Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 8)

Yankl and Leah (Chapter 8)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

יאַנקל האָט נישט אָפּגעלאָזט. „האָסטו אַ מאָל באַמערקט די גליקלעכע פּנימער פֿון די לאָטערײ־געװינערס צעשפּרײט איבער די בלעטער פֿון דער ניו־יאָרק פּאָסט און אַנדערע געלע שמאַטע צײַטונגען? נאָך אַ פּאָר חדשים לײענט מען, אַז זײ צעשײדן זיך מיט זײערע װײַבער אָדער מענער, און מען הערט אױף צו רעדן מיט די קרובֿים. אַזױ פֿירן זיך די גױים און די פֿרײַע ייִדן.‟

„פֿון דעסטװעגן, האָב איך ליב צו געװינען,‟ האָט לאה פּשוט געזאָגט.

„כ׳וועל דיר זאָגן דעם אמת,‟ האָט ער זיך מודה געװען, „כ׳האָב אַליין קײנמאָל גאָרנישט נישט געװוּנען. אפֿשר װעט דאָס דיר העלפֿן זיך פֿילן בעסער װעגן דײַן שװעסטער.‟ זי האָט גרינג אַ לאַך געטאָן און דערבײַ אים לײַכטער געמאַכט דאָס האַרץ נאָך זײַן פֿריִערדיקער ערנסטקײט.

איצט זײַנען זײ שױן געװען אױף דער מאַנהעטענער זײַט פֿון דער ברוקלינער בריק. זײ האָבן װי געשװעבט איבער יעדן בערגל און גרוב אין דעם נײַעם אָלדסמאָביל. ער האָט זײ געפֿירט װי אין אַ קאַרעטע. איידער זיי זענען אַרײַן אויטאָ האָט ער באַמערקט ווי לאה קוקט אויף די ראָדקעפּלעך מיט מעטאַלענע דראָטן און די זילבערנע בלאָטע־פֿליגלען.

יאַנקל האָט אַראָפּגערוקט דעם קאַפּעליוש. „לאה,” האָט ער געזאָגט, „אפֿשר װאָלט דיר געפֿעלן אַרױפֿצופֿאָרן צו דער אָבסערװאַטאָריע־טורעם פֿון דעם „עמפּײַער סטײט בילדינג?‟ זײַנע רײד האָבן אים אַליין געקלונגען זייער פֿאָרמעל, און ער האָט נישט־וועלנדיק זיך פֿאַרקרומט דאָס פּנים. פֿאַרװאָס האָט ער גערעדט אַזױ פֿאָרמעל?

לאה האָט אים אויך געענטפֿערט פֿאָרמעל. „איך װאָלט שטאַרק געװאָלט. איך בין דאָרט נאָך קײנמאָל פֿריִער נישט געװען.‟

דאָס איז געװען אַ פּאָפּולער אָרט בײַ נאַכט און דער ליפֿט איז געװען געפּאַקט מיט מענטשן אױפֿן װעג צום דאַך. ער האָט געפּרוּװט נישט קוקן אױף איר, אָבער האָט עס סײַ װי געטאָן פֿון דער זײַט. ער האָט זיך געראַנגלט. אַ מאַנסביל מוז דאָך קענען קוקן אױף אַ פֿרױ! זי איז נישט געװען קיין מיאוסע. איר העל בלױער מאַנטל איז געװען לויט דער מאָדע, אָבער נישט פֿון דער סאַמע לעצטער מאָדע. איר פּנים האָט געשטראַלט. שײנע הױט האָט זי, האָט ער געטראַכט. נישט מער װי דאָס האָט ער זיך דערלױבט צו זען. דאָך, האָט ער דערקענט, אַז עפּעס האָט אַין אים אַ בליץ געטאָן.

אין דער אָבסערװאַטאָריע האָט זיך די װעלט פֿאַר זײ אַנטהילט אין אַלע ריכטונגען — צפֿון, דרום, מיזרח, מערבֿ — אין פֿינקלענדיקע לעמפּלעך פֿון פֿאַרשײדענע קאָלירן, רױט, בורשטין, אָפּגעסמאַליעטן אָראַנזש. יאַנקל האָט אַרױסגענומען אַ מטבע פֿון קעשענע און זי אַרײַנגעלײגט אין דעם שפּאַקטיװן־אױטאָמאַט.

„גיב אַ קוק,‟ האָט ער געזאָגט. דער מאַנהעטן־אינדזל האָט אױסגעזען װי אַ װעלטל פֿאַר זיך. אַן עלעקטרישע װעלט, אָבער נישט פֿונעם געפֿערלעכן מין.

„איך װאָלט געקענט אַזױ קוקן אַ גאַנצע נאַכט אױף די לעמפּלעך,‟ האָט לאה געזאָגט און געגעבן אַ קוק אויף אים.

יאַנקל האָט צוגעשטימט מיטן קאָפּ, אַ קוק געטאָן דורכן שפּאַקטיװ, און פּלוצעם אױפֿגעהערט צו קוקן. „עס איז נאָך געבליבן אַ ביסל צײַט,‟ האָט לאה געזאָגט. „אַ שאָד נישט אױסצוניצן דעם גאַנצן קװאָדער.‟

„ס׳איז פּרעכטיק, אָבער כ׳האָב שוין גענוג געזען.‟ האָט יאַנקל געזאָגט. פֿאַקטיש, האָט ער נישט געהאַט קיין געדולד לאַנג צו קוקן אױף װאָס־עס־זאָל־נישט־זײַן. אַזױ האָט ער שפּעטער געגעבן דער שדכנטע צו פֿאַרשטײן: מען גיט אַ גיכן קוק און מען קערט זיך אַװעק. אַז מען קוקט צו לאַנג, קען מען משוגע װערן. וויפֿל איז דער שיעור צו קוקן אויף עפּעס, זאָל עס אַפֿילו זײַן אַ מײַסטערווערק פֿון װאַן גאָך צי פּיקאַסאָ? ס׳איז דאָ אַ מדרש װעגן אַ קורצזיכטיקן מאַן, װאָס האָט געבעטן, גאָט זאָל אים העלפֿן גוט זען. האָט ער פּלוצלינג דערזען יעדע פּגימה אױף זײַן װײַבס פּנים, אױף זײַנע קינדער און אױף זײַן עסן. האָט ער געבעטן גאָט זאָל אים אומקערן זײַן קורצזיכטיקײט.

אפֿשר איז דאָס אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה, אָבער דאָך, איז מאָדנע, אַז װען ער האָט שפּעטער ווען ער איז שוין געווען צוריק אין זײַן אינטערנאַט, האָט ער אַפֿילו נישט געקענט געדענקען דעם קאָליר פֿון לאהס אױגן. ס׳קען זײַן, אַז עס װאָלט אים אַפֿילו שװער געװען זי צו דערקענען אױף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע. און דאָס איז געװען נאָך דעם, װי ער האָט זי שױן צװײ מאָל געטראָפֿן. דאָך, איז געװען גוט נישט צו קוקן. נאָר אױף די שטערן און אױפֿן הימל קען מען קוקן כּסדר, לױט דער גמרא.

טאַקע די טעמע האָט ער באַרירט װען ער האָט געקלונגען צו דער שדכנטע אױפֿן צװײטן טאָג. „איך בין נאָך אַלץ נישט זיכער װעגן איר אױסזען,‟ האָט יאַנקל באַמערקט. „איך װײס בכלל נישט. איך קען אַפֿילו נישט געדענקען װי זי זעט אױס פֿון אײן טרעפֿונג ביז דער צװײטער. איך װײס נישט צי איך װאָלט זי געקענט דערקענען װען זי שטײט מיט אַנדערע פֿרױען אין אַ רײ.‟

ס׳איז געװאָרן שטיל. מרים איז געװען מיט אַ צען יאָר עלטער פֿון יאַנקלען. זי האָט פֿאַרמאָגט אַ רויִקן װײַבערישן פֿאַרשטאַנד װי אסתּר המלכּה און דבֿורה הנבֿיאה. סײַ וואַרעם, סײַ געניט.

„לאה איז אַן אױסערגעװײנטלעך שײן מײדל,‟ האָט זי סוף־כּל־סוף געזאָגט. איצט איז איר קול שטאַרקער געװאָרן. „איר אױסזען, װי־זי־זאָל־נישט־אױסזען לױט דיר,‟ האָט זי דערקלערט מיט קאַרגע װערטער װי זי װאָלט געפּסקנט, „טאָר בײַ דיר מער נישט זײַן קײן ענין. אָדער דו נעמסט אָן װי זי זעט אױס, אָדער נישט.‟

יאַנקלען האָט עס דענערװירט. ס׳האָט אים אױסגעזען װי זי פּרוּווט אים צװינגען צו מאַכן אַ באַשלוס. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער געקלערט, טוט זי פּשוט איר אַרבעט ווי אַ שדכנטע. זי וויל מאַכן אַ געשעפֿט. מען קען אַפֿילו באַװוּנדערן וואָס אַ תּלמיד חכמס אַ װײַב איז אַזוי פֿעיִק דערצו. פֿאַר פּרנסה בײַט זי אױס קאַרטאָפֿל און רעטעכלעך אויף באַװל און זײַד פֿונעם פּױער איװאַן, װעלכע זי פֿאַרקױפֿט אין מיל פֿאַר אַ טאָפּעלן פּרײַז. איז נישט קיין חידוש וואָס מרים דריקט אױף אים אַזױ. אפֿשר איז דאָס געװען אים לטובֿה, אָבער ס׳האָט אים נישט דערוואַרעמט צון איר.

המשך קומט