Creative Works By Our Readers

עקספּערימענט נומער 66

Experiment No. 66

פֿון יעד בירן

  • Print
  • Share Share

געשען איז דאָס בײַם סוף פֿון די צוואָנציקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.

אַ גרופּע סאָציאָלאָגן פֿון הײַדלבערגער אוניווערסיטעט האָבן געפֿירט אַן עקספּערימענט מיט אַ מחלוקתדיקער מאָראַלישער גילטיקייט. זיי האָבן צעטיילט די סטודענטן פֿונעם ערשטן יאָר אינעם אָפּטייל, אויף צוויי נישט־גלײַכע גרופּעס. ביידע גרופּעס האָבן געהאַט די זעלבע לימודים־פּראָגראַם, אָבער פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע חיובֿים. אַחוץ זייער אָנספֿקדיקער געטרײַשאַפֿט צום אָפּטייל און צום אוניווערסיטעט, האָט מען געפֿאָדערט פֿון דער מיעוט־גרופּע אויך אָנטייל צו נעמען יעדע וואָך אין באַזונדערע קלאַסן. מע האָט זיי געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז פֿאַרפֿעלונגען וועלן מיינען דורכפֿאַלן דאָס גאַנצע יאָר.

אין די קלאַסן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דווקא פֿרי אין דער פֿרי, שפּעט בײַ נאַכט אָדער אין סוף־וואָכן, האָבן די לערערס זיך באַמיט צו כאָווען אַ בשותּפֿותדיק געפֿיל פֿון ברודערשאַפֿט צווישן די סטודענטן. בײַם אָנהייב פֿון יעדער טרעפֿונג, האָבן זיי צוזאַמען מתפּלל געווען שטייענדיק פֿאַר אַ לאָגאָ וואָס האָט סימבאָליזירט די גרופּע - אַ ריז וואָס טראָגט אַ פֿעלדז. אויף די העמדער האָט מען געהייסן די סטודענטן טראָגן אַ שפּילקע מיט אַ מאָדנעם געאָמעטרישן סימבאָל. באַלד האָבן די סטודענטן זיך דערקענט אין די קאָרידאָרן, און גענומען העלפֿן זייערע ברידער בײַ פֿאַרשיידענע שוועריקייטן. זיי האָבן אויך אָנגענומען דעם גלויבן אַז די הצלחה פֿון דער גרופּע איז אָפּהענגיק פֿון דער הצלחה פֿון יעדן איינעם פֿון אירע מיטגלידער. די פֿאָרשערס האָבן באַמערקט אַז עטלעכע וואָכן נאָכן אָנהייב, האָבן די סטודענטן שוין אַליין פֿאַרטיידיקט די טרעפֿונגען, און געוואַרט אומגעדולדיק אויף זיי.

פֿאַר דער מערהייט־גרופּע האָבן די לערערס אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון סאָלידאַריטעט צווישן אַלע סטודענטן, אָן אַן אויסנאַם. פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען - אַ מסיבה אין אַ שענק צי אַ פּיקניק לעבן דעם טײַך - האָבן געפֿירט צו צוזאַמענשטויסן צווישן דעם מיעוט און דער מערהייט. מע האָט באַמערקט אַז דער מיעוט טיילט זיך אָפּ פֿון אַלעמען, און דער פֿאַרדראָס פֿון דער מערהייט איז געוואָרן וואָס אַ מאָל גרעסער. נישט בײַ אַלע סטודענטן פֿון דער מערהייט־גרופּע איז געווען וויכטיק אָנטייל צו נעמען אין די פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, אָבער זעענדיק די סטודענטן וואָס פֿאַרפֿעלן זיי בכּיוון, האָבן זיי גענומען דווקא פּריידיקן אַז זיי זענען יאָ נייטיק. אַ צעשפּרייטע מיינונג איז געווען אַז ס’זענען דאָ צו פֿיל מיעוטניקעס, און זיי האָבן צו פֿיל מאַכט אין זייערע הענט.

ערגעץ ווען האָט אַ סטודענט פֿון דער מערהייט־גרופּע זיך אַרײַנגעשמוגלט אין איינער פֿון די טרעפֿונגען פֿונעם מיעוט, און שפּעטער אָנגעשריבן וואָס ער האָט דאָרטן געהערט. דעם טעקסט האָט מען באַלד קאָפּירט און שנעל פֿאַרשפּרייט צווישן די מיטגלידער פֿון דער מערהייט. ווען די פֿאָרשערס האָבן פֿאַרגלײַכט אין דער לאַבאָראַטאָריע דעם טעקסט און דעם עכטן פּראָטאָקאָל פֿון דער טרעפֿונג, האָבן זיי באַלד באַמערקט אַז ס’רוב פֿונעם „באַריכט‟ איז געווען אין גאַנצן פֿאַלש. עטלעכע פֿון זיי האָבן געהאַלטן אַז דאָס איז געווען צוליב די שוועריקייטן בײַם סטודענט אַלץ אויפֿצוכאַפּן, פֿון זײַן באַהעלטעניש אין אַלמער. אַנדערע האָבן געטענהט אַז דווקא צוליב דער שטאַרקער שטרעבונג צו אַנטדעקן דעם אמת, האָט דער סטודענט אַ סך פֿון די פּרטים אַליין צוגעטראַכט. אַזוי צי אַזוי האָט מען שוין געוואָרפֿן אויף דער מיעוט-גרופּע שרעקלעכע באַשולדיקונגען: אַז זיי זענען פּאַראַזיטן, פֿאַררעטער און אַז זיי פּרוּוון איבערצונעמען דעם אוניווערסיטעט מיט גוואַלד, ווי סאָוועטישע געהיים־אַגענטן.

די פֿאָרשערס, האָבנדיק מורא צו פֿאַרלירן קאָנטראָל אויף דעם עקספּערימענט, האָבן פֿאַרזאַמלט די סטודענטן און זיי דערקלערט אַז דאָס זענען פֿאַלשע באַשולדיקונגען. אַ קינצלעכן שלום צווישן די גרופּעס האָט מען דערקלערט מיט אַ האַנטדרוק, אָבער אונטער דעם אויבנאויף האָט שוין געיויערט אַ שׂינאה וואָס האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרשפּרייט במשך פֿון אַנדערטהאַלבן סעמעסטערס. די מערהייט־מיטגלידער האָבן זיך געהאַלטן ווײַט פֿון די מיעוטניקעס און געזען אין זיי בלוט־שׂונאים. די מיעוטניקעס, פֿון זייער זײַט, האָבן בעסער ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען צווישן זיך, און אַנטוויקלט אַן אימאַזש פֿון זיך ווי קורבנות אָדער הייליקע משולחים. דערווײַל האָבן זיי אויך אָנגעהויבן זיך פֿאַרלאָזן לאַנגע טשופּרינעס וואָס זענען אין גיכן געוואָרן זייער סימן־מובֿהק.

אויפֿן סיום־הזמן פֿונעם ערשטן יאָר, האָבן די פֿאָרשערס סוף־כּל־סוף אַנטפּלעקט פֿאַר די סטודענטן דעם אמת וועגן דעם עקספּערימענט מיט אַלע פּרטים און וויסנשאַפֿטלעכע מסקנות. די סטודענטן האָבן נישט געקאָנט גלייבן אַז די אַלע באַטײַטיקע איבערלעבונגען זענען געווען נישט מער ווי אַ פּינקטלעך פּלאַנירטער עקספּערימענט. זיי האָבן מודה געווען אַז דער עקספּערימענט איז טאַקע געווען געניאַל, און אַז זיי האָבן זיך אָפּגעלערנט פֿון אים אָן אַ שיעור מער ווי וואָס זיי וואָלטן זיך געלערנט אויפֿן געוויינטלעכן אופֿן.

אַנדערע סטודענטן האָבן אָבער זיך אָפּגעזאָגט שלום צו מאַכן מיטן אמת. צווישן די מיעוטניקעס איז געבליבן אַן עקשנותדיקער קערן וואָס האָט געטענהט אַז די בשׂורה פֿון די פּראָפֿעסאָרן איז אַ פֿאַלשע. דאָס אויסגעטראַכטע מעשׂהלע וועגן עפּעס אַן עקספּערימענט, האָבן זיי געזאָגט, איז נישט מער ווי אַ נײַער אופֿן אײַנצוברעכן דעם ווילן פֿון דער גרופּע, און קעמפֿן קעגן די קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע ווערטן וואָס זיי האָבן דעם אוניווערסיטעט געגעבן. זיי האָבן געטענהט אַז די „מיטלמאָסיקע‟ מערהייט און דער קאָנסערוואַטיווער אוניווערסיטעט האָבן פּשוט מורא פֿון דער „מוטיקער רעוואָלוציאָנערער בשׂורה‟.

במשך פֿון די ווײַטערדיקע לערניאָרן האָט דער קערן בשתּיקה ווײַטער געפֿירט זײַן שליחות. קלאַנגען וועגן סודותדיקע טרעפֿונגען האָבן זיך שנעל פֿאַרשפּרייט צווישן די סטודענטן. דער אוניווערסיטעט האָט שטאַרק געקעמפֿט קעגן דער גרופּע און אַרויסגעוואָרפֿן סטודענטן וואָס מע האָט חושד געווען אַז זיי געהערן צו איר. מ׳האָט געמסרט געוויסע מענטשן, פֿאַרשעמט אַנדערע, און בכלל האָט געהערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון מכשפֿות-געיעג. ערגעץ ווען האָט דער אוניווערסיטעט פּראָקלאַמירט אַז עס איז אים געראָטן אָפּצורײניקן דעם קאַמפּוס פֿון די לעצטע שפּורן פֿונעם אָנשיקעניש, אָבער דווקא דעמאָלט האָט אָנגעהויבן דער אמתער אויפֿבלי פֿון דער „הײַדלבערג־גרופּע‟.

די מיעוטניקעס וואָס האָבן גראַדויִרט „קום־לאַוּדע‟, האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט און אָנגענומען וויכטיקע פּאָזיציעס אין דער געשעפֿטוועלט און בײַ די נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס. די „הײַדלבערג־גרופּע‟ איז געוואָרן אַן אַלוועלטלעכער געהיים-פֿאַראײן. אַזעלעכע פֿאַראײנען האָבן זייערע אייגענע כּללים. אונטערערדישע שטראָמען פֿאַרבינדן איינער מיטן אַנדערן. די „הײַדלבערג־גרופּע‟ האָט אויך אַנטדעקט פֿון ס’נײַ אירע באַציוּנגען צו די פֿרײַמײַערס („פֿרימייסאָנס‟, בלע״ז), צו די טעמפּלערס און צו שלמה המלך, און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ קדמונישע אידענטיטעט. זייערע איבערלעבונגען פֿון די ערשטע יאָרן אין אוניווערסיטעט האָבן זיי געגעבן אימפּעט צו קעמפֿן נאָך מאַכט וווּ עס זאָל נישט זײַן אויף דער וועלט, כּדי צו באַשיצן זייערע ברידער אין דער גרופּע פֿון פּאָליטישע רדיפֿות. זיי האָבן אײַנגענומען שליסל-פּאָזיציעס אין פּאָליטיק, אַקאַדעמיע און עקאָנאָמיע.

אין געהיים האָבן זיי געאַרבעט כּדי צו צעשטערן יעדע אָרגאַניזאַציע וואָס איז נישט זייערע. עס קאָן זײַן אַז עטלעכע פֿון זיי זענען אַפֿילו געווען צווישן די פֿירערס פֿון דער עקאָנאָמישער רעוואָלוציע אין די אַכציקער יאָרן. טייל מענטשן פֿאַרבינדן זיי אויך אַמאָל מיט דער קאַלטער מלחמה, מיטן אַטענטאַט אויף קענעדי, מיט פּינאָשעס איבערקערעניש אין טשילע און מיט דעם טעראָר־אַטענטאַט אויף די צווילינג טורעמס אין ניו־יאָרק.