Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 4)

Yankl and Leah (Chapter 4)

פֿון שמעון ישׂראל פֿויערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

יאַנקל האָט זיך דערמאָנט צו עפֿענען דעם אױטאָ אױף לאהס זײַט. ס׳איז געװען מאָדנע; כאָטש דער אױטאָ איז געװען אַלט, איז עס גלײַכצײַטיק געװען פֿאָרגעשריטן פֿאַר זײַן צײַט. די טירן האָבן זיך פֿאַרשלאָסן און געעפֿנט עלעקטראָניש, אָבער דעם שאָפֿערס זײַט איז קאַליע געװאָרן.

אין יעדן פֿאַל, איז יאַנקל געװען נערװעז. עס האָט זיך אין אים אײַנגעגריבלט אַ געפֿיל סײַ פֿון שרעק סײַ פֿון דערװאַרטונג. ער האָט זיך קױם געקענט קאָנצענטרירן אױפֿן פֿירן דעם אױטאָ אין דעם קאַלטן רעגן. די פֿענצטער־װישערס האָבן זיך געראַנגלט מיט זײער אַרבעט, אָבער זײ זײַנען שױן געװען אָפּגענוצט און האָבן נישט געטױגט. אָנשטאָט אָפּצוּװישן די װינטשױב, האָבן זײַ זי פֿאַרשמירט מיט פּאַסמעס שמוץ.

„גאָטעניו! װי אַזױ קענסו זען?״ האָט לאה געזאָגט. „װילסט איך זאָל אַרױסגײן און אָפּרײניקן די װישערס? איך האָב אַ גוטן מיטל!”

דאָס האָט יאַנקלען אַ שטױס געטאָן. אַ פֿרױ װאָס האָט אַ מיטל אױף אָפּצורײניקן פֿענצטער־װישערס! ער האָט קױם געװוּסט װי אַזױ אַרײַנצושטעקן אַ שליסל אין אַ שלאָס. „ס׳איז נישט נייטיק, זײַ זיך ניט מטריח. איך קען זען גוט גענוג,״ האָט ער געזאָגט זאָרגנדיק זיך, אַז דאָס מײדל זאָל חלילה נישט אַרױסגײן און טאַקע פֿאַרריכטן זײַנע פֿענצטער־װישערס אינעם װינטער־רעגן.

יאַנקל איז ווײַטער געפֿאָרן אױף קינגס הײַװײ.

„ביסט זיכער אַז דו קענסט זען?” האָט זי אַ דערשראָקענע געפֿרעגט.

„אַװדאי קען איך זען!״

זײ זײַנען געפֿאָרן שװײַגנדיק, באַגלײט פֿון די קלאַנגען פֿון די פֿענצטער־װישערס. אַפֿילו נישט קוקנדיק אױף איר האָט ער געקענט שפּירן איר אומרויִקײט. ס׳איז געװען קלאָר, אַז זי איז פֿאַרטיפֿט אין אירע געדאַנקען.

„װאָס זאָל איך טאָן?” האָט זי געפֿרעגט, ווי צו זיך אַליין. „זאָל איך זיך לאָזן דערהרגענען לשם אַ מאַנס שטאָלצקײט? דערצו אַ מאַן, װאָס איך קען בלויז פֿינף מינוט לאַנג?״ און דערנאָך צוגעגעבן: „װײסט װאָס? איך בין גרײט דאָס צו טאָן.‟

יאַנקל האָט אױפֿגעציטערט, אָבער נאָך אַ פּאָר סעקונדעס איז ער אַראָפּגעפֿאָרן פֿון װעג און אָפּגעשטעלט דעם אױטאָ. ער איז אַרױס און האָט גענומען װישן די פֿענצטער־װישערס מיט אַ שמאַטע פֿון באַגאַזשניק. „לאה, דו האָסט טאַקע אַ מיטל פֿאַר די פֿענצטער־װישערס?‟ האָט ער נאַרישעװאַטע אַ פֿרעג געטאָן.

„זיכער,‟ האָט זי געענטפֿערט. „ערשטנס, דאַרף מען ניצן אַ רײנעם פּאַפּירענעם נאָז־טיכל‟. דערבײַ האָט זי אַרױסגענומען עטלעכע פֿון אַ פּעקל אין איר בײַטל. „דאַן, דריקט מען אים צו צו דער גומע פֿונעם פֿענצטער-װישער צװײ מאָל, אָט אַזױ. אַזױ נעמט מען אַראָפּ דעם שמוץ פֿון דער גומע.‟

זײ זײַנען צוריק אַרײַן אין אױטאָ און ווײַטער געפֿאָרן, דאָס מאָל — מיט רײנע פֿענצטער.

„דאָס הײסט טאַקע אָנהײבן אױף דאָס נײַ,‟ האָט ער געזאָגט. נאָר געטראַכט האָט ער, „װאָס נאָך קען זי טאָן בעסער פֿון מיר? לערנען רשב״א, קצות? און אפֿשר נאָך װײניקער באַקאַנטע פּירושים?‟

„פֿון װאַנען קענסטו מרים די שדכנטע?‟ האָט לאה געפֿרעגט. דאָס איז געװען אַ געװײנטלעכע, אָבער דענערװירנדיק באַנאַלע פֿראַגע. נאָכן ענטפֿערן העפֿלעך, האָט יאַנקל געפֿילט, אַז ער דאַרף אָפּצאָלן מיט אַן אײגענער באַנאַלער פֿראַגע. „װי לאַנג װױנט איר שױן דאָ?‟ — אַ פֿראַגע װאָס ער האָט שױן געװוּסט דעם ענטפֿער אױף איר פֿון מרים.

„דײַן טאַטע איז אַ גרינער?‟ האָט יאַנקל נאָך אַ מאָל געפּרוּװט.

„יאָ, ער איז פֿון רומעניע, פֿאַקטיש פֿון טראַנסילװעניע.‟

„אַ לעבן געבליבענער?‟ האָט ער געפֿרעגט, זיכער פֿונעם ענטפֿער, בעת ער האָט פֿאַרקערעװעט דעם אױטאָ אױף אָשען עװעניו.

„יאָ און נײן. ער איז געװען אין אַן אַרבעטס־לאַגער אין בעסאַראַביע, דערנאָך אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אַ קורצע צײַט. װי עס זאָל נישט זײַן, האָט ער באַװיזן צו אַנטלױפֿן קײן קוראַסאַו. מיר איז בכלל נישט קלאָר. אַזױ איז ער אַרײַן אין דער מלאָכה פֿון מאַכן היטלען — אין קוראַסאַו.‟

„אין װאָסער שול האָט ער דיך געשיקט?‟ האָט יאַנקל געפֿילט אַ פֿליכט צו פֿרעגן, שפּירנדיק, אַז ער מוז זיך באַמיִען, כּדי דער שמועס זאָל ווײַטער אָנגיין.

„אין די געװײנטלעכע נודנע שולן: ׳בית יעקבֿ׳ עלעמענטאַר־שול, ׳פּראָספּעקט פּאַרק מיטלשול׳… איך האָב זיך באמת נישט קיין סך געלערנט ביז איך בין אַרײַן אין סעמינאַר.‟

יאַנקל האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ נישט לײגנדיק קײן אַכט. די באַהײצונג־סיסטעם אין אױטאָ האָט אַרױסגעלאָזט אַ פּאָר מאָל אַ ביסל פּאַרע און לאה האָט אױסגעבונדן איר שאַליק. „און װער האָט פֿאַר דיר אױסגעקליבן די ישיבֿות?‟ האָט זי געפֿרעגט.

„פֿאַקטיש, האָב איך דאָס אַלײן געטאָן. דער טאַטע האָט געװאָלט, אַז איך זאָל גײן אין די מער ליבעראַלע ישיבֿות, װי די ישיבֿה פֿון פֿלעטבוש, צי אַפֿילו ׳עם־טי־אײ׳. איך האָב זיך אָבער אָפּגעזאָגט. ער איז מײַן טאַטע, אַ פֿאַרברענטער ציוניסט. איך האָב זיך תּמיד געשעמט מיט זײַן שרײַיִקן אופֿן פֿון אויפֿפֿירן זיך.‟

יאַנקל האָט דערפֿילט װי עס פֿאַררייטלען זיך די באַקן זײַנע. פֿאַרװאָס האָט ער גערעדט װעגן דעם טאַטן, אַן אָנגעװײטיקטן ענין? ער האָט זיך דאָך מיט איר נאָר װאָס באַקענט, אָבער פֿון דעם מאָמענט װען זי האָט פֿאַרראָכטן די פֿענצטער־װישערס, האָט ער דערפֿילט, אַז ער קען זיך נאָך אַלײן איבערראַשן, און עפּעס נײַס קען געשען.

זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַם רעסטאָראַן. זיצנדיק ווײַטער אין אױטאָ (זײ האָבן זיך נישט געײַלט), האָט דאָס נעאָן־ליכט פֿונעם רעסטאָראַן זײ באַגאָסן מיט זײַן שײַן. ער האָט נישט געקוקט אויף לאהן; דאָך האָט ער געזען די קאָנטורן פֿון אײן זײַט פֿון איר פּנים, װאָס האָט געשײַנט מיט אַ שימער פֿון אַ האַלבער לבֿנה.

עפּעס בײַ לאהן אין פּנים האָט אים פֿאַרכאַפּט. ער האָט דערפֿילט װי די מאַשינעריע אין אים שטעלט זיך אָפּ אױף אַ האַלבע סעקונדע. אין אַן אױגנבליק איז עפּעס געבליבן שטײן. יאָ, יאָ. ער האָט יענעם געדאַנק אָבער אָפּגעשטופּט אין אַ זײַט.

המשך קומט