Creative Works By Our Readers

דער נעכטיקער־טעגניק (קאַפּיטל 2)

The Grave Whisperer (Chapter 2)

פֿון נח באַרעראַ

  • Print
  • Share Share

דאָס שטעטל יוקאַיע האָט זיך געפֿונען אין אַ גרינעם טאָל, אין אַ גרויסן װײַנגאָרטן, אַרומגערינגלט אויף אַלע זײַטן מיט שיינע בערג. העט העט אויף די בערג זענען געװאַקסן געדיכטע װעלדער, דורך װעלכע הויכע, ברייט געװאַקסענע רויטע ביימער האָבן אַרויסגעשטאַרצט, ממש װי ריזיקע, אויסמוסקולירטע װעכטערס, אײַנגעפֿעסטיקט אין אַ שטיינערנעם מויער.

אַ גרויסע הילצערנע געבײַדע איז געשטאַנען אויבן אָן, אויפֿן איינציקן אָפּהאַנג פֿונעם באַרג, וואָס איז געלעגן אויף מערבֿ, לענגאויס דאָס שטעטל, און געפֿירט אַזש צום ים. די אײַנוווינער פֿון שטעטל, אינעם טאָל גופֿא, האָבן דערציילט, אַז יענץ הויז באַלאַנגט צום אַמאָליקן רופֿא, ד”ר גאָרדאַ פֿויגלמאַן, וואָס האָט שוין צענדליקער יאָרן זיך נישט באַוויזן אין שטעטל. ד”ר גאָרדאַ האָט זיך יונגערהייט קונה-שם געווען איבער דעם גאַנצן ראַיאָן ווי אַ פּועל ישועות, איינער וואָס טוט אויף ניסים, אָבער זינט זײַן ווײַב איז געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

געהאַט האָבן זיי אַ בת־יחידה אַ יפֿת־תּואר, וואָס פֿלעג אָפֿט אַרײַן אין שטאָט אײַנקויפֿן פּראָדוקטן און אָפּנעמען מעדיקאַמענטן פֿון אַפּטייק. זי איז אַליין געווען א רופֿאטע, צפּורה’לע האָט זי געהייסן, און האָט פֿון צײַט צו צײַט ממשיך געווען דעם טאַטנס אַרבעט. „זי איז אַ צדקת איז זי,‟ האָט איין תּושבֿ געזאָגט דעם צווייטן. „אויסגעהיילט מײַן מאַן וואָס האָט שוין נעבעך געהאַט איין פֿוס אין קבֿר.‟

קיינער האָט זי אָבער נישט גוט געקענט. זי האָט ווייניק גערעדט, נאָר אויסגעפֿירט אירע שליחותן און איז גלײַך צוריק אויפֿן באַרג.

ס’האָט זיך אָבער אַ מאָל געטראָפֿן, אַז ווען זי האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג אַהיים איז איינער אַ בחור, חיימקע, זי נאָכגעגאַנגען. ווען ער האָט זי צום ערשטן מאָל דערזען, איז ער ווי פֿאַרכּישפֿט געוואָרן פֿון איר שיינעם, מיסטעריעזן אויסזען. פֿאַר וואָס גייט אַזאַ קראַסאַוויצע איינע אַליין? האָט ער זיך געפֿרעגט. וואָס טוט זי אויפֿן באַרג? צפּורה האָט אים אויכעט באַמערקט. און ווי האָט עס געקענט אַנדערש זײַן? ער איז אָפֿט געזעסן אונטער אַ ביימל נאָענט צו זײַן טאַטע-מאַמעס אַפּטייק און, אַ פּנים פֿאַרטראַכט, עפּעס געשריבן אין העפֿט. אַ מאָדנער יאַט. וואָס שרײַבט ער וואָס? האָט זי אָבער זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און איז געגאַנגען באַרג־אַרויף דורך געדיכטע וועלדער.

חיימקע האָט זיך באַהאַלטן פֿון דער ווײַטנס הינטער די ברייטע רויטע ביימער און קוסטעס. ער האָט געקוקט אויף דעם צערטלעכן וועזן אַנטקעגן איבער און געגאַפֿט. זי איז אַריבערגעשפּרונגען אַריבער געפֿאַלענע צווײַגן, אַרויפֿגעקלעטערט מאָכיקע פֿעלדזן, און איז אַפֿילו דורכגעלאָפֿן דורך אַ שטראָמיקן טײַכל. און ער? קוים וואָס ער האָט זיך געקענט נאָכיאָגן!

ווען צפּורה האָט אַרויפֿגעקלעטערט אויף אַ דריטן, נאָך העכערן פֿעלדז איז זי ווי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. חיימקע איז צוגעקומען צום שטיין, אַרויפֿגעקוקט צום שפּיץ און אַ רגע זיך געקווענקלט. „עס שטייט אין פּרק — האָט ער זיך דערמאָנט — הוי עז כּנמר, וקל כּנשר, ורץ כּצבֿי, וגבור כּארי, פֿלינק ווי אַ הירש און שטאַרק ווי אַ לייב!‟ און ער איז גלײַך צוגעלאָפֿן צום פֿעלדז.

צפּורה האָט זיך פּלוצעם באַוויזן אויפֿן שפּיץ שטיין און האָט צו אים אויסגעשטרעקט אַ האַנט.

„אַ־אַ ד־דאַנק…‟ האָט ער געשטאַמלט אַ פּריטשמעליעטער, אָננעמענדיק איר ווייכע האַנט. „האָ־האָסט געוווּסט, אַז איך גיי דיר נאָך?‟

דאָס מיידל האָט געשמייכלט און מיט דער פֿינגער געװיזן אויף דער העפֿט, וואָס האָט בײַ אים אַרויסגעשטעקט פֿון קעשענע. „וואָס שרײַבסטו עפּעס?‟

„איך שרײַב וועגן אונדזער שטעטל, און אַמאָל — פֿון דיר,‟ האָט ער געזאָגט, ערנסט, אָבער מיט אַ האַלבן שמייכל.

„פֿון מיר?‟ האָט זי געלאַכט און אירע חן-גריבעלעך האָבן זיך באַוויזן אויף אירע פֿרישע רויטע בעקעלעך. „ס’איז דאָ וואָס צו שרײַבן?‟

„איך שרײַב אייגנטלעך מעשׂיות. דו ביסט איינער פֿון די העלדן.‟

„או-וואַ. אַ שרײַבער ביסטו. אַזאַ כּבוד!‟ האָט זי געזאָגט מיט פֿרייד און נאָך אַ קירצן ייִשוב־הדעת געפֿרעגט, „ווילסט אפֿשר אַרײַנקומען צו מיר אין שטוב? איך וואָלט זייער געוואָלט הערן וועגן דײַנע מעשׂיות.‟

פֿאַר זיי איז געשטאַנען דאָס הויז, און אונטן אין טאָל איז דאָס שטעטל געלעגו רויִק, אָן דאגות. אין בלויען הימל האָבן די פּאָר וואָלקנלעך אויסגעזען ווי פּוכיקע קישנס. די גרויסע אָזערע אויף צפֿון האָט געשײַנט און געפֿינקלט אויף דער זון. דאָס מיידל מיטן ייִנגל זענען אַריבער דער גרינער לאָנקע און גלײַך אַרײַן אין שטוב.

* * *

נאַכט. די זון איז ערשט פֿאַרגאַנגען הינטערן באַרג. די אינסעקטן האָבן געגרילצט אומעטום, זשוקעס האָבן געקנאַקט מיט אײַליקע טריטעלעך, משה רבינוס קיִעלעך האָבן גערוט אינעם גראָז, מוראַשקעס אונטער דער ערד, און פֿליגן האָבן געזשומעט אויפֿן גאַניק. אַ קיל ווינטל האָט געבלאָזן איבערן טוייִקן הויף און פֿאַרטראָגן מיט זיך פֿון קוימען אַ פֿאַרזויערטן ווײַרעך.

אַ שאָטן איז װי אַרײַנגעבלאָזן דורכן פֿענצטער. צװיי ברוינע אויגן מיט לאַנגע שװאַרצע װיִעס זענען געבליבן הויערן הינטערן גלאָז. צװישן זיי — שטאָק פֿינצטער.

רויך איז אַרויס פֿון אַ ברענענדיק סיגאַרעטל װי אַ לאַנג פֿאַרבאָרגן זײַדענעם טיכל, װאָס אַ כּישוף־מאַכער ציט אַרויס פֿון אַרבל. דער רויך האָט זיך צעשפּרייט, זיך פֿאַרזאַמט אין דער לופֿט, און די קעפּ פֿונעם מיידל מיטן ייִנגל האָבן געשװעבט און געשפּרונגען אויף דער נעפּל־פּאַרע אָן אַ קאַרק און גוף.

מע האָט געכיכעט. אַ מאַנספּאַרשוין מיט אַ גרויען קאָפּ איז געזעסן אויף אַ הילצערנער װיגשטול פֿאַרן פּריפּעטשיק און געבאָמקעט: „בים, באָם…‟. אין זײַן בלאַסער פֿאַרקנייטשער האַנט האָט ער געהאַלטן אַן אַלטע דעמבענע ליולקע. חיימקע האָט געקוקט אויף אים מיט נײַגעריקע אויגן און געשעפּשעט צו צפּרוה’לען: „איך האָב שטאַרק ליב צו באַשרײַבן מענטשן. אַָן אַן אינטערעסאַנטן טיפּ װאָלט אַ מעשׂה געװען זייער נודנע. די װעלט איז געבויט אויף אינטערעסאַנטע מענטשן, מיין איך.‟

„און װאָס פֿאַר אַ טיפּ בין איך?‟ האָט זי געפֿרעגט מיט שפּילעוודיקע אויגן.

„דו ביסט אַ באַרישניע מיט גבֿורה און עקשנות,‟ האָט ער געזאָגט. „פֿריִער האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דו ביסט סתּם אַ קראַסאַװיצע װאָס בלײַבט זיצן אין גאָרטן װאַרטן אויף איר קאַװאַליר. יעצט זע איך, אַז דו ביסט נישט קיין דאַמע װאָס װאַרט אויף אַ געוויסן האַר. פֿאַרקערט, דער קאַװאַליר דאַרף װאַרטן אויף דיר.‟

„זי איז געראָטן אין דער מאַמען,‟ האָט דער אַלטיטשקער מיט דער ליולקע אַ זאָג געטאָן. פֿאַרחידושט, האָט חיימקע געקוקט אויפֿן זקן.

„צפּורהס מאַמע, יהודית, איז געװען אַ שטאַרקע פֿרוי, אַפֿילו אויף איר טויטנבעט… נאָר איר טאַטע — פֿע…‟

ד”ר גאָרדאַ האָט אַרײַנגעקוקט אין אַ פֿאַרשאָטנט װינקל פֿון שטוב און װײַטער דערציילט: „מע זאָגט, אַז אַ מלאך באַגלייט יעדן דאָקטער. אַ גרויסער דאָקטער האָט במילא אַ גרויסן מלאך. װײַזט זיך אויס, אַז איך בין גאָר אַ קליינטשיק דאָקטערל.‟

ד”ר גאָרדאַ האָט אַרײַנגעשטעלט די ליולקע אין מויל. זײַנע אויגן זענען געװאָרן װי פֿאַרגלעזערט און ער האָט באַלד אַרויסגעלאָזט אַ יענוועלטיקן פֿײַף.

„דער טאַטע איז אַזוי דערשלאָגן. אַזוי דערשלאָגן,‟ האָט צפּורה געזאָגט און בשעת־מעשׂה פֿאַרשטעלט דאָס ווינקל מויל מיט איר האַנט, דער טאַטע זאָל נישט הערן. „ער איז אַמאָל געװען אַ גרויסער דאָקטער. דעם קייסערס. מע האָט געזאָגט, אַז דער מלאך, װאָס באַגלייט אים, איז רפֿאל אַליין. אײַ… װי ער האָט אויסגעהיילט אַזוי פֿיל קראַנקע. אָבער װען די מאַמע איז שטאַרק שלאַף געװאָרן האָט ער גאָרנישט געקענט העלפֿן. ער איז געװאָרן אַזוי פֿאַרצװייפֿלט, אַזוי פֿאַרצװייפֿלט. זי אַפֿילו געפֿירט צון אַ טאָטער. נישט געקלאַפּט. אָבער איך גלייב נישט, אַז זײַן מלאך זאָל אים האָבן געהאַט איבערגעלאָזט. נאָר דעם גורל קען מען נישט בײַטן.‟

„דער דאָקטער איז אַ כּלי פֿון דעם אייבערשטן, לעשׂות רצון אָבֿיך שבשמים, ער פֿירט אויס זײַן רצון,” האָט חיימקע געזאָגט. “דײַן טאַטע, װײַזט זיך אַרויס, איז אַלס דאָקטער געװען אַ …‟ ער האָט אַראָפּגעקוקט און דערזען דאָס שטיקל האָלץ אין טאַטנס האַנט, „אַן אויסגערייכערטע ליולקע. אָבער פֿון דעסט װעגן איז יעדער מענטש נישט מער װי אַ בשׂר־ודם.‟

„די בעסטע דאָקטוירים זענען גרייט אויף גיהנום,‟ האָט ד”ר גאָרדאַ געמורמלט, „לגהינום.‟

פֿאַרן פֿענצטער האָבן געפּינטלט די ברוינע אויגן מיט לאַנגע שװאַרצע װיִעס, זיך דערנעטערט צום גלאָז און – דאָס בלאַסע פֿאַרעלטערטע פּנים פֿון נתנאל האָט זיך באַװיזן.

דער װאַנטזייגער, אַ פּרעכטיקער האָלצשניט איבערן פּריפּעטשיק מיט צוויי פֿאַרקרימטע אײַזערנע הענטעלעך, האָבן געוויזן אויף האַלבער נאַכט. „איך דאַרף שוין אַהיים, צפּורה’לע. ס’איז שפּעט.‟

„זאָרג זיך נישט. איכ’ל דיך באַגלייטן.‟

ד”ר גאָרדאַ האָט שטיל געכראָפּעט בשעת חיים און צפּורה זענען אַרויס פֿון הויז און, האַנט אין האַנט, פֿאַרשוווּנדן אין װאַלד. די אייבערשטע טיר האָט גענומען סקריפּען און ס’האָט אַרײַנגעבלאָזט א קיל ווינטל. געזעסן איז נתנאל אויף אַ דערבײַיִקער באַנק אַנטקעגן ד”ר גאָרדאַ. נתנאל האָט פּאַװאָליע גענומען די דעמבענע ליולקע פֿון זײַן האַנט און זיך געוווּנדערט. דער זקן אַנטקעגן איבער, זײַן זיידע, דער גרויסער דאָקטער, װעמענס כראָפּען איז געװאָרן אַלץ טיפֿער און העכער, ממש אויסגעצויגן װי איין לאַנגן קרעכץ, איז קענטיק יונגערהייט געװען אַ שיינער. זײַנע אַמאָליקע עלעגאַנטע װאָנצעס אויף זײַן אַלט האָריק פּנים האָבן זיך געװאָרפֿן אין די אויגן װי קאָלירטע בלומען פֿאַרװאָקסן מיט װילדגראָז. זײַנע אויגן האָבן אָבער מער נישט געשײַנט מיט זוניקע שטראַלן, נאָר זענען װי אויסגעלאָשן געװאָרן, פֿאַרװאָלקנט.

נתנאל האָט געגלעט דאָס אויסגעריבענע האָלץ פֿון ליולקע מיט דערוואַרטונג, ווי עס וואָלט געווען אַ מין קמיע, זי געלייגט אין מויל און געגעבן אַ צי.

ס’איז צוגעפֿאַלן אַ דינער נעפּל אין צימער. נתנאל האָט צוגעמאַכט די אויגן. סע האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז ער הערט איבערן קאָפּ דאָס פֿלאַטערן פֿון אַ מחנה פֿייגעלעך – און גאָר פּלוצעם פֿונעם זעלבן פֿינצטערן ווינקל. ס’טײַטש!? ס’לויערט אויף אים עפּעס אַ בייזער גײַסט? אַ נישט-גוטער?? אל תּירא מפּחד פּתאום, האָט נתנאל זיך אויפֿגעשטעלט און איז צוגעגאַנגען צום ווינקל. בלויז אַ פּחד. אויף דער פּאַדלאָגע האָט זיך אָבער געוואַלגערט אַ לאַנגע ווײַסע פֿעדער פֿון אַ געטלעכער בריאה. רפֿאל!

* * *

„אײַער עלטער־זיידע איז געװען דער גרעסטער דאָקטער אינעם לאַנד, דאָקטער גאָרדאַ האָט ער געהייסן,” האָט נתנאל דערציילט די צוויי ייִנגעלעך וואָס זענען געזעסן לעבן אים. „ס’איז פֿאַראַן אַ פֿאָלקסװערטל, אַז מיט אַ גרויסן דאָקטער גייט אַ גרויסער מלאך, װײַל ייִדן האָבן געגלייבט, אַז געװיסע מלאכים גיבן דאָקטוירים כּוח צו טאָן זייער אַרבעט. בײַ אונדזער זיידע, װאָס איז געװען אַזאַ גרויסער מומחה, איז געגאַנגען דער גרעסטער מלאך, רפֿאל, װעמענס נאָמען מיינט ‘גאָט היילט’. און אַזוי האָט ער געהאָלפֿן אונדזער זיידן אויסצוהיילן אַלערליי קראַנקייטן. געהאַט האָט ד”ר גאָרדאַ אַ בת־יחידה, אײַער באָבע, ע”ה, װעמען ער האָט געלערנט די גאַנצע חכמה פֿון דאָקטערײַ. איז זי געװען אַזאַ קלוג אָרנטלעך מיידל, וואָס איז פֿרי אויסגעוואַקסן, ווײַל איר מאַמע איז אַמאָל זייער שלאַף געװאָרן און דער טאַטע אירער, דער גרויסער מומחה, האָט גאָרנישט געקענט טאָן. איז זי געשטאָרבן. און ער… אַרײַנגעפֿאַלן אין עצבֿות —‟

„װאָס מיינט עצבֿות, פֿעטער?‟ האָבן מנשה און אפֿרים, דינהס קינדער, מיט אַ מאָל געפֿרעגט בײַ נתנאל. זיי זענען געזעסן אָנגעלענט אויף אים אויף אַ רויטן דיוואַן אינעם גרויסן וווינצימער בײַ זיי אין בראָנקס. נתנאל און דינה זענען דאָ אויפֿגעוואַקסן. אויף די ווענט זענען נאָך געהאָנגען זייער מאַמענס בילדער, וואָס זי האָט אַליין געמאָלט; אויף די שאַפֿעס — אירע טשאַטשקעס, און אין עטלעכע קעסטלעך אויף דער ערד — דעם טאַטנס ביכער. דינה, וואָס איז געזעסן אין עסצימער בײַ דעם לאַנגן הילצערנעם טיש מיטן ווײַסן רעם, וווּ דער טאַטע פֿלעג דערציילן מעשׂיות, האָט געהאַלטן אין מיטן קלעפּן בילדער פֿון פֿאַרשידענע גרייסן אויף די פֿרישע בלעטער פֿון אַ שװאַרצן אַלבאָם.

„עצבֿות איז אַ שטאַרק געפיל פֿון טרויער, וואָס מע קען זיך נישט גרינג אָפּטרייסלען דערפֿון. נו, אַזוי ווי מיר טרויערן וואָס דער זיידע חיים איז מער נישטאָ, איז אײַער עלטער־זיידע אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מרה־שחורה נאָך דעם ווי זײַן ווײַב איז ניפֿתּר געװאָרן. אויס דאָקטער און מער נישט אַרויס פֿון שטוב. ער איז װי פּאַראַליזירט געװאָרן און געבליבן זיצן אין װיגשטול.‟

נתנאל האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ רגע און, שטיל פֿאַרטראַכט, געקוקט ביידע קינדער גלײַך אין פּנים ארײַן. „אָבער זײַן גרויסער מלאך האָט אים ניט געלאָזט אויף הפֿקר. קינדער, האָט איר אַ מאָל געזען אַ מלאך?‟ נתנאל האָט געהאַלטן אַ פֿעדער פֿאַר זייערע אויגן און די שוואַרצאַפּלען האָבן זיך בײַ זיי פֿאַרגרעסערט. „מלאכים האָבן פֿליגלען, אַ סך גרעסער װי בײַ אַ פֿויגל. זײַט וויסן אַז זיי גייען נישט נאָר מיט דאָקטוירים, נאָר מיט פּשוטע ייִדן אויכעט. יעדן שבת היטן מלאכים די ייִדן, ספּעציעל ווען זיי גייען אַהיים פֿון שיל. אונדז זינגען מיר דעריבער ‘שלום עליכם’ יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס… ווײַל מיר זענען זיי מקבל־פּנים.‟

„קינדער, גייט גרייט זיך אויף װעטשערע,‟ האָט דינה געשריִען פֿון עסצימער און אָפּגעלייגט אויף שפּעטער דאָס קלעפּן בילדער אין אַלבאָם. זי איז צוגעגאַנגען צום שוועל פֿון וווינצימער, און די קינדער זענען אַרויפֿגעלאָפֿן די טרעפּ אין וואַשצימער.

„נתנאל, איך בין צופֿרידן, װאָס מיר קומען איצט בעסער אויס נאָכן טאַטנס לוויה, און ס’מיר גוט וואָס דו פֿאַרברענגסט מיט מײַנע קינדער, אָבער איך בעט דיך, פֿיל נישט אָן זייערע קעפּ מיט אויסטערלישע מעשׂיות װעגן מלאכים.‟

„זיי זענען נישט אויסטערליש, דינה. מיינסט טאַקע, אַז איך האָב אויסגעפֿליקט די פֿעדער פֿון אַ נעבעכדיקן פֿויגל, כּדי זיי אײַנצורעדן וועגן דער עקסיטענץ פֿון מלאכים?‟

„נתנאל, גאָט איז מיט דיר. האָסטו עפּעס גערייכערט? דײַנע אויגן זענען פֿאַרלאָפֿן מיט בלוט. דאַרפֿסט גיין צו אַ פּסיכאָלאָג. ער’ט דיר זיכער אַרויסשלאָגן אַזעלעכע קינדישע פֿאַנטאַזיעס פֿון קאָפּ.‟

„און ווען איך זאָל האָבן עפּעס גערייכערט, איז וואָס? האָבן אונדזער טאַטע-מאַמע קיין מאָל נישט גערייכערט אין דער היים? אונדזערע אָבֿות זענען געווען אַזוי אייבערגלויבעריש, אַז זיי האָבן זיך טויזנטער יאָר באַניצט מיט אַלערליי היילמיטלען. און בלויז מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, ווען ס’איז אויפֿגעקומען די אויפֿגעקלערטע וועלט, מישטיינס געזאָגט, האָבן כּמו-אויפֿגעקלערטע בריאות, פֿאַרשטעלטע אין שיינע קליידער, אַװעקגעמאַכט מיט דער האַנט דאָס אַלטע ייִדישע שטייגער לעבן. גערופֿן מזרח־אייראָפּעישע ייִדן פּרימיטיװ און נאַריש. סאַראַ חוצפּה! סאַראַ העזה!‟

„איך גלייב עס נישט. זיי זענען אָבער יאָ —‟

„גענוג שוין, דינה,‟ האָט ער זי איבערגעהאַקט. „איך װיל זיך מער נישט קריגן. װען דו װילסט רעדן מיט מיר װי אַ מענטש איז אַדרבא… איך בין געקומען אַהער דיר צו זאָגן, אַז איך פֿאָר באַלד אַװעק קיין יוקאַיע.‟

„אַוווּ??‟ האָט זי געפֿרעגט צעמישט.

„טאַטע־מאַמעס היימשטאָט. אפֿשר װעל איך זיך אָנשטויסן אויף קבֿרים, דינה. איך מוז לויפֿן.‟

נתנאל איז געשטאַנען אַליין אין דרויסן אויפֿן ראָג פֿון ביינברידזש־עוועניו און צוגערופֿן אַ טאַקסי. אַ װײַסע טויב, װאָס זעט בכלל נישט אויס װי אַ ניו־יאָרקער פֿויגל, נאָר װי עפּעס אַן אוראַלטער וואָס איז געפֿלויגן אַהער אַזש לעבֿר הים, איז געזעסן אויפֿן דאַך פֿונעם גרינעם טאַקסי. די מאַשין האָט זיך געגעבן אַ סקריפּ אין װעג אַרײַן און די װײַסע טויב איז אַװעקגעפֿלויגן אין הימל, אַלץ העכער און העכער ביז עס האָט אויסגעזען ווי זי ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ לאַנגן ווײַסן עראָפּלאַן.