Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 5)

Yankl and Leah (Chapter 5)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

װען זײ האָבן זיך אַװעקגעזעצט בײַם טיש, האָט לאה אָנגעהױבן, „װי אַזױ באַציט זיך דײַן טאַטע צו גאָט?‟

זי איז געװען אָנגעטאָן אין עפּעס אַ קאָלירפֿולן װײכן בגד, ס׳האָט זיך אים געדאַכט. זײַנע אױגן האָבן געװאַנדערט איבער דעם רעסטאָראַן אײדער זײ האָבן זיך אומגעקערט צו זײַן טעפּל טײ. נאָר איצט דערהערנדיק די אומגעריכטע פֿראַגע, האָבן זיך בײַ אים די הענט, װאָס האָבן געהאַלטן דאָס טעפּל טײ פֿון בײדע זײַטן, צעשפּרײט. „װאָס?‟

„יאָ, מיט גאָט. װאָס פֿאַראַ באַציִונג האָט ער מיטן אײבערשטן?״

די פֿראַגע האָט יאַנקלען צעבײזערט, כאָטש ער האָט נישט געװוּסט פֿאַרװאָס. ער האָט קײנמאָל פֿריִער נישט געטראַכט װעגן אַזאַ מין זאַך. אפֿשר װײַל ער האָט בכלל קײן סך נישט געטראַכט װעגן דעם אײבערשטן, װי זי האָט אים גערופֿן. די פֿראַגע האָט אים פֿאַרשעמט.

„איך מײן, ס׳איז אַ באַרעכטיקטע פֿראַגע”, האָט יאַנקל זיך געפּלאָנטערט, „אָבער…‟ ער האָט געפּרוּװט געפֿינען די פּאַסיקע װערטער און װי־ניט־װי, האָט ער על פּי נס זײ געפֿונען: „ איך מײן, אַז פֿאַר מײַן טאַטן איז ישׂראל, מדינת ישׂראל זײַן גאָט.‟ דאָס איז געװען אַ שאָקירנדיקע דערקלערונג. יאַנקל איז געװען איבערראַשט, אַז ער האָט געזאָגט עפּעס אַזױנס. ער האָט זיך נישט געריכט אױף דעם. „ארץ ישׂראל שלמה‟, האָט ער ממשך געװען. „די שטחים, די ייִשוּבֿים, יונגעלײַט מיט טאַנקען, ביקסן, פֿליִענדיקע ציצית, תּפֿילין, נימרד סאַנדאַלן… דאָס איז מײַן טאַטנס גאָט.״

יאַנקל האָט מעלאַנכאָיש אַרײַנגעקוקט אין זײַן טעפּל טײ. עס איז אים פֿריִער נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זײַן גאָט איז נישט געװען דער זעלביקער װי זײַן טאַטנס גאָט. פֿאַקטיש איז ער געװען שטאַרק אַנדערש.

לאה איז שטיל געװאָרן און האָט אומרויִק געטאַפּט איר בײַטל. זי האָט אױסגעזען פֿאַרשעמט, װי זי װאָלט נישט געקענט גלײבן, אַז זי האָט טאַקע געשטעלט די פֿראַגע. האָט זי טאַקע באַקומען דעם ענטפֿער?

לאה האָט זיך אַנטשולדיקט און ער האָט געזען, אַז זי איז געגאַנגען צום צאָל-טלעפֿאָן. װעמען האָט זי געקענט קלינגען? עפּעס אַ קופּיד, אַ פֿאַרטרױער אפֿשר? פֿרױען זײַנען נישט צו פֿאַרשטײן.

עס האָט אים שטאַרק געאַרט, אַז ער האָט אַזױ שטאַרק געװאָלט װיסן װאָס טוט זיך בײַ די מײדלעך אין קאָפּ. דאָס איז געװען אַן אײגנאַרטיקע פּײַניקונג. ער האָט זיך דערמאָנט װעגן די לעצטע פּאָר טרעפֿונגען מיט פֿרױען. יעדעס מאָל האָט ער זיך געפֿילט פֿאַרשעמט. אײנע, מינדי, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש געזאָגט דער שדכנטע, אַז ער איז „אַ װױלער בחור‟, אָבער ער האָט זיך געפֿירט װי אײנער פֿון די „קיסטאָן קאַפּס‟. (איז װאָס, אַז ער האָט פֿאַרגעסן די שליסלען אין רעסטאָראַן, און האָט געמוזט צוריקגײן עטלעכע גאַסן?) נאָך אַ מײדל, יוכבֿד, האָט אים געפֿרעגט פֿאַרװאָס זײַן מאַמע איז געװען אַזױ אַלט װען זי האָט אים געהאַט. „פֿערציק איז נישט אַלט‟, האָט ער איר בײַסיק געענטפֿערט. פֿון דער שדכנטע האָט ער זיך דערװוּסט, אַז זי האָט געזאָגט, אַז ער איז נערװעיִש און אַ מרוק. ס׳איז אמת, אַז פֿרױען האָבן אים געקענט אַרײַסברענגען פֿון די כּלים, אָבער זײ זײַנען אױך נישט קײן מאלכים. און דאָך, איצט מיט לאהן, כאָטש ער האָט זיך געפֿילט אומבאַקװעם מיטן שמועס, האָט ער זיך יאָ געפֿילט באַקװעם מיט איר.

ער האָט געקוקט װי זי האָט אױפֿגעהאָנגען דאָס טעלעפֿאָן־טרײַבל און זיך אומגעקערט צום טיש. ער האָט באַמערקט װי זי האָט אַ גלעט געטאָן די טונקעלע האָר אירע. זי האָט געהאַט שטאַרק שײנע האָר. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז זײ זײַנען װי אַ ים-כװאַליע.

„דאָס איז געװען אַ פֿײַנע פֿראַגע״, האָט יאַנקל געזאָגט און זיך אַלײן איבערראַשט קוקנדיק דירעקט אױף איר צום ערשטן מאָל. „זי איז מיר שטאַרק געפֿעלן. לאָמיר כאַפּן אַ קורצן שפּאַציר. איך מײן, אַז עס האָט שױן אױפֿגעהערט צו רעגענען.‟

נישט מער װי צװײ שעה נאָך דעם װי ער איז צום ערשטן מאָל געקומען צו לאהס טיר, האָט יאַנקל אַװעקגעשטעלט דעם ביויִק פֿאַר איר הױז. װאָס איז געשען אין דער קורצער צײַט װאָס זײ האָבן פֿאַרבראַכט אין רעסטאָראַן און אױפֿן שפּאַציר? זײ האָבן נאָר גערעדט װעגן אַ פּאָר זאַכן, אָבער אַלץ איז געװען אַנדערש. עפּעס האָט זיך געביטן. עפּעס האָט פּאַסירט צװישן זײ. ער האָט עס געפֿילט, װי אַ װירוס אָדער אַ פֿאַרקילונג, אָבער אין דעם פֿאַל איז עס געװען פֿאַרקערט, עפּעס גוטס. ער האָט דאָס געפֿיל געפּרוּװט אַװעקמאַכן מיט דער האַנט; אַזעלכע געפֿילן האָט ער שױן נישט אײן מאָל פֿריִער געהאַט, נאָר עס האָט זיך פֿון זײ אױסגעלאָזט אַ בױדעם, און עס האָט געפּלאַצט דאָס בלעזל פֿון זײַן באַגער. ער האָט פּלוצעם געפֿילט, אַז ער מוז אױפֿהאַלטן דאָס געפֿיל מיט אַלע כּוחות. אָבער װי אַזױ?

„איך האָב גוט פֿאַרבראַכט,‟ האָט לאה געזאָגט מיט אַן אומזיכער קול װען זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף די טרעפּ צו איר טיר. ער האָט עפּעס געװאָלט זאָגן, אָבער נישט געװוּסט װאָס, האָט ער גאָרנישט געזאָגט.

אױף צומאָרגנס האָט יאַנקל זיך אױפֿגעכאַפּט מיט אַן אומבאַקװעם געפֿיל. ער האָט פּשוט נישט געקענט פֿאַרשטײן װאָס איז פֿאָרגעקומען. פֿאַרװאָס האָט ער נישט געזאָגט דעם אמת? ער האָט דאָך יאָ גוט פֿאַרבראַכט! פֿאַרװאָס? אפֿשר האָט ער יאָ געדאַרפֿט גײן צו אַ פּסיכאָלאָג. ער האָט דאָך געלעבט אין דעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ מענטש האָט געהאַט װוּ צו גײן זיך צו פֿילן בעסער, אָדער אױספּלאָנטערן זײַנע ענינים לכּל הפּחות. אָבער מערסטנס האָט ער זיך געשעמט מיט זײַן אומפֿעיִקײט.

עס איז געװען זונטיק אין דער פֿרי, נאָך אַלץ חנוכּה. אַ סך פֿון די ישיבֿה־לײַט האָבן געהאַט אַװעק, אָבער װוּ האָט יאַנקל געהאַט צו גײן? צו דער מאַמען אױף דער 8ער גאַס אין בענסאָנהױרסט, אין אַ טענעמענט װאָס האָט זיך געפֿילט מיט דער נעכטיקער װעטשערע, מאַטע ליכט אין די קאָרידאָרן, אַ ליפֿט מיט אַ רונדיק פֿענצטערל און גרױסע שװאַרצע קנעפּלעך צו דריקן? אין דער צײַט זונטיק אין דער פֿרי, האָט מען געקענט זען עלטערע און ייִנגערע מענטשן טאָפּטשען מיט זײערע װעש־װעגעלעך מיט פּלאַסטישע פֿלעשער װעש־זײף אױפֿן װעג אַראָפּ צו דער װעשערײַ אין קעלער, װוּ עס געפֿינען זיך די װאַשמאַשינען און טרוקן־מאַשינען. אין אַרײַנגאַנג צום בנין איז געשטאַנען אַן עלעקטרישער חנוכּה־לאָמפּ מיט אָראַנזשעװע לעמפּלעך לעבן אַ ניטלבױם און אַ לײַכטנדיקן סאַנטאַ קלאָז. נײן, עס איז בעסער צו לערנען גמרא אין לערנזאַל, אין בית־מדרש… אין אַ װאָס עס־זאָל־נישט־זײַן בית־מדרש.

המשך קומט