זעלטן אויף די פֿליִען, ווערן בדרך־כּלל נישט פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען, און קענען אויסגעמיטן ווערן דורך עלאַסטישע זאָקן.


ווי אַזוי צו היילן אַנעמיע און געלענקען־ווייטיקן

How to Treat Anemia and Joint Pain

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מײַן דאָקטער זיך דערוווּסט, אַז כ’לײַד פֿון אַנעמיע און מיר געהייסן אײַננעמען אײַזנפּילן. די פּילן האָבן טאַקע געהאָלפֿן. ווען די פּראָבלעם איז צוריקגעקומען האָב איך נאָך אַ מאָל אָנגעהויבן אײַנצונעמען אײַזן. איצט איז דער ניוואָ אײַזן אין מײַן בלוט צו הויך, אָבער כ’בין נאָך אַלץ אַנעמיש. ווי קען דאָס זײַן? וואָס איז די באַציִונג צווישן אײַזן־ניוואָען און דער אַנעמיע?

אײַער
אַנאָנימע מיט אַנעמיע
ניו־יאָרק

טײַערע „אַנאָנימע מיט אַנעמיע‟,

נאָכן זיך דורכשרײַבן מיט אײַך, פֿאַרשטיי איך שוין, אַז בדרך־כּלל, פֿילט איר זיך געזונט; דאָס הייסט, נישט אָפּגעשוואַכט, נישט מיד — נאָר מע האָט צופֿעליק אויסגעפֿונען, אַז אײַער בלוט איז „נידעריק‟ לויט די ציפֿערן. האָט מען אײַך געהייסן אײַננעמען אײַזן, נאָר די ציפֿערן האָבן זיך קוים גערירט פֿון אָרט.

צוליב אײַער עלטער, וואָס כ’האָב דאָס אויך אויסגעפֿרעגט בײַ אײַך, זײַט איר מסתּמא אַ ביסל אַנעמיש, ווײַל איר מענסטרויִרט. אײַער דאָקטער האָט באַשלאָסן אײַך אויסצושרײַבן אײַזנפּילן צו נאָרמאַליזירן דעם ציפֿער, ווײַל די פּילן זײַנען ביליק און בדרך־כּלל עפֿעקטיוו. פֿאַר וואָס איז אײַער בלוטצאָל (העמאָגלאָבין אָדער העמאַטאָקריט) נאָך אַלץ די זעלבע?

זיכער בין איך נישט, נאָר לעצטנס האָב איך געלייענט, אַז די אײַזן־טעסטן וואָס מיר ניצן, שפּיגלען אפֿשר נישט אָפּ די אמתע אײַנזאַפּונג פֿון אײַזן אין גוף. בײַ אײַך איז, דאַכט זיך, ווייניקער וויכטיק — ווײַל איר פֿילט זיך גוט, און דער נומערישער אומבאַלאַנס איז נישט פּראָבלעמאַטיש. פֿון אײַער פֿראַגע האָב איך זיך פֿאָרט עפּעס אָפּגעלערנט. מעגלעך, אַז מיר וועלן זען נײַע, מער פּינקטלעכע מינים אײַזן-טעסטן אין די קומעדיקע יאָרן.


ליבער ד״ר בערגער,

כ׳לײַד אויף ערנסטע און כראָנישע ווייטיקן אין מײַנע געלענקען. צוליב דעם נעם איך אײַן סטעראָיִד־פּילן עטלעכע מאָל אַ וואָך, במשך פֿון עטלעכע חדשים לאַנג. איצט זאָרגט מען זיך, אַז דער מעדיקאַמענט קען אַליין אַרויסרופֿן פּראָבלעמען; צום בײַשפּיל, אַ ירידה פֿון דער ביינער־געדיכטקייט. וואָס זײַנען די זיכערסטע אַלטערנאַטיוון?

אײַער
איימי אַלאַראַ
פּענסילווייניע

טײַערע איימי,

כראָנישע ווייטיקן זײַנען איינע פֿון די פֿרוסטרירנדיקסטע און שווערסטע פּראָבלעמען. אונדזערע רפֿואות טויגן אָפֿט מאָל אויף כּפּרות, און אין אונדזער סיסטעם פֿעלט אָפֿט מיטגעפֿיל און, פּראָסט־און־פּשוט — רחמנות. כ’פֿאַרשטיי אײַער מצבֿ.

עס זעט אויס, אַז איר לײַדט אויף רעוואַמאַטישן אַרטריט — אַן אָנצינדונג אין די געלענקען. אַחוץ די סטעראָיִדן וואָס איר דערמאָנט, זײַנען דאָ צוויי מינים רפֿואות. איינער נעמט אײַן, צווישן אַנדערש, דעם מעדיקאַמענט methotrexate, וואָס קען ווירקן אויפֿן האַרץ, די לונגען און לעבער. טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַראַיאָרן אײַנגענומען דעם מעדיקאַמענט און ס’ווערט ברייט באַנוצט.

אין די לעצטע יאָרצענדליקער זײַנען אויפֿגעקומען די אַזוי־גערופֿענע ביאָלאָגישע באַהאַנדלונגען צום אָנצינדונג־אַרטריט, וואָס האַלטן אײַן דעם קערפּערלעכן אימון־אָפּרוף. אַזעלכע רפֿואות קענען זײַן עפֿעקטיוו אויך, נאָר ווערן פֿאַרבונדן מיט אַ געהעכערטער ריזיקע פֿון אינפֿעקציִעס.

בקיצור — ס׳ווענדט זיך. יעדער טיפּ מעדיקאַמענטן טראָגט מיט זיך אַ ריי מעלות און חסרונות. מע קען נישט גרינג פֿאַרסך־הכּלען, וואָס איז בעסער. דערפֿאַר מוז די פּאַציענטקע זיך אַוועקזעצן מיטן דאָקטער, אָדער אַן אַנדערן פֿאַרלאָזלעכן מומחה, און באַשליסן אירע פּריאָריטעטן.


פֿאַר װאָס מוז איך אַזױ אָפֿט משתּין זײַן בײַ נאַכט?

Why Do I Need to Urinate So Often at Night?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד”ר בערגער,

פֿאַר וואָס, אַז מיר ווערן עלטער, וועקן מיר זיך אויף אַזוי אָפֿט אין מיטן פֿון דער נאַכט צו גיין פּישן?

אַבֿרהם פּאַט,
ווערמאָנט


טײַערער אַבֿרהם פּאַט,

יעדער ווייסט, אַז די עלטערע לײַט כאַפּן זיך אָפֿט מאָל אויף בײַ נאַכט צו לאָזן אורין — נאָר אָפֿט מאָל טראַכט מען נישט קיין סך וועגן דעם איידער מ’איז אַליין שוין אין די יאָרן. מע שרײַבט, אַז ביז 80 יאָר האָבן פֿון 80 ביז 90 פּראָצענט עלטערע לײַט „נאָקטוריע‟, דאָס הייסט זיי מוזן אורינירן בײַ נאַכט. מיט אַזאַ פּראָפּאָרציע, קען מען זאָגן פֿון אָנהייבן אַז ס’איז לאַוו־דווקא אַ מעדיצינישע פּראָבלעם, נאָר אַ נאַטירלעכע געשעענישן וואָס קומט פֿאָר כּמעט בײַ יעדן. צוריקגערעדט, קען דאָס אורינירן בײַ נאַכט שטערן דאָס שלאָפֿן און פֿירן צו מידקייט און אַ געשטערטער שטימונג און אויפֿמערק בײַ טאָג — איז כּדאַי, דערפֿאַר, פֿרעגן וועגן דעם וואָס, וווּ און ווען.

בײַ די מערסטע מענטשן וואָס אורינירן אויף דער נאַכט שטעקט די פּראָבלעם מסתּמא אין אורין־פּענכער. אָדער דער אַרויסלאָז פֿון פּענכער ווערט פֿאַרשטעלט (בײַ מענער) פֿון אַ פֿאַרגרעסערטן פּראָסטאַט, אָדער (אין ביידע מינים) דער הויפּטמוסקל פֿון פּענכער ווערט היפּער — צי היפּאָאַקטיוו. בײַ פֿרויען גייט די פּראָבלעם אָפֿט מאָל אין די מוסקלען פֿון בעקן (פּעלוויס) וואָס ווערן שוואַכער נאָכן האָבן קינדער. אַנדערע זאַכן קענען ווירקן אויפֿן פּענכער: אַ פּענכערשטיין, אָדער גאָר אַן אָנוווּקס, קען אַוודאי שטערן זײַן פֿונקציע, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּענכער־אָנצינדונג. (אַן אינפֿעקציע אָדער אַ שטיין ווײַטער אינעװייניק, אין די נירן צי די אורין־רערן, קען דאָך אויך ווירקן דערויף, נאָר זײַנען ווייניקער אָפֿט סיבות פֿאַר נאַכט־אורינירן.)

אָדער קען זיך האַנדלען, ווידער, אין אַ פּראָבלעם מיט די קערפּער־פֿליסיקייטן. אין טייל מענטשן איז גאַנץ פּשוט: אַ יונגאַטש קען אָפּטרינקען אַ פֿלאַש יין און אָפּכראָפּען ביז בראָנטש, נאָר אַלקאָהאָל און קאַפֿעיִן, בײַ מענטשן וואָס זײַנען מער נישט אַזוי יונג, קענען זיכער פֿירן צו נאָקטוריע. מעדיקאַמענטן קענען אויך פֿירן דערצו. און מע טאָר אוודאי נישט פֿאַרגעסן אין אַ לאַנגער רשימה קרענקען וואָס קענען צעשטערן דעם קערפּערס פֿליסיקייט־באַלאַנץ, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות: דיִאַבעט איז דאָס פֿאַרשפּרייסטע מן־הסתּם, נאָר די פּאַרקינסאָן־קראַנקייט און אַלצהיימערס קענען אויך זײַן שולדיק.

איר פֿרעגט, מסתּמא, וואָס מע קען טאָן. בײַ טייל מענטשן איז די לייזונג גאַנץ פּשוט: לייגט זיך שלאָפֿן נישט נאָר אויף אַ ניכטערן מאָגן (דאָס הייסט צוויי שעה, צי מער, נאָכן אָפּעסן וועטשערע), נאָר אויך מיט אַ ליידיקן פּענכער, דאָס הייסט, זאָל מען משתּין זײַן פֿאַרן שלאָפֿן גיין און פֿאַרמײַדן פֿליסיקייטן: אַלהאָקאָל, קאַפֿעיִנירטע געטראַנקען און סאָדעס. מע זאָל רעדן מיטן דאָקטער צי קראַנקן־שוועסטער וועגן באַהאַנדלען די געזונט־פֿעלער, צום בײַשפּיל צוקערקראַנקייט, וואָס קענען אויך פֿירן צו נאַכט־אורינירן. אין ערנסטע פֿאַלן קען מען באַטראַכטן כירורגיע צו העלפֿן פֿאַרריכטן דעם פּענכער, אַרויסנעמען צי פֿאַרקעלענרן דעם פּראָסטאַט, אָדער פֿאַרשטאַרקן די בעקן־מוסקלען.

ווי אָפֿט מאָל ווענדט זיך אַלץ אין ווי מע פֿילט זיך בכלל. ס’איז נישט קיין גרויסער חידוש אַז אַ מענטש אויף דער עלטער זאָל זיך אויפֿכאַפּן אַ מאָל אויף דער נאַכט צו גיין „כאַפּן פֿיש‟. אויב סע שטערט אײַך, פֿרעגט זיך צי איר קענט אײַנפֿירן פּשוטע מיטלען, און אויב נישט, רעדט מיט אַ מומחה.


פֿאַר וואָס פֿאַלט אָפֿט דער בלוטדרוק ווען מע שטעלט זיך אויף?

Why Does Blood Pressure Often Drop when Standing Up?

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳װיל װיסן, צי דער פּחד (anxiety) קען נאָכמאַכן די סימטפּאָמען פֿון אַ נידעריקן בלוטדרוק ווען כ’שטעל זיך אויף?

איך פֿרעג װײַל במשך פֿון די יאָרן מאַכן זיך בײַ מיר פֿאַרשײדענע אױסדריקונגען פֿון אַזאַ פּחד. קינדװײַז האָב איך געליטן פֿון הונדערטער אױסשיטן אױף דער הױט, און ווי אַ דערװאַקסענער — ווער איך באַוואָרפֿן מיט קורץ־דױערנדיקע, פֿאַרבלענדנדיקע קאָפּװײטיקן. כ׳קען אָבער עפּעס נישט דערגײן, װאָס פֿאַר אַ שײַכות זאָלן די אַנגסטן האָבן מיטן בלוטדרוק. װען מע קאָנטראָלירט מײַן בלוטדרוק איז ער תּמיד אין אָרדענונג. דער דאָקטער זאָגט מיר, אַז איך לײַד פֿון אָרטאָסטאַסיס.

ניקאָלאַס גרידער
מילוואָקי, וויס’

טײַערער ניקאָלאַס,

לאָמיר אָנהײבן מיט קמץ־אלף אָ, פֿאַר די װאָס זײַנען נישט באַקאַנט מיט די טערמינען. בײַ טײל מענטשן (מערסטנס בײַ עלטערע לײַט), פֿאַלט דער בלוטדרוק בײַם אױפֿשטעלן זיך. דאָס רופֿט מען אָרטאָסטאַטישע היפּאָטענסיע, װאָס דאָס איז טײַטש, פּשוט, דער נידעריקער בלוטדרוק בײַם אויפֿשטעלן זיך. פֿאַראַן אױך ענלעכע סינדראָמען. בײַ געוויסע מענטשן, צום בײַשפּיל, ווען מע שטייט אויף, פֿאַלט נישט דער בלוטדרוק, אָבער דאָס האַרץ הייבט אָן גיכער צו קלאַפּן.

פֿאַראַן אַ סך מעדיצינישע פּראָבלעמען וואָס זײַנען אפֿשר פֿאַרבונדן מיטן נידעריקן בלוטדרוק בײַם אויפֿשטעלן זיך. בײַ אַ געזונטן מענטש וואָס שטעלט זיך אויף, זאַמלט זיך דאָס בלוט אין די פֿיס. דער קערפּער „כאַפּט זיך‟, אַז ס’פֿעלט (דערווײַל) בלוט אין די בלוטגעפֿעסלעך און דערפֿאַר הייבט אָן דאָס האַרץ גיכער צו קלאַפּן. דערבײַ ציִען זיך צונויף די בלוטגעפֿעסלעך, ווערט במילא דער בלוטדרוק ווידער נאָרמאַליזירט.

בײַ אַ מענטש מיט דער אָרטאָסטאַטישער היפּאָטענסיע, ווידער, קען די סיבה דערפֿאַר זײַן איינע פֿון די ווײַטערדיקע: אָדער פֿעלט דעם קערפּער גענוג פֿליסיקייט (ווען מע לײַדט, למשל, אויף אַ שווערער אינפֿעקציע; אָדער מע האַלט אין איין ברעכן), אָדער מע לײַדט פֿון אַ געוויסער קרענק, וווּ די נערוון שיקן נישט צוריק ווי געהעריק די סיגנאַלן פֿון די פֿיס (צום בײַשפּיל, אין צוקערקרענק), און דערפֿאַר קען דער קערפּער נישט רעגולירן דעם בלוטדרוק ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן.

דאַכט זיך מיר אָבער, כאָטש פֿון דער ווײַטנס (כ׳בין דאָך פֿאָר אַ קאָלומניסט, נישט אײַער דאָקטער), אַז איר זײַט געוויינטלעך אַ געזונטער. איר פֿרעגט וועגן פּחד. כ’בין מסופּק, צי דער פּחד קען אַליין אַרויסרופֿן דעם גענויעם פֿענאָמען פֿון נידעריקן בלוטדרוק ווען מע שטעלט זיך אויף. ס’איז אָבער ווײַט נישט אוממעגלעך — דער גוף און דער מוח זײַנען דאָך געקניפּט און געבונדן. איר דערמאָנט אַ מעדיקאַמענט פֿאַר בלוטדרוק, און דאָס קען אָפֿט יאָ אַרויסרופֿן אַזעלכע סימפּטאָמען.

אמת איז אויך, אַז אַנגסטן רופֿן אָפֿט מאָל אַרויס אַלגעמיינע, נישט ספּעציפֿישע סימפּטאָמען (האַרצקלאַפּעניש, שווינדלענישן אין קאָפּ, אַ קאַלטן שווייס), וואָס מע קאָן פּלאָנטערן מיטן אָרטאָסטאַסיס.

על רגל אַחת איז מײַן ענטפֿער — אפֿשר. אויב איר זענט בטבֿע געזונט, פֿרעגט אײַער דאָקטער, צי אפֿשר קענט איר נעמען אַ שטיקל איבעררײַס פֿון אײַער מעדיקאַמענט, אויב דאָס וועט העלפֿן אָפּשוואַכן די סימפּטאָמען. זאָל זײַן מיט מזל!


מײַן דאָקטער באַציט זיך ניט ערנסט צו מיר

My Doctor Doesn't Take Me Seriously

ליבער ד״ר בערגער,

וואָס זײַנען די וויכטיקסטע זאַכן, וואָס אַ פּאַציענטקע קען טאָן, כּדי זיך אַליין אַרויסצוהעלפֿן בײַם דאָקטער? אָפֿט מאָל דאַכט זיך מיר, אַז דער דאָקטער נעמט מיך נישט אַזוי ערנסט, אָדער ווײַל כ׳פֿרעג אַן עצה וועגן עפּעס וואָס כ׳האָב געהערט וועגן דעם אויף „גוגל‟, אָדער ווײַל כ׳בין אַ פֿרוי, אָדער כ׳קוק אויס צו זײַן אַ ביסל יונג, אָדער וואָסער סיבה זאָל נישט זײַן. פֿאַרשטייט זיך, ווען דער דאָקטער איז אַ סימפּאַטישער, איז דאָס ווייניקער אַ פּראָבלעם, אָבער בכלל: וואָס זײַנען דײַנע הויפּט־עצות פֿאַר אַ פּאַציענטקע וואָס וויל צום בעסטן זיך משתּדל זײַן פֿאַר זיך אַליין אין דאָקטערס ביוראָ?

טובֿה ראָס, נ״י

טײַערע טובֿה,

אויף איין פֿוס האָב איך דרײַ הויפּט־עצות. (כ׳האָב אָנגעשריבן אויף דער טעמע אַ גאַנץ בוך, אויב מע וויל אַלע פּרטים.)

1) גרייט צו אַ געשריבענעם סדר־היום, אַ רשימה טעמעס וואָס דו ווילסט אַרומרעדן מיטן דאָקטער. אַ מאָל ווערט מען פּריטשמעליעט בײַם דאָקטער אין ביוראָ; מע ווערט באַוואָרפֿן מיט אומאײַנגענעמע עמאָציעס, מע ווערט נערוועז — אָדער מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וואָס מע האָט פּלאַנירט צו פֿרעגן און זאָגן.

דערפֿאַר איז נייטיק, מע זאָל עפּעס צוגרייטן פֿון פֿריִער. מע קען זיך אַליין שיקן אַ טעקסל מיט די פֿראַגעס; מע קען אַפֿילו (לויטן אַלטן נוסח) פֿאַרשרײַבן די רשימה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר. נאָר עפּעס מוז מען האָבן צו דער האַנט. נאָך בעסער איז צו פֿאַרבעטן מיט זיך אַ קרובֿ אָדער אַ גוטן פֿרײַנד, וואָס זאָל דינען ווי דײַן וואָרטזאָגער, ווען דײַנע געדאַנקען ווערן צו פֿאַרפּלאָנטערט.

2) זײַ גרייט זיך צו „דינגען‟ אַ ביסל מיטן דאָקטער. דו האָסט זיך דײַן חשבון (זע נומער 1), נאָר דער דאָקטער האָט זיך זײַנעם. סײַדן איר זײַט דער זעלבער מענטש, וועט איר האָבן אַנדערע מיינונגען און אַנדערע פּריאָריטעטן וועגן די צילן פֿונעם וויזיט. וועט איר דאַרפֿן „האַנדלען‟ אַ ביסל. אָפֿט מאָל וועט דער דאָקטער זײַן דער ערשטער, וואָס רעדט וועגן די וויכטיקסטע פּונקטן פֿונעם וויזיט, נאָר טאָמער נישט, זײַט איר מחוייבֿ עס צו טאָן. פֿרעג, למשל: וואָס האַלט איר פֿאַר וויכטיק הײַנט אַרומצורעדן? כ׳האָב אַליין זיך פֿאַרשריבן אַ פּאָר נאָטיצן…‟ זײַ נישט איבערראַשט, אויב דער דאָקטער האָט נישט די זעלבע דאגות ווי דו. דײַנע דאגות זײַנען דײַנע, און דערפֿאַר זענען זיי באַרעכטיקט.

3) שטעל פֿראַגעס. וואָס מער, אַלץ בעסער: „וואָס האַלט איר איז דאָ די אמתע פּראָבלעם? ווי זיכער זײַט איר? וואָס וואָלט איר געטאָן אין אַזאַ פֿאַל?‟ מע דאַרף, ווי אַ פּאַציענט, באַלוינען אָרנטלעכקייט און אָפֿנקייט בײַם דאָקטער. אויב ער (צי זי) זאָגט, למשל: „כ׳ווייס נישט‟, איז דאָס דווקא אָפֿט מאָל אַ גוטער סימן, ווײַל עס ווײַזט, אַז מע האָט צו טאָן מיט אַ מענטש וואָס האָט נישט מורא פֿאַרן אמת.

אײַ, אַ מאָל זײַנען די מיטלען נישט שטאַרק גענוג, ווי דו האָסט אָנגעוויזן אין דײַן שאלה, און דײַן מיינונג ווערט פֿאָרט נישט רעספּעקטירט? אויב מע האָט נישט קיין פֿרײַע ברירה פֿון דאָקטוירים, מוז מען אַ מאָל העלפֿן דעם דאָקטער „זיך אויסצובעסערן‟, אײַנזען אַז דו ביסט נישט סתּם אַ שווערער פּאסאַזשיר, נאָר אַן אייגנאַרטיקער יחיד מיט אייגענע זאָרגן. דאָס שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג אויף אַן אייבערפֿלעכלעכן נאָר פֿרײַנדלעכן אופֿן (אַ פּשוטער שמועס וועגן די קינדער, וועטער צי ספּאָרט) קען אַ מאָל העלפֿן דעם דאָקטער דיך צו זען ווי אַ מענטש וואָס איז ווערט זײַן אויפֿמערק און דרך־ארץ.


זאָל איך קאָנטראָלירן די וואָג, ווען איך בין קראַנק?

Should I Watch My Weight When I'm Sick?

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳בין אָנגעשטעקט מיט „מאָנאָ‟ (מאָנאָנוקלעאָז) און כ׳בין כּסדר הונגעריק. תּחילת האָב איך נישט צוגענומען קיין וואָג, כאָטש כ׳בין געלעגן אין בעט צוויי חדשים לאַנג און געגעסן מער ווי געוויינטלעך. אָבער נאָך פֿיר חדשים, כאָטש כ’האָב שוין אָנגעהויבן טאָן לײַכטע געניטונגען, נעם איך יאָ, צו־ביסלעך, צו וואָג. זאָל איך באַפֿרידיקן מײַן הונגער ווי אַ סימן פֿון דער קרענק, עסן ווי עס פֿאָדערט מײַן קערפּער און זיך נישט זאָרגן וועגן דעם צוגענומענעם וואָג? צי העלפֿט דאָס מיר זיך אויסהיילן? אָדער זאָל איך זײַן שטרענג מיט זיך און ווײַטער קאָנטראָלירן וויפֿל שפּײַז כ׳נעם אײַן?

אַ דאַנק,
וועראַ סאַבאָ

טײַערע וועראַ,

ס’איז טאַקע שווער צו לײַדן אויף אַזאַ קרענק ווי מאָנאָ, וואָס קען געדויערן אַ חודש אָדער מער. ווי אין פֿאַל פֿון אַ סך אַנדערע ווירוס־קראַנקייטן (צום בײַשפּיל, פֿאַרקילונגען צי אַ גריפּע), איז אָפֿט מאָל נישטאָ קיין ספּעציפֿיש מיטל וואָס איז בכּוח אויסצוהיילן דעם גוף גיכער ווי די נאַטור: דאָס הייסט, דעם גוף און די צײַט אַליין. (פֿאַראַן אַלע מאָל אויסנאַמען. אויב די סימפּטאָמען בעסערן זיך בכלל נישט אויס, אַדער לאָזן איבער אַ נײַע כראָנישע פּראָבלעם וואָס געדויערט מער ווי אַ פּאָר חדשים, אָדער מע האָט אַ געשיכטע פֿון ערנסטע געזונט־ענינים, איז כּדאַי צו רעדן מיטן דאָקטער פּנים־אל־פּנים.)

צוליב דעם, וואָס די ווירוסן קומען און גייען, און מע קען, בדרך־כּלל, בלויז פּרוּוון צו באַגרענעצן די סימפּטאָמען, וואָלט איך געזאָגט, אַז מע טאָר זיך נישט זאָרגן צו פֿיל וועגן „באַפֿרידיקן‟ דעם ריטעם פֿון אַ קראַקנייט. די געזעצן פֿון דער ביאָלאָגיע זײַנען אָפֿט מאָל מחוץ אונדזער קאָנטראָל. קעמערלעך ווערן צעשיקט, און זעלבשוץ קעגן ווירוסן ווערט דורכגעפֿירט אָן דײַן וויסן. מיט איין וואָרט: ווען דו ביסט הונגעריק — עס. ווען דו ביסט זאַט, הער אויף צו עסן.

אײַ, מע וועט צונעמען וואָג? אַ דערווײַליקער בײַט אין דער וואָג (אַרויף צי אַראָפּ) אין קאָנטעקסט פֿון אַ קראַנקייט איז אַ געוויינטלעכע זאַך און דאַרף נישט אַרויסרופֿן קיין דאגה אין פֿאַל פֿון אַזאַ אָפֿטמאָליקן ווירוס. (וואָג־ענדערונגען אין שווערע קרענק וואָס שפּיטאָליזירן דעם חולה איז שוין אַן אַנדער זאַך.) וואָס יאָ, אַן ערנסטע קראַנקייט קען אַ מאָל ענדערן די רגילותן פֿון לעבן, אויף אַזוי פֿיל, אַז מע דאַרף זיך ווידער „אײַנחזרן‟ געזונטע געוווינטשאַפֿטן. בכלל אָבער, אַז מע היילט זיך צו ביסלעך אויס, וועט דער קערפּער ווידער אָננעמען זײַן געוויינטלעכע וואָג.

טייל „פֿאָרווערטס‟־לייענערס קענען דיך ווי אַ יאָגע־אָנפֿירערין און ־לערערין, באַזונדערש אויף דער „ייִדיש־וואָך‟. ווינטש איך דיר זאָלסט קומען צו זיך, וועסטו ווידער קענען לערנען מיט אַנדערע ווי זיך צו באַוועגן אויף אַ געזונטן אופֿן. אַ רפֿואה שלמה!


פֿאַר וואָס ניסט מען, אַז מע גייט אַרויס אויף דער זון?

Why Do We Sneeze When Stepping into Sunlight?

חשובֿער ד״ר בערגער,
יעדעס מאָל װאָס איך גײ אַרױס פֿון דער אונטערבאַן און די זון שײַנט אויפֿן פּנים, דאַרף איך פּלוצלינג ניסן. פֿאַר װאָס?
איציק בלימאַן
קװינס, נ״י

טײַערער איציק בלימאַן,

די דאָזיקע קשיא האָט איר געשטעלט, זייער פּאַסיק, אין חודש ניסן, נאָר כ׳האָב זיך פֿאַרשפּעטיקט. כ׳האָף, אַז „אייר‟ וועט מיך מוחל זײַן!

דער דאָזיקער רעפֿלעקס פֿון ניסן ווען מע גייט אַרויס פֿון פֿינצטער אין דער זונענשײַן אַרײַן געפֿינט זיך בײַ 18% ביז 35% פֿון דער באַפֿעלקערונג. די סיבה איז ביז הײַנט אומבאַקאַנט, כאָטש פֿאָרשערס טראַכטן שוין לאַנג וועגן דעם ענין (אַפֿילו אַריסטאָ האָט דאָס דערמאָנט). לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט, אַז מע האָט געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ געוויסן גענע־טיפּ און דער „זון־ניסערײַ‟, כאָטש — ווי עס באַקומט זיך אָפֿט מאָל אין דער גענעטיק — איז נישט קלאָר ווי שטאַרק זי איז טאַקע פֿאַרבונדן דערמיט, און וויפֿל פּראָצענט פֿון די געווירקטע טראָגן די דאָזיקע גענע.

די זון־ניסערײַ איז איינע פֿון אַ משפּחה „ניס־רעפֿלעקסן‟. צום מערסטן טשיקאַווע, למשל, איז וואָס אַ טייל מענטשן ניסן נאָכן אָנפֿרעסן זיך מיט אַ גרויסן מאָלצײַט. מע האָט פֿאָרגעלייגט, אַז אַזעלכע רעפֿלעקסן האָבן אפֿשר צו טאָן מיט אַ פּלאָנטערניש אין מוח צווישן פֿאַרשיידענע נערוון־אימפּולסן. אַזוי ווי אַנדערע רעפֿלעקסן זײַנען איבערבלײַבעכצן פֿון די עופֿל־יאָרן, קען גאָר געמאָלט זײַן (אָדער זאָג איך דאָס נאָר אין שפּאַס?), אַז אַזאַ נאָס איז אַן איבערחזרונג פֿון יענער ערשטער רעקאַציע, ווען מ’איז אַרויס צום ערשטן מאָל פֿון טונקעלן הייבמוטער אין דער ליכטיקער וועלט אַרויס. אַסותא!


אַ חבֿר פֿון ענגלאַנד פֿרעגט:
„פֿאַר וואָס האָט איר אויסגעקליבן די מעדיצין ווי אַ קאַריערע?‟

פֿאַראַן אַ סך ענטפֿערס, נאָר כ׳וועל דערציילן וועגן אַן איבערלעבונג, וואָס איז מיר פּונקט הײַנט פֿאָרגעקומען בײַ דער אַרבעט. כ׳האָב זיך געאַמפּערט אין קליניק מיט אַ פֿרוי מיט פֿיר קינדער, אַ נישט־לאַנג באַזײַטיקטע פֿון דער אַרבעט, מיט כראָנישע ווייטיקן. זי האַלט בײַ דער מיינונג, אַז די נאַרקאָטיק איז די בעסטע לייזונג פֿון איר פּײַן. כ׳בין טיילווײַז מסכּים, און כ׳שרײַב איר דווקא אויס נאַרקאָטיק. (אַנדערע טיפּן מעדיקאַמענטן, ווי, צום בײַשפּיל די קעגן־אָנצינדונג־מיטלען, טאָר זי נישט ניצן צוליב אַנדערע מעדיצינישע פּראָבלעמען.) זי וויל אָבער מער, און כ׳זאָג זיך אָפּ: אַ העכערע דאָזע, זאָג איך, וועט אַרויסרופֿן נישט־גינציקע עפֿעקטן; אויף פּראָסט ייִדיש — בײַ די הויכע דאָזעס נאַרקאָטיק, איז אַ רפֿואה אַ מאָל ערגער ווי די מכּה. כ׳גיב זיך נישט אונטער, כאָטש כ׳פּרוּוו אויסדריקן דאָס טיפֿסטע מיטגעפֿיל און פֿאַרשטאַנד. זי שטייט־צו. זי וויינט און גייט אַרויס אַן אַנטוישטע.

אין אַ פּאָר שעה אַרום קומט אָן פֿון איר אַ בליצבריוול: „נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, ביסט אַ גוטער דאָקטער.‟

נחת און טרערן, קאָנפֿליקט און מיטגעפֿיל — דאָס איז מײַן נייטיקע מעדיצינישע געצײַג.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.