Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 12)

Yankl and Leah (Chapter 12)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

יאַנקל האָט געװאַרט אַ מאָמענט אײדער ער האָט אָנגעצונדן דעם מאָטאָר פֿון אױטאָ, און לאה האָט געזאָגט: „איך זע, אַז דײַן חבֿר האָט דיר װידער געבאָרגט דעם אױטאָ. איר בײדע באַהאַנדלט אונדז שײן. אַ דאַנק.‟

„אַװדאי,‟ האָט ער געענטפֿערט. „דאָס איז אַ װיכטיקע טרעפֿונג, דאָס הײסט, מיר דאַרפֿן זיך פֿילן באַקװעם בשעת מיר באַקענען זיך.‟

דער מאָטאָר האָט זיך שטיל אָנגעצונדן און די באַהײצונג האָט גרינג, כּמעט װי בכּישוף, אָנגעהױבן צו אַרבעטן. (די געזעסן האָבן זיך אָנגעװאַרעמט. סוף־כּל־סוף האָט ער זיך דערוווּסט װי צו ניצן די באַהײצונג אין אױטאָ.)

לאה האָט זיך מחיה געװען אין דעם גיך אָנגעװאַרעמטן אױטאָ.

„איך זע, אַז דו האָסט טאַקע ליב לוקסוס,‟ האָט יאַנקל געזאָגט.

„יאָ, אָבער איך קען זיך אױך באַנוגענען מיט זײער װײניק. אונדזער אױטאָ איז אַן אַלטע קאַטערינקע — ער פֿאָרט פּערפֿעקט, אָבער נישט אַזױ װי דער. מען קען דעם אױטאָ נישט פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער 1972 ׳דאַדזש דאַרט מאָדעל טי׳.‟

יאַנקל האָט אַ לאַך געטאָן. װידער אַ מאָל האָבן זײ גערעדט װעגן אױטאָס. „ס׳איז נאַטירלעך, אַז מען האָט ליב שײנע זאַכן,‟ האָט יאַנקל געזאָגט. „מיר האָבן זײער װײניק געהאַט װען איך בין געװען אַ קינד צוליב דעם װאָס די עלטערן האָבן זיך געגט. עס איז קײנמאָל נישט געװען קלאָר װאָס איז מײַן פֿאָטערס פֿינאַנציעלער מצבֿ. ער פֿלעגט זאָגן, אַז ער איז אַ קבצן, אָבער ער האָט אַלע מאָל געהאַט געלט. נישט פֿאַר אונדז, נאָר פֿאַר זײַן געשעפֿט און צו באַצאָלן פֿאַר זײַנע נסיות. זײַן באַליבט װערטל איז געװען ׳דאגהט נישט, איך װעל אײַך שױן באַזאָרגן׳, נאָר װען עס איז געקומען צו עפּעס, האָט ער נישט געהאַט קײן געלט.

„אַ קאָמפּליצירטער מענטש,‟ האָט לאה באַמערקט.

יאַנקל האָט דרײסט געפֿירט דעם גילדערנעם אױטאָמאָביל אױף קאָני אײַלענד עװעניו. „אפֿשר זאָלן מיר גיין עפּעס איבערכאַפּן? עפּעס היימישס?‟ געװײנטלעך האָט אַ יונגערמאַן װי יאַנקל נישט קײן סך געלט, אָבער די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון אַ ישיבֿה־בחור קען זײַן אַנדערש. טײל האָבן געהאַט רײַכע משפּחות וואס האָבן זיי אויסגעהאַלטן און אַנדערע האָבן געאַרבעט צו ביסלעך און באַװיזן אָפּשפּאָרן אַ ביסל געלט אױב זײ זײַנען געװען אָפּגעהיט. יאַנקל האָט געהאַט אַװעקגעלײגט עטלעכע טױזנט דאָלאַר פֿון די שׂכירות בײַם לערנען פּריװאַט מיט ייִנגלעך און אַרבעטן אַ פּאָר זומערן װי אַ קעמפּ־אױפֿפּאַסער. איצט איז געװען די צײַט אױסצוגעבן געלט אױף פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט לאהן.

„פֿאַר וואָס נישט?‟ האָט זי געענטפֿערט.

„װילסט עסן בײַ ׳גאָטליבס׳ אין װיליאַמסבורג?

„בײַ דעם באַװוּסטן ׳גאָטליבס׳? די פּאַסטראַמע? דאָס פּעקלפֿלײש? די האָלופּצעס? װאַרט, איז דאָס דער רעסטאָראַן מיט די גרוביאַנסקע קעלנערס?״

„כ׳װײס נישט,‟ האָט ער אַ שמײכל געטאָן. „הלוואי יאָ!‟

זיצנדיק אין גאָטליבס האָט יאַנקל באַשטעלט פּאַסטראַמע און אַ ביר.ֹלאה האָט באַשטעלט געדעמפּטע צונג און „דאָקטער בראַונס סעל־רײ‟ סאָדע. דער שמועס איז געגאַנגען װי געשמירט.

בשעת זײ האָבן געװאַרט אויפֿן עסן, האָט יאַנקל דערצײלט אַ װיץ. לאה האָט מיט חשק זיך צוגעהערט, עפֿענענדיק דאָס מױל אַ ביסל צו ברייט, מיטן קאָפּ גערוקט אױף צוריק.

יאַנקל האָט אױף איר געקוקט, אַ ביסל באַאומרויִקט. עס איז אים קלאָר געװאָרן, אַז ער מאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אױף איר. ער האָט זיך נישט געקענט דערמאָנען דאָס לעצטע מאָל אַז אַזעלכעס זאָל האָבן פּאַסירט בײַ אים מיט אַ פֿרױ. עס האָט אים אַ ביסל דערשראָקן. מערסטע פֿרױען האָבן אים באַטראַכט פֿון דער װײַטנס, אױב זײ האָבן אים געהאַט אין זינען בכלל, אָבער ער האָט איצט אַליין אײַנגעזען אַז זי איז פֿאַראינטערעסירט אין אַלץ װאָס ער האָט זאָגט. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַרװאָס. האָט קופּיד זיך אונטערגעקוקט פֿון זײַן באַהעלטעניש און געשאָסן פֿײַלן פֿון זײַן בױגן אין זײער ריכטונג? אַזאַ גױיִשער אײַנפֿאַל, נאָר צום ערשטן מאָל האָט ער פֿאַרשטאַנען װי אַזאַ מין מיטאָס לײגט זיך אױפֿן סכל. װי נאָך קען מען פֿאַרשטײן דעם אומזין פֿון ליבע — װען אַ מענטש הײבט אָן צו האַלטן אַ צווייטן אַזוי טײַער — אָן שום סיבה?

און אַזוי האָט מען ווײַטער געשמועסט אַפֿילו נאָך דעם װען מען האָט שוין דערלאַנגט דאָס עסן.

„קען איך פֿאַרזוכן דײַן ביר?‟ האָט לאה געפֿרעגט, אָנװײַזנדיק אױפֿן פֿלעשל הײַנעקען אױפֿן טיש.

„אַװדאי.‟ ער האָט איר אָנגעגאָסן א גלאָז ביר װענדנדיק דעם שטראָם צום ראַנד, אַז די פּינע זאָל נישט װערן צו הױך — אַ קונץ, װאָס ער האָט זיך אױסגעלערנט פֿונעם טאַטן.

„כ׳בין זיכער, אַז דו קענסט מיר דערצײלן עפּעס פֿון דער גמרא װעגן דעם ביר װאָס דו טרינקסט איצט,‟ האָט זי געזאָגט אױפֿהײבנדיק איר גלאָז אַ זופּ צו טאָן.

„דעם אמת געזאָגט, קען איך טאַקע.‟ האָט יאַנקל דערקלערט רוקנדיק דעם ראַנד פֿון זײַן הוט, „ הרבֿ פּפּא פֿון דער גמרא פֿלעגט טרינקען ביר מיט די גויים, אָבער נאָר אין דרויסן פֿון שענק. ער פֿלעגט נישט אַרײַנגײן אינעװײניק.‟

„פֿאַרװאָס?‟ זי האָט נאָך אַ זופּ געטאָן.

„װײַל טרינקען ביר, פּונקט װי טרינקען װײַן קען דערפֿירן צום חתונה האָבן, דאָס הײסט צו געמישטע חתונות.‟ דערפֿאַר איז פֿאַרװערט צו פֿאַרברענגען מיט גױים. דאָס טרינקען ביר איז יאָ דערלױבט, אָבער נישט װײַן.‟

„דאָס הײסט, אַז טרינקען װײַן און ביר פֿירט צום חתונה האָבן,‟ האָט זי געזאָגט, און ס׳האָט זיך איר אָנגעהויבן דרייען דער קאָפּ פֿון דער משקה.

„יאָ.‟

„טאָ לאָמיר אױסטרינקען,‟ האָט לאה געזאָגט, אױפֿהײבנדיק דאָס גלעזל.

יאַנקל האָט שלאַף אױפֿגעהױבן זײַן גלעזל איר אַנטקעגן.

או־װאַ, דאָס איז געװען דרײסט, האָט יאַנקל געטראַכט. נישט־װעלנדיק האָט ער זיך גענומען צוריקציִען אַ ביסל. ער איז געװען צוגעװױנט צו מענטשן װי ער, װאָס טרעטן נישט אַרויס פֿון די ראָלעס וואָס זיי שפּילן געוויינטלעך. לאהס דרײסטקײט איז אים געפֿעלן, אָבער ער האָט נישט געװוּסט װי זיך אָפּצורופֿן אױף איר.

המשך קומט


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.