Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 11)

Yankl and Leah (Chapter 11)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

אין אַ פּאָר מינוט אַרום האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ קלײנער עולם. „ברענג מיר אַ רן און דעם טור,‟ האָט יאַנקל אױסגערופֿן. ער האָט פֿאַרזשמורעט די אױגן קוקנדיק אױף דער קלײנער שריפֿט אױף די ראַנדן. פֿינף און אַכציק פּראָצענט פֿון די תּלמידים אין דער ישיבֿה האָבן געטראָגן ברילן. נישט קײן װוּנדער. „מען קען דעם ענין באַטראַכטן אױף עטלעכע אופֿנים…‟ האָט ער אָנגעהױבן.

עמעצער האָט צוגערוקט אַ בענקל. דער ייִד מיט דער געלער באָרד האָט װידער גענומען אָנצינדן און פֿאַרלעשן זײַן צינדערל. אַנדערע זײַנען אויך צוגעקומען זיך צוצוהערן. „דער עיקר איז דאָ די קשיא: אין װאָס באַשטײט דאָס פֿאַרװערן עסן טריפֿס? איז דאָס עסן טריף אַלײן פֿאַרװערט, צי איז פֿאַרװערט דאָס געניסן פֿון צונויפֿמישן טריפֿס מיט כּשרס? אמת, דו האָסט געטרונקען די מילך, אָבער צוליב דעם װאָס דער טעם פֿון דער מילך איז קאַליע געװאָרן װײַל ס׳איז אַרײַן אַ ביסל טריפֿענע מילך, האָסטו נישט דווקא גענאָסן דערפֿון. אין דעם גײט עס,‟ האָט יאַנקל געזאָגט. „לכל הפּחות אַזױ איז עס לױטן רן.‟

„אָבער דער סכום מילך איז דאָך גרעסער געוואָרן,‟ האָט דער ייִד מיט דער געלער באָרד זיך אַקעגנגעשטעלט. „פֿריִער איז געװען פֿופֿציק גאַלאָן מילך און איצט — זעכציק!‟

יאַנקל האָט אַ צופֿרידענער אַ שמײכל געטאָן. ער איז געװען גרײט דאָס צו הערן. „זייער גוט, מײַן פֿרײַנד! דער רשב״א איז נישט מסכּים מיט דיר - עס גײט אין געניסן דערפֿון; דאָס זײַנען צװײ באַזונדערע ענינים.‟ 

יאַנקלען איז געפֿעלן דער סיכסוך און לױט די שמײכלענדיקע פּנימער אין צימער איז ער אױך געפֿעלן די אַנדערע. גלײַכצײַטיק האָט ער זיך אָבער אַרײַנגעטראַכט אין דעם װאָס ער האָט נאָר װאָס געהאַט געזאָגט. דאָס געניסן פֿון אַ זאַך און דער סכום טריפֿענער מילך װאָס מען האָט אַרײַנגעטאָן, זענען צוויי באַזונדערע באַגריפֿן. איז דאָס דער עיקר אין אַלגעמיין? ס׳איז גוט, ס׳איז כּדאַי חתונה צו האָבן, אָבער געניסן דערפֿון מעג מען אויך? מאַכט עס אַ מענטש גליקלעך? און װאָס שייך דער תּורה אַלײן? די תּורה איז גוט… זי מוז זײַן גוט, אַזױ האַלטן די רבנים — זי איז כּדאַי און מען האָט פֿון איר הנאה. אַלע אין זאַל האָבן איצט אויך הנאה דערפֿון. אָבער װאָס טױג אים די הנאה װען ער װײסט אַלײן נישט װאָס ער װיל? און אפֿשר הײבט ער אָן יאָ צו װיסן, סוף־כּל־סוף. ער האָט צוריקגעשטעלט עטלעכע פֿון די שװערע ספֿרים אױף דער פּאָליצע. אפֿשר קען מען זיך אַלײן אָנהײבן צו פֿאַרשטײן פּונקט אַזױ, פּאַמעלעך, ביסלעכװײַז, נישט מיט דער תּורה, נאָר מיט אַ פֿרױ.

דער ערשטער מענטש, אדם הראשון, האָט דאָך נישט געװוּסט אַז ער איז אַ מאַן, איש, ביז ער האָט נישט אָנגערופֿן די ערשטע פֿרױ װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן מיטן װאָרט אישה. ערשט שפּעטער, דורך שמועסן מיט דער פֿרױ האָט ער געקענט פֿאַרשטיין וואָס עס מיינט צו זײַן אַ מאַן.

אפֿשר איז דאָס װאָס פֿרױען קענען טאַקע צוגעבן. אפֿשר דורך לאהן קען ער האָבן אַ געלעגנהײט זיך צו דערװיסן װער ער איז און װאָס ער װיל. דעריבער האָט ער זיך נישט געקענט דערװאַרטן ביז זײַן קומעדיקער באַגעגעניש מיט איר. ס׳איז בלויז זונטיק, אָבער ער טראַכט שױן װעגן מיטװאָך.

אָנגעטאָן װי עס געהערט צו זײַן, איז יאַנקל פּונקט זיבן אַ זײגער אָנגעקומען פֿאַר איר טיר. לאה האָט געװאַרט. דאָס מאָל האָט ער יאָ באַמערקט װי זי זעט אױס. זי האָט געטראָגן עפּעס העלס. ס׳האָט אױסגעזען װי אַ סװעדער געשטריקט מיט אַ געפֿלאָכטענעם דיזײַן װאָס האָט צוגעדעקט איר האַלדז. יאַנקל האָט עס גענומען פֿאַר אַ שלעכטן סימן. האָט זי עפּעס געװאָלט באַהאַלטן? אפֿשר אַ שאַרם? ער האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרשעמט. װאָס פֿירט ער דאָ, אַ געשעפֿט?

זי איז געװען נידעריקער פֿון אים, אָבער נישט צו נידעריק. גײענדיק צום אױטאָ האָט ער באַשלאָסן, אַז זײ זעען גוט אױס צוזאַמען. זי האָט געטראָגן אַ קלײן בײַטל, אױסגעזען װי פֿון גלאַנצלעדער, מיט אַ גאָלדענעם קײטעלע. אַלע מינוט איז ער באַלאָדן געװאָרן מיט נײַע סטימולן: זי געפֿעלט אים, זי געפֿעלט אים ניט, זי געפֿעלט אים יאָ. איר גאַנג, אירע טריטעלעך — װי זי װאָלט געװען אומזיכער בײַ זיך. דער גאַנג האָט אים געקענט צערײצן, באַגײַסטערן אָדער משוגע מאַכן.

די זיכערע זאַכן אינעם לעבן — געבורט, טױט, שטײַערן, האָט ער געקענט גרינג אָננעמען אָבער די אומזיכערע זאַכן: פֿאַר זיי שרעקט ער זיך. ער האָט געפּלאָנטערט, פּרוּװנדיק צו געפֿינען די שליסלען צום אױטאָ. נאָך אַ מאָל האָט ער געבאָרגט דעם אָלדסמאָביל. ער האָט לאהן געלאָזט אַרײַנגײן און זי האָט אױסגעשטרעקט דעם אָרעם און אױפֿגעשלאָסן די צװײטע טיר פֿאַר אים. האָט זי געװוּסט אַז דעם אױטאָ קען מען עפֿענען און פֿאַרשליסן עלעקטראָניש? און דאָך האָט זי פֿאַר אים געעפֿנט די טיר. דאָס איז טאַקע אַ גוטער סימן — אויב, אַוודאי, זי איז טאַקע די באַשערטע.

המשך קומט