דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.
דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:
ער האָט דעם נישט־ייִדיש מיידל װידער באַדאַנקט און איז גיך אַרױס פֿון קראָם.
װען ער איז אַרױף אין זײַן צימער האָט ער זיך אָפּגעגעבן אַ שטיקל חשבון־הנפֿש. ער איז שוין זיכער אַן אַלטער בחור — אָדער װײַל ער האָט נאָך נישט באַגעגנט זײַן באַשערטע, אָדער װײַל עפּעס איז דער מער מיט אים. ער איז טאַקע אַ שטיקל בקי אין גמרא און איז דער ייִנגסטער אין גאַנץ ברוקלין צו לערנען אַ שיעור פֿון מועד קתּן מיט מענער אין די פֿערציקער און פֿופֿציקער. פֿון דער נאַטור איז ער אָבער אַן אומגליקלעכער מרוק װאָס פֿאַרשפּרײט מערסטנס אומעט.
איצט האָט אַ מײדל אַרױסגעװיזן צו אים אינטערעס, און ער? וויל ער זי? און אפֿשר איז זי גאָר פֿאַראינטערעסירט בלויז אין זיך אַלײן; זי װיל פּשוט װיסן צי זי קען צוציִען אַ מאַן? דאָס פֿאַרשטייט ער דווקא יאָ. אָבער ער גייט דאָך שוין אַרויס מיט איר, איז דאָס נישט גענוג? װאָס נאָך דאַרף זי? ס׳האָט זיך אים געדאַכט (כאָטש אין האַרצן האָט ער געוווּסט אַז ס׳איז נישט אַזוי), אַז פֿרױען ווילן בלויז אָפּטאָן סאַדיסטישע שטיק כּדי אַרױסצוהײבן די אומבאַהאָלפֿנקײט פֿון די מענער.
צום סוף האָט ער באַשלאָסן אַז ער קען זיך נישט זאָרגן וואָס ס׳וועט זײַן שפּעטער, ער מוז ממשיך זײַן דעם שמועס מיטן מײדל. װי נאָך קען מען װיסן צי זי איז די באַשערטע? ער האָט אַנידערגעלײגט דאָס זעמל. איר טעלעפֿאָן נומער — ער האָט גיך אַ טאַפּ געטאָן זײַן העמד און רעקל צו פֿאַרזיכערן אַז עס ליגט דאָרט. נו, מאַכט נישט אױס, ער געדענקט איר טעלעפֿאָן אויף אױסנװײניק. „לאה, ס׳איז יאַנקל.“
„גוט, איך האָב געהאָפֿט, אַז דאָס ביסטו.“
„איך האָב גוט פֿאַרבראַכט נעכטן,“ האָט ער געזאָגט.
„טאַקע?“
„דו װוּנדערסט זיך,“ האָט ער אומעטיק געזאָגט.
„גוט צו הערן, אַז דו האָסט גוט פֿאַרבראַכט. איך אױך.“
„װילסט זיך טרעפֿן דעם מיטװאָך?“ האָט ער גיך געפֿרעגט.
יאַנקל האָט אױפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל מיט אַ גרינגערן געמיט. ווי שטענדיק איז זײַן זאָרגן זיך געװען ערגער װי די װירקלעכקײט. ער איז צוריק צו זיך אין צימער. ער האָט שױן נישט געפֿילט פֿאַר נײטיק אָפּצועסן דאָס זעמל באַשמירט מיט אַ סך פּוטער. אָפֿט האָט ער זיך געמוסרט פֿאַר װעלן תּמיד די „סמעטענע“. הגם ער איז נישט געװען גראָב, האָט ער אין משך פֿון מער װי פֿופֿצן יאָר, פֿון נישט באַװעגן זיך און פֿון כּסדר עסן שפּײַזן װאָס באַשטײען פֿון װײַסער מעל און צוקער באַקומען אַ בײַכל. ס׳איז אים נישט געגאַנגען אין לעבן צו זײַן פֿיזיש שיין אָבער דאָך האָט עס אים געאַרט וואָס דער בױך זײַנער פֿאָלגט אים נישט. יאַנקל וויל דער בויך זאָל זײַן פֿלאַך, און ער — דער בויך — טוט זיך זײַנעם. דערפֿאַר האָט ער לעצטנס זיך אונטערגענומען דעם בויך צו באַהערשן.
פֿאָרזיכטיק האָט ער אײַנגעװיקלט דאָס זעמל און אַרײַנגעלײגט אינעם מיני־פֿרידזשידער. כאָטש ער האָט פֿײַנט געהאַט דאָס אַזױ אָנצורופֿן — אַלע װערטער מיטן קאָמפּאָנענט מיני זײַנען אים געגאַנגען אױף די נערװן. יאַנקל איז געגאַנגען דורכן קאָרידאָר אין בית-מדרש אַרײַן. ער איז געקומען פּונקט צו דער צײַט צום פֿרימאָרגנדיקן לערנען. ביסלעכװײַז זענען אַרײַנגעקומען אינעם העלן קװאַדראַטענעם זאַל כאָפּטעס ישיבֿה־בחורים אָנגעטאָן אין װײַסע העמדער מיט שװאַרצע הױזן, שמועסנדיק אײנער מיטן אַנדערן.
די טעמע הײַנט אין בית־מדרש איז געװען אַ צענטראַלע טעמע פֿון שס װאָס האָט זיך אין דער גמרא איבערגעחזרט עטלעכע מאָל: אַ קלײן ביסעלע חזיר־פֿלײש פֿאַלט אַרײַן אין אַ טאָפּ מיט כּשר פֿלײש. איז דאָס פֿלײש נאָך אַלץ כּשר? אױב מען קען טאַקע פֿילן דעם שלעכטן טעם פֿון חזיר־פֿלײש איז עס מותּר, נישט אָסור. וואָס טוט מען אָבער אַז דער טעם איז אַ ביסל נישט־אײַנגענעם? הייסט דאָס אױך אַ שלעכטן טעם?
דאָס איז געװען אַן אַקטועלער ענין בײַ די גאונים פֿון מיטלעלטער אין די מחלוקות פֿון די אוראַלטע ספֿרים. שפּעטער האָבן די מיזרח־אײראָפּעיִשע רבנים פֿון די פֿאַרגאַנגענע צװײ הונדערט יאָר געשריבן גלענצנדיקע שאלות און תּשובֿות כּדי אױסצוגלײַכן די מפֿרשים.
אַן עלטערער ייִד, װאָס פֿלעגט קומען אין בית־מדרש אַלע טאָג האָט זיך געװאָנדן צו יאַנקלען מיט אַ שאלה. ער האָט געהאַט אַ באָרד, װאָס איז געל, װילד און צעפּלאָשעט. אַ פּאַפּיראָס איז געהאָנגען צװישן זײַנע ליפּן. זײַן קאַפּעליוש איז געװען אַנדערש פֿון אַלע און האָט אױסגעזען מער װי אַ מאָדערנער הוט װי אַ רבנישער. קײנער האָט נישט געװוּסט פֿון װאָס ער לעבט. ער איז געװען אַלט, אָבער נישט אַלט גענוג צו זײַן אַ פּענסיאָנער, אָבער צו אַלט צו זײַן אַ ישיבֿה־בחור. ער איז אַ פּנים געװען אײנער פֿון די מיסטעריעזע ייִדן וואָס דרייען זיך אַרום אין דעם בית־מדרש.
דער ייִד מיט דער געלער באָרד האָט יאַנקלען אָנגעבאָטן אַ פּאַפּיראָס, נאָר יאַנקל האָט זיך אָפּגעזאָגט. דער ייִד האָט אויסגעזען ווי ער קען נישט באַשליסן צי ער זאָל יאָ אָדער נישט אָנצינדן דעם פּאַפּיראָס בשעת ער האָט פֿאָרמולירט זײַן קשיא. „װען איך האָב אַ טאָפּ מיט דרײַסיק גאַלאָן מילך און איך װאַרף אַרײַן צען גאַלאָן חזיר, װײסן מיר אַז די מילך האָט אַ שלעכטן טעם. דערפֿאַר איז עס כּשר. אָבער אױב דער טעם איז נישט שלעכט און איז נאָך אַלץ עסעוודיק, בלײַבט די מילך כּשר?“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.