שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com
ליבער ד״ר בערגער,
צי קען מען אָנרופֿן שעדלעך אַזעלכע רפֿואות װאָס דערפֿירן נישט צו קײן פֿיזישן היזק, אױב טײל מענטשן האַלטן שטאַרק דערפֿון און װערן געהאָלפֿן דערפֿון (אַפֿילו אויב עס דאַכט זיך זײ נאָר)? עס גײט דאָ אַ רײד װעגן זאַכן װי האָמעאָפּאַטיע אָדער װיטאַמינען.
לאָרענס ראָזענװאַלד
מאַסאַטשוסעטס
טײַערער לאַרי,
פֿאַראַן אַזעלכע כּמו־רפֿואות װאָס, לױט די װיסנשאַפֿטלעכע באַװײַזן, העלפֿן בכלל נישט, נאָר מע באַניצט זיך מיט זײ סײַ װי סײַ. װי דו זאָגסט, זײַנען טײל פֿון זײ „אַלטערנאַטיװע“ באַהאַנדלונגען (די, װאָס װערן נישט געשטיצט פֿון דאָקטױרים אָדער װיסנשאַפֿטלערס), נאָר מע קען זיי יאָ באַקומען אין אַ צאָל דאָקטער־ביוראָען.
אַ סך מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר װײסן אַז האָמעאָפּאָטיע, דאָס צעלאָזן געװיסע כעמיקאַלן אין װאַסער אױף אַזאַ מאָס, ביז זײ װערן ממש נישט צו דערשפּירן און קענען על־פּי כעמיע נישט האָבן קײן װירקונג, איז אַן אױסגעבלאָזן אײ. פֿון דער צווייטער זײַט, װיפֿל מאָל קלערט מען איבער צי ס׳איז טאַקע כּדאַי זיך צו מאַכן אַן „עם־אַר־אײַ“ װאָס דער דאָקטער הײסט דיר אַדורכמאַכן אין פֿאַל פֿון אַ געװײנטלעכן װײטיק אין די קריזשעס? דאָס איז דאָך אױך באַזירט אױף קנאַפּע ראיות.
װאָס איז דער אונטערשײד צװישן די צװײ מינים רפֿואות וואָס זענען ביידע אָן אַ יסוד? דו גיסט אָנצוהערן אַז האָמעאָפּאַטיע און װיטאַמינען דערפֿירן נישט צו קײן היזק. דאָס איז, צום באַדױערן, נישט אמת. װיטאַמינען און האָמעאָפּאַטישע כּמו־רפֿואת קענען האָבן אַ נעגאַטיוון צווישן־קאָנטאַקט מיט אַנדערע מעדיקאַמענטן און דערבײַ אַרױסרופֿן ערנסטע שאָדנס אין געװיסע קרענקען, למשל ראַק.
פֿאַר װאָס נעמען מיר יאָ אָן פֿון אונדזער דאָקטער אַזוינע רעקאָמענדאַציעס וואָס האָבן בכלל נישט קיין גרונד איז אַ באַזונדערע מעשׂה. מיט אײן װאָרט: זײ האָבן דעם כּוח און די טרענירונג, מוזן מיר ביז אַ געװיסע מאָס נאָכטאַנצן נאָך זײער ניגון. װי אַזױ פֿאַרריכט מען דאָס? מע דאַרף פֿאַרגרינגערן דאָס שטעלן פֿראַגעס אין דאָקטער־ביוראָ, העלפֿן דאָקטױרים זיך אױפֿפֿירן לױט די בעסטע װיסנשאַפֿלטלעכע באַװײַזן, און אָפּגעװײנען די געזעלשאַפֿט פֿון בלאָף און „פֿײק ניוס.“
ליבער ד״ר בערגער,
װי טייטלעך דאַרף אַ קראַנקײט זײַן, ביז מע טראַכט נישט אױס אױף דעם אַ װאַקצין? צי איז דאָ אַזאַ מינימום ניװאָ קראַנקײטן, װאָס אַ געזעלשאַפֿט טאָר נישט פּרוּװן עלימינירן?
לאָרענס ראָזענװאַלד
מאַסאַטשוסעטס
טײַערער לערי,
די גרעסערע פֿראַגע, װאָס דו ביסט אױף איר מרמז, איז אַזאַ: אַזױ װי יעדע געזעלשאַפֿט האָט פּריאָריטעטן, װי אַזױ קען מען באַשטימען װיפֿל געלט מע זאָל אױסגעבן אױף געזונט, און נישט אױף דערציִונג, צום בײַשפּיל, אָדער קונסט? זיכער קען מען פּרוּװן אויסוואָרצלען אַלע קראַנקײטן, נאָר דאָס הייסט אַז עפּעס אַנדערש וועט נישט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע.
דאָס איז אַ גרױסע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגע. אױף אײן פֿוס קען איך זאָגן אַז לױט דער ברײטסטער דעפֿיניציע פֿון געזונט, באַרימט געמאַכט און פֿאַרשפּרײט דורך דער װעלט־געזונט־אָרגאַניזאַציע, רעדט זיך וועגן אַן אַלגעמײנעם מצבֿ פֿון װױלזײַן, נישט נאָר אַז מע זאָל אויסראָטן קראַנקייטן. מיט אײן װאָרט: אױב געזונט הייסט דאָס פֿאַרבעסערן פֿונעם מענטשן־מצבֿ בכלל, דאַרף מען אָנהײבן מיטן סוף: צו װאָס זאָלן מיר צילעװען אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, און װי אַזױ קענען מיר דאָס אױפֿטאָן?
ליבער ד״ר בערגער,
אָפֿט מאָל, נאָך דעם ווי איך מאַך פֿיזישע געניטונגען פֿיל איך זיך נישט גוט. ס׳טוט מיר װײ דער קאָפּ אַ גאַנצן טאָג, און אַ מאָל שװינדלט מיר. נעכטן איז געווען שרעקלעך. אין דער פֿרי האָב איך געטאָן 50 מינוט ‘קאַרדיאָ’, וואָס בשעת דעם שפּרינגען איז אַלץ געווען גוט. אָבער גלײַך נאָך דעם האָט דער קאָפּ אָנגעהאָבן װײ טאָן. כ׳האָב געטרונען וואַסער און געגעסן אַ געזונטן פֿרישטיק און געוואַרטן ביז דער קאָפּווייטיק זאָל אַוועק. ס׳איז אָבער פֿאַרבליבן, און נאָך מיטאָג האָב איך געדאַרפֿט אהיימקומען, כ׳האָב זיך אַוועקגעלייגט אין בעט, געציטערט, און אַפֿילו געבראָכן אַ פּאָר מאָל, וואָס האָט געהאָלפֿן.
וואָס איז? גלייבט מיר, איך בין ניט אַזאַ טיפּ וואס האָט ליב זיך אָנצושטרענגען. איך וויל נאָר אַז דאָס האַרץ זאָל זײַן געזונט גענוג כּדי איך זאָל קען כאַפּן דעם אויטאָבוס. אויב איך ווער קראַנק פֿון די געניטונגען, זאָל איך עס ניט טון?
אַ דאַנק,
אַ ברעכנדיקער אין באַלטימאָר
טײַערער ברעכנדיקער,
עס טוט מיר באַנג צו הערן אַז דו האָסט זיך אַזוי שלעכט געפֿילט בײַם מאַכן געניטונגען! פֿון דײַנע סימפּטאָמען איז שװער צו דערגײן אַ גענױע סיבה, נאָר עס קען זײַן אַז דײַן קערפּערס רעאַקציע איז געװען מער װײניקער נאָרמאַל. געװײנטלעך, װען מע שטרענגט אָן דעם גוף הײבט אָן גיכער צו קלאַפּן דאָס האַרץ, און אין אײן צײַט אָטעמט מען גיכער, מיט אַ העכערן בלוטדרוק, כּדי צו ברענגען מער זויערשטאָף אין די אָרגאַנען. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר װאָס האָסטו זיך געפֿילט אַזױ שלעכט?
עס פֿאַלן מיר אײַן עטלעכע סיבות. ס׳קען זײַן, אַז נישט אַלע האָבן אַ שײַכות צו דײַן סיטואַציע. (און מיט דעם װיל איך חלילה נישט זאָגן אַז דו ביסט שולדיק אין דעם — פֿאַרשײדענע מענטשן װערן אַנדערש באַװירקט פֿון שװערע געניטונגען.)
אַ טײל מענטשן װערן גרינג דעהידרירט (אויסגעטריקנט), און דאָס קען דערפֿירן צו נישט־גוטקײט און שװינדלעניש, אַפֿילו צום אַװעקחלשן. איז אפֿשר כּדאַי זיך אָנטרינקען מיט װאַסער אָדער אַן אַנדער פֿליסיקײט איידער דו כאַפּסט זיך אַרײַן אין ספּאָרטזאַל.
װען דאָס האַרץ הײבט אָן גיכער צו קלאַפּן, װערט דאָס בלוט אַװעקגעפֿירט פֿון מוח, װאָס קען אױך דערפֿירן צו שװינדלעניש.
טײל מאָל, אױב מע טרינקט צו פֿיל פֿליסיקײט אָן עלעקטראָליטן (מינעראַלן) ווי, צום בײַשפּיל, סתּם װאַסער, קען דער ניװאָ פֿון נאַטריום היפּש אָפּגעשוואַכט װערן, װאָס קען דערפֿירן צו ערנצטע סימפּטאָמען.
װי אָפֿט מאָל, איז דער ריכטיקער צוגאַנג אָפּהענגיק אין דעם, װי שװער דו װערסט געװירקט פֿון די עפּיזאָדן. אױב זײ קומען פֿאָר יעדעס מאָל וואָס איר מאַכט געניטונגען, איז מן־הסתּם כּדאַי צו רעדן מיט אַ דאָקטער.
ליבער ד״ר בערגער,
װי אַזױ קענען דאָקטױרים און פּאַציענטן זיך פֿאַרשטענדיקן װעגן דעם, װאָס הײסט אַ „פּאַסיקע קװאַליטעט פֿון לעבן“?
עמי אַלאַראַ, מערילאַנד
טײַערע חבֿרטע אַלאַראַ,
װי אָפֿט מאָל, װענדט זיך אינעם קאָנטעקסט. דער טערמין „קװאַליטעט פֿון לעבן“ איז געװײנטלעך אומקלאָר, אַז מע דאַרף צו ערשט שטעלן אַ צאָל ערנצטע קשיות, סתּם כּדי צו דערװיסן זיך, װעגן װאָס עס גײט אַ רײד. פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכקײטן. צי רעדט זיך װעגן (פֿאַר קײנעם נישט געדאַכט) די לעצטע טעג פֿון אַ נוטה־למות, ווען מ׳איז טויט־קראַנק, און די עיקר־פֿראַגע איז אַזאַ: צוליב װאָס איז נאָך כּדאַי צו לעבן? צי זײַנען דאָ זאַכן װאָס זײַנען אַזױ אוממעגלעך צו פֿאַרטראָגן, אַז ס׳איז בעסער נישט צו לעבן?
צי אפֿשר איז „קװאַליטעט פֿון לעבן” חל אױף אַ באַשלוס װאָס מע דאַרף אָננעמען אין אַ געװיסער געזונט־סיטואַציע, למשל, בײַם באַשליסן צי מע װיל (נישט) אַדורכמאַכן אַ געװיסע פּראָצעדור אָדער אָפּעראַציע? אין דעם פֿאַל קען מען דעפֿינירן די „קװאַליטעט‟ דורך אױספֿרעגן אַנדערע פּאַציענטן װאָס האָבן אױך דורכגעמאַכט די זעלבע אָפּעראַציע.
צי איז שײך גאָר אַ דריטע אָפּציע, דאָס לעבן מיט אַ כראָנישער קראַנקײט, װוּ אײן מעגלעכער ציל װאָלט געװען טאַקע צו פֿאַרהעכערן דעם ניװאָ פֿון לעבנס־קװאַליטעט? װי אַזױ קען מע פֿירן אַ לעבן פֿון „קװאַליטעט” װען מע דאַרף זיך אױך אַן עצה געבן מיט אַ קראַנקײט? בײַ טײל מענטשן איז דער עיקר — באַטײַטיקע אַקטיװיטעטן און דערגרײכונגען; בײַ אַנדערע, פֿאַרברענגען מיט משפּחה און פֿרײַנד; בײַ אַ דריטער גרופּע, מינימיזירן די סימפּטאָמען.
דאָס מעסטן מיט ציפֿערן די קװאַליטעט פֿון לעבן איז אַ קאָמפּליצירטע טעמע אין זיך, נאָר אָפֿט מאָל הײבט מען אָן דורכן שטעלן די ווײַטערדיקע שאלות: „װיפֿל צײַט פֿון אײַער לעבן װאָלט איר אַװעקגעגעבן, כּדי נישט צו דאַרפֿן לעבן מיט אַזאַ פֿעלער/קרענק?“ מיט אַזעלכע ציפֿערן קען מען פּרוּװן אױסרעכענען „קװאַליטעט־יאָרן“ װאָס זײַנען שײך אַ געװיסער געזונט־פּראָבלעם. מיט אַזעלכע רעכענונגען קען מען פֿאַרגלײַכן פֿאַרשײדענע קראַנקײטן און זײער װירקונג אױפֿן לעבן, כאָטש מע קען האָבן טענות צו אַזאַ צוגאַנג.
טײַערער ד״ר בערגער,
װאָס זײַנען די עטישע אַרגומענטן פֿאַר און קעגן דעם אַרײַנפֿלאַנצן אַ לעבער בײַ אַן אַלקאָהאָליקער?
ראָבין קאַטקאָװ, באַלטימאָר, מ״ד
טײַערע חבֿרטע קאַטקאָװ,
איר שטעלט זײער אַ האַרבע קשיא װאָס דערגײט ביז אײנעם פֿון די טיפֿסטע פֿראַגעס אין דער מעדיצין. צי איז אַ קראַנקער פּאַציענט שולדיק אינעם קראַנק ווערן? שולד איז דאָך אַ מאָראַלישער באַגריף. בײַ מיר איז עס אַ הײליקער פּרינציפּ אַז חולים זײַנען נישט שולדיק אין זײער קראַנקײט. װײַל אױב מע הײבט שױן אָן צו באַשולדיקן, אין לדבֿר סוף — אַװוּ ענדיקט זיך עס? „האָסט צוקער װײַל דו ביסט אַ נאַשער‟; „האָסט זיך צעבראָכן אַ פֿוס װײַל דו ביסט אַ שװאַכער פֿוסבאָליסט‟; „האָסט דעפּרעסיע װײַל דו האָסט זיך צו גיך מײאש געװען.‟ שװער צו זאָגן װער ס׳איז נישט שולדיק. בעסער איז צו זאָגן אַז אַלע װערן קראַנק, קײנער איז נישט שולדיק אין דעם און אונדזער אַרבעט װי דאָקטױרים איז אױסצוהײלן אױף װי װײַט מעגלעך.
אײַער בײַשפּיל טרעפֿט טאַקע אין פּינטל. פֿון אײן זײַט, איז נישט נאָר אַכזריותדיק, נאָר אױך נאַריש צו זאָגן אַז אַן אַלקאָהאָליקער טאָר מען נישט אױסטײלן אַן איבערגעפֿלאַנצטן לעבער צוליב זײַן שיכּרות. די לעבערס זײַנען דאָך געצילעװעט אױף די מענטשן בײַ וועמען ס׳פֿעלט אַ פֿונקציאָנירנדיקער לעבער, און אַלקאָהאָל איז זײער אַ פֿאַרשפּרײטע סיבה פֿון לעבער־דורכפֿאַל. (זאָל מען, למשל, אױך באַשולדיקן יענע, װאָס האָבן צעשעדיקט זײער לעבערס מיטן אײַננעמען צו פֿיל טײַלענאָל?)
פֿון דער אַנדערער זײַט קען מען אָבער פֿאַרשטײן די חסרונות פֿון אױסטײלן לעבערס אַלעמען גלײַך. באַזונדערש אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען נישטאָ גענוג אָרגאַנען אױף איבערצופֿלאַנצן. דער אָנבאָט שטימט נישט מיטן נאָכפֿרעג. איז אַרױסצודרינגען, אַז מע מוז פֿאָרזיכטיק אָפּקלײַבן די בײַ װעמען דער נײַער לעבער װאָלט מסתּמא צום מערסטנס געהאָלפֿן. אױב מע האָט, פֿאַר קײנעם נישט געדאַכט, זײער װײניק צײַט אױף דער ערד (אַ מענטש מיט אַ פֿאַרשפּרײטן ראַק) װאָלט נישט געװען עפֿעקטיװ אָדער יושרדיק איבערפֿלאַנצן יענעם אַ לעבער. און אױב אַ פּאַציענט האָט װײניקער שאַנסן פֿאַר אַן עפֿעקטיװער הײלונג צוליבן איצטיקן באַנוץ פֿון אַלקאָהאָל, אָדער דעם ניװאָ פֿון לעבער־שאָדן װאָס דער אַלקאָהאָליזם האָט שױן אַרױסגערופֿן, איז אפֿשר שׂכלדיק געבן דעם אָרגאַן אַ צװײטן אָנשטאָט אים.
די קריטעריעס װאָס מע נוצט אױף אױסצוטײלן אָרגאַנען אין אַ באַגרענרעצטער סבֿיבֿה זײַנען צװישן די קאָנטראָװעריעלסטע טעמעס אין דער ביאָעטיק. קײן גרינגער ענטפֿער איז נישטאָ.
ל׳בער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס קומען אָן די שלוקערצן כװאַליעסװײַז? שױן אַן אײביקײט װאָס איך שלוקערץ נישט, און דערנאָך הייב איך אָן אַ סך צו שלוקערצן װאָכן נאָכאַנאַנד.
מרים אײװינס, באַלטימאָר, מ״ד
טײַערע חבֿרטע אײװינס,
עס זײַנען דאָ אַ סך סיבות פֿאַר וואָס מענטשן שלוקערצן — פֿון די זײער טריװיאַלע ביז די גאָר װיכטיקע. עסן צו פֿיל, סטרעס, שפּאַנונג אָדער טרינקען אַלקאָהאָל צי סאָדע קענען אַרױסרופֿן שלוקערצן, װי אױך פּלוצעמדיקע בײַטן אין דער טעמפּעראַטור אָדער דאָס אָנשלינגען צו פֿיל לופֿט װען מען קײַט קײַגומע אָדער נאָגט צוקערלעך. אַזעלכע שלוקערצן, געװײנטלעך, געדױערן נאָר אַ טאָג צװײ.
שלוקערצן װאָס געדױערן מער װי צװײ מעת־לעתן קענען זײַן צוליב אַן אָנצינדונג אָדער שאָדן אין די נערװן װאָס דינען די דיאַפֿראַגמע — דער בױכמוסקל װאָס קאָנטראָלירט דעם דרוק אין דער ברוסט. אַן אָנװוּקס אין האַלדז, אָדער גאָר אַ הערעלע צי עפּעס אַנדערש װאָס רירט אָן אײַער אױער־הײַטל, קען װירקן אױף דעם נערװ. מער געװײנטלעכע סיבות פֿאַר אַזעלכע כװאַליעס פֿון שלוקערצן קענען זײַן אַ האַלדזװײטיק, לאַרינגיט אָדער האַרץ־ברענעניש ווײַל דאָס זײַערס פֿליסט אפֿשר צוריק אין האַלדז אַרײַן.
ערנסטערע זאַכן װי, צום בײַשפּיל, אַ מוח־אַטאַק צי אַ מוח־אינפֿעקציע קענען אױך אַרױסרופֿן לענגערע שלוקערצענישן. לאַנג־טערמיניקע שלוקערצן קענען אַרױסגערופֿן װערן פֿון אַלקאָהאָל, אַנעסטעזיע, צוקער אָדער אַנדערע קראַנקײטן. עמאָציאָנעלע פֿאַקטאָרן און כירורגיעס זײַנען אױך פֿאַרבונדן מיט שלוקערצן.
דאָס שלוקערצן קען, אַגבֿ, שטערן סײַ דעם שלוקערצער, סײַ דעם צוהערער, װינטש איך אײַך אַ גיכן אױפֿהער.
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס מײנען טײל מענטשן, אַז זײ זײַנען קראַנק געװאָרן צוליב אַ „פֿלו“־װאַקצין?.
שׂרה מײַערסאָן, װאַשינגטאָן, ד״ק
ליבע שׂרה,
די סוכּות־רעגנס זענען שוין פֿאַרבײַ, אַ סימן אַז ס׳איז שוין געקומען דער גריפּע־סעזאָן. װי נאָר איך לײג פֿאָר אַ פּאַציענט, ער זאָל אײַנגעשפּריצט װערן מיטן שטאָך קעגן „פֿלו,“ הער איך געוויינטלעך דעם איבערראַשנדיקן ענטפֿער: „אַיאָ, יענער שטאָך! פֿאַראַיאָרן בין איך אַזױ קראַנק געװאָרן פֿון דעם װאַקצין, שרעקלעך! איך װעל מער נישט ריזיקירן.“ אומזיסט מײַנע װײכע פֿאַרשטענדיקע רײד. כאָטש ברען און בראָט זײ, בלײַבן זיי אײַנגעשפּאַרט: זיי ווילן נישט דעם וואַקצין.
אַז מע טראַכט אין טערמינען פֿון װירוס־װיסנשאַפֿט איז אָבער שװער צו פֿאַרשטײן. היתּכן? דער פֿלו־װאַקצין איז דאָך אַן אומאַקטיװירטער, נישט װי, למשל, די אײַנשפּריצונג קעגן מומס [מאָמפּס] װאָס זײַנען יאָ אַקטיװ — דאָס הייסט, „לעבעדיקע‟. װי אַ פּראָפֿעסאָר מײַנער אין מעדיצין־שול האָט אַ מאָל געזאָגט, דאָס מײנען אַז מע װערט קראַנק פֿון אַ גריפּע־װאַקצין איז אַזױ ווי דער אײַנפֿאַל אַז מע קען געביסן װערן פֿון אַ בערן־פֿעל. נישט געשטױגן נישט געפֿלױגן!
מילא, לױט דער װיסנשאַפֿט איז גרינג אָפּצופֿרעגן, נאָר גענוג פּאַציענטן האָבן די זעלבע טענה, מוז אין דעם כאָטש עפּעס שטעקן. פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכקײטן װאָס מיר זאָלן באַטראַכטן. קודם־כּל מוז איך זאָגן אַז אין אײן זאַך האָבן אַזעלכע פּאַציענטן אַ טעות. װיסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן פֿאַרגליכן די צאָל בײַעפֿעקטן פֿון דעם װאַקצין, מיט די בײַעפֿעקטן פֿון די, װאָס האָבן עס נישט באַקומען, און נישט געפֿונען קײן אונטערשײד. איז אַרױסצודרינגען אַז זײ זײַנען נישט אַרױסגערופֿן געװאָרן פֿון דער אײַנשפּריצונג אַלײן. איז װאָס זשע?
טײל פֿון דעם קען זײַן צוליב דער איבערלעבונג פֿון אײַנגעשפּריצט װערן אַלײן. מעגלעך, אַז אין טײל מענטשן, איז דאָס געשטאָכן װערן אַליין אַן אָפּקומעניש. בײַ אַנדערע קען דאָס זײַן בלױז אַ צופֿאַל צווישן דעם וואַקצין און עפּעס אַן אַנדער חולאת. די דאָזיקע װאַקצין דעקט נישט אַלע קראַנקײטן וואָס שטעקן מענטשן אָן אין דער צײַט פֿון יאָר; נישט קעגן סתּם פֿאַרקילונגען און נישט קעגן אַנדערע װירוסן װאָס מע קען גרינג פּלאָנטערן מיטן גריפּ. קען זײַן, אַז מע שטעקט זיך אָן מיט אַן אַנדער װירוס דעם זעלבן טאָג פֿונעם שטאָך, מיינט מען אַז דער וואַקצין האָט גורם געווען דעם ווירוס.
מיר דאַכט זיך אָבער אַז נאָך אַ פֿאַקטאָר דאַרף מען אױסרעכענען. דהײנו? אַ מאָל װערט בײַם פֿאָלק אַזױ אײַנגעבאַקן אין האַרצן אַ כּמו־פֿאַרבינדונג, אַז ס׳איז כּמעט װי אוממעגלעך זי אָפּצוזונדערן. אַ טײל פֿון אָט די באָבע־מעשׂיות האָבן מיר שוין געפּרוּװט אָפּפֿרעגן אין דער דאָזיקער רובריק, נאָר גײ זײַ אַ חכם. אַכט גלעזער װאַסער אַ טאָג, למשל, זײַנען נישט נײטיק. אױב מ׳איז געזונט מוז מען נישט באַקומען אַ רײ בלוט־טעסטן יעדעס מאָל װען מע גײט צום דאָקטער. ענלעך צו די אײַנגלייבענישן איז די מיינונג אַז די גריפּע־װאַקצין רופֿט אַליין אַרױס אַ גריפּע, אָדער עפּעס ענלעכס. די דאָזיקע אײַנגעגלייבטע אין דער טעאָריע װעלן מסתּמא אַזױ גלײבן אויף אייביק. רעד צו דער וואַנט.
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס קומט נישט די בלוט גלײַך אַרױס פֿון מײַנע װענעס, װען איך װער געשטאָכן פֿונעם פֿלעבאָטאָמיסט?
אַ פּאַציענט, באַלטימאָר
חשובֿער פּאַציענט,
עס טוט מיר באַנג אַז מע פּרוּװט בײַ אײַך ציִען בלוט (כאָטש כ׳בין מסתּמא שולדיק אין דעם). פֿאַראַן עטלעכע סיבות, הלמאי די דאָזיקע איבערלעבונג קײן זײַן שװער. ערשטנס, די כראָניש קראַנקע, אָדער די װאָס לײַדן פֿון קראַנקײטן וואָס זענען שווער אויסצוהיילן, זײַנען אָפֿט מאָל דעהידרירט. דאָס פֿאַרקלענערט װיפֿל בלוט ס׳געפֿינט זיך אין די געפֿעסלעך, און מאַכט די בלוט אַלײן געדיכטער. איז רעקאָמענדירט זיך אָנצוטרינקען מיט פֿליסיקײטן איידער מע דאַרף געבן בלוט אױף טעסטן. נישט װאַסער אַלײן, נאָר עפּעס מיט עלעקטראָליטן (מינעראַלן), װי למשל „פּעדיאַלײַט‟ אָדער „גײטאָרײד‟ (זײַ װיסן אַז די דאָזיקע זײַנען אפֿשר נישט פּאַסיק, אױב איר לײַדט פֿון צוקער). נאָך אַן עצה איז אָנצוּװאַרמענע דאָס אָרט, װוּ מע פּרוּװט ציִען בלוט. דאָס קען אַרױסהײבן די בלוט־געפֿעסלעך.
אױב סע בלײַבט ווײַטער שװער, בעט דעם פֿלעבאָטאָמיסט ער זאָל זוכן אַן אַנדער אָרט, אָדער ניצן אַ דינער נאָדעלע װאָס זאָל אַרײַנפּאַסן אין די װענעס (דער נאָדל דאַרף זײַן גענוג דין אַרײַנצורוקן אין די װענעס, נאָר נישט צו דין, כּדי אַרײַנצולאָזן די בלוט־קעמערלעך אַלײן).
אפֿשר איז דער עיקר, װי שװער ס׳זאָל נישט אױסזען, צו בלײַבן רויִק. אומרויִקײט קען אױפֿהײבן דעם בלוטדרוק, און דאָס, מעשׂה־שׂטן, קען אַלײן אײַנציִען די בלוט־געפֿעסלעך. דאָס װיל מען זיכער נישט, און קען מאַכן די פּראָצעדור נאָך שװערער. זאָל זײַן מיט מזל!
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס איז 5 מיליגראַם מעלאַטאָנין בײַ מיר זײער עפֿעקטיװ (איך שלאָף זיך אױס און שטײ אױף אַ װאַכע), בשעת אַ חבֿרטע מײַנע בלײַבט צו מאָרגנס פֿאַרשלאָפֿן אַ גאַנצן טאָג, און אַ צווייטער חבֿר װערט דערפֿון אומרויִק און ציטערדיק?
נעמי דזשאָנס, װאַנקוּװער, ב״ק
ליבע נעמי,
עטלעכע סיבות דערפֿאַר. ערשטנס ווערט מעלאַטאָנין נישט רעגלאַמענטירט, בפֿרט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אונטער די זעלבע שטרענגע פֿאָדערונגען ווי סתּם מעדיקאַמענטן, נאָר בלויז װי אַ נערונג־דערגאַנצונג [סופּלעמענט]. דאַרף מעלאַטאָנין נישט פּראָדוצירט ווערן אַזוי פּינקטלעך װי, למשל, אַ װאַקצין און עס קען געמאָלט זײַן אַז די שטאַרקײט אָדער אַפֿילו די אינגרעדיִענטן אין אײן בינטל מעלאַטאָנין־פּילן איז אַנדערש װי אַ צװײטע.
קען זײַן אַז דו האָסט אײַנגענומען דעם מעלאַטאָנין אַנדערש (מיט צי אָן װײַסער, זאַפֿט אָדער עסן) אַנדערש װי די חבֿרים, און דאָס קען װירקן אױף דער עפֿעקטיװקײט.
דער עיקר אָבער: אַלע מענטשן זײַנען אַנדערש און זײערע רעאַקציעס אױף היילמיטלען זענען אויך אַנדערש. די כעמיע פֿון גוף, באַזונדערס אין אַזאַ תּחום װי שלאָפֿן, איז אַ קאָמפּליצירטע, און נאָר מיט שװעריקײטן און אומפּינקטלעכקײטן קען מען אָפּשאַצן װיפֿל אַ מעדיקאַמענט אָדער נערונג־דערגאַנצונג װאָס מע נעמט אײַן, טויג טאַקע. זאָל דער מעלאַטאָנין אָבער דיר װײַטער העלפֿן. שלאָף געזונט!
ליבער ד״ר בערגער,
איז די כראָנישע „לײַם“־קראַנקײט טאַקע אַן אמתע זאַך?
מאַט טשאַראָן, באָסטאָן, מאַס׳
טײַערער מאַט,
װי איר װײסט מסתּמא, שטאַמט די „לײַם“־קראַנקײט פֿון אַ באַקטעריע װאָס װערט טראַנסמיטירט פֿונעם קליעשטש (בלע״ז, tick) װאָס געפֿינט זיך אָפֿט אין די האָר פֿון הירשן און שפּרינגט דערפֿון אַרױף אױפֿן מענטשן־הױט. דורכן ביס פֿון אַ קליעשטש דרינגט די באַקטעריע אַרײַן אין בלוטשטראָם, װאָס קען אַרױסרופֿן פֿאַרשײדענע סימפּטאָמען און צײכנס: אָנגעצונדענע געלענקען, אַ כאַראַקטעריסטישער הױט־אױסשיט, און אַ האַרץ־אָנצינדונג.
ס׳רובֿ פֿאַלן פֿון דער קראַנקײט װערן עפֿעקטיװ באַהאַנדלט דורך געבן אַנטיביאָטיק 2-4 װאָכן לאַנג אָבער אין אַ קלײנער טײל פֿאַלן בלײַבן סימפּטאָמען אַפֿילו נאָך דעם. דאָס רופֿט מען אין דער שמועסשפּראַך „כראָנישער ׳לײַם׳,“ כאָטש ס׳איז נישט קלאָר װאָס פֿאַר אַ שײַכות ס׳האָבן די סימפּטאָמען מיט דער אָריגינעלער קראַנקײט. אַ לענגערע טערמין פֿון אַנטיביאָטיק, צום בײַשפּיל, פֿאַרקלענערט נישט די לאַנג־דויערנדיקע סימפּטאָמען, און עס קען זײַן אַז די דאָזיקע פּראָבלעמען זײַנען גיכער פֿאַרבונדן מיט אַן אַלגעמײנעם מצבֿ פֿון אַן אָנצינדונג און נישט פֿון דער באַקטעריע אַלײן.
אין די דאָזיקע זעלטענע פֿאַלן פֿון אַ נאָך־לײַם־סינדראָם, איז דאָס בעסטע צו באַהאַנדלען די סימפּטאָמען, באַציִען זיך מיט מיטגעפֿיל צום פּאַציענט, און פּרוּװן אױסמײַדן נישט־אױספּרובירטע הײלמיטלען װאָס קענען שאַטן מער ווי העלפֿן.
די טעג שרײַבט מען אַ סך אין די פּאַציענטישע קרײַזן װעגן דאָקטױרים װאָס „פֿאַרשטײען נישט“ דעם כראָנישן לײַם, און פֿון די דאָזיקע עפּיזאָדן דאַכט זיך מיר, אַז מע האָט דאָרט צו טאָן מיט דאָקטױרים װאָס זײַנען נישט קײן בעלנים בכלל אױפֿן קאָמוניקירן מיט פּאַציענטן.
ליבער ד״ר בערגער,
צי רעדט מען אַרום דעם ווייטיק אַנדערש אויף ייִדיש אָדער בײַ ייִדן?
דני שטײנמעץ
ען אַרבאָר, מישיגאַן
טײַערער פֿרײַנד שטײנמעץ,
דער װײטיק איז אַ פּאַראַדאָקסאַלע זאַך. מע װאָלט געמײנט, מיט רעכט, אַז ס׳איז אוניװערסאַל. יעדער מוטערמענטש פֿילט װײטיק (חוץ אַ געצײלטע צאָל מענטשן װאָס לײַדן פֿון געװיסע נערװן־ צי פּסיכאָלאָגישע פֿעלערן). דערפֿאַר איז געדרונגען, אַז דעם װײטיק װאָלט מען געקענט גרינג אָפּשאַצן און באַהאַנדלען אױף אַ נומערישן אופֿן װי בלוטדרוק.
ס׳איז אָבער װײַט נישט אַזױ. כאָטש געװיסע װיסנשאַפֿטלערס פּרוּװן אױסגעפֿינען, צי אַ געוויס „קנעפּל“ אין מענטשלעכן מוח קאָנטראָלירט דעם ניװאָ װײטיק אין קערפּער, בין איך זיכער אַז אַזאַ „קנעפּל“ װעט מען קײן מאָל נישט געפֿינען. פֿאַראַן צום װײניקסטנס צװײ סיבות דערפֿאַר װאָס זײַנען רעלעװאַנט צו פֿ׳ שטײנמעצעס פֿראַגע.
ערשטנס: דער װײטיק קען זײַן אַנדערש בײַ פֿאַרשײדענע גרופּעס מענטשן. דאָס װײסט מען שױן פֿון לאַנג — טײל פֿעלקער און ראַסעס װײַזן אַרױס מער װײטיק פֿון אַנדערע. אײדער איך קלײַב זיך װײַטער איבערגעבן די װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור װעגן דעם ענין, װעל איך בעטן בײַ אײַך, טײַערער לײענער — װעלכע עטנישע גרופּעס און ראַסעס ווײַזן מער אַרויס זייער ווייטיק?
דער ענטפֿער: עס װענדט זיך אין דעם, װוּ, און װען מע רעדט. אין אַן אַרטיקל פֿון 1952 האָט אַ פֿאָרשער אין בראָנקסער װעטעראַנען־שפּיטאָל אינטערװיויִרט פּאַציענטן פֿון פֿיר גרופּעס: ייִדן, איטאַליִענער, אירלענדער און אַזױ גערופֿענע „אַלטע אַמעריקאַנער“. (קען זײַן אַז צוליב דער דעמאָלטיקער לעגאַלער סעגרעגאַציע האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער װעטעראַנען זיך געדאַרפֿט הײלן אין אַן אַנדער שפּיטאָל…) אין אַרטיקל שטײט בפֿירוש אַז „די ייִדן און איטאַליענער װײַזן מער אַרױס זײער װײטיק“ און זײַנען װעגן דעם „מער עמאָציאָנעל.“
דרײ איצט פֿאָרױס דאָס רעדל ביז 1994, װען אַן אַרטיקל האָט פֿאַרגליכן דעם װײטיק נאָך אַן אָפּעראַציע אין פֿיר גרופּעס — אַזיאַטישע, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, װײַסע און לאַטינאָ. די „אײראָפּע“־אָפּשטאַמיקע האָבן איבערגעגעבן װײניקער װײטיק װי די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אָדער די לאַטינאָ.
װיכטיק איז צו באַמערקן צװײ זאַכן: ערשטנס, אַז די דאָזיקע גרופּעס בײַטן זיך מיט דער צײַט װאָס שײך זײער דעפֿיניציע. װײניק פֿון די „סתּם װײַסע“ אין אונדזער תּקופֿה װאָלט מען אָפּגעטײַטשט אין אַן אַנדער יאָרצענדליק װי אַן „איטאַליענער“ אָדער „ייִד“. דער טערמין ”װײַס“ איז אַ בײגעװידקער.
צװײטנס, צו די פֿאַרשײדענע ראַסעס איז נישטאָ קײן פֿעסטער ביאָלאָגישער באָדן. פֿון דעם איז אַרױסצולערנען, אַז די סיבה פֿון װײטיק־אונטערשײדן צװישן גרופּעס דאַרף מען זוכן אין געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע סיבות. אונדזער פֿרעגער האָט דערמאָנט ייִדיש, נאָר איך דערלױב זיך ענטפֿערן װעגן „ייִדן“ אין פֿאַרגלײַך מיט „נישט־ייִדן“: ס׳איז נישט קיין זאַך וואָס מע קען דערקלערן אױף אײן פֿוס אין װאָס באַשטײט אַ כּלומרשטיקער חילוק אין װײטיק צװישן זײ, װײַל אַ ייִד צו אַ ייִד, װי אַ גױ צו אַ גױ, איז נישט גלײַך.
די פּראָבלעם פֿון קלאָר דעפֿינירן ראַסע־גרופּעס פֿירט אונדז צו דער צװײטער שװעריקײט פֿון פּינקטלעך אָפּשאַצן װײטיק: דער אונטערשײד צװישן יחידים. יעדער קען דעם „העלד“ צי די העלדינע װאָס לאָזט נישט אַרױס קײן פּיפּס אַפֿילו בײַם גרעסטן װײטיק, און צוריקגערעדט, קענען מיר אױך אַלע פּוכקע־לבֿבֿות װאָס פּיעשטשען זיך װען מע רירט פּשוט אָן בײַ זיי ס׳פּנים.
דאָס הײסט, אַז כּדי צו װיסן װי צו פֿרעגן װעגן װײטיק אױף ייִדיש, אָדער בײַ ייִדן (אָדער גױים!) דאַרף מען צו ערשט אָנהײבן מיטן אײנצלנעם פּאַציענט, װי ער/זי שטײט און גײט. צו פּרוּוון טרעפֿן ווי אַזוי אַ מענטש װעט זיך אָפּרופֿן לויט זײַן ראַסע אָדער עטנישער גרופּע קען פֿאַרפֿירן דעם דאָקטער צו פֿאַלשע פֿאָראורטלען.
ליבער ד״ר בערגער,
אויב מײַן ניװאָ פֿון װיטאַמין „דע“ איז נידעריק, דאַרף איך אים העכערן מיט אַ צוגאָב־פּיל?
דבֿורה נוסבאַום כּהן, נ״י
טײַערע פֿרױ כּהן,
געוויינטלעך זוכן מענטשן לייזונגען אויף פּראָבלעמען, אָבער אין מײַן בראַנזשע, מעדיצין, זײַנען דאָ אַ סך לײזונגען װאָס זוכן דווקא פּראָבלעמען! מע קען אױספּרובירן טױזנטער זאַכן דורך לאַבאָראַטאָריע־טעסטן; מע קען אױסשרײַבן אָן אַ שיעור רפֿואות, און ס׳איז נאָך אַלץ נישט קלאָר, פֿאַר װאָס מע האָט דאָס אַלץ געטאָן.
אַזאַ מין זאַך איז מיטן װיטאַמין „דע‟. װי באַװוּסט, איז דער װיטאַמין אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון צײן און בײנער. װאָלט מען אפֿשר געמײנט, אַז װען דער ניװאָ איז נידעריק, װאָלט זיך אַרױסגערופֿן נישט־גינציקע עפֿעקטן אױפֿן קערפּער. דער אמת איז אָבער מער קאָמפּליצירט. אין די לעצטע יאָרצענדליקער האָט מען אַדורכגעפֿירט בלי־גוזמא הונדערטער שטודיעס װעגן װיטאַמין „דע‟ און די געזונט־עפֿעקטן פֿונעם האָבן אַ נידעריקן ניװאָ דערפֿון אינעם בלוט. האָט זיך אױסגעלאָזט — נישט גענױ אַ בױדעם, נאָר אפֿשר אַ האַלבער בױדעם. בלויז בײַ עלטערע לײַט זײַנען פֿאַראַן פֿאַרלאָזלעכע באַװײַזן אַז אַ גענוג הויכער פּראָצענט װיטאַמין „דע‟ קען אויסמײַדן אומפֿאַלן און צעבראָכענע בײנער.
מע האָט אָבער ווײַטער געלױבט װיטאַמין „דע‟ אין הימל אַרײַן און געטענהט, אַז אַלץ קען ער אױפֿטאָן: צוגעבן כּוח, אױסמײַדן האַרץ־אַטאַקן, און װאָס נישט? בדרך־כּלל אָבער רעקאָמענדיר איך נישט װיטאַמין „דע‟ פֿאַר מײַנע פּאַציענטן (אַחוץ די עלטערע לײַט), און איך פֿיר נישט דורך, ווי אַ רוטין, קײן טעסטן דערפֿון.
ליבער ד״ר בערגער,
אין אַ פֿריִערדיקער רובריק, האָסטו געזאָגט אַז אַ דאָקטער מוז נישט הײסן אַלע זײַנע (צי אירע) פּאַציענטן פֿאַרלירן װאָג. קענסטו דאָס אױסקלאָרן?
עװאַן סערפּיק באַלטימאָר, מ״ד
טײַערער עװאַן,
כּדח צו ענטפֿערן די פֿראַגע מוז מען פֿאַרשטײן די ראָלע פֿון אַ דאָקטער. ס׳איז אַ טאָפּלטע ראָלע. פֿון אײן זײַט װיל מען העלפֿן דעם פּאַציענט, צי דער פּאַציענטקע, װאָס זיצט אױפֿן אונטערזוכונג־טיש אין דעם נאַרישן דינעם כאַלאַטל. עפּעס טוט װײ? דאַרפֿן מיר דעם ווייטיק אָפּשוואַכן. אַן אינפֿעקציע? עלימינירט זי. אַ צעבראָכענער בײן פֿאַסט מען אײַן אין אַ גיפּס. אַז מע װערט עובֿר־בטל העלפֿט מען מיט עצות און מעדיקאַמענטן, און אַזױ װײַטער.
נאָר אַזױ לאַנג װי ס׳איז דאָ אַ װיסנשאַפֿט פֿון געזונט איז אױך פֿאַראַן אַ צװײטע ראָלע: דער דאָקטער איז מחויבֿ צו דערקענען די געלעגנהײטן, װען מע קען העכערן דעם געזונט־ניוואָ דורך אַ געוויסן מיטל.
צום באַדױערן זײַנען זיך אָפֿט מאָל סותר די צװײ ראָלעס. אָפֿט מאָל איז נישט קלאָר, צי דער יחיד מוז זיך אױפֿפֿירן לויט די רעקאָמענדאַציעס געצילעװעט אױף אַ גאַנצן פֿאָלק. צום בײַשפּיל, דורכשניטלעך, איז מסתּמא געזינטער נישט צו װעגן צו פֿיל. איבערװאָגיקייט דערפֿירט צו העכערע שאַנסן האַרצקרענק, ראַק און אַנדערע חולאתן.
דאָס מײנט אָבער נישט אַז אַ יחיד װאָס װעגט „צו פֿיל“ קען נישט פֿירן אַ גליקלעך, געזונט לעבן. װיפֿל מאָל האָב איך שוין געזען מענטשן װאָס פֿילן זיך שלעכט װעגן זיך, ווײַל זיי האָבן געהערט אַז איבערװאָגיקייט איז „נישט געזונט“. זאָג איך זײ: „רעקאָמענדאַציעס זײַנען אײן זאַך, און דײַן לעבן איז אַ צווייטע. פֿירט זיך, װי ס׳איז אײַך נאַטירלעך, און אױב שפּעטער וועט איר זיך זאָרגן וועגן די קראַנקייטן וואָס איבערוואָגיקייט קאָן גורם זײַן, וועלן מיר דעמאָלט רעדן.‟
װי אָפֿט מאָל, האָט די פּאַציענטקע אין באַלטימאָר מיר געשטעלט אַ פֿראַגע בײַם ערשטן װיזיט מיט אַ בקשה: „מעג איך אײַך שטעלן אַ פּערזענלעכע פֿראַגע?“
זיכער, האָב איך געזאָגט. און — װידער, װי אָפֿט מאָל פֿריער מיט אַנדערע פּאַציִענטן — האָט זי געצילעװעט די אױגן אױף מײַן יאַרמלקע, אַ שײנע, אַן אױסגעשטריקטע פֿון זוגתי. „װאָס איז יענע… זאַך אױף אײַער קאָפּ?“
האָב איך איר געגעבן צו פֿאַרשטײן װאָס פֿאַר אַ מין קאָפּצודעק דאָס איז, און װאָס פֿאַר אַ ראָלע דאָס שפּילט. „אַהאַ,“ זאָגט זי, „אַ ייִדישע זאַך. דעטס גוד. אַ ייִדישער דאָקטער געפֿעלט מיר.“
נאָך אַזאַ מעשׂה: אַ שמועס מיט אַ צװײטער פּאַציענטקע, אַ מאַמע אַן אַפֿראָאַמעריקאַנערין (דאָס איז פֿאַרשטײט זיך נישט קײן גרױסער חידוש אין אַ שטאָט װי באַלטימאָר װוּ רובֿ אײַנװױנער זײַנען שװאַרצע). זי האָט איבערגעגעבן אירע פּערזענלעכע צרות בײַם אױפֿהאָדעװען שװאַרצע קינדער אין אַ שטאָט װוּ די פּאָליצײ־ברוטאַלקײט איז אַ פֿאַקט פֿון לעבן. פֿון אײן זײַט װיל זי, אַז די פּאָליצײ זאָל באַהאַנדלען אירע קינדער אױף אַ יושרדיקן אױפֿן אָן פּניות. צוריקגערעדט האָט זי אױך געזאָגט, אַז זי הײסט אירע בנים זיך אָנטאָן לײַטיש, װײַל אַזאַ אײַנדרוק װעלן זײ איבערלאָזן יענעם אױף דער גאַס.
איר פֿאַרשטײט דאָך,“ האָט זי זיך געװענדט צו מיר, די אױגן אָנװײַזנדיק אױף דער יאַרמלקע. „װוּ נאָר איר גײט, װײסט מען עפּעס װעגן אײַך.“
אין באַלטימאָר איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג צװישן פּאַציענטן אַפֿראָאַמעריקאַנער און ייִדן דאָקטױרים. דאָס זאָג איך נישט אױפֿן סמך פֿון װיסנשאַפֿטלעכע באַװײַזן, נאָר פֿון די איבערלעבונגען און נאַראַטיװן פֿון אַ צאָל פֿרײַנד און קאָלעגעס, און פֿון דער געשיכטע פֿון בײדע גרופּעס. הײַנט איז די געזונט־סיסטעם אין אַמעריקע נאָך אַלץ אַ שטאַרק סעגרעגירטע, נאָר פֿריִער איז (אפֿשר) געװען נאָך ערגער. אַ מאָל האָבן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער נישט געקענט געפֿינען װעמען ס׳זאָל זײ באַהאַנדלען. אָפֿט מאָל זײַנען די דאָקטוירים וואָס זענען יאָ געווען גרייט זיי צו זען געװען ייִדישע, װאָס זײַנען אַליין, כאָטש נישט אױף אַזאַ מאָס, אױסגעשלאָסן געוואָרן פֿון די מעדיצינישע הױכע פֿענצטער.
אפֿשר צוליב דעם האָבן אַ צאָל שװאַרצע פּאַציענטן פּאָזיטיװע מײנונגען װעגן ייִדישע דאָקטױרים װי אַ גרופּע. כאָטש דער אַנטיסעמיטיזם בײַ טײל אַפֿראָ־אַמעריקאַנער איז אַװדאי פֿאַראַן, זײַנען אױך דאָ די (כ׳האָב דאָס אַלײן געהערט) װאָס גלײבן אַז ייִדישע דאָקטױרים זײַנען בעסער.
קען מען פֿרעגן פֿאַר וואָס: צוליב אונדזער בשותּפֿותדיקער היסטאָרישער דרױסנדיקײט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט? צוליב רעליגיעזער נאָענטקײט? פּאָליטישע ליבעראַלקײט? שװער צו װיסן. אַזאַ געטײלטע געשיכטע, קען זײַן, חזרט זיך װידער איבער בזמן הזה צוליב דער „טראָמפּישער‟ פּאָליטיק. בײדע פֿעלקער, כאָטש נישט אױף דער זעלבער מאָס, ווערן אױסגעשטעלט אױף דעם אַזױ־גערופֿענעם פּאָפּולאַריזם און נאַציאָנאַליזם (קריא: ראַציזם).
אין יעדן דור ברעכט מען די הענט אין דער ייִדישער קהילה, אַז װײניקער ייִדן דאָקטױרים זײַנען הײַנט דאָ װי אַ מאָל. אין 1950 האָט מען געזאָגט אַז די פּראָפּאָרציע ייִדישע דאָקטױרים איז געפֿאַלן מיט 20 פּראָצענט אין פֿאַרגלײַך מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט פֿריִער (אַזױ לױט אַן אַרטיקל אין ייִט״אַ). איך האָב נישט קײן פֿאַרגלײַכיקע דאַטן צו מעסטן דעם מצבֿ הײַנט מיט דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר אַן אַנקעטע װעגן רעליגיעזע פֿאַרבינדונגען צװישן דאָקטױרים האָט מען יאָ אַדורכגעפֿירט, און אַרױסגעגעבן אין דער װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור, אין 2005.
אַרױסגעװיזן האָט זיך דעמאָלט, אַז ייִדן באַטרעפֿן אַ צװײ פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, כאָטש פֿון דאָקטױרים — 14 פּראָצענט. װאַרט נאָר, נישט נאָר ייִדן זײַנען אַן אױסנאַם. אױך הינדויִסטן, מאָרמאָנען, מוסולמענער, און בודיסטן (כאָטש נישט אַטעיִסטן!) געפֿינען זיך מער אָפֿט בײַ דאָקטױרים, װי אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. פֿאַר װאָס? אפֿשר דערפֿאַר װײַל אַזעלכע מינאָריטעטן האָבן בשותּפֿות אַזאַ „אימיגראַנטישן“ צוגאַנג, דאָס װילן אַרױפֿאַרבעטן זיך (אָן די מניעות װאָס אַנדערע פֿעלקער — למשל, אַפֿראָאַמעריקאַנער, מוזן זיך מיט זיי ראַנגלען).
שטעלט זיך די פֿראַגע, אױף װי װײַט האָט זיך געביטן דער מצבֿ אין די לעצטע 10-20 יאָר? איך קען ברענגען אומדירעקטע ראַיות, נאָר יעדער װאָס האָט אַדורכגעמאַכט די מעדיצינישע טרענירונג אין די לעצטע יאָרצענדליקער װײסט אַז די ייִדן פֿירן מער נישט דאָס רענדל. דאָס איז, פֿאַרשטײט זיך, אַ געזונטע זאַך. די באַשטאַנדטײלן פֿון געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן דאַרפֿן אָפּשפּיגלען די פֿאַרשידנמיניקײט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אומגלײַכקײטן זײַנען זיכער פֿאַראַן און די מינאָריטעטן װאָס געפֿינען זיך װײניקער אין די סטודענטישע רײען דאַרף מען פּרוּװן צוציִען און אױסטרענירן, װײַל חולים װילן אױך דאָקטױרים װאָס קוקן אױס װי זײ…
דאָך איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג צװישן ייִדן און דער מעדיצינישער פֿאַך װערט אפֿשר צו ביסלעך אָפּגעשװאַכט. צי דאָס איז גוט צי שלעכט בין איך נישט גענוג אַ נבֿיא פֿאָרױסצוזען. װעל איך יעדן אין דער פֿרי סײַ װי סײַ מיטנעמען מײַן סטעטאָסקאָפּ און אָנטאָן די יאַרמלקע.
ליבער ד״ר בערגער,
גאַנץ אָפֿט, אַז איך הײב אױף אַן אַקסל, הער איך אַ קנאַק װאָס קלינגט װי מײַן רוקנבײן. װאָס זשע טוט זיך דאָרט?!
מרים אַװינס, באַלטימאָר
טײַערע מרים,
אַ סך מענטשן װערן דענערװירט װען אַ געלענק גיט אַ קנאַק. אַזאַ קלאַנג הײסט אױף מעדיצינישן לשון „קרעפּיטוס“ (דאָס לאַטײַניש וואָרט אויף קנאַקעניש). צי איז דאָס װיכטיק? מיר װעלן אױסניצן די געלעגנהײט אַרומצורעדן װי אַזױ צו װיסן צי אַ געװיסער סימן איז פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ פּראָבלעם.
די סאַמע ניצלעכסטע סימנים זײַנען פֿאַרבונדן מיט פּראָבלעמען, און נאָר מיט פּראָבלעמען — דאָס הײסט, זײ באַװײַזן זיך נישט גלאַט אַזוי.
פֿאַראַן װײניק סימנים װאָס זײַנען פּערפֿעקט (נישט פֿאַרפֿירעריש) ווי, למשל, אַ הױכע היץ (פֿיבער). אַז מע האָט, פֿאַר קײנעם נישט געדאַכט, אַ היץ פֿון 103 פֿאַרענהײט, זעט מען אַז עפּעס איז דער מער — און נאָך דערצו אַז סע האַנדלט זיך מן־הסתּם אין אַן אינפֿעקציע, װײַל אַזעלכע הױכע טעמפּעראַטורן מאַכן זיך נישט אין דער װעלט אַרײַן.
אַז מע האָט נישט קײן היץ, איז דער שאַנס פֿון אינפֿעקציע װײניקער.
אַ ביסל טערמינאָלאָגיע: אויב מע דאַרף זען עפּעס אַ סימן (צי סימפּטאָם) כּדי צו באַשטעטיקן אַ פּראָבלעם, הײסט דאָס אַ סענסיטיװקײט. צום בײַשפּיל, אַז מע האָט נישט קײן היץ, איז דאָס געװײנטלעך נישט קײן ערנצטע אינפֿעקציע (כאָטש אױסנאַמען זײַנען אַלע מאָל פֿאַראַן). אַז מע האָט יאָ אַ פֿיבער, הייסט עס געװײנטלעך אַן אינפֿעקציע. דאָס הײסט „ספּעציפֿישקײט.“
פֿאַראַן סימפּטאָמען װאָס זײַנען סענסיטיװ אָבער נישט ספּעציפֿיש. צום בײַשפּיל, ברוסטװײטיק מײנט לאװ־דװקא אַז מע האָט געליטן פֿון אַ האַרצאַטאַק (ס׳קען זײַן האַרץ־ברענעניש, מוסלקען־װײטיק, פּחד…). דער סימן איז נישט ספּעציפֿיש. אַז ס׳פֿעלט אָבער ברוסטװײניק בכלל, איז מן־הסתּם נישט קײן האַרצאַטאַק. ס׳איז נישט ספּעציפֿיש.
אַ קנאַקעניש אין די געלענקען, װי למשל אינעם אַקסל, איז נישט ספּעציפֿיש. פֿאַר װאָס? מסתּמא װײַל קלאַנגען קענען אַרױסגערופֿן װערן פֿון פֿיל טײלן און געװעבן אין קערפּער. עס קען זײַן אַז עס רײַבן זיך פּשוט צוזאַמען בײנער אױף בײנער, בײנער אױף מאַרכבײנער, שטיקלעך צעבראָכענע בײנער, אָדער סתּם לופֿט־בלעזלעך אין האַנט־, פֿינגער־ אָדער אַן אַנדער געלענק. (דערמאָנט איר זיך אַז קינדװײַז האָט מען אײַך געהײסן אױפֿהערן קנאַקן מיט די פֿינגער־געלענקען?)
מע האָט שוין דורכגעפֿירט שטודיעס צו דערגײן, װעלכע סימפּטאָמען זײַנען סענסיטיװ אָדער ספּעציפֿיש, כּדי דאָקטױרים זאָלן װיסן װאָס אױסצוזוכן אין געװיסע פֿאַלן. אַ קנאַקעניש אין די געלענקען איז אַ ביסל סענסיטיװ. הײסט אַז, אַז מע האָט נישט, איז אַ גרעסערער שאַנס אַז קײן געלענק־פּראָבלעם איז נישטאָ.
נאָר אַז מע האָט — איז נישט קלאָר, װאָס דאָס מײנט. אַז דער אַקסל באַװעגט זיך װי געװײנטלעך, איז דאָס מן־הסתּם דער עיקר. דאָס קנאַקעניש אַלײן איז לאַװ־דװקא אַ פּראָבלעם.
ליבער ד״ר בערגער,
צי איז אײן אַנטי־היסטאַמין װאָס מע קען קױפֿן אין אַ קראָם בעסער װי אַ צװײטער?
ירחמיאל לאָפּין, נ״י
ליבער ר׳ ירחמיאל,
אַ גוטע פֿראַגע! לטובֿת די לײענער װאָס װײסן נישט, לאָמיר גיך איבערחזרן וואָס ס׳איז אַזױנס אַן אַנטי־היסטאַמין.
די היסטאַמין־רעצעפּטאָרן זײַנען מאָלעקולן צוגעטשעפּעט צו קעמערלעך װאָס, װי אַנדערע רעצעפּטאָרן, בינדן זיך צו געװיסע צונױפֿהעפֿטן װאָס טראָגן זיך דורכן בלוטשטראָם. היסטאַמין־רעצעפּטאָרן געפֿינען זיך אין אַ סך פֿאַרשײדענע ערטער אין קערפּער: אין די לונגען, דעם מאָגן, די שלײַם (לחות)־געװעבן פֿון דער נאָז, און אַפֿילו אין מוח. אַנטי־היסטאַמינען זײַנען, װידער, מאָלעקולן װאָס בינדן זיך צו די דאָזיקע רעצעפּטאָרן און אַזױ אַרום בלאָקירן זיי זײערע פֿאַרשײדענע פֿונקציעס.
אַזױ װי מיר זײַנען אין סאַמע מיטן פֿון פֿאַרקילונג־סעזאָן, זײַט איר מסתּמא אױסן די אַנטי־היסטאַמינען װאָס װירקן אױף דער נאָז. אײן ענטפֿער אויף אײַער פֿראַגע איז גאַנץ פּשוט: אַזױ װי די פֿאַרמאַצעװטישע פֿירמעס װילן נישט קײן דירעקטע פֿאַרגלײַכן צװישן אײן פּראָדוקט און אַ צװײטן, איז נישטאָ קײן פֿעסטער ענטפֿער.
אַן אַנדער אופֿן צוצוגײן צו דעם איז אָבער צו דערװיסן זיך, אַז די דאָזיקע אַנטי־היסטאַמינען קומען אין פֿאַרשײדענע קאַטעגאָריִעס. די „עלטערע“ מעדיצינען (פֿון אַזױ גערופֿענעם „ערשטן דור“) זײַנען לאװ־דװקא ערגער װי די נײַערע. כאָטש „בענאַדריל‟, צװישן די סאַמע ביליקסטע אַנטי־היסטאַמינען, קען מאַכן דעם אײַננעמער שלעפֿעריק, קען דאָס זײַן אױך מער עפֿעקטיװ אין פֿאַרקילונגען, בשעת די אַנטי־היסטאַמינען פֿון די „שפּעטערדיקע דורות“ זײַנען מער ספּעציפֿיש פֿאַר דער נאָז, מאַכן נישט שלעפֿעריק, און זײַנען אפֿשר בעסער פֿאַר אַלערגיעס — כאָטש אַ ביסל טײַערער.
פֿאַראַן פֿאַרשײדענע אַנטי־היסטאַמינען, און װעלכער ס׳איז אײַך בילכער איז שטאַרק אָפּהענגיק אין װעלכער איר האָט שױן געפּרוּװט, װיפֿל מעדיקאַמענטן איר נעמט שױן אײַן (װײַל די אַנטי־היסטאַמינען קענען זײ שטערן אָדער אַפֿילו קעגנװירקן), און װאָס איר קענט אויספֿירן. ס׳איז װידער, װי אין אַ סך פֿאַלן פֿון מעדיקאַמענטן, אַ מין „טרעף־און־טעות‟.
אפֿשר איז כּדאַי צו דערמאָנען נאָך אַ װיכטיקן פֿאַקט װעגן די מעדיקאַמענטן — זײ זײַנען נישט נײטיק אין אַלע פֿאַלן. אַז מע האָט אַ פּשוטע פֿאַרקילונג, איז די באָבע אָדער זײדע געװען גערעכט: הינדל־יױך און דאָס כאַפּן אַ דרעמל קענען אַ סך זאַכן אױסהײלן אָן די זײַטיקע עפֿעקטן פֿון אַ מעדיקאַמענט.
פֿאַראַן װידער אַלערגיעס װאָס קענען שטעלן דעם חולה אין אַן ערנסטער סכּנה (צום בײַשפּיל, אַנאַפֿילאַקסיס — די געפֿערלעכע רעאַקציע צום שטאָך פֿון אַ בין), אָדער בײַסענישן װאָס זײַנען נישט צו פֿאַרטראָגן, אַזוי ווי עס מאַכט זיך, למשל, נאָכן אָנרירן סם־בלעטלעך. אין אַזאַ פֿאַל איז „בענאַדריל‟ מסתּמא דער בעסטער מיטל.
ליבער ד״ר בערגער,
װאָס איז דער שײַכות צװישן דער אַלצהײַמער־קראַנקײט און אַלומיניִום?
ר״ט, ישׂראל
טײַערע ר״ט,
װי איר װײסט מן־הסתּם, איז די אַלצהײַמער־קראַנקײט צװישן די סאַמע פֿאַרשפּרײטסטע סיבות פֿון עובֿר־בטלקײט אין עלטערע לײַט. און אַזױ װי די קראַנקײט איז אַזױ פֿאַרשפּרײט, און קען זײַן אַזױ ערנצט, גײען שױן אָן יאָרן לאַנג פֿאַרשײדענע פֿאָרשונגען װעגן װי אַזױ די קראַנקײט װירקט אױפֿן מוח און װי אַזױ מע קען זי פֿאַרמײַדן.
אַרום 48 מיליאָן נפֿשות איבער דער װעלט לײַדן אױף דער קרענק, װאָס באַשטײט פֿון צעפֿרעסונג (דעגענעראַציע) פֿון נערװן און נערװן־געװעב. די פֿריסטע סימנים פֿון דער קראַנקײט װערן אָפֿט מאָל פֿאַלש אָנגענומען פֿאַרן נאָרמאַלן עלטערן זיך. די מעדיקאַמענטן װאָס זײַנען פֿאַראַן העלפֿן אױף אַ מיטלמעסיקן אופֿן. אָפֿט מאָל באַשטײט די באַהאַנדלונג, דער עיקר, פֿון דעם, װי אַזױ מע שטיצט דעם חולה און דער משפּחה. װי אין אַ סך כראָנישע קרענקען איז קײן דעפֿיניטיװער היילמיטל נישטאָ.
די מעגלעכע גורמים פֿון אַלצהײַמערס זײַנען פֿילצאָליק. עטלעכע גענעטישע מעכאַניזמען האָט מען שוין פֿאָרגעלײגט (ס׳רובֿ פֿון דער ריזיקע פֿון דער קראַנקײט װערט טאַקע איבערגעגעבן בירושה). פֿיזיש זעט מען טײל מאָל, כאָטש נישט אַלע מאָל, פּאַטאָלאָגישע פֿיבער־קנױלן אין מוח־געװעב. און, אָפֿט מאָל, איז דער מעטאַל אַלומיניִום (אין אַמעריקע רופֿט מען דאָס אַלומינום) געפֿונען פֿאַרבונדן מיט די קנױלן.
ס׳איז אָבער גאָר נישט קלאָר די אמתע פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ פֿענאָמענאָן. איז אַלומינום טײל פֿון דער סיבה? אָדער נאָר אַ צופֿאַל?
אַ סך מענטשן האָבן אַפֿערגעבראַכט דעם געדאַנק, אַז קאָך־ און אַנדערע כּלים װאָס נעמען אַרײַן אַלומיניִום קערן העכערן די ריזיקע פֿון אַלצהײַמערס. קײן װיסנשאַפֿטלעכע ראיות צו שטיצן דעם פֿאָרשלאָג זײַנען נישטאָ. פֿאַקטיש, אין אַן איבערקוק אין 2014 אױף עצות כּדי צו פֿאַרהיטן די קראַנקײט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, װי װײניק זײַנען די פֿאָרלײגן אַנדערש װי פֿאָלגן דעם שׂכל־הישר: עסן פֿרוכט און גרינסן, אײַננעמען װיטאַמינען אױב זײ פֿעלן, בלײַבן גײַסטיק אַקטיװ…
טײל פֿאָרשערס האָבן טאַקע פֿאָרגעלײגט פֿאָרזיכטיקײט וואָס שייך דעם אַרײַננעמען אַלומיניִום, װײַל דער מעטאַל קען זײַן סמיק אין קערפּער, און צוליב דעם (װי געזאָגט) אַז מע געפֿינט די סובסטאַנץ בײַ עובֿר־בטלע אין מוח. טײל שטודיעס האָבן געפֿונען מער פֿאַלן פֿון דער קרענק אין ראַיאָנען, װוּ מער אַלומינום האָט זיך געפֿונען אין צאַפּן־װאַסער, נאָר דאָס איז װידער בלױז אַן אַסאָסיאַציע. אױב מע װיל זײַן סופּער פֿאָרזיכטיק, קען מען פּרוּװן מינימיזירן דאָס אױסשטעלן זיך אױף דעם, װײַל דער מעטאַל איז לאַװ־דװקא נײטיק אױף אַ געזונטן לעבן.
איז אָבער כּדאַי, אַז מע זאָל איבערקערן ס׳לעבן און אַרױסװאַרפֿן די אַלומיניִום־כּלים פֿון דער קיך, בלױז אױפֿן סמך פֿון נישט־באַגרונטיקטע ראיות? מײַן עצה: װאַרט אױף אַ פֿעסטן װיסנשאַפֿטלעכן ענטפֿער, עס, טרינק, טראַכט, און ניץ װעלכע כּלים זײַנען אײַך באַקװעם.
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס איז אונדזער געזונט־סיסטעם צעבראָכן?
מ. װ., נ״י
טײַערע מ. װ,
עס װענדט זיך צי, און װי אַזױ, אונדזער געזונט־סיסטעם אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז טאַקע „צעבראָכן”. פֿאַראַן פּאָליטיקער װאָס האַלטן, אַז אונדזער געזונט־אָפּהיט איז „דאָס בעסטע אױף דער װעלט.” די מערסטע דרױסנדיקע פֿאַרלאָזלכע מקורים האַלטן, אַז מיר אַמעריקאַנער לײגן אױס אַ מאַיאָנטעק װאָס טױג אױף כּפּרות. די פּינקטלעכע געזונט־קאָסטן פֿון אונדזער סיסטעם באַטרעפֿן אַ פּאָר טריליאָן (טױזנט ביליאָן) דאָלאַר אַלע יאָר, נאָר אונדזער שטאַרביקײט און קרענקלעכקײט איז מער װי אין לענדער, װאָס גיבן אױס װײניקער. (פֿאַראַן אַנדערע סיבות, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר װאָס אונדזער געזונט־סיסטעם איז אומפּערפֿעקט, נאָר דער דאָזיקער חסרון — מיר גיבן אױס מער און באַקומען, רעלאַטיוו גערעדט, װײניקער — איז כאַראַטעריסטיש פֿאַר אונדז.)
פֿאַר װאָס? פֿאַראַן דרײַ סיבות.
ערשטנס, איז אונדזער סיסטעם איבערגעלאָדן מיט אַדמיניסטראַטאָרן, װאָס זײער צאָל שטײַגט אַ סך גיכער װי די צאָל דאָקטױרים און אַנדערע קליניקער. אפֿשר איז דאָס צוליב דער צאָל רעגולאַציעס, נאָר עס קען אױך האָבן צו טאָן מיט דער איבעריקער ביוראָקראַטיע אַרױסגערופֿן פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט־צעשפּליטערונג. ניו־יאָרק איז אַנדערש װי אַלאַבאַמע, וואָס איז אַנדערש װי טענעסי, און אַזױ כּסדר.
צװײטנס, מעג יעדער שפּיטאָל רעכענען מער־װײניקער װאָס ער װיל. ס׳איז אַ פֿרײַער מאַרק װאָס איז נאָר „פֿרײַ” פֿאַר די פֿאַרקױפֿערס. שטעלט זיך פֿאָר אַז דו גײסט אַרײַן אין קראָם קױפֿן אַ שטיקל פֿיש. אין אַ דינסטיק צאָלסטו 5 דאָלאַר, און אױף מאָרגן — 25 דאָלאַר. אָן אַ פֿאַרװאָס, אָן אַ פֿאַרװען, סתּם אַזױ. די טאַריפֿן זײַנען אױסגעזױגן פֿון פֿינגער.
דריטנס, און אפֿשר דער עיקר, מאַכט מען אין אונדזער געזונט־סיסטעם צו פֿיל טעסטן, פּראָצעדורן און אָפּעראַציעס. דאָ בין איך נישט אױסן „צו פֿיל” אין עקאָנאָמישן זין, נאָר אין מעדיצינישן. קוק זיך אום ס׳קומעדיקע מאָל װען דו ביסט בײַם דאָקטער, און פֿרעג זיך: „װיפֿל פֿון די זאַכן בין איך זיכער, אַז זײ האָבן מיר טאַקע געהאָלפֿן, און זײַנען נישט געװען גלאַט אַן אופֿן סמתּ יוצא צו זײַן אױף עפּעס אַ טעאָרעטישער צי רעגוליר־פֿאָדערונג? דער אמת איז, אַז אונדזער סיסטעם גלייבט נאָך אַלץ אינעם פּרינציפּ „מער איז װײניקער”, אַנשטאָט „װײניקער איז מער.”
נישט אַלץ איז פֿאַרפֿאַלן. די לעצטע יאָרן מאַכט מען אַ פּעולה אין געװיסע תּחומען. דער אויפֿשטײַג פֿון געזונט־הוצאָות װערט פּאַמעלעכער (אפֿשר צוליב דעם העכערן צוטרוי פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג צו „אָבאַמאַקער‟). נאָכן אַרױסגעלאָזט װערן פֿון שפּיטאָל ווערן פּאַציענטן הײַנט װײניקער שפּיטאָליזירט צום צווייטן מאָל. אין טײל שפּיטעלער האָט מען כּמעט װי עלימינירט די אינפֿעקציעס אין די קאַטעטערס. הײַנט צו טאָג קנעלט מען מער מיט מעדיצין־סטודענטן ווי זיך בעסער אָפּצוגעבן מיטן פּאַציענט, און ווי צו קאָמוניקירן מיטגעפֿיל, װי קײן מאָל פֿריִער — אַ סך בעסער װי אין מײַנע סטודענטישע יאָרן.
אַז מע שמועסט זיך גוט אױס מיטן דאָקטער װעגן די מעלות און חסרונות פֿון זײַן צוגאַנג צו אײַער געזונט, קען מען אפֿשר מאַכן אַ פּעולה אױך פֿון אײַערט טובֿה װעגן.
ליבער ד״ר בערגער,
כ׳האָב נערװן־פּראָבלעמען אין די פֿיס (נעווראָפּאַטיע). װי לאַנג װעט געדױערן, ביז איך װער אַ קאַליקע?
אַ פֿרײַנד, נ״י
טײַערער פֿרײַנד,
עס טוט מיר וויי צו הערן װעגן אײַער נעווראָפּאַטיִע. אַ גיכער איבערבליק פֿאַר די, װאָס װײסן נישט דערפֿון: די ניווראָפּאַטיִע איז װאָרט־װערטלעך אַ קרענק אין די נערװן. אַזאַ זאַך קאָן פּאַסירן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון מעטשלעכן קערפּער, נאָר ס׳איז קלאָר, אַז די נעווראָפּאַטיע איז צום מערסטנס פֿאַרשפּרײט אין די פֿיס. מע קען דאָס אויך זען אין די הענט.
אַז מע לײַדט אױף נערװנקרענק אין די פֿיס קען מען שפּירן פֿאַרשײדענע סימפּטאָמען. װער ס׳פֿילט אַ ברענעניש, װער אַ שטעכעניש, װער מאָדנע סענסאַציעס פֿון זאַמד אין די שיך אָדער בינען אױף דער הױט. די אַרױסװײַזונגען פֿון דער קרענק קענען זײַן פֿאַרשידן־מיניק, און דערפֿאַר איז אָפֿט שווער צו דערגרייכן אַ גיכן דיאַגנאָז.
אַ סך האָבן אפֿשר געהערט פֿון די סאַמע ערגסטע פֿאַלן פֿון נערוונקרענק: פֿאַרקוקטע בלאָטערס, איגנאָרירטע אינפֿעקציעס און װאָס נישט? אין מײַנע דאָקטערשע יאָרן האָב איך אַפֿילו געזען אַ צאָל מיט אַמפּוטירטע גלידער. דאָס בין איך נישט אויסן צו דערשרעקן, נאָר איבערצוגעבן דעם ספּעקטרום פֿון פֿאַלן װאָס מע זעט אין דער פּראַקטיק.
פֿאַראַן אַ סך מעגלעכע סיבות פֿון נערװנקרענק אין די פֿיס, נאָר די אָפֿטמאָליקסטע איז זיכער די צוקערקרענק. אַנדערע גורמים געפֿינען זיך אויך, ווי נירן־ און לעבער־פֿעלערן און אַ בײַ־עפֿעקט פֿון געוויסע מעדיקאַמענטן. טייל מאָל געפֿינט מען די סיבה אין גאַנצן נישט.
נישט אַלע מאָל איז מעגלעך פֿאָרויסצוזען דעם גאַנג פֿון די סימפּטאָמען אַפֿילו אין „געוויינטלעכן‟ דיאַבעט. בײַ טייל מענטשן וועט אַ בעסערער קאָנטראָל פֿון בלוטצוקער דערפֿירן צו ווייניקער נערוון־ווייטיקן, בײַ אַנדערע וועט גאָרנישט נישט העלפֿן, און בײַ אַנדערע וועט זיך אַלץ אַליין אויסהיילן. נישט זעלטן דאַכט זיך מיר, אַז פֿונעם לײַדנדיקן פּאַציענטס קוקווינקל, טויג דאָס גרינטלעך אויספֿאָרשן די גענויע סיבות בכלל נישט.
דערפֿאַר איז, צום באַדױערן, נישטאָ קײן פּשוטער ענטפֿער אױף אײַער פֿראַגע, װי לאַנג עס װעט דױערן ביז די סימפּטאָמען פֿאַרערגערן זיך. קען זײַן אַז אין די קומעדיקע יאָרן, קען זײַן אַז אין גאַנצן נישט, קען זײַן אַז צו ביסלעך. דער עיקר איז, מע דאַרף זײַן גוט אינפֿאָרמירט, האָבן אַ פֿאַרלאָזלעכן דאָקטער און אַ סבֿיבֿה געטרײַע אויפֿפּאַסערס.
אַזוי צי אַזוי וועל איך יאָ איבערגעבן געוויסע עצות פֿאַר אַלע מיט נערוון־קראַנקע פֿיס: טראָגט געזונטע שטאַרקע [supportive, בלע״ז] שיך; גייט נישט אַרום באָרוועסע, און היט גוט די פֿיס. מײַדט אויס אַ באַלאַגאַן אין שטוב וואָס קאָן דערפֿירן צו וווּנדן אין די פֿיס. בלײַבט אַקטיװ, פֿאַרלירט נישט די האָפֿענונג, און געפֿינט אין וועמען זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן. איר זײַט זיכער נישט אַליין! אַ סך פּאַציענטן האָבן נערוונקרענק אין די פֿיס און פֿאָרט פֿירן זיי אַ פֿול לעבן אָן גרויסע מכשולים אַ דאַנק דער פֿיזישער טעראַפּיע, הילפֿמיטלען און — אין געוויסע פֿאַלן — מעדיקאַמענטן צו פֿאַרמינערן די סימפּטאָמען.
ליבער ד״ר בערגער,
כ׳ווער זייער זעלטן קראַנק, ביז הײַיאָר ווען מיר דאַכט אַז כ׳בין כּסדר פֿאַרקילט. (כ׳האַלט שוין אין מיטן מײַן דריטע פֿאַרקילונג אין 5 וואָכן, וואָס די ערשטע דערפֿון האָט אַרויסגערופֿן אַן אויערן־אינפֿעקציע; אין יענער צײַט האָב איך אויך געליטן פֿון אַ מיגרען און אַ בויכווירוס). מײַן עופֿעלע איז אַלט 20 חדשים הייבט שוין אָן זײַן ערשטן יאָר אין אַ טאָגהיים און איך שטעק זיך אָן מיט אַלץ וואָס ווערט צעטיילט אין זײַן קלאַסצימער. דער חילוק איז נאָר, וואָס ער ווערט קראַנק אויף בלויז אַ מעת־לעת בשעת איך בלײַב נישט־געזונט איינס ביז צוויי וואָכן לאַנג. וואָס קען איך טאָן, כ’זאָל נישט זײַן כּסדר קראַנק?
הרבה רחל דודלי זערין (פּראָווידענס, ראָד־אײַלענד)
חשובֿה רבה זערין,
צום באַדויערן זײַט איר נישט אַליין! דער דורכשניטלעכער דערוואַקסענער באַקומט יעדעס יאָר 4-2 פֿאַרקילונגען (דאָס קינד, דורכשניטלעך, וועט זיך אָנשטעקן מיט 5 אַזעלכע). אמת איז, אַז זיי געדויערן לענגער, ווי מע וואָלט זיך געריכט. אַ הוסט קען געדויערן אַ וואָך־צוויי, נאָר דאָס איז אויך דורכשניטלעך, און ס׳איז נישט פֿון די זעלטענע זאַכן, אַז מע זאָל קומען צו מיר נאָך 5 וואָכן הוסטעניש, מיט אַ פֿאַרצווייפֿלטער מינע און אַ רינענדיקער נאָז. ווי באַוווּסט, קענען די זעלבע ווירוסן, וואָס צילעווען אויף די אָטעמרערן זיך אויך צוטשעפּען צו די אויערן און סינוסן. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז מע זאָל באַקומען אַ פּאָפּורי אַנדערע סימפּטאָמען אויך.
אַוודאי ווייסט איר, אַז די טאָגהיימען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן עכטן „קולטיוויר־מיטל‟ — ממש אַ יויך פֿון ווירוסן. די קליינע קינדערלעך רירן דאָך אַלץ אָן, סײַ בײַם אייגענעם גוף, סײַ בײַ יענעם, און וואַשן זיך די הענט ווייניקער ווי געוווּנטשן.
ווי אַזוי קען מען זיך באַפֿרײַען פֿון אַזעלכע „מתּנות‟ פֿונעם סעזאָן? געוויינטלעך „שרײַב איך אויס‟ דרײַ זאַכן: יויך, רו און געדולד. היות ווי ס׳רובֿ אַזעלכע אינפֿעקציעס ווערן אַרויסגערופֿן פֿון ווירוסן, וועט די אַנטיביִאָטיק גאָרנישט העלפֿן (און קען נאָך שאַטן). מע לויבט וויטאַמען „צע‟ [C] און זינק אין הימל אַרײַן, נאָר מיט שוואַכע וויסנשאַפֿטלעכע ראיות. שפּאָרט זיך אײַן דאָס געלט און מי. די היימישע רפֿואות זײַנען פּונקט אַזוי גוט.
אַ פֿאַרלאָזלעך מיטל קען איך יאָ שטאַרק רעקאָמענדירן: וואַשט זיך גוט אויס די הענט. אַ סיסטעמאַטישער איבערבליק פֿונעם בריטישן Cochran Review האָט אויפֿגעוויזן אָט וואָס: אויב פֿיר מענטשן וואַשן זיך אויס די הענט, קער דאָס פֿאַרהיטן איין פֿאַל פֿון אַ ווירוס־אינפֿעקציע אין די אָטעמרערן. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך רפֿואות איז דאָס אַ נס־מן־השמים — און קאָסט נאָר אַזוי פֿיל ווי אײַער באַליבסטער זייף! מאַסקעס זײַנען אויך אַ מעגלעכקייט, און קענען אָפּשוואַכן די טראַנסמיסיע פֿון די ווירוסן, נאָר זײַנען נישט באַקוועם פֿאַר ס’רוב משפּחות.
הכּלל: פּאַסט אויף אויף זיך! ווינטער איז שווער, באַזונדערש מיט אַן עופֿעלע, און אַליין אַ פֿאַרקילטע. מײַן עצה: טרינקט טיי, שלאָפֿט זיך גוט אויס (אויף וויפֿל עס לאָזט זיך), לאָזט זיך אײַנשפּריצן מיטן פֿלו-וואַקצין, און וואַרט אויף געזינטערע טעג. אַסותא!
ליבער ד״ר בערגער,
וואָס איז אײַער מעדיצינישע מיינונג פֿון „באַנקעס‟?
ירחמיאל לאָפּין, נ״י
טײַערער פֿרײַנד לאָפּין,
כאָטש באַנקעס זײַנען נישט קיין שפּאָגל־נײַע רפֿואה, זײַנען זיי אפֿשר נאָך מער באַרימט געוואָרן הײַיאָר, ווען אַ זײַטיקער מעדיִאַ־אימאַזש פֿונעם שווימער און אָלימפּיאַדע־טשעמפּיאָן מײַקל פֿעלפּס האָט אַרויסגעוויסן בלויע סימנים אויף זײַן רוקן — אַ קלאָרער באַווײַז, אַז ער האָט פֿאַר זײַן פֿאַרמעסט און ווי טייל פֿון זײַנע צוגרייטונגען געשטעלט באַנקעס. ער האָט דאָס אַוודאי נישט געטאָן מחמת נאָסטאַלגיע נאָך די רופֿאים פֿון דער אַלטער היים אָדער דער איסט־סײַד. געשטעלט האָט ער זיי מסתּמא צוליב דער מאָדע נאָך „אַלטערנאַטיווע‟ רפֿואות.
ווי אַזוי פֿונקציאָנירט די מיקלאָמפּערשטיקע „רפֿואה‟ און פֿאַר וואָס ווערט זי איצט פּאָפּולער? ס’איז אַזוי: דאָס שטעלן באַנקעס איז אויפֿגעקומען כּמה מאָל אין פֿאַרשיידענע קולטורן: בײַ די כינעזער, אַראַבער, גרעקן און פֿאַרשטייט זיך — די ייִדן אויך. און יעדעס פֿאָלק האָט אַ ביסל אַן אַנדער דערקלערונג פֿאַר וואָס סע טויג, צוגעפּאַסט צו זייער געזונט־גלויבן. בײַ די כינעזער גייט די רייד וועגן די „טשי‟ — די אַזוי־גערופֿענע קערפּער־ענערגיע וואָס פֿליסט דורך דעם גוף אויף פֿאַרשיידענע ליניעס. די אַראַבער פֿון מיטלעלטער, ווידער, האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויפֿן באַלאַנץ צווישן פֿליסיקייטן (מן־הסתּם אונטער דער השפּעה פֿון די אַלט־גרעקן). אונדזער ליבער ד״ר רמב״ם, אין זײַן ייִדיש־אַראַבישן חיבור וועגן מערידן, האָט פֿאָרגעלייגט באַנקעס ווי אַ רפֿואה, כאָטש פֿון צווייטן ראַנג.
אינטערעסאַנט איז, אַז די באָבעס און זיידעס פֿון די הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן האָבן אָפֿט מאָל נישט געשטעלט באַנקעס אויפֿן סמך פֿון אַזאַ טעאָריע. מע האָט גלאַט אַזוי געטאָן ווי אַ מיטל: געזעסן אין הייסן באָד, און צוגעלייגט אַזאַ סלויעק (אַזוי איז טײַטש דאָס וואָרט „באַנקע‟ אויף רוסיש). דאָס טעפּל שאַפֿט אַ נעגאַטיוון דרוק וואָס ציט די הויט. באַנקעס קען מען שטעלן „הייסע‟ אָדער „קאַלטע‟; „נאַסע‟ אָדער „טרוקענע‟, און אַפֿילו (אַזוי זאָגט מיר ד״ר וויקיפּעדיע) מיט „פֿלאַמען‟ (פֿרעג שוין נישט). מע זאָגט אַז שטעלן באַנקעס קען העלפֿן ווייטיקן, אויסהיילן געוויסע קרענקען, און וואָס נישט?
וויכטיקער ווי דער כּלומערשטיקער מעכאַניזם איז די סיבה, וואָס ציט דעם עולם צו צו אַזאַ מיטל. מיר דאַכט זיך, אַז סע שטעקט דווקא אין דער אַלטערנאַטיווקייט. ס׳איז אַ „באַבסקע רפֿואה‟ אין אַ לויטער פּאָזיטיוון זין: עפּעס כּמו־„נאַטירלעכס‟, היימישס, און צו דער האַנט, ווי בײַ דער באָבען אין דער קיך. נישט פֿאַרבונדן מיט די הוצאות, אומפֿרײַנדלעכקייט, און קאַלטער וויסנשאַפֿטלעכקייט פֿון דער הײַנטיקער מעדיצין.
און דאָס פֿירט אונדז צו דער סוף־שאלה: צי טויג עס בכלל? בקיצור איז די תּשובֿה: „מסתּמא נישט‟. עטלעכע סיסטעמאַטישע איבערבליקן פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור וועגן באַנקעס האָט מען דורכגעפֿירט אין די לעצטע יאָרן (דווקא אין כינע, וווּ די וויסנשאַפֿטלערס פּרווּון וואָס מער אַרויסגעבןאַזעלכע שטודיעס, אָפֿט מאָל פֿון אַ מסופּקדיקער קוואַליטעט), וואָס ווײַזן אַז דאָס לייגן באַנקעס קען אפֿשר האָבן אַ נוץ אין טייל פֿאַלן, כאָטש אפֿשר נישט (ווײַל די באַווײַזן זײַנען שוואַכע) און מסתּמא נישט אַנדערש ווי אַ צוקערפּיל.
נאָר, אַזוי ווי דאָס זוכט מען טאַקע אַפֿט מאָל אַן אַלטערנאַטיווע רפֿואה, אַ „צוקערפּיל‟, עפּעס וואָס באַרויִקט און דערלאַנגט נחמה, נישט געקוקט אויף דער טרוקענער אומעפֿעקטיווקייט לויט די פֿאַקטן, איז דען אַ וווּנדער, וואָס אַזאַ זאַך איז פּאָפּולער אין אַלע דורות? אײַ, עס טויג נישט? מילא. מע ווערט ברוין און בלוי, דער טײַסטער ווערט לײַכטער, נאָר אַרום און אַרום איז שווער געניזוקט צו ווערן פֿון זיי אויף אַן ערנסטן אופֿן.
ליבער ד”ר בערגער,
כ’האָב לעצטנס אַדורכגעמאַכט אַ טראַוומאַטישן שאָדן צום מוח, און כ’וויל וויסן, צי די מאַריכואַנע קען העלפֿן ווי אַ רפֿואה.
אַ דאַנק,
מ. וו.
ניו־יאָרק
טײַערע מ. וו.,
ערשטנס ווינטש איך אײַך אַ רפֿואה-שלימה. ווי איר ווייסט מסתּמא, לײַדן מיליאָנען אַמעריקאַנער פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונגען (traumatic brain injury). אַפֿילו בײַ די, וואָס האָבן נישט אַדורכגעמאַכט קיין שווערן שאָדן, קענען זיי סײַ־ווי לײַדן פֿון ערנסטע און לאַנג־דויערנדיקע נאָכעפֿעקטן. אַזאַ שאָדן קען אַרויסגערופֿן ווערן פֿון עטלעכע סיבות, אַרײַנגערעכנט אויטאָ-סיבות (די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע), ספּאָרט-צונויפֿשטויסן, ווי אויך גוואַלדטאַטן אין דער היים אָדער גלאַט אַזוי פֿון פֿרעמדע. כאָטש די פֿיזישע טעראַפּיע און די קאָגניטיווע-אויפֿפֿיר-טעראַפּיע (ווי מיט אַ סך אַנדערע כראָנישע קרענקען) זײַנען מעגלעכע צוגאַנגען, ווערן די געליטענע פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונג אָפֿטמאָל פֿרוסטרירט, און זוכן מיט ליכט אַנדערע מיטלען.
אַז מע האָט שוין אָנגעהויבן אַ נײַ יאָר, לאָמיר געדענקען די פּשוטע, דערוויזענע מיטלען וואָס מיר קענען אָננעמען צו פֿאַרבעסערן אונדזער געזונט — אָפֿטמאָל בחצי־חינם.
גיט זיך אַ שאָקל: מע האָט אויפֿגעוויזן דורך מער ווי איין שטודיע, אַז צווישן די פֿיל מעלות פֿון מאַכן רעגולערע געניטונגען איז אַ גרעסערע אַריכות־ימים און אַ נידעריקערער פּראָצענט פֿאַלן פֿון ראַק.
הערט אויף אײַננעמען וויטאַמינען און שפּײַז־צוגאָבן, סײַדן מע האָט אײַך געשטעלט אַ דיִאַגנאָז, אַז עס פֿעלט בײַ אײַך אַ געוויסער וויטאַמין. דאָס אײַננעמען וויטאַמינען „צוצוגעבן כּוח‟ איז אַ פֿאַרשפּרייטער מיטאָס וואָס דערפֿירט צו פֿאַרלוירענעם געלט און זיכער נישט צו קיין בעסערן געזונט.
עסט פֿעטס. די דיִעטעטישע עצות געפּריידיקט מכּמה יאָרן פֿון די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן וועגן רעדוצירן פֿעטס זײַנען באַזירט אויף אַ שוואַכער וויסנשאַפֿט. פּוטער איז געשמאַק (אָבער נאָר מיט מילכיקס, אַוודאי).
אײַער וואָג איז וויכטיק בלויז אויב איר מיינט ס׳איז וויכטיק. מע ווייסט אַז פֿעטלײַביקייט קען זײַן פֿאַרבונדן מיט אַ העכערער ריזיקע פֿון פֿאַרשיידענע קראַנקייטן (צוקערקרענק און ווייטיקן אין די געלענקען). דאָס מיינט אָבער נישט אַז איר מוזט שטאַרק בײַטן די פֿאָרעם אָדער וואָג פֿון אײַער גוף. נעמט אָן קליינע, רעאַליסטישע צילן וואָס מע קען פּראַקטיש אויספֿירן און וואָס וועלן אײַך פֿירן, צו ביסלעך, צו אײַער ציל.
הײַנט רעדט מען אָן אַ שיִער וועגן דער „גענעטישער מעדיצין‟, ד״ה צופּאַסן די מעדיקאַמענטן צו די נײַסטע פֿאָרשונגען וועגן דעם שײַכות צווישן דער גענעטיק און געזונט. מאַלע וואָס קען שפּעטער זיך מאַכן אין די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, נאָר די גרעסטע ווירקונגען וועט מען געפֿינען בײַ די היימישע עצות: עסט נישט צו פֿיל, שלאָפֿט זיך גוט אויס, לייגט נישט אויס געלט אויף געפֿערלעכע נאַרישקייטן (פֿאַרווײַלונגס־נאַרקאָטיק און אַזוי ווײַטער), און זוכט אַקטיוויטעטן און געזעל־שאַפֿטן וואָס שטיצן אײַערע געוווּנטשענע פּריִאָריטעטן. אַזוי אַרום וועט איר קענען שטיצן אײַער „די־ען־איי‟, נישט געקוקט אויף דעם וואָס געפֿינט זיך אין אײַער גענאָם.
אין פֿאַרלויף פֿון קומעדיקן יאָר וועלן אַנט־דעקט ווערן לאַנג־געגאַרטע רעזולטאַטן וועגן די בעסטע רפֿואות פֿון הויכן בלוטדרוק; ווי אַזוי מע דאַרף באַהאַנדלען דעם כאָלעסטעראָל; און צי קאָלאָנאָסקאָפּיעס באַטרעפֿן טאַקע דער בעסטער מיטל צו פֿאַרהיטן אַ ראַק פֿון דער גרויסער קישקע. די אַלע אַקטועלע טעמעס קומען אָבער אויפֿן צווייטן אָרט, נאָך די אויבן דערמאָנטע יסודות. אויך זיי זײַנען נישט אַלע מאָל גרינג, באַזונדערס אויב עס פֿעלט געלט, אַ היים צי אַ סטאַביל לעבן. ווי אַן אָנהייב און אַ ציל אָבער זײַנען זיי נישט קיין שלעכטער ערשטער פּרוּוו.
ווינטש איך אַלע מײַנע לייענערס געזונט אינעם נײַעם יאָר, און פֿאַרגעסט נישט אונדז אַרײַנצושיקן אײַערע שאלות!
ליבער ד״ר בערגער,
ווי אַזוי זאָל איך באַשליסן ווען אָנצוהייבן גיין אויף מאַמאָגראַמען [ברוסטראַק־טעסטן], אויב כ׳האָב נאָר איין ווײַטע קרובֿה מיט ברוסטראַק, און דערצו בין איך נאָר „האַלב־אַשכּנזיש‟? כ׳וויל נישט, אַז מע זאָל מאַכן מער טעסטן אויף מיר ווי נייטיק. ס׳זעט אויס, אַז בײַ מײַן אַלגעמיינעם דאָקטער גייט אין לעבן, כ׳זאָל באַקומען דעם ערשטן מאַמאָגראַם צו 40 יאָר, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ריזיקע איז פֿאַר מיר אַ גאַנץ נידעריקע.
ד״ר ווענדי לאָוו ענדערסען, סיינט־לויִס, מיזורי
טײַערע פּראָפֿ׳ ענדערסען,
הײַנט צו טאָג לייגט מען אַ היפּשן פּסיכאָלאָגישן טראָפּ אויף טעסטן צו פֿאַרהיטן ראַק. עס שטעקן אין דעם אַ סך סיבות, אָבער צום טייל גייט עס אין דעם וואָס מענטשן זאָרגן זיך וואָס די צוקונפֿט וועט ברענגען, און דורך מאַכן די טעסטן, האָפֿט מען צו האָבן עפּעס אַ שליטה איבער דעם.
עס דאַכט זיך אונדז, אַז דער ראַק איז אַזאַ מלאך־המוות וואָס באַפֿאַלט אונדז אין מיטן העלן טאָג, אָן אַ פֿאַרוואָס, אָן אַ פֿאַרווען, און בלויז די טעסטן קענען אונדז ראַטעווען. און אויב מע וועט נישט דורכצומאַכן אַ מאַמאָגראַם צו 40 יאָר, גאָט ווייסט וואָס קען נאָך געשען!
כ׳מאַך נישט אַוועק מיט דער האַנט דעם ברוסטראַק, חלילה. צוריקגערעדט, מוז איך אײַך געבן צו פֿאַרשטיין אַז די מאַמאָגראַמען זײַנען נישט די ישועה. אַפֿילו אַז עס רעדט זיך וועגן די פֿרויען אין די 50ער יאָרן, הערשט אַ מחלוקת וואָס שייך די מעלות פֿון אַ מאַמאָגראַם. (בײַ יעדע 1,000 פֿרויען קען דער מאַמאָגראַם פֿאַרהיטן בלויז עטלעכע פֿאַלן פֿון ברוסטראַק, און דערצו פֿאַרלענגערט עס נישט דאָס לעבן).
בײַ פֿרויען אין די 40ער זענען די מעלות נאָך קלענער. אין מײַן פּראַקטיק איז מײַן צוגאַנג דער היפּוך פֿון אײַערן. אַזוי ווי די מעלות פֿון די מאַמאָגראַמען זײַנען ווינציק, און די ריזיקעס (פֿאַלשע „פּאָזיטיווע‟ רעזולטאַטן; אומנייטיקע ביִאָפּסיעס) גאַנץ הויך, איז די בעסטע סטראַטעגיע ווען דער דאָקטער מאַכט דעם באַשלוס בשותּפֿות מיטן פּאַציענט, נעמענדיק אין באַטראַכט אירע ווערטן, פּרעפֿערענצן און זאָרגן. ס’איז אָבער זיכער נישט „גאָר אָדער גאָרנישט‟, און אויב אײַער דאָקטער נעמט אָן אַזאַ ראַדיקאַלן צוגאַנג, פֿרעגט אים (צי זי) פֿאַר וואָס.
ליבער ד”ר בערגער,
איך בין אַ פֿרױ אױפֿן שװעל פֿון װערן אַ דרײַסיק־יאָריקע, און איך בין נישט קײן חתונה־געהאַטע. איך הײב אָן לעצטנס צו פֿאַרשטײן אַז איך װעל אפֿשר פֿאַרפֿעלן די געלעגנהײט צו געבױרן ביאָלאָגישע קינדער. עס פֿאַרשטײט זיך אַז עס פֿאַלן מיר אײַן פֿאַרשײדענע מחשבֿות דערװעגן, אָבער אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן מיט אײנער פֿון זײ: איך האָב געהערט אַז פֿרױען װאָס האָבן נישט קײן קינדער לײַדן אָפֿטער פֿון ראַק. צי איז דאָס אמת (כאָטש איך פֿאַרשטײ אַז פֿאַר זיך איז דאָס נישט קײן גוטע סיבה צו געבױרן אַ קינד)? װאָס מײנט איר אין אַלגעמײן װעגן דער „נאַטירלעכקײט‟ פֿון געבױרן צי נישט געבױרן קינדער, און װי אַזױ דאָס קען װירקן אױפֿן גוף?
אײַער
„כ’וויל בעסער אַרויסברענגען ביכער ווי קינדער אויף דער וועלט‟
טײַערע „ביכער‟,
מע קען טענהן, אַז די האָרמאָנען וואָס ווערן אויסגעשיידט פֿון די אייערשטאָק ביז דער מענאָפּויזע קענען טאַקע העכערן די ריזיקע פֿון ראַק. אַלץ וואָס פֿאַרלענגערט די צײַט ווען דער גוף ווערט אויסגעשטעלט אויף די האָרמאָנען קען פֿאַרהעכערן די ריזיקע (צום בײַשפּיל, אַ מיידל וואָס הייבט אָן זייער יונג צו מענסטרויִרן, אָדער זייער אַ שפּעטע מענאָפּויזע) און אַלץ וואָס פֿאַרמינערט די צײַט פֿון האָרמאָנען־אויסשיידונג (למשל, דאָס טראָגן) קען פֿאַרקלענערן די ריזיקע.
דאָס אַלץ רעדט זיך גרינג. וואָס ווײַזן אָבער די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, און צי דאַרף מען זיך זאָרגן וועגן אַ פֿאַרבינדונג צווישן נישט-האָבן און ראַק? אַ הײַיאָריקער סיסטעמאַטישער איבערבליק פֿון דער מעדיצינישער ליטעראַטור ווײַזט אָן, אַז דער שאַנס פֿון ברוסטראַק שטײַגט אויף אַנדערטהאַלבן מאָל בײַ פֿרויען וואָס געבוירן נישט קיין קינדער. איידער מע ווערט אומרויִק, דאַרף מען אָבער פֿאַרשטיין וואָס דאָס מיינט. ערשטנס, איז וויכטיק צו פֿרעגן: „1.5 מאָל — וואָס?‟ אויב דײַן ריזיקע פֿאַר ברוסטראַק איז נישט היפּש העכער פֿון דער געוויינטלעכער באַפֿעלקערונג, וועט זיך אפֿשר נישט שטאַרק בײַטן דײַן גורל פֿון אַזאַ כּפֿלונג. צווייטנס, כאָטש פֿון אַזאַ קראַנקייט לעקט מען אַוודאי נישט קיין האָניק, איז נישט יעדער פֿאַל פֿון ברוסטראַק גלײַך. מע קען באַהאַנדלען אַ ראַק, און מע קען אַפֿילו פֿאַרהיטן אין פֿאָרויס מיט פּילן. דאָס אַלץ פֿאָדערט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט אַ פֿאַרלאָזלעכן דאָקטער צי קראַנקן־שוועסטער, וואָס איז באַהאַוונט אין די דאַטן און דײַנע פּריִאָריטעטן.
דאָס זעלבע איז אויך חל, מער ווייניקער, אויף ראַקן אין אייערשטאָק און ענדאָמעטריִום (דער אינעווייניקסטער מוסקל פֿון הייבמוטער), כאָשט די פּראָפּאָרציעס, און די פֿאַרלאָזלעכקייט פֿון די שטודיעס, זײַנען אַ ביסל אַנדערש. פֿאַראַן אויך באַווײַזן וועגן אַנדערע ראַקן וואָס זײַנען נישט אַזוי זיכער.
לאָמיר אָבער דאָס אַלץ באַטראַכטן אויף אַן אַנדער אופֿן. ביסט אַוודאי גערעכט, אַז די ראַק-ריזיקע אַליין איז נישט גענוג אַ סיבה צו האָבן קינדער. און נאָך דערצו: ווען מיר וואָלטן געווען דאָקטער און פּאַציענטקע, אין איין צימער, וואָלט איך דיך געפֿרעגט: צי מיינסטו דען טאַקע, אַז 30 יאָר איז דער סוף פֿון האָבן קינדער? מע האָט הײַנט קינדער העט אין די 30ער; אַפֿילו „אַלטיטשקעס‟ אין די 40ער מעגן אויך! (שוין אָפּגערעדט פֿון האָבן קינדער אָן אַ מאַן, אַדאָפּטירן, וכ’).
כ’וואָלט אויך געפֿרעגט, וואָס באַאומרויִקט דיך באַזונדערש וועגן ראַק. זיכער וואַרפֿט „יענע קרענק‟ אָן אַן אימה, נאָר זי איז נישט די איינציקע קראַנקייט אויף דער וועלט. אפֿשר איז פֿאַראַן אַ ראַק אין דײַן משפּחה־געשיכטע וואָס פֿאָקוסירט דײַנע געדאַנקען און באַפֿאַרבט דײַנע באַגריפֿן? אָדער אפֿשר האָט די „ראַק־וויסיקייט‟ פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט דיך באַווירקט? די מעלות און חסרונות פֿון האָבן קינדער זײַנען אַ סך טיפֿער ווי איין קראַנקייט.
לסוף, בין איך מסכּים אַז ביכער זײַנען פּונקט אַזוי וויכטיק ווי קינדער. ביידע קענען פֿאַרשאַפֿן נחת… און עגמת־נפֿש אויך.