Creative Works By Our Readers

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 1)

Yankl and Leah (Chapter 1)

פֿון שמעון ישׂראל פֿױערמאַן

  • Print
  • Share Share

דער „פֿאָרווערטס‟ הייבט די וואָך אָן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דאָס לעבן פֿונעם ישיבֿה־בחור איז אַ באַקאַנטע טעמע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי מע זעט בײַ י. ל. פּרץ, חיים גראַדע און יצחק באַשעוויס זינגער. הגם דער איצטיקער ראָמאַן קומט פֿאָר אין אַ גאָר אַנדער תּקופֿה, שפּיגלט ער אָפּ די אייביקע באַמיִונגען אין דער פֿרומער וועלט צונויפֿצופֿלעכטן מאָדערנע ווערטן מיט ענינים פֿון הלכה, אמונה און טראַדיציע.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבוים האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


Yehuda Blum

יאַנקל איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף די טרעפּ אין אינטערנאַט אָנצוצינדן דאָס חנוכּה־לעמפּל. אין דרױסן איז געפֿאַלן אַ געמיש פון רעגן מיט שנײ. אינעװײניק האָט געסישעט דער אַלטער אײַזערנער קאַלאָריפֿער. חנוכּה איז הײַיאָר געװען שפּעט, סוף דעצעמבער. און די אַרױפֿגעצװוּנגענע פֿרײלעכקײט פֿון דעם יום־טובֿ, װאָס איז געװען אוממעגלעך אָפּצושײדן זי אין זײַנע געדאַנקען פֿון דעם אין־סופֿיקן טומל און ליכט פֿון דער חגא, האָבן אױף אים אָנגעװאָרפֿן אַ טרױער און פֿינצטערניש, װי די גאַנצע שװערע צײַט װאָלט אַרױפֿגעלײגט געװאָרן אױף אים.

ער האָט נאָך אַלץ געדענקט דעם טאָג װען ער האָט איבערגעטראָטן דעם שװעל פֿון דער ישיבֿה מיט 15 יאָר צוריק. פֿופֿצן יאָר! די אײנזאַמקײט! דערצו האָבן אַלע זײַנע פֿרײַנד שױן חתונה געהאַט און האָבן געהאַט צו אײן אָדער צװײ קינדער, בשעת ער, יאַנקל, האָט פֿאַרבראַכט זײַנע טעג אין ישיבֿה אַרומגערינגלט פֿון אַלע מאָל אַ נײַעם שניט יונגעלײַט, װאָס האָבן געלערנט גמרא. כאָטש 28 יאָר קען קלינגען יוגנטלעך אין טײל קרײַזן, קלינגט עס אין דער ישיבֿה־װעלט שיִער נישט ווי דער עלטער פֿון אַ פּענסיאָנער װאָס גרײט זיך צו באַקומען „סאָשעל סעקיוריטי‟. נאָך מער, אין זײַן גאַרניטער און קראַװאַט און מיט זײַן קניפּלאָזן הוט, האָט ער דערמאָנט אין אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה. זײַנע ברילן זײַנען געװען פֿון דער מאָדע פֿון די 1970ער און ער האָט זיך אַרומגעשלעפּט אין שיך מיט גומענע פּאָדעשװעס און רונדיקע שפּיצן.

פּונקט דעמאָלט האָט ער דערהערט װי עמיצער רופֿט זײַן נאָמען פֿון דער װײַטנס אין קאָרידאָר: „יאַנקל, ס׳איז דאָ אַ טעלעפֿאָן פֿאַר דיר.‟ פֿון אָנהײב האָט ער געמײנט, אַז ס׳איז דער פֿאָטער, אָבער ער האָט זיך געכאַפּט, אַז זײַן פֿאָטער איז געהאַט אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל און ער װאָלט ניט געקלונגען אין דער צײַט, סײַדן…

„האַלאָ? יאַנקל? דאָ רעדט מרים.‟ ער האָט באַלד דערקענט דאָס װײכע פֿאַרלאָזלעכע קול פֿון דער שדכנטע. כאָטש ער האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ סך יונגע פֿרױען, אַלע מאָל אַ דאַנק מרימס באַמיִונגען, איז קײנמאָל גאָרנישט אַרױס דערפֿון. ער האָט געװוּסט, אַז ער מוז חתונה האָבן, אָבער ס׳האָט זיך אים געדאַכט ווי ער שטייט בײַם ברעג און קוקט אױפֿן ברײטן ים, וואַרטנדיק אױף אַ שיף, װאָס ער איז אַפילו ניט געװען זיכער, צי זי עקזיסטירט בכלל.

„יאַנקל, איך האָב עמיצן פֿאַר דיר. זי איז אַ גוטער מענטש און זי װעט דיר געפֿעלן.‟

„גוט‟ איז דווקא ניט געװען װאָס יאַנקל האָט באַגערט, נאָר עפּעס אַנדערשס, אַ סך מער קאָמפּליצירט און אַ סך טונקעלער װי „גוט‟, כאָטש ער האָט דאָס נישט געוואָלט אָנערקענען אַפֿילו פֿאַר זיך אַליין.

„זי איז אַ מײדל פֿון אַ גאָטס־פֿאָרכטיקער הײם. זײ זײַנען ניט קײן שטאַרק־אָנגעזעענע, ניט אין דעם געװײנטלעכן זינען, אָבער זײער וווילע מענטשן — באַלאַבאַטישע לײַט.‟ די שדכנטע האָט אויסגערעכנט די משפּחה־געשיכטע: „דער פֿאָטער איז אַן אונגאַרישער, אַ לעבנסגעבליבענער, אפֿשר פֿון טראַנסילװאַניע אָדער רומעניע. ער מאַכט אָדער פֿאַרקױפֿט היטלען. ער האָט אַ געשעפֿט אין װיליאַמסבורג אָבער ער װױנט אין פֿלעטבוש. זי איז 23, זײער קלוג, געלערנט. איך מײן, אַז עס װעט דיר אויך געפֿעלן װי זי זעט אױס. קען איך דיר געבן איר טעלעפֿאָן־נומער?‟

„זיכער,‟ האָט יאַנקל געענטפֿערט, כאָטש זײַן ענטפֿער איז געװען אױטאָמאַטיש — אַן ענטפֿער פֿון אײנעם װאָס האָט ניט קײן ברירה און ניט קײן ענטפֿערס. „װאַרט צו.‟ ער האָט געלאָזט דאָס טעלעפֿאָן־טרײַבל הענגען בעת ער האָט אָנגענומען אַ פֿעדער און אַ שטיקל פּאַפּיר. „װאָס איז איר טעלעפֿאָן־נומער?‟

המשך קומט


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.