Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 3)

Yankl and Leah (Chapter 3)

פֿון שמעון ישׂראל פֿױערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:

Yehuda Blum

און אַזױ, נאָך אַ קורצן אױבנאױפֿיקן שמועס האָט מען אַראַנזשירט אַ טרעפֿונג. ער האָט געזאָלט זיך טרעפֿן מיט אַ לאה שפּילמאַן (ער האָט דאָס פֿאַרשריבן אין זײַן באַשטעלונג־ביכעלע), טאָכטער פֿון אײב און העלען שפּילמאַן, פּליטים פֿון דער אַלטער הײם וואָס וווינען איצט אין איסט פֿלעטבוש. „אַ באַשטעלונג‟ איז װי יאַנקלס ראָש־ישיבֿה פֿלעגט דאָס רופֿן — קײנמאָל נישט קײן ראַנדקע. אַ בן־תּורה גײט נישט אױף קײן ראַנדקעס.

מיט צװײ טעג שפּעטער האָט יאַנקל געהאַלטן אין דער האַנט אַ שטיקל פּאַפּיר אױף װעלכן ער האָט פֿאַרשריבן איר אַדרעס. עס איז געװען מוצאי־שבת, גלײַך נאָך שבת, און יאַנקל האָט געבאָרגט זײַן חבֿרס אױטאָ — אַ ביויִק פֿורגאָן־אױטאָ מיט פֿעטע פֿלעקן אױפֿן באַציִעכץ פֿון די געזעסן, און מיט נױט־קאַבלען אין באַגאַזשניק. יאַנקל האָט זיך געפֿילט נאַריש פֿירנדיק דעם גיגאַנט, אָבער ס׳איז געװען בעסער װי פֿאָרן מיטן אױטאָבוס. דער אויטאָ האָט זײ באַשיצט פֿון דער קעלט און פֿונעם רעגן, און זײ האָבן געקענט צופֿאָרן צום באַקאַנטן מילכיקן רעסטאָראַן אין פֿלעטבוש — „װײַסעס‟, אָדער אין אַן אַנדער אָרט אױף טײ. „מע קען מיר מוחל זײַן פֿאַר פֿירן אַזאַ מין אױטאָ,‟ האָט יאַנקל זיך געפּרוּווט באַרויִקן װען ער האָט פֿאַרקנעפּלט זײַן רעקל און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף די טרעפּ אַ קװעטש צו טאָן דאָס גלעקל.

שפּילמאַן, דער טאַטע, האָט געעפֿנט די טיר. ער איז געװען אַ נידעריקער מיט אַ געגאָלט פּנים, נאָך אַלץ אין זײַן שבת־אָנצוג, אָבער אָן אַ קראַװאַט. אױפֿן טיש אין עסצימער האָט יאַנקל געזען דאָס רעשטל פֿון דעם הבֿדלה־ליכט, אַ האַלב לײדיקן זילבערנעם בעכער און אַ פֿלעשל ביליקן „קדם‟־װײַן, װאָס מען האָט גענוצט אָפּצומערקן דעם סוף פֿון שבת.

„גוט־װאָך,‟ האָט אים שפּילמאַן באַגריסט.

„אַ גוטע װאָך און אַ גוט יאָר,‟ האָט יאַנקל געענטפֿערט.

„פֿון װאַנען קומט איר?‟

„פֿון עװעניו קײ און דרײַצנטער גאַס.‟

„נישט װײַט.‟

„נישט װײַט,‟ האָט יאַנקל איבערגעחזרט.

שפּילמאַן האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין סאַלאָן.

יאַנקלס בליק האָט אַרומגעכאַפּט צװײ פֿאָטעלן באַשיצט מיט פּלאַסטיק און אַ שיסל צוקערלעך מיט פֿרוכט אױפֿן טישל. ייִדישע צײַטונגען זײַנען געלעגן אױף אײנעם פֿון די פֿאָטעלן און אַ פּאָר ברילן מיט אַ קײטעלע איבער זײ.

„פֿון װאַנען זײַנען די עלטערן?‟ האָט שפּילמאַן געפֿרעגט.

יאַנקל האָט פֿײַנט געהאַט די פֿראַגע, כאָטש ער האָט געװוּסט, אַז ער קען זי נישט אויסמײַדן. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מע פֿרעגט נישט צוליב דער אינפֿאָרמאַציע, נאָר כּדי אים און זײַן משפּחה צו שטעלן אין אַ געוויסן שניט, אין אַ באַקאַנטער קאַטעגאָריע. און פֿאַקטיש, האָט מען זײַן טאַטן נישט געקענט שטעלן אין קײן קאַטעגאָריע. דער טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין לובאָמל, אַ פּױליש שטעטל, און געקומען קײן אַמעריקע צו דרײַ יאָר. ער האָט נישט געהאַט קײן שפּור פֿון אַן אַקצענט אױף ענגליש און איז געװען אין גאַנצן אַמעריקאַניזירט. ער האָט געלערנט אין אַ באַװוּסטער אַמעריקאַנער ישיבֿה, און נאָך דעם געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ, געאַרבעט אין די עפֿנטלעכע שולן — נאָר ער איז פֿאַרבליבן אַ פֿאַרברענטער ציוניסט. זײַן אָבסעסיע מיט ארץ ישׂראל און זײַן איבערגעגעבנקײט צו אַ פּראָגרעסיװער אָרטאָדאָקסישער ייִדישקײט האָט יאַנקלען כּסדר פֿאַרשעמט. פֿאַקטיש, האָט זײַן טאַטע מסתּמא אין דעם מאָמענט זיך געפֿונען אין ישׂראל, אױף אַ מושבֿ אױף די בערגלעך פֿון יהודה װוּ מען מעלקט די קי, און זיך צוגעהערט צו עמיצן װאָס שפּילט אױף אַ גיטאַר. זײַן מאַמע האָט זיך לאַנג צוריק געגט מיט זײַן טאַטן און האָט געלעבט אַ שטיל לעבן אין אַ דירה אין בענזאָנהױרסט. עס איז אים נישט געװען אײַנגענעם צו רעדן װעגן דעם אַלעמען.

„מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן און געקומען קײן אַמעריקע װי אַ קלײן קינד.” האָט ער גיך געזאָגט.

עס האָט געדױערט אַ סעקונדע אײדער שפּילמאַן האָט פֿאַרשטאַנען.

מען האָט דערהערט קלאַנגען פֿון פֿוסטריט אױפֿן טעפּיך פֿון אױבן.

די צװײ האָבן אַ קוק געטאָן אײנער אױפֿן צװײטן װי אין אַ שטילן אָפּמאַך צו לאָזן דעם שמועס אױסגײן. און פּונקט דעמאָלט איז אַראָפּגעקומען לאה.

יאַנקל, אין זײַן אַלײן געצװוּנגענער באַשײדנקײט האָט אָפּגעװאָנדן זײַן בליק, אָבער אַפֿילו אין דער האַלבער סעקונדע פֿון נישט קוקן האָט ער דערפֿילט אַ װײכן ריר פֿון קלאַנג־כװאַליעס מיט פּאָזיטיװע װיבראַציעס.

„איך װעל אײַך בײדן לאָזן גײן”, האָט שפּילמאַן האַסטיק דערקלערט און זײ געגעבן אַ צײכן צו גײן. ער האָט זיך צוריקגעדרײט אַ ביסל צו זאָגן „עס איז גוט געװען זיך מיט אײַך צו באַקענען” גײענדיק אַרױף אױף די טרעפּ. יאַנקל האָט זיך אַ נױג געטאָן און אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ.

און אַזױ זײַנען די צװײ אַרױסגעגאַנגען צוזאַמען אין דעם דראָבנעם רעגן.

המשך קומט