Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 7)

Yankl and Leah (Chapter 7)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

„איך בין פֿרײַ,‟ האָט לאה גוט־מוטיק געזאָגט.

„גוט,‟ האָט ער געזאָגט, פֿילנדיק אַן אינערלעכן װידערשטאַנד צו איר ענטוזיאַזם. „איך װעל דיך זען אַכט אַ זײגער.‟

דאָס מאָל האָט זיך יאַנקלען אײַנגעגעבן צו באָרגן אַן אַנדערן אױטאָ, אַ כּמעט נײַעם אָלדסמאָביל 1998 רידזשענסי.

„אַ פּרעכטיקער אױטאָ,‟ האָט לאה געזאָגט װען ער איז אָנגעקומען צו איר שבת־צו־נאַכטס.

יאַנקל האָט, אַוודאי, זיך געשעמט מיט דעם, װאָס דער אױטאָ איז געװען אַזױ עלעגאַנט. זײַן פֿרײַנד האָט אים כּמעט געצװוּנגען אים צו נעמען. „דו װעסט מאַכן אַן אײַנדרוק!‟ האָט ער געזאָגט.

„אַזאַ מין אײַנדרוק װיל איך דװקא אױסמײַדן‟, האָט ער געענטפֿערט. יאַנקל האָט זיך געזאָרגט װעגן שאַפֿן די ריכטיקע שטימונג. צו װאָס האָט אַ לערנער װי ער געדאַרפֿט אַרומפֿאָרן אין אַן עלעגאַנטן אױטאָ? אפֿשר האָט עס געפּאַסט פֿאַר אַנדערע, אָבער נישט פֿאַר אים.

„אוי גאָטעניו, כאָטש אײן מאָל לאָז זיך װױל גײן!‟ האָט דער חבֿר אויסגערופֿן.

„עס זעט אױס שפּאָגל־נײַ,‟ האָט לאה געזאָגט.

„ס׳איז דער לעצטער מוסטער,‟ האָט יאַנקל נישט־ווילנדיק נאָכגעגעבן. פֿאַקטיש האָט ער גוט געװוּסט, אַז דעם אױטאָ האָט זײַן חבֿר ערשט לעצטנס געקויפֿט, און דער אָדאָמעטער האָט טאַקע אָנגעװיזן אויף בלױז 400 מײַל. ס׳האָט אַפֿילו געשמעקט ווי אַ נײַער אויטאָ.

פֿילנדיק זײַן אומבאַקוועמקײט האָט לאה געזאָגט, „נו, האָסט טאַקע גוטע פֿרײַנד, װאָס לאָזן דיר ניצן זײערע אױטאָס.‟

„געוויסע מענטשן װאָס װילן איך זאָל מצליח זײַן,‟ האָט ער געזאָגט.

„אַזױ? איך בין דיר מקנא. ס׳איז װוּנדערלעך צו קענען מענטשן װאָס װילן דו זאָלסט מצליח זײַן.‟ האָט לאה געזאָגט און איר באַשיידענער שמייכל האָט באַוויזן פּערל־ווײַסע ציינדלעך, וואָס האָבן אים געמאַכט אַ ביסל אומרויִק.

„באמת װילן זײ נישט איך זאָל מצליח זײַן; זײ װילן פּשוט האָבן דעם פֿאַרגעניגן צו זען װי איך בין מצליח. ס׳איז נישט די זעלביקע זאַך.‟ יאַנקל האָט פֿאַרגלאָצט די אויגן אױפֿן װעג פֿאַר אים, אַזױ װי ער װאָלט מורא געהאַט אַראָפּצוגיין פֿון גלײַכן װעג.

„דאָס איז אַ טיפֿער געדאַנק, אַז זײ װילן האָבן דאָס פֿאַרגעניגן צו זען װי דו ביסט מצליח,‟ האָט לאה געזאָגט. „דאָך, דאַכט זיך מיר, אַז דאָס איז נישט אַלץ‟

ס׳איז געװען אַ ביסל מאָדנע, אַז ער האָט נישט געפֿילט פֿאַר נײטיק זיך צו אַמפּערן מיט איר, װי ער האָט עס געטאָן מיט אַלע אַנדערע פֿרױען. אירע װערטער זײַנען אַרײַן אין אים און זײַנען דאָרט פֿאַרבליבן. און דערנאָך, ס׳אַראַ איבערראַשונג, זײַנען זײ זיך װאַרעם צעגאַנגען און באַזעצט בײַ אים אין מאָגן. אױף דעם האָט ער זיך בכלל נישט געריכט. דעם אמת געזאָגט איז ער געװען אַ טאָטאַלער דורכפֿאַל מיט פֿרױען, טײל מאָל אַגרעסיװ און אַנדערע מאָל שװאַך, אומזיכער און פּעדאַנטיש. ער האָט זיך געשעמט מיט זײַן אומפֿעיִקײט, אָבער הײַנט אױף דער נאַכט האָט אַ קלאָרע, קאַלטע לבֿנה און אַן אױסגעשטערנטע נאַכט אײדל געשלאָגן פֿון װינטערדיקע װינטלעך אים געגעבן אַ קלײנע האָפֿענונג, אַז עס װעט אַנדערש װערן פֿון איצטער אָן.

„װײסט װאָס, לאה,‟ האָט ער געזאָגט אַרױסקוקנדיק פֿון אױטאָ. זײ זײַנען איצט געװען אין דעם „גרוב‟, אין דעם טײל פֿון דער „ברוקלין קװינז עקספּרעסװײ‟ װאָס לאָזט זיך אַראָפּ אײדער מען הײבט זיך װידער אױף און זעט די ראַפֿינירטע ליכט פֿון מאַנהעטן אַנטקעגן דעם ברוקלינער פּראָמענאַד. „די פֿראַגע, װאָס דו האָסט מיר געשטעלט די פֿאַרגאַנגענע װאָך װעגן מײַן טאַטנס באַציִונג מיטן אײבערשטן האָט מיך צעטומלט, אָבער זי האָט מיך אױך געצװוּנגען צו טראַכטן.״

„ניין, כ׳האָב זיך באַנאַרישט, געווען צו אַגרעסיוו. איך האָב באמת נישט געמײנט צו זײַן אַזױ. אַ מאָל טרעפֿט עס ניט װעלנדיק. זײַ מיר מוחל.‟ זי האָט אײַנגעבױגן דעם קאָפּ.

„דו דאַרפֿסט זיך נישט מוחל זײַן. איך מײן, אַז דו האָסט עס ערנסט געמײנט. דו דאַרפֿסט נישט שפּילן קײן ראָלע פֿון אַן אומשולדיק מײדל, װאָס װײסט גאָרנישט,‟ האָט ער געזאָגט אַװעקמאַכנדיק מיט דער האַנט דעם געדאַנק. „דו האָסט אױך אַ רעכט צו זײַן ערנסט.‟

לאה האָט געמאַכט מיטן קאָפּ װי ער װאָלט זי פֿאַרשטאַנען. אפֿשר האָט זי געװאָלט מען זאָל זי פּונקט אַזױ פֿאַרשטײן, װי אַן ערנסטן מענטש מיט בלױז אַ קאַפּיטשקע שטיפֿערישקײט. עס איז נאָך אַלץ געװען אַ ביסל קיל אין אױטאָ, האָט זי פֿאַרשפּיליעט דאָס אױבערשטע קנעפּל פֿון איר מאַנטל.

„װען מײנסטו װעט זײַן דער ערשטער שנײ הײַיאָר?‟ האָט לאה געפֿרעגט, אַרױסקוקנדיק פֿון פֿענצטער.

יאַנקל האָט זיך פֿאַרקרימט. אַזאַ באַנאַלע פֿראַגע, האָט ער געטראַכט… „פֿאַרװאָס איז דאָס װיכטיק?‟ האָט ער געפֿרעגט אַ ביסל אומגעדולדיק.

„דאָס איז בלױז אַ שפּיל װאָס איך פֿלעג שפּילן מיט מײַן שװעסטער. װער עס האָט געװוּנען, דער האָט אַ גאַנץ יאָר געהאַט דאָס רעכט צו זיצן פֿון פֿאָרנט װען דער טאַטע האָט געפֿירט דעם אױטאָ אױף משפּחה־עקסקורסיעס.‟

„האָסטו אַ מאָל געװוּנען?‟

„קײנמאָל נישט. כ׳פֿלעג אַלע מאָל זיצן פֿון הינטן.‟

„צו געװינען איז נישט קײן ייִדישלעכער דרך,‟ האָט יאַנקל דערקלערט. „אַ ייִד געװינט נישט. אַ ייִד האַנדלט ערלעך. דאָס הײסט געװינען,‟ האָט ער געזאָגט, אָבער פּונקט װען די װערטער האָבן זיך אים אַרױסגעכאַפּט, האָט ער זיך צעבייזערט אויף זיך אַליין. ער קלינגט אַזוי אױפֿגעבלאָזן ווען ער רעדט אַזוי. אַ מאָל האָט ער טאַקע עפּעס װיכטיקס צו זאָגן, אָבער ער פֿאַרשטייט שוין אַז די װעלט האָט עס נישט אַלע מאָל געזען פֿאַר װיכטיק און מען האָט אים גרינג געקענט פֿאַררעכענען פֿאַר אַ לץ. דאָך האָט ער זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן.

המשך קומט