Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 13)

Yankl and Leah (Chapter 13)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

מיר האָפֿן אַז איר האָט הנאה געהאַט פֿון די ערשטע 13 קאַפּיטלען פֿונעם סעריאַליזירטן ראָמאַן „יאַנקל און לאה‟. אויב איר ווילט לייענען דעם ראָמאַן ביזן סוף, קענט איר עס געפֿינען אויף ענגליש דאָ: http://blogs.yiddish.forward.com/creative-works-by-our-readers/205502/


דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

יאַנקלס און לאהס שמועס האָט זיך אָפּגעשטעלט אױף אַ רגע און זײ האָבן געפּרוּװט געפֿינען דעם ריטעם, נאָר ס׳איז געװען װי מען װאָלט הײס ברױט באַגאָסן מיט קאַלט װאַסער און אים געמאַכט צעקװאַטשעט. דער קעלנער איז צוגעקומען. ער האָט גערעדט אַ פֿאַרייִדישטן ענגליש אָבער האָט אױסגעזען װי אַ געמיש פֿון אַ רוס מיט אַ יאַפּאַנער מיט אַ באָרד װאָס האָט געשטרעקט אין צװײ באַזונדערע ריכטונגען. די האָר זײַנען בײַ אים געװען פֿאַרקעמט װי פֿליגל אױף צוריק, און ער האָט געטראָגן דינע װאָנצעס װאָס זײַנען געהאָנגען פֿון בײדע זײַטן אין דעם פֿו מאַנטשו סטיל און אַ שלאָף־קאַפּעלע אױפֿן קאָפּ. „נאָטינק עלס?‟

אַ מאָמענט האָט יאַנקל נישט געװוּסט װאָס צו ענטפֿערן אױף דעם קעלנערס פֿראַגע. אפֿשר זאָל ער בעטן דעם טשעק און ענדיקן די טרעפֿונג, אָדער באַשטעלן נאָך עפּעס? דער קעלנער האָט געוואַרט, נישט זײער צופֿרידן. יאַנקל האָט, מאַכנדיק מיט דער האַנט, אים אַװעקגעשיקט. „מיר האָבן נאָך נישט באַשלאָסן. קומט צוריק אין אַ פּאָר מינוט.‟

דער קעלנער האָט זיך פֿאַרקרימט און איז אַװעק מיט אַן אױסדרוק װי מען װאָלט אים געבעטן טראָגן דעם עול פֿון לײזן אַלע אימזיכערקײטן פֿון דער װעלט.

בשעת־מעשׂה האָט יאַנקל זיך באַמיט צו פֿאַרשטײן זײַנע געפֿילן. ס׳איז אומגלײבלעך. ער איז לאהן טאַקע געפֿעלן. אפֿשר האָט זי אַפֿילו געװאָלט חתונה האָבן מיט אים. ס׳איז קלאָר װי דער טאָג. ער האָט געקענט פֿילן די װאַרעמקײט אין גוף און דאָס פּולסירן פֿון בלוט. װי קען עס זײַן, װי אומבאַטראַכט? ער האָט זיך דערשראָקן. ער האָט זי קױם געקענט! ער האָט געדאַרפֿט צײַט דאָס צו באַטראַכטן. אַ סך שידוכים זענען קאַליע געװאָרן פֿון צו פֿיל רעדן און צו פֿיל אינטימקײט, און צו פֿיל װיסן פֿאַר דער צײַט. אָבער אָפֿט מאָל פֿלעגט אַ שידוך אױך קאַליע װערן פֿון צו פֿיל אַרײַנטראַכטן זיך. װאָס זאָל ער טאָן? ער האָט געװאָלט קלינגען צו דער שדכנטע, אָבער עס האָט ניט געפּאַסט.

האָט ער זיך געװאָנדן צו לאהן. „װילסט עסן דעזערט?

„איך װײס נישט. איך קען איצט נישט טראַכטן, װײַל…‟ קוקנדיק אױף איר זײגערל האָט זי צוגעגעבן: „איך דאַרף טעלעפֿאָנירן אַהיים. איך האָב דער מאַמען צוגעזאָגט…‟ און זי איז אַװעקגעלאָפֿן צום צאָל־טעלעפֿאָן לעבן װאַשצימער.

יאַנקל איז געװאָרן שטאַרק אומרויִק, זיצן בײַם טיש אַלײן. זי טעלעפֿאָנירט צו דער מאַמען אין מיטן אַ טרעפֿונג? זי דערצײלט דער מאַמען אַז זי האָט געכאַפּט איר מאַן? ער האָט אײַנגעגראָבן די פֿינגער אין שטערן און געפּרוּװט אײַנהאַלטן אַ קרעכץ. אַ מענטש קען זיך משוגע מאַכן מיט שעדלעכע געדאַנקען.

ער איז געזעסן אַנטקעגן דעם גרױסן שױפֿענצעטער. די פּאַרע פֿונעם רעסטאָראַן האָט זיך קאָנדענסירט אױף דער שױב. די אָראַנזש און פּערפּל נעאָן ליכט האָבן געצאַנקט אין די איתיות פֿון דעם שילד: דעלי, פּאַסטראַמע, גלאַט כּשר. ער האָט זיך אַרומגעקוקט: טעלער פֿלײש, זופּ, פֿריטלעך. װער דאַרף עס אַפֿילו האָבן? די װעלט איז אין גאַנצן צערודערט. מען דאַרף זאָגן נײן. מער גוטס קומט אַרױס פֿון זאָגן „נײן‟ װי פֿון זאָגן „יאָ‟. אַזױ האָט ער געטראַכט.

פּונקט דעמאָלט איז לאה צוריקגעקומען, אױסגלײַכנדיק זיך די ספּודניצע.

ער האָט װידער אַ פֿרעג געטאָן: „װילסט עסן דעזערט, לאה?‟ ער האָט אַ ביסל אױפֿגעציטערט זאָגנדיק איר נאָמען, װי ער װאָלט אַריבערגעטראָטן אַ גרענעץ.

„אפֿשר, אָבער כ׳װאָלט געװאָלט אַ טעפּל טײ.‟

„טײ איז אַ גוטער אײַנפֿאַל,‟ האָט ער באַשלאָסן.

מיט דער האַנט האָט ער געגעבן דעם קעלנער אַ סיגנאַל צוצוקומען.

„טײ מיט לימענע‟ — און דערנאָך האָט ער אימפּולסיװ צוגעגעבן, „ברענגט מיר אַ שטיקל שאָקאָלאַד טאָרט, דעם שאָקאָלאַד־מוס טאָרט — מיט צװײ גאָפּלען.‟

„או־װאַ,‟ האָט לאה געזאָגט אױפֿהײבנדיק די ברעמען. „פֿון װאַנענ האָסטו געװוּסט אַז דאָס איז מײַן באַליבסטער טאָרט?‟

„סתּם געטראָפֿן.‟

„פּונקט געטראָפֿן.‟

כּדי אָפּצוקומען פֿאַר דעם פֿאַרגעניגן און דעם תּענוג (אַ רעפֿלעקס װאָס ער האָט נישט געקענט באַהערשן) האָט יאַנקל אַ ביסל אַוועקגעקוקט פֿון לאהן און אָנגענומען אַ פּאָזע פֿון אַ גלײַכגילטיקן אינפֿאָרמאַציע־זאַמלער.

„זאָג מיר, לאה, װאָס זוכסטו אין דײַן זיווג־לעבן, אין אַ מאַן?‟

לאה האָט פֿאַרלײגט די הענט. „דער טאַטע װיל איך זאָל חתונה האָבן מיט אַ תּלמיד־חכם, אַ לערנער. נאָר אַ תּלמיד־חכם, זאָגט ער.‟ זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. „איך װיל דאָס אױך, אָבער מער פֿון אַלץ װיל איך אַן ערלעכן מענטש. דאָס איז װיכטיק פֿאַר מיר.‟

איר שליתּה איבער זיך האָט אים איבערראַשט. אָט האָט זי אױסגעזען װי פֿאַרליבט איבער די אױערן, אָבער זי איז פֿאָרט געװען זיכער בײַ זיך. זי האָט אים גרינג געקענט לאָזן גײן טאָמער האַלט ער נישט אױס דעם פאַרהער. דאָס האָט יאַנקלען סײַ איבערגעשראָקן סײַ באַרויִקט. ער האָט געהאַלטן אין אױפֿהײבן און אַראָפּלאָזן דעם קאָפּ בשעת ער האָט געפּרוּװט פֿאַרשטײן זײַן מצבֿ.

פּונקט דעמאָלט איז אָנגעקומען דער קעלנער מיטן שאָקאָלאַד־מוס טאָרט און האָט געלײגט פֿאַר זײ צװײ טעלערלעך מיט דעזערט־גאָפּעלעך, צוריקקומענדיק גלײַך מיט די טעפּעלעך און אַן עלעגאַנטן בײַכיקן װײַסן טשײַניק. זײ האָבן שטיל אָבסערװירט דעם אָנגעברוגזטן קעלנער װאָס האָט צוערשט אָנגעגאָסן טײ אין לאהס טעפּל און דערנאָך אין יאַנקלס.

„װאָס טוט זיך איצט בײַ דיר אין קאָפּ?‟ האָט לאה געפֿרעגט נאָך דעם װי דער קעלנער איז אַװעק. „דו טראַכסט עפּעס.‟

יאַנקל האָט נאַרישעװאַטע געענטפֿערט. „װײסט װאָס? מענער טראַכטן נישט זײער קלאָר.‟

„טאַקע?‟ האָט לאה געפֿרעגט. „טאָ גיב מיר צו פֿאַרשטײן. װי אַזױ טראַכטן זײ טאַקע?‟ זי האָט געשטעלט די עלנבױגנס אױפֿן טיש און אײַנגענורעט דאָס פּנים אין די הענט, אַנטהילנדיק איר עלעגאַנט גאָלדן זײגערל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.