Day by Day (Yiddish Calendar)

19 אַפּריל 2013

19 April 2013

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

70 יאָר אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

הײַנט, דעם 19טן אַפּריל, 12:30 בײַ טאָג, האָט מען זיך געטראָפֿן אונטערן פֿרײַען הימל בײַם „שטיין‟, אין „ריווערסײַד־פּאַרק‟, ראָג 83סטע גאַס אין מאַנהעטן, לזכר דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. די אונטערנעמונג האָט אָרגאַניזירט דער „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ בשותּפֿות מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס.

ד״ר מאַרסעל קשענסקי האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ
רות באַראַן האָט רעציטירט בינעם העלערס פּאָעמע „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟
חיהלע פּאַלעווסקי האָט גערעדט אויף ייִדיש וועגן אירע זכרונות ווי אַ פּאַרטיזאַנער לעבן ווילנע
פּערל טייטלבוים האָט געזונגען לידער פֿונעם חורבן
סאָל ראָזענקראַנץ, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט איבערגעגעבן זײַנע זכרונות
אַ סטודענטקע פֿון דער דערבײַיִקער „מאָנטעסאָרי־שול‟ האָט זיך באַטייליקט
דער עולם איז אויפֿגעשטאַנען ווען מע האָט געזונגען דעם הימען פֿון די פּאַרטיזאַנער
מירל מניעווסקי און משה פּאַלעווסקי, פֿונעם צווייטן דור, זינגען די בונדישע „שבֿועה‟
צום סוף פֿון דער צערעמאָניע האָט מען אַנידערגעלייגט בלומען אויפֿן אָנדענקשטיין

Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.