Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 9)

Yankl and Leah (Chapter 9)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

עס קען זײַן, אַז כּדי מען זאָל קענען עפּעס אױפֿטאָן אױף דער װעלט דאַרף מען עס טאָן אױף דעם ניכטערן שׂכל, אָן עמאָציעס. יאַנקל איז נישט געװען זיכער. װען עס קומט צו לאהס אױסזע, האָט ער נישט געמײנט, אַז זי איז מיאוס, אָבער פֿון װאַנען זאָל ער װיסן צי זי איז אים טאַקע געפֿעלן?

אַבֿרהם אַבֿינו און יצחק אַבֿינו האָבן אַפֿילו נישט באַמערקט װי זײערע װײַבער האָבן אױסגעזען ביז אַ סך שפּעטער. װען אַבֿרהם אַבֿינו האָט געדאַרפֿט באַשיצן שׂרהן פֿון די מיצרים, װאָס האָבן געגלוסט נאָך איר, האָט ער געזאָגט: „הנה־נא ידעתּי כּי אשה יפֿת־מראה אַת‟ [נאָר איצט פֿאַרשטײ איך, אַז דו ביסט שײן]. אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהמען, האָט יעקבֿ זיך פֿאַרליבט אין רחלען פֿונעם ערשטן בליק צוליב איר שײנקײט.

„איך מוז װעגן דעם אַ טראַכט טאָן,‟ האָט ער געפּרוּװט זאָגן אָבער די שדכנטע האָט אים איבערגעריסן. „לאָמיך דיר זאָגן, לאה װעט לאַנג נישט בלײַבן אַלײן. אױב דו ביסט נישט זיכער װעל איך זי פֿאָרלייגן פֿאַר אַנדערע.‟

ער האָט געהערט װי מרים האָט טיף אָפּגעאָטעמט. „איך װעל דיר זאָגן דעם אמת,‟ האָט זי געזאָגט. „לאה זאָרגט זיך. זי האָט גוט פֿאַרבראַכט מיט דיר אָבער דו האָסט כּמעט נישט געקוקט אױף איר,‟ האָט זי געזאָגט. „אַ פֿרױ דאַרף…‟

יאַנקל האָט דערפֿילט אַ שטאָך און ס׳האָט זיך אים אַ ביסל פֿאַרדרייט דער קאָפּ. ער האָט זיך אַזױ באַמיט זי נישט צו באַלײדיקן. ער איז געווען זיכער אַז מען האַלט אין אײן קוקן אויף אַ פֿרוי קען עס זי אָפּשטויסן. איצט זעט ער אַז זי האָט זיך באַלײדיקט דווקא װײַל ער האָט אױף איר נישט געקוקט. וואָס ער טוט נאָר זענען די פֿרויען קיין מאָל נישט צופֿרידן. „איך פֿאַרשטײ,‟ האָט ער אַ דענערווירטער געמורמלט.

„יאַנקל,‟ האָט מרים ממשיך געװען. „אַ פֿרױ מוז דיר געפֿעלן, אָבער דאָס איז נישט עפּעס וואָס דו דאַרפֿסט אַנאַליזירן. דאָס פֿילט מען אין האַרצן…‟ זי האָט אַ הוסט געטאָן. „איך מײן, אַז דו װײסט שוין דעם ענטפֿער.‟

„גענוג!‟ האָט ער געבורטשעט. „דאַרפֿסט מיר נישט מוסר זאָגן, כ׳בעט דיך. איך פֿאַרשטײ װי װיכטיק עס איז …‟

יאַנקל האָט נישט־װעלנדיק געמאַכט פֿאַרשידענע זשעסטן, שטײענדיק בײַם צאָל־טעלעפֿאָן מיטן קאַפּעליוש נאָך אַלץ אױפֿן קאָפּ געבױגן אױף אײן זײַט. ער האָט נערװעיִש געבױגן דעם ראַנד פֿון הוט, צונויפֿגעדריקט און געעפֿנט די פֿויסטן, ווי אַ געוויינטלעכער ייִד אין אַ פֿאַרצװײפֿלטן מצבֿ. צװישן די צײן האָט בײַ אים אַרויסעשטעקט אַ צײנשטעכערל.

אױב ער טרעפֿט זיך מיט איר נאָך אַ מאָל, הייסט עס אַז ער דאַרף מיט איר שוין חתונה האָבן? כאָטש ער האָט געהאַט באַקאַנטע אין ישיבֿה, װאָס זײַנען פֿאַרקנסט געװאָרן נאָך דער פֿערטער צי פֿינפֿטער טרעפֿונג, האָט ער זיך אָפּגעטרײסלט פֿון אַזוינע אומאײַנגענעמע געדאַנקען. אַ טרעפֿונג מײנט נישט אַז ער איז זיך איר מתחייבֿ. „זאָג איר, אַז זי זאָל זיך נישט זאָרגן,‟ האָט ער אײַליק געזאָגט. „איך װיל זיך מיט איר ווידער טרעפֿן. כ׳װעל איר אָנקלינגען.‟

יאַנקלס צימער אין אינטערנאַט איז געװען גלײַך איבער אַ שפּײַזקראָם. אַ מאָל פֿלעגט ער נישט עסן אין דער ישיבֿה, נאָר עפּעס קױפֿן אין שפּײַזקראָם און אַרויפֿברענגען אין צימערל; אַ מאָל אַ לעבל קאָרנברױט אָדער אַ זעמל. נאָך אַ סך יאָרן האָט ער זיך פֿאַרדינט די פּריװילעגיע פֿון האָבן בײַ זיך אַ קלײנעם פֿרידזשידער, דעם אײנציקן װאָס מען האָט געלאָזט אין אינטערנאַט. ער האָט דער ישיבֿה באַצאָלט זיבן דאָלאַר אַ חודש פֿאַר עלעקטרע. אין דעם קלײנטשיקן אײַזקאַסטן האָט ער געהאַלטן אַ פּודעלע פּוטער, אַ פּאָר רעפֿטלעך קעז און אַ פּײַנט מילך. די שיקסע אין שפּײַזקראָם האָט מיט אים אָפֿט מאָל געפּרוּווט פֿאַרפֿירן אַ שמועס.

„ס׳איז קאַלט אין דרױסן?‟ האָט זי געפֿרעגט װען ער איז אַרײַנגעקומען נאָך אַ זעמל.

„מען טוט זיך אָן ווי געהעריק, מאַכט עס נישט אױס,‟ האָט ער געענטפֿערט.

ער האָט באַמערקט, אַז זי טראָגט אַ פֿלאַנעלן העמד און אַ פּוכענעם מאַנטל. ער האָט אױך נישט געקענט איגנאָרירן דעם קאָליר פֿון אירע אױגן: טונקל גרינע, אײַגערעמט אין אירע בלאָנדע האָר. איר גאַנץ פּנים האָט דערמאָנט אין די, לױט זײַן מײנונג, אויסטערלישע רעקלאַמעס פֿון ראַלף לאָרען, אין װעלכע מענטשן אין צעקנײטשטע, אָבער אוממעגלעך רײנע קלײדער זיצן אױף בינטלעך שטרױ אָדער אױפֿן משׂא־אױטאָ אין אַ פֿאַרם און גלאָצן אין דער װײַטנס. אין הינטערגרונט זעט מען שפּײַכלערס און פֿעלדער פֿול מיט װײץ ערגעץ־װוּ אין קאַנזאַס.

„איך האָב פֿאַר דיר אױסגעקליבן דאָס פֿרישסטע,‟ האָט זי געזאָגט, דערלאַנגענדיק אים דאָס זעמל.

„אַ דאַנק,‟ האָט ער אײַליק געזאָגט צו פֿאַרענדיקן דעם אױסבײַט. קוק װי גרינג האָט די שיקסע אים אָנגעבאָטן איר פֿרײַנדשאַפֿט. אין דער רגע האָט ער דערזען װי ער, װי זײ האָבן אױסגעזען אין דעם שװאַך באַלױכטענעם שפּײַזקראָם, זי אין אַ געלן שײַן און ער אין זײַן רבנישן קאַפּעליוש, און אָנצוג מיטן מאַנטל, זײַן רוקן צו דער ליכט, פֿאַרשטעלנדיק די שײַן פֿון דעם דרױסנדיקן טאָג. און איצט, האָט ער נישט געקענט אױפֿהערן טראַכטן: פֿאַר וואָס האָט ער דאָס נישט־ייִדיש מיידל יאָ געקענט אָנקוקן? דעם קאָליר פֿון אירע אױגן האָט ער דווקא יאָ געדענקט.

המשך קומט