Boris Sandler

דאָס דערקענען מאָדי, אָדער נישט פֿאַרגעסן חווהן

Recognizing Modi, or Not Forgetting Eve

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

צי כ’האָב זי ליב געהאַט — איך ווייס ניט
וועט ווינטער מוחל זײַן מײַן זינד
אין כמאַרעס ווי אין פּעלץ זיך באַהאַלטן
די ליבעס שטילע מיטן ווינט
און גייען אויס אין טאָג אַ קאַלטן 1
גיאָם אַפּאָלינער

1

Yehuda Blum

אין יענע ווײַטע טעג פֿון מײַן סטודענטשאַפֿט האָב איך איבערגעלעבט די ערשטע ליבע־דראַמע. איך בין זיכער געווען, אַז חווה, באַשאַפֿן פֿון מײַן ריפּ, איז געוואָרן אַ טייל פֿון מיר גופֿא. ריכטיקער, אַז מיר ביידע זײַנען איין גאַנצקייט, און נישט נאָר דעמאָלט, ווען אונדזערע גופֿים פֿלעכטן זיך איבער אַזוי ענג, אַז עס בלײַבט נישט קיין שפּאַרונקעלע און גריבעלע אויף אונדזער לײַב, עס זאָל נישט געווען זײַן אויסגעפֿילט פֿון אַ צווייטן. דער שווייס האָט אַראָפּגערונען פֿונעם רינוועלע אויף אונדזער אייבערשטער ליפּ, וואָס מיר האָבן אַראָפּגעלעקט מיטן שפּיץ־צונג, איידער דער קוש האָט ווידער צונויפֿגעשלאָסן אונדזערע ליפּן. ס’איז אַ וווּלגאַרער ליגן צו זאָגן, אַז דער קוש איז זיס; ער האָט דעם זעלבן טעם וואָס בלוט, סײַדן עטוואָס געזאַלצענער.

אין אַן אינדערפֿרי האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט, און חווהן לעבן זיך נישט געפֿונען. ס’איז אַזוי אויך פֿריִער געשען, אָבער אין יענעם אינדערפֿרי… כ’האָב דורשטיק אַראָפּגעשלונגען דאָס ביטערע קאַשקעלע אין מויל, ווי כ’וואָלט דערמיט געקאָנט אָנזעטיקן מײַן מאָגערן מאָגן, און פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז מער וועל איך זי נישט זען. זי האָט מיר אומגעקערט מײַן ריפּ, כ’זאָל, אַפּנים, ווערן צוריק אַזאַ ווי אַלע אַנדערע — נישט בעסער און נישט ערגער — אַ פּשוטער בן־אָדם. בין איך געלעגן און געגלעט מיט דער דלאָניע דעם הייסן פֿלעק פֿון דער לינקער זײַט, פּונקט דאָרט, וווּ נאָך מיט עטלעכע שעה צוריק האָב איך געפֿילט דעם פֿײַכטן צוריר פֿון חווהס באַק און איר שטילן רויִקן אָטעם. חווה אַליין האָט זיך ווי פֿאַרוואַנדלט אין אָט דעם הייסן פֿלעק, וואָס כ’האָב אים אַ נאָמען געגעבן — “פֿאַר־לוירע־נער־גן־עדן”.

כ’האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איינציקע, וואָס עס בלײַבט מיר איצט, איז צו פֿאַרמאַכן די אויגן און זיך פֿאַרגעסן אין אַ שלאָף, אין אַ פֿאַרטשאַדעטקייט, אין אַ חלום אָן אַ סוף…

די האַרבע קנוילן פֿון מײַן חלום האָבן זיך פּאַמעלעך צעשווענקט, און ס’איז געבליבן אינעם רוים הענגען אַ בילד־שיין ברייט מענעריש פּנים, מיט אויסגעטאָקטע ליפּן און נאָז — אַמאַדעאָ מאָדיליאַני. די אמתע שיינקייט האָט אָבער אַרויסגעשטראַלט פֿון זײַנע אויגן — גרויסע און שוואַרצע, וואָס פֿאַרמאָגן נאָר די יורשים פֿון אַלטע ייִחוסדיקע ייִדיש־איטאַליענישע משפּחות. דער ווינט פֿון ייִדישן נע־ונעד האָט אַרײַנגעבראַכט זײַנע ווײַטע אָבֿות פֿון מיטעלן מיזרח אין געבענטשטן רוים. דאָרט האָט זײַן עלטער־זיידע, פֿול מיט יוגנטלעכע האָפֿענונגען, געחלומט צו פֿאַרפֿלאַנצן זײַן אייגענעם ווײַנגאָרטן; אָבער אויך רוים, וואָס האָט אַמאָל געטראָגן דער וועלט זײַן ציוויליזאַציע, האָט געלאָזט פֿרײַ פֿאַר די ייִדישע איבערוואַנדערער נאָר דעם הימל און די זון — דאָס לאַנד פֿון רוים האָט צו זיי נישט געהערט. דער אייביקער נע־ונד האָט די ייִדן געמאַכט פֿאַר סוחרים. אַזוי האָט דער מיסחר געבראַכט אויך זײַן זיידן אין דער טאָסקאַנער פּאָרט־שטאָט ליוואָרנאָ, וווּ ס’איז שפּעטער געבוירן געוואָרן דער קינפֿטיקער קינסטלער.

קיין פּאַריז איז מאָדיליאַני געקומען מיט אַן אייגענעם טרוים — צו ווערן אַ גרויסער מאָלער. כ’בין דעמאָלט פֿאַרכאַפּט געווען מיטן לייענען די זכרונות פֿון איליאַ ערענבורג, וועלכער האָט זיך אין פּאַריז אַ שטיקל צײַט געחבֿרט מיט מאָדיליאַני, אָדער ווי די נאָענטע פֿרײַנד פֿלעגן אים רופֿן, מאָדי. דאַכט זיך, זײַן נאָמען אַליין, אַמאַדעאָ מאָדיליאַני, האָט אַרײַנגעבראַכט אין מײַן פּראָווינציעלער פֿאַרוואָרפֿנקייט דעם רעשיקן, קאַרנאַוואַלישן אָפּקלאַנג פֿון דער אייראָפּעיִשער גרויסשטאָטישקייט. מיר זײַנען מיט מאָדי געווען פֿון איין עלטער, אָפּגעטיילט איינער פֿונעם אַנדערן מיט לאַנגע בלוטיקע יאָרצענדליקער; נאָר דער כּישוף פֿון זײַן קונסט האָט צעשטערט די מחיצה פֿון צײַט און צעבראָכן די שווערע טויערן פֿון דורות. יעדעס מאָל, ווען כ’האָב ערגעץ אין אַ קינסטלערישן אַלבאָם אָנגעטראָפֿן אויף אַ רעפּראָדוקציע פֿון מאָדיליאַניס אַ צייכענונג, פֿלעג איך זיך אָנכאַפּן מיטן בליק אין די דינע בייגעווידיקע ליניעס פֿון זײַנע געשטאַלטן, ווי כ’וואָלט זיך געקאָנט פֿאַרטשעפּען אינעם שפּיץ פֿון זײַן בלײַער בשעתן צייכענען אַ נײַעם פּאָרטרעט, און זיך ציִען נאָך זײַן זיכערער האַנט איבערן ווײַסן שטיקל פּאַפּיר.

אין די געציילטע רגעס פֿון אַזאַ טרעפֿונג דורך צײַט האָט מײַן מוח אײַנגעזאַפּט סײַ די שטיקער שיכּורלעכע פֿרעמד־שפּראַכיקע רייד, סײַ דאָס זויערע געמיש פֿון ריחות, וועלכע האָבן זיך געשפּרייט איבער די קעפּ פֿון די פֿריילעכע שטאַמגעסט, בײַנאַכטיקע באַזוכער פֿון די קאַפֿעען און קאַבאַרעטן אין מאָנמאַרטר — “שע עמיל” און “לאַ פֿען אַזשיל”…

כ’האָב געזונקען אין תּהום פֿון וויזיעס, ווי נאָך אַ קערנדל האַשיש.

כ’האָב דעמאָלט נישט געקאָנט וויסן, אַז מיט יאָרן שפּעטער, וועל איך זיך אַליין אומדרייען אַ פֿאַרלוירענער פֿון גליק, איבער די געסלעך פֿון מאָנמאַרטר, פֿאַרפֿירט און אָפּגענאַרט פֿון די שרײַענדיקע טוריסטישע שילדן. כ’האָב זיך אײַנגעקוקט אין די בילדער פֿון די צענדליקער הײַנטיקע מאָלערס, אַרויסגעשטעלט אויף אַ פּלעצל, בײַ דער זײַט פֿון דער ברוקירטער Place du Tertre. ס’רובֿ פֿון די בילדער, געמאָלט לטובֿת דעם פֿאַרשטעמפּלטן געשמאַק פֿון די טוריסטן און צוליב פּרנסה, האָבן דערמאָנט פֿאַרגרעסערטע פּאָסט־קאַרטלעך פֿונעם אַמאָליקן פּראָווינץ־שטעטל מאָנמאַרטר מיט צוויי־גאָרנדיקע הײַזער, קאַפֿעען און ביסטראָס, באַזונגען און באַוויינט פֿון באַקאַנט געוואָרענע און פֿון פֿאַרגעסענע קינסטלער און פּאָעטן.

כ’האָב זיך באַמיט אויפֿצוּוועקן אין זיך יענע ראָמאַנטישע יוגנטלעכע פֿאַרליבטקייט אין מאָדי און אין זײַנע קינסטלערישע געשטאַלטן, וואָס האָט זיך שוין אָפּגעזעצט אין מײַן זכּרון און פֿאַרצויגן געוואָרן מיט אַ פֿעט הײַטל פֿון פֿאַרגעסנהייט. כ’האָב אָבער געקאָנט נאָר אַרויסגעקוועטשן פֿון זיך, ווי אַ סך אַנדערע בלאָנדזשענדיקע דאָ טוריסטן מכּל־העולם, אַ פֿוסטן שמייכל פֿון התפּעלות, עלעהיי אַ קינד, וואָס האָט דערזען צום ערשטן מאָל אַ לעבעדיקן העלפֿאַנד, און זיך דערפֿרייד, אַז ער איז טאַקע ענלעך צו יענעם העלפֿאַנד, אָנגעמאָלט אויף אַ בילד אין זײַן באַליבט ביכל…

אין יענעם ווײַטן זומער בין איך אַנטלאָפֿן פֿונעם שטאָטישן הו־האַ. גענומען אויף פּראָקאַט אַ ברעזענטענעם געצעלט און אַ שלאָפֿזאַק, האָב איך זיך אײַנגעשפּאַנט אין מײַן רוקזאַק, אין וועלכן כ’האָבן פֿריִער אַרײַנגעשטופּט עטלעכע מײַנע העמדלעך, צוויי פּאָר שווימהייזלעך, דעם וואָלענעם סוועדער, און דאָס וויכטיקסטע — צוויי פֿון מײַנע באַליבטע אין יענער צײַט ביכער: ערענבורגס “מענטשן, יאָרן, לעבן” און אַ זאַמלבוך מיט אַפּאָלינערס לידער אין אַ ווייכן אײַנבונד. כ’האָב אויך פֿאַרכאַפּט די דיקע העפֿט, וווּ כ’פֿלעג פֿאַרשרײַבן מײַנע אייגענע לידער — אויף מאַלע וואָס; אפֿשר וועט דאָס פֿרײַוויליקע אָפּזינדערן זיך און פֿאַרשפּאַרן זיך אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל ערגעץ בײַם ים אויפֿוועקן אין מיר די אײַנגעשלאָפֿענע מוזע… כאַ־כאַ־כאַ — האָט געלאַכט אין מיר מײַן עגאָ.

כ’האָב נישט געהערט צו יענעם טוריסטישן שבט פֿון באַרדן־זינגערס, ווי אייניקע פֿון מײַנע פֿרײַנד. זיי פֿלעגן אויסגיין נאָך אַ שמעק רויך אויף אַ וואַלד־לאָנקע אַרום אַ שײַטער, אין אַ קאָמפּאַניע פֿון שאַרפֿזיניקע ייִנגלעך און מיידלעך, פֿאַרשיכּורט פֿון די לאַנגע האַרציקע לידער, געזונגען אונטער אַ גיטאַר. איך בין, אַפּנים, לויט דער נאַטור אַ פּורש, און ווען כ’וואָלט געקאָנט, וואָלט איך מסתּמא אַנטלאָפֿן פֿון זיך אַליין.

געשטעלט אַ געצעלט אונטער אַ פֿאַרוואַקסן בערגל, נישט ווײַט פֿונעם לימאַן 2, האָב איך זיך געלאָזט צום נאָענטסטן פֿישערדערפֿל, וואָס האָט געהייסן אַדאַמאָווקאַ. אייגנטלעך, איז דאָס וווין־אָרט שווער געווען אָנרופֿן סײַ אַ דערפֿל און סײַ אַ פֿישערדערפֿל, כאָטש בײַם סאַמע ראַנד פֿון ברעג, מער אין זאַמד, איידער אין וואַסער, האָבן זיך אײַנגעגראָבן עטלעכע שיפֿלעך. די צען, פֿופֿצן קליינוווּקסיקע ליימענע כאַלופּעס, געדעקט מיט אָטשערעט, האָבן זיך אויסגעשטעלט לענג־אויס אַ ברייטן פֿאַרהאַרטעוועטן גרונטוועג, וואָס נאָך אַ רעגן ווערט ער צעווייקט און צעשווענקט. אין די קליינע גערטדלעך האָט מען געקאָנט זען זיך פּאָרען ווײַבער, מיט ליכטיקע טיכלעך אויפֿן קאָפּ.

צו מאָל האָב איך אויף אַ פּריזבע בײַם שטיבל פֿון פֿאָרנט געזען זיצן אַ מאַנספּאַרשוין מיט אַ געדעקטן קאָפּ. קיין בערד און פּאות האָבן זיי נישט געטראָגן, ווי כ’האָב זיך געהאַט פֿאָרגעשטעלט, אויפֿן סמך פֿון דער איינציקער קליינער פֿאָטאָגראַפֿיע, אַרײַנגעשטעלט אין אַ ווינקל פֿון מײַן טאַטע־מאַמעס פּאָרטרעט אויף דער וואַנט. דער זיידע און די באָבע האָבן אַרויסגעקוקט פֿון דאָרטן, ווי באַשטראָפֿט צו פֿאַרבלײַבן שוין אַזוי, אַ קליינשטעטלדיק פּאָרפֿאָלק, אינעם זכּרון פֿון זייערע קינדס־קינדער.

דערזעענדיק אַ פֿרעמדן אויפֿן וועג, האָבן די פֿרויען אויפֿגעהערט צו גריבלען זיך אין די בייטן; אויסגעגלײַכט די פּלייצע, האָבן זיי צוגעשטעלט די דלאָניע צום שטערן, ווי געמאַכט זיך אַ דאַשיק, און מיר נאָכגעקוקט מיט נײַגער. די מאַנספּאַרשוינען האָבן העפֿלעך, אָן אַ וואָרט, אַ שאָקל געטאָן צו מיר מיטן קאָפּ. כ’האָב געזוכט אַ קרעמל, וווּ כ’וואָלט געקאָנט אײַנקויפֿן פֿאַר זיך אַ ביסל פּראָוויזיע, כאָטש אויף עטלעכע טעג — פֿיש־קאָנסערוון, צוקער, זאַלץ, אַ פּעקעלע טיי, פּאָמידאָרן, עטלעכע ציבעלעס, קאַרטאָפֿליעס אָפּצוקאָכן… כ’האָב נישט אַרויסגעקוקט, חלילה, אויף דעליקאַטעסן; כ’האָב גוט געוווּסט, אַז נישט דאָ איז דאָס אָרט, וווּ מענטשן ווייסן אַפֿילו וואָס דאָס מיינט.

ס’האָט נישט גענומען לאַנג זיך דורכשפּאַצירן פֿון איין עק דערפֿל ביזן אַנדערן, כּדי זיך איבערצײַגן, אַז קיין שום קרעמל אָדער אַפֿילו אַ סימן פֿון אַ בודע, וווּ מע קאָן עפּעס אײַנקויפֿן, איז אין אַדאַמאָווקע נישטאָ. זיך אומקערנדיק מיט גאָרנישט, האָב איך באַמערקט, ווי די עטלעכע מאַנצבילן, וואָס האָבן פֿרידלעך זיך געוואַרעמט די ביינער אויף דער זון, האָבן פֿאַרלאָזט זייערע פּריזבעס און זיך צונויפֿגעגאַנגען אין מיטן דעם וועג. ס’איז קלאָר געווען, אַז זיי וואַרטן אויף מיר.

דאָס זײַנען געווען פֿיר באַיאָרטע פּאַרשוינען, מיט פֿאַרגרעבטע פּויערישע פּנימער, פֿאַרברענט אויף דער זון. די אײַנגעפֿאַלענע באַקן און פֿאַרשפּיצטע קינען האָבן זיי געמאַכט ענלעך איינער צום אַנדערן. יעדער פֿון זיי האָט מיר אויסגעשטרעקט זײַן האַנט און אין דער האַנט־דריקונג האָט זיך נאָך געפֿילט אַ געבליבענע קראַפֿט. כ’האָב געפֿילט אין זייערע אויגן אַ געוויסע געשפּאַנטקייט; נישט אָפֿט איז זיי, אַפּנים, אויסגעקומען צו זען דאָ אַ פֿרעמדן, בפֿרט אַ יונגן־מאַן.

אין מײַן געצעלט האָב איך זיך אומגעקערט מיט אַ פֿולן רוקזאַק. צו פֿיאָדאָר, אין זײַן שטיבל — ער איז אין דעם ייִשובֿ געווען דער סטאַראָסטע — האָט זיך יעדעס מאָל אַרײַנגעשטעלט אַן אַנדער שכן מיט עפּעס אַ “גאָסטינעץ”־פּרעזענט פֿון זײַן באַלעבאָסטע. קיין געלט בײַ מיר האָבן זיי נישט געוואָלט נעמען; דערקלערט עס דערמיט, אַז זיי האָבן נישט וואָס צו טאָן מיט דעם געלט. זייער שפּראַך איז געווען אַן אַלטמאָדישע, נישט תּמיד פֿאַרשטענדלעך פֿאַר מײַן שטאָטישן אויער. פֿון אייניקע ווערטער האָב איך אין גאַנצן נישט געכאַפּט זייער זין. שוין שפּעטער, בײַם אײַנדרעמלען אין מײַן געצעלט, האָב איך געפּרוּווט פֿון זייערע שטיקער רייד, וועלכע האָבן זיך נאָך געדרייט אין מײַן קאָפּ, צונויפֿשטוקעווען אַ מין געשיכטע פֿון דעם אויסטערלישן שבֿט — אַ פֿאַרגעסענער שפּליטער פֿון אַן אַנדער צײַט. דער שלאָף האָט זיך אָבער אַרויפֿגעוואַלגערט אויף מיר און מיך געפּענטעט מיט זײַנע קייט און אײַזן.

כּמעט דעם גאַנצן טאָג נאָך מײַן ערשטער נאַכט אויפֿן נײַעם אָרט, האָב איך זיך אָפּגעגעבן מיטן אײַנאָרדענען מײַן באַשיידענעם שטייגער. קודם־כּל, האָב איך אָפּגעזוכט, נישט ווײַט פֿון מײַן געצעלט, די צוויי גרויסע פֿאַרשׂרפֿטע קאַלכציגל, איבערגעלאָזט פֿון מײַן חבֿר. ער האָט דאָ פֿאַרבאַכט עטלעכע וואָכן פֿאַריאָרן זומער. ער האָט מיר אויך אַנטפּלעקט דעם גרויסן סוד, אַז אונטער זיי איז פֿאַרגראָבן אַן אוצר — אַ טשוהון־קעסעלע און אַ האַק. די צוויי לעבנסוויכטיקע זאַכן האָב איך געפֿונען גאַנץ, אײַנגעוויקלט אין אַ שטיק רעדנע, אַרומגעבונדן מיט אַ שטריק. דערנאָך האָב איך זיך געלאָזט צונויפֿזאַמלען אויפֿן זאַמדיקן ברעג שטיקער אויסגעטריקנטע צווײַגן און וואָרצלען פֿאַרן שײַטער. זיי האָבן אויסגעזען ווי פֿאַרקאַלכטע סקעלעטן פֿון פֿאַרצײַטיקטע באַשעפֿענישן. ס’זײַנען אויך צוניץ געקומען די אויסגעדייווערטע אויף דער זון קוסטעס־שטעכלקעס.

איבערגעכאַפּט פֿון דער פּראָוויזיע, באַקומען נעכטן פֿון די גאַסטפֿרײַנדלעכע אַדאַמאָווקער באַלעבאָסטעס, בין איך, באַוואָפֿנט מיט די צוויי אַלומינעווע פֿלאַזשקעס, געבראַכט מיט זיך, און דעם אויסגעגראָבענעם קעסעלע, אַוועק צום ברונעם, וואָס איז עלנט געשטאַנען אין פֿעלד אויפֿן וועג צום פֿישערדערפֿל. מ’האָט דעם ברונעם געקאָנט זען פֿון דער ווײַטנס, צוליב דעם הויכן סלופּ און דעם דראָנג, צוגעפֿעסטיקט צו אים פּאָפּערעק אויבן. אין די מקומות איז אַזאַ פּרימיטיווע קאָנסטרוקציע צוצוקומען צום וואַסער אינעם ברונעם, געווען ברייט פֿאַרשפּרייט, און האָט באַקומען דעם נאָמען בושל־ברונעם. ער האָט טאַקע דערמאָנט אַ ריזיקן בושל מיט אַ לאַנגן האַלדז, וואָס בשעתן אָנבייגן זיך, גראָבט ער זיך אײַן מיטן שנאָבן אינעם ברונעם, צו לעשן דעם דורשט מיט אַ קאַלט־זיסן טרונק וואַסער.

כ’האָב נאָך דעמאָלט נישט געקאָנט וויסן, זיצנדיק בײַם ברונעם, און קוויקנדיק זיך מיט יעדן אָפּפֿרישנדיקן שלוק, אַז דער ערשטער טאָג אין דעם גן־עדן־ווינקעלע וועט מיר צוזאַמען מיט זײַן אונטערגאַנג שענקען אַ געבענטשטע מתּנה…

2

מאָדי האָט איין מאָל דערציילט ערענבורגן, אַז אינעם אוראַלטן רוים, בעת אַ קאַרנאַוואַל, האָט די ייִדישע קהילה געמוזט צושטעלן אַ יונגן בחור. ער האָט זיך געדאַרפֿט אויסטאָן נאַקעט און שפּילן די ראָלע פֿון אַ פֿערד. אונטערן געלעכטער און פֿײַפֿערײַ פֿון דעם אויפֿגערייצטן המון, גלחים און אויסגעפּוצטע שטאָטישע גדלים, איז דער יונג דרײַ מאַל אַרומגעלאָפֿן אַרום דער שטאָט…

איך בין געלעגן אויף דער פּלייצע בײַם שײַטער, אײַנקוקנדיק זיך אין דער טיפֿעניש פֿון הימל, און מסתּמא געטראַכט, אַז די מילי־מיליאַסן שטערן זײַנען מעגלעך געווען עדות פֿון אַ סך גזירות און דערנידערונגען איבער מײַן פֿאָלק. אין מײַנע יונגע יאָרן האָב איך געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון מײַן ייִדישקייט, נאָר יעדעס מאָל האָט דאָס פּינטעלע ייִד מיך אָנגעיאָגט, און אומקערנדיק צוריק צו מײַן בראשית, מיך אײַנגעטונקען מיטן פּרצוף אין מײַן ייִחוס — געדענק, ווער דו ביסט!

מאָדי, וואָס אַלע האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַן עכטן איטאַליענער, פֿלעגט נישט איין מאָל ממש אויפֿרײַסן, דעהערנדיק פֿלוצעם צווישן די בגילופֿינדיקע געסטן פֿון די קאַפֿעען און קאַבאַרעטן אַן “אַנטיסעמיטישן פּאַסאַזש”. וואָס זשע האַלט דעם מענטשן אין שויס פֿון יהודות? און וואָס ברענגט אים צו מאַכן תּשובֿה?

איך האָב מסתּמא געטראַכט דעמאָלט, אײַנגעזונקען אין דעם שוואַרצן טיפֿעניש פֿון הימל, אויך וועגן אַנדערע זאַכן, מער נאָענט צו יעדער יונגער נשמה; מײַן שׂכל האָט מיך טאַקע געטריבן וואָס ווײַטער פֿון דעם שטאָטישן האַוועניש, נאָר אין דער זעלבער צײַט, האָט מײַן נשמה געבענקט אין איר עלנטקייט נאָך אַ מיידלשער נאָענטשאַפֿט.

און זי איז מיר געשיקט געוואָרן. דער שײַטער האָט פּלוצעם אַרויסגעכאַפּט פֿון דער נאַכט איר סילועט, בלויז אויף אַ רגע, ווי ס’וואָלט געווען אַ לײַכטער צוריר מיט די ליפּן צום שטערן. כ’האָב אויפֿגעציטערט, זיך געשטעלט אויף די קני, און זי דערזען שוין בולט און ממשותדיק אַנטקעגן זיך. זי האָט צו מיר געשמייכלט, ווי אַ קינד, וואָס האָט בעת דער שפּיל כּלומרשט אָנגעשראָקן אַ דערוואַקסענעם. כ’האָב זיך באַלד דערמאָנט: נעכטן שוין בײַם פֿאַרלאָזן אַדאַמאָווקע, האָב איך באַמערקט ווי אַ שוואַרץ־חנעוודיק מיידל, אפֿשר מיט אַ פּאָר יאָר ייִנגער פֿון מיר, קוקט אַרויס פֿון אַ האַלב־אָפֿענער טיר. אונדזערע בליקן האָבן זיך באַגעגנט, און כ’האָב דערפֿילט אַ שטאָך אינעם רעכטן אויג, ווי ס’וואָלט מיר אַרײַנגעפֿלויגן אַ פּיצינקע פֿליגעלע. כ’האָב אָנגעהויבן צו פּינטלען און רײַבן דאָס אויג. ס’האָט גענומען אַ קורצע ווײַלע, נישט מער — און אַלץ איז אַדורך. כ’האָב ווידער אַ קוק געטאָן אין יענער זײַט, וווּ כ’האָב מיט עטלעכע סעקונדעס פֿריִער געזען דאָס מיידל. די טיר איז געווען פֿאַרמאַכט.

און אָט שטייט זי שוין אויף די קני אַנטקעגן מיר, אַזוי נאָענט, אַז ס’איז גענוג אויסצושטרעקן די האַנט זיך צוצורירן מיט די פֿינגער צו איר פּנים. און דאָך, געפֿינט זיך צווישן אונדז אַ מחיצה — דאָס פֿײַער פֿון שײַטער.

— איך האָב דיך נעכטן געזען, — האָב איך זיך אָנגערופֿן, — פֿאַר וואָס ביסטו אַזוי גיך פֿאַרשוווּנדן?

זי האָט געשוויגן. אין אירע אויגן האָבן געטאַנצט פֿריילעכע רויטע פֿונקען. כ’האָב געמאַכט אַ צווייטן פּרוּוו צו דערהערן איר קול:

— ווי הייסטו?

זי האָט אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן מיט אַ שמייכל:

— אַזוי ווי דו וועסט מיך רופֿן, אַזוי וועל איך הייסן…”

איר ענטפֿער האָט מיר אויסגעזען ווי אַן אָנהייב פֿון אַ שפּיל.

— גוט, וועסטו הייסן חווה, און איך — אָדם, — האָב איך זיך אין דער שפּיל אַרײַנגעלאָזט.

זי האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אַ צופֿרידענע.

— בין איך, הייסט עס, באַשאַפֿן געוואָרן פֿון דײַן ריפּ…

איר ענטפֿער האָט מיך אַ ביסל צעמישט. צי זאָל איך ווײַטער אָנגיין מיט איר שפּיל, צי זיך צוריקציִען. זי האָט עס באַמערקט:

— מײַן באָבע האָט עס מיר דערציילט. זי קען הונדערטער אַזעלכע מעשיות.

— מיר האָט ווייניקער אָפּגעגליקט. פֿון מײַן באָבע־זיידע איז מיר בלויז געבליבן אַ קליינע פֿאָטאָגראַפֿיע…

זיך צו דערנעטערן צו דער ווירקלעכקייט, האָב איך פֿאָרגעלייגט, ווי אַ גאַסטגעבער:

— ווייסטו וואָס, חווה, כ’האָב זיך געקליבן טרינקען טיי, אפֿשר וועלן מיר עס טאָן אין איינעם.

ס’איז איר בפֿירוש געפֿעלן געוואָרן מײַן פֿאָרשלאָג, כ’האָב זיך אָבער געכאַפּט, אַז מײַן גאַנץ געפֿעס באַשטייט פֿון איין אַלומינעווער קוואָרט, אַן עמאַלירט שיסעלע, די צוויי פֿלאַזשקעס, וווּ כ’האָב געהאַלטן טרינקוואַסער, און אַ פֿעדערמעסערל, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אויך אַ לעפֿל, אַ גאָפּל און אַ פּראָפּנציִער. טיי האָב איך שוין געהאַט פֿאַרקאָכט פֿון פֿריִער, גלײַך אינעם קעסעלע. אָנגעשעפּט אַ האַלבע קוואָרט, האָב איך עס דערלאַנגט חווהן.

— אַנטשולדיק, קיין צוקער האָב איך נישט, און בכלל בין איך, ווי דו זעסט, נישט קיין גרויסער באַלעבאָס.

זי האָט פֿאָרזיכטיק צוגעטראָגן די קוואָרט צו די ליפּן, אָפּגעזופּט איין מאָל און עס אומגעקערט מיר.

— שוין?… כ’פֿאַרשטיי, מײַן טיי איז דיר נישט געפֿעלן געוואָרן…

— ניט אמת… ס’איז גוט, נאָר טרינקען דאַרפֿסטו דער ערשטער… אַזוי פֿירט זיך בײַ אונדז אין דערפֿל.

כ’האָב איר נאָכגעגעבן, אויסשטרעקנדיק צו איר די האַנט; און דאָ האָט זי באַמערקט, אַז מײַן גראָבער פֿינגער איז איבערגעבונדן מיט אַ שמאַטקעלע. בײַ טאָג, בײַם צונויפֿנעמען די צווײַגן און שפּענער, האָב איך דעם פֿינגער צעדראַפּעט ביז בלוט. זי האָט זיך אָנגעכאַפּט אין מײַן דלאָניע מיט איר פֿרײַער האַנט, און אַוועקגעשטעלט די קוואָרט מיט טיי אויפֿן זאַמד. אַלץ איז ווײַטער געשען אַזוי גיך און פֿלינק, אַז כ’האָב קיין פּיפּס נישט געקאָנט אַרויסלאָזן. חווה האָט נאָר אַ וואַרף געטאָן אויף מיר איר בליק, ווי נעכטן, בשעת כ’האָב זי צום ערשטן מאָל דערזען שטיין בײַ דער טיר.

אויפֿגעבונדן מײַן אומגעלומפּערטן באַנדאַזש, האָט זי דאָס שמאַטקעלע אַרײַנגעוואָרפֿן אין פֿײַער. זיך אָנגעבויגן צום וווּנדשניט, וואָס כ’האָב נאָך געפֿילט זײַן שמערץ, האָט זי עס דרײַ מאָל אַ לעק געטאָן און אָפּגעשפּיגן אין אַ זײַט. דערנאָך האָט זי אַרויסגעכאַפּט פֿונעם ראַנד־שײַטער אַ ביסל אַש און עס צעשיט איבער מײַן פֿינגער, ווי מע באַזאַלצט דאָס עסן. אַ פּאָר רגעס האָט זי נאָך אַלץ געהאַלטן אָנגעבויגן איר קאָפּ איבער מײַן דלאָניע, לײַכט בלאָזנדיק אויפֿן צעשניטענעם פֿינגער. אירע האָר האָבן קוים אָנגערירט מײַן פּנים, אָדער ריכטיקער געזאָגט, כ’האָב לײַכט אַראָפּגעלאָזט מײַן קאָפּ צו אירע געדיכטע האָר, און טיף אײַנגעאָטעמט דעם אומבאַקאַנטן מיידלשן ריח. דער נאָגנדיקער ווייטיק, וואָס האָט מיך נישט אפּגעלאָזט דעם גאַנצן טאָג, איז גיך אויסגעלאָשן געוואָרן.

— צו היילן וווּנדן האָסטו זיך אויך אויסגעלערנט בײַ דײַן באָבען? — האָב איך קוים דערהערט מײַן אייגענע שטים.

זי האָט מיר נישט באַלד געענטפֿערט. די אויגן אַראָפּגעלאָזט און זיך אײַנגעקוקט אינעם פֿײַער, וואָס האָט יעדעס מאָל אַרויסגעלאָזט אַ דינעם טראַסק, ווי ס’וואָלט געפּלאַצט ערגעץ אינעווייניק אַ סטרונע, אַרויסוואַרפֿנדיק אַ זשמעניע פֿײַערלעכע פֿליגעלעך אין דער לופֿט. די געדיכטע נאַכט האָט זיי גיך אויסגעכאַפּט און אײַנגעשלונגען.

חווה האָט ווי געשענקט מיר עטלעכע מינוט, כ’זאָל זיך קאָנען אײַנקוקן אין איר פּנים. אַזוי מסתּמא פֿאַרטײַעט אין זייער אומבאַוועגלעכקייט זײַנען געזעסן די מאָדעלן פֿאַר מאָדיליאַני — יונגע מיידלעך, גרייט צו טאָן זייער אַרבעט בחינם, אויפֿן חשבון פֿון זייערע קנאַפּע פֿאַרדינסטן, אַבי צו בלײַבן פּנים־אל־פּנים מיט דעם שיינעם איטאַליענער און פֿאַרזוכן זײַן נאָענטשאַפֿט. זיי פֿלעגן זיך זעלטן דערקענען אויף זײַנע לײַוונטן, מיט בכּיוון פֿלאַכע אויסגעצויגענע פּנימער, לאַנגע דינע העלדזער און אומנאַטירלעך־בייגעוודיקע הענט. זיי האָבן זיך נישט באַמיט צו פֿאַרשטיין, הלמאַי האָט ער זיי באַשאַפֿן צוויי אויסגעשעפּטע אויגן, וואָס טראָגן אין זיך אַזאַ פֿאַרבאָרגענעם אומעט, וואָס נישט זיי האָבן אים אין זיך געטראָגן. זיי האָבן געזוכט אין אים נאָר ליבע, וואָס ער פֿלעגט יעדער שענקען מיטן פֿולן ברען פֿון זײַן דרומדיקן טעמפּעראַמענט…

איך האָב אין די שטילע מינוטן געקענט נאָר טרוימען וועגן אַזאַ נאָענטשאַפֿט מיט חווהן, כאָשט ווי חווה האָט עס אַליין באַשטעטיקט, איז זי באַשאַפֿן געוואָרן פֿון מײַן ריפּ.

— יאָ, — האָט חווה, ענדלעך, געענטפֿערט, נישט אָפּפֿירנדיק איר בליק פֿונעם פֿײַער, — מײַן באָבע היילט יעדן פֿון אונדזער דערפֿל. זאָגט קיינעם נישט אָפּ… נאָר זיך אַליין קען זי, נעבעך, נישט אַרויסהעלפֿן…

חווה איז אַוועקגעגאַנגען שטיל און אומדערוואַרט; פֿאַרשוווּדן אין דעם פֿינצטערניש, פּונקט ווי די פֿונקען פֿונעם שײַטער. כ’האָב איר נאָכגעשריִען אין דער נאַכט אַרײַן, זי זאָל קומען מאָרגן, כ’וועל צוגרייטן אַ פֿיש־יויך.

שוין דרעמלענדיק, אײַנגעקוטעט אין מײַן שלאָפֿזאַק, האָב איך געשעפּטשעט דאָס ליד פֿון מײַן באַליבטן גיאָם אַפּאָלינער:

די ליבע גייט אַוועק ווי נאָך אַ מבול וואַסער
די ליבע גייט אַוועק
דאָס לעבן ווערט נישט בעסער
און בלויז די האָפֿענונג ז’געוואָרן פּלוצעם גרעסער

דער זייגער שלאָגט די נאַכט שטיל פֿאַלט
איך בלײַב אַליין דער טאָג פֿאַרפֿאַלט

כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט, איז שוין געווען שפּעט אין טאָג אַרײַן. אויסגעטרונקען די געבליבענע אינעם קעסעלע טיי, האָב איך זיך געלאָזט קיין אַדאַמאָווקאַ. כ’האָב נישט אומזיסט צוגעזאָגט מײַן נעכטיקער גאַסטין אַ פֿיש־יויך; בײַ מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט די עטלעכע אַלטע תּושבֿים, האָט מיר איינער פֿון זיי, דער ייִנגסטער, מאָיִסעי, געזאָגט, אַז די צווייטע נאַכט גייט ער כאַפּן פֿיש, וועט אויף מײַן חלק אויך סטײַען.

אין מײַן לעבן האָב איך קיין פֿיש־יויך נישט געקאָכט. מײַן גרעסטער אויפֿטו אין קולינאַריע איז געווען געפּרעגלטע קאַרטאָפֿליעס, פֿאַרפּראַוועט מיט צוויי אייער. כ’בין נישט זיכער, צי כ’וואָלט אַפֿילו געגאַנגען אין דערפֿל נאָך “מײַן חלק”; כ’האָב שוין אָבער געהאַט צוגעזאָגט חווהן. דער צוזאָג האָט זיך פֿון מיר לײַכטזיניק אַרויסגעריסן, ווײַל כ’האָב זי געוואָלט זען ווידער. כ’האָב זיך פֿאַרלאָזט אויף מאָיִסעיען, אַז כ’וועל אים אויספֿרעגן ווי אַזוי מאַכט מען עס, דאָס פֿישער־מאכל. ער, אַן אַלטער פֿישער, מוז עס וויסן און האָבן זײַן אייגענעם רעצעפּט. און אַזוי איז טאַקע געווען: באַקומען פֿון אים אַ צענדליק פֿישלעך פֿון אַ זאַמד־קאָליר מיט שוואַרצע שפּרענקלעך, וועלכע ער האָט זיי גערופֿן “ביטשקעס”, האָט ער מיר גענוי דערקלערט דעם גאַנצן פּראָצעס פֿון זייער צוגרייטן. שוין האַלטנדיק בײַם סוף, האָט ער מיר פּלוצעם פֿאָרגעלייגט:

— ווייסטו וואָס, כ’וועל בעסער גיין מיט דיר און שוין אויפֿן אָרט אַלץ ווײַזן, וואָס און ווי אַזוי.

כ’האָב אים באַדאַנקט און זיך פֿאַררופֿן אויף מײַן מאַמעס זאָג, אַז ביז מע פֿאַרזוכט נישט אַליין, ווייסט מען נישט דעם טעם.

אײַנגעפּאַקעוועט די פֿישלעך אין אַ פֿײַכטער שמאַטע — אפֿשר אַפֿילו אַן אַלטע פֿאַטשיילקע פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי — האָט ער מיר דערלאַנגט, ווי אַ צוגאָב, עטלעכע לאָרבערבלעטער.

— אָן זיי איז די פֿיש־יויך נישט קיין פֿיש־יויך. וואַרף עס אַרײַן, ווען ס’וועט גוט בולקען… — איז געווען זײַן לעצטע עצה.

כ’האָב אָבער געהאַט צום אַלטן נאָך איין פֿראַגע. זי האָט זיך געבאָמבלט אין מײַן קאָפּ די גאַנצע צײַט בעתן אויסהערן זײַנע קולינאַרישע סודות. כ’האָב נאָר געוואַרט אַ פּאַסיקן מאָמענט. שוין אין הויף, שטייענדיק בײַם הויפֿטירל, האָב איך דורך־אַגבֿדיק, ווי סתּם אַזוי אַ פֿרעג געטאָן:

— כ’האָב דאָ געזען אַ מיידל, ווי קומט זי אַהער, אין אײַער פֿאַרוואָרפֿן ווינקל?

דער אַלטער האָט נישט באַלד פֿאַרשטאַנען וואָס איך וויל פֿון אים. זיך אַרומגעקוקט, ווי געקאָנט דערזען דאָס מיידל, וועגן וועלכן כ’האָב אים געפֿרעגט, האָט ער, מיט געפּלאָנטערטע רייד, געענטפֿערט:

— נו יאָ, דו מיינסט סעראַפֿימאַס אייניקל… די מוטער האָט זי אַהער געבראַכט נאָך אַ קינד, אַליין וווינט זי אין שטאָט… זי איז שוין דאָ אויפֿגעוואַקסן… — ער האָט אַ דריי געטאָן מיט דער האַנט אין דער לופֿטן לעבן זײַן קאָפּ, און צוגעגעבן: — אַ ווילד פֿערדל…

מיט די פֿישלעך און מיטן אָפּקאָכן זיי, ווי דער אַלטער מאָיִסעי האָט מיך געלערנט, האָב איך זיך געפּאָרעט ביז ס’האָט אָנגעהויבן צו ווערן פֿינצטער. כ’האָב נישט געוואַגט מײַן קאָכערײַ צו עסן אַליין, כאָטש כ’בין געווען הונגעריק און ס’האָט געשמעקט גאָר ניט שלעכט. פֿון דעסטוועגן, האָב איך אַרויסגעשלעפּט פֿון מײַן אוניווערסאַל פֿעדערמעסערל דעם לעפֿל און פֿאַרזוכט מײַן פּראָדוקציע. כ’האָב ווידער זיך דערמאָנט אין מײַן מאַמעס זאָג, אַז אויך אַ שלימזלניצע קאָן אַמאָל אָפּקאָכן אַ געשמאַקע וועטשערע. אין מײַן פֿאַל וואָלט זי זיכער געזאָגט: “עסן קאָן מען עס נישט, אָבער מע וועט זיך נישט אָפּסמען!”

די נאַכט איז גיך געפֿאַלן אויפֿן זאַמדיקן ברעג, אײַנגעשלונגען דעם פֿײַכטן אַרום; בלויז דער פֿלאַם פֿונעם שײַטער און די שוואַכע לבֿנה־שײַן, האָבן אויסגעשיילט אינעם פֿינצטערן רוים אַ שטח פֿאַר זיך. איך האָב אַרויסגעקוקט אויף חווהן, וואָס האָט אַוודאי נישט געקאָנט וויסן, אַז דאָס אָרט, וווּ ס’איז געווען מײַן ריפּ, גיט אין זיך צו וויסן מיט אַ בענקשאַפֿט, און מיט אַ שוואַכער האָפֿענונג, אַז זי וועט אים לעשן. כ’האָב זיך דערמאָנט אין די ווערטער פֿונעם אַלטן מאָיִסעי, וועלכער האָט מיר אויף זײַן פּראָסטן אופֿן דערקלערט, וואָס ער האַלט וועגן סעראַפֿימעס אייניקל. אַזוי טראַכטן זיי אַפּנים אַלע, דאָס פֿאַרגעסענע הייפֿל מענטשן. אַזוי פֿלעגט געשען אין דער געשיכטע נישט איין מאָל, ווען עמעצער, וואָס טיילט זיך אויס פֿונעם אַרום מיט זײַן אַנדערשקייט, ווערט באַלד געקרוינט ווי אַ ווילדע בריאה, אָדער אַ משוגענע, אָדער גאָר — אַ מכשפֿה…

צוריק גערעדט, האָב איך דאָך אַליין נעכטן באַמערקט אַ געוויסע מאָדנעקייט אין חווהס אויפֿפֿיר: די פּלוצעמדיקע בײַטן פֿון איר שטימונג — אַ שפּרודלדיק־פֿריילעכער גלאַנץ אין די אויגן, און מיט אַ רגע שפּעטער — אַן אויסגעלאָשענער, צעשווענקטער בליק. זײַענדיק פֿאַרכאַפּט דעמאָלט מיט מאָדיליאַניס קונסט, האָב איך אָבער דערזען אינעם ניט־דאָיִקן אָנבליק פֿון חווהן גאָר עפּעס אַנדערש — אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זײַנע פֿרויען־פּאָרטרעטן. פּינקטלעכער געזאָגט, אַ מאָדעל, וואָס דער גרויסער קינסטלער האָט פּשוט נישט באַוויזן אָנצומאָלן; צו גיך האָט זיך איבערגעריסן זײַן לעבן, און צו לאַנג האָט גענומען צײַט, אַז דאָס שיינע מיידל פֿון אַדאַמאָווקאַ זאָל זיך אויף דער וועלט באַווײַזן. אָט די פֿאַרקרימטקייט פֿון צײַט און רוים האָט געמאַכט איר געשטאַלט סײַ אויסטערליש און סײַ צוציִעוודיק, ווי די בילדער פֿון מאָדיליאַני נאָך זײַן טראַגישן טויט.

כ’האָב נישט געהערט ווי חווה האָט זיך דערנענטערט צום שײַטער. כ’האָב עס באַמערקט נאָר אין לעצטן מאָמענט, ווען זי האָט איבערגעטראָטן די שוועל פֿון פֿינצטערניש, און די רויטע שײַן פֿון פֿײַער האָט זי אַרײַנגעלאָזט אויף איר שטח. כ’בין אַזש אונטעגעשפּרונגען.

חווה, אָן דעם כ’זאָל איר עפּעס זאָגן, האָט זיך געשטעלט אויף די קני און אַרײַנגעקוקט אינעם קעסעלע מיט מײַן פֿיש־יויך. אַ צי געטאָן די לופֿט, האָט זי אויסגעדרייט צו מיר דעם קאָפּ און אַ פֿאַרחידושטע אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן:

— אָדם, דו האָסט עס געקאָכט צוליב מיר?!

כ’האָב נישט געענטפֿערט; שטיל אָנגעפֿילט מײַן איינציק שיסעלע מיט דעם געדיכט געקעכטס און עס דערלאַנגט חווהן. זי האָט עס גענומען פֿון מײַנע הענט, צוזאַמען מיטן לעפֿל, וואָס האָט אַרויסגעשטעקט פֿונעם פֿעדערמעסערל. באַטראַכט עס מיט נײַגער, ווי אַ קינד אַן אומבאַקאַנט שפּילעכל, האָט זי אָנגעהויבן עסן.

איך בין געזעסן לעבן איר און געטראַכט, אַז נאָך נעכטן בײַ טאָג וואָלט מיר זיכער נישט אײַנגעפֿאַלן אַזאַ פֿאַנטאַסטישער געדאַנק אַליין עפּעס אָפּצוקאָכן, בפֿרט נאָך אַ פֿיש־יויך. ס’איז באמת אַ חלום, וואָס כ’וויל נישט ער זאָל זיך פֿאַרענדיקן… חווה האָט זיך אויסגעדרייט צו מיר מיטן שיסעלע און צוגעטראָגן אַ פֿולן לעפֿל צו מײַן מויל.

— טאַקע געשמאַק, עס מיט מיר…

כ’האָב שטיל נאָכגעפֿאָלגט אירע באַוועגונגען פֿונעם שיסעלע צו מײַן מויל און פֿאַרקערט, און געשלונגען, נישט פֿילנדיק דעם טעם. כ’ווייס נישט, וואָס זי האָט דערמיט געוואָלט אַרויסווײַזן, איר גרייטקייט צו טיילן מיט מיר דעם ביסן, צי אויף אַן איידעלן אופֿן, וואָס גיכער פּטור ווערן פֿון מײַן מאכל. סוף־כּל־סוף, האָט זיך דאָס עסן פֿאַרענדיקט. זי האָט אָפּגעלייגט דאָס ליידיקע שיסעלע אין אַ זײַט און זיך אָנגערופֿן:

— ווען כ’בין נאָך געווען אַ קינד, פֿלעגן זיך בײַ מײַן באָבען אין שטוב צונויפֿנעמען אין די פּאַרנאַכטן פֿרויען; זאָגן תּפֿילה און דערנאָך זינגען לאַנגע אומעטיקע לידער. כ’האָב געמיינט, אַז זייערע לידער זײַנען אויך תּפֿילות, אָבער אין זיי האָט זיך גאָט נישט דערמאָנט. כ’האָב פֿאַרגעדעקט עטלעכע פֿון זיי, און כ’וויל דיר איצט איין געזאַנג זינגען.

חווה האָט אָנגעשטעלט איר בליק אין פֿײַער, ווי פֿון דאָרט וואָלט זיך געדאַרפֿט הערן דער טאָן, אַרויסגעלאָזט פֿון דער אָנגעצויגענער סטרונע אין סאַמע ברען פֿון שײַטער. ס’האָט זיך בײַם אָנהייב דערהערט אַ דינער לאַנגזאַמער קלאַנג, געבוירן פֿון ערגעץ אַ טיפֿעניש. דער קלאַנג האָט זיך אָנגעגאָסן מיט כּוח און אויסגעפֿורעמט ווערטער. כ’האָב נישט יעדעס וואָרט פֿאַרשטאַנען, אָבער צונויפֿגיסנדיק זיך מיטן ניגון, האָבן זיי אויסגעפֿלאָכטן אַ ליבע־באַלאַדע וועגן אַ קאָזאַק, וואָס איז אַוועק זיך שלאָגן מיט די טערקן, און זײַן געליבטע, איז געבליבן אַליין. גאַנץ קאַיאָר פֿלעג זי אַרויפֿגיין אויפֿן באַרג און פֿון דאָרט אַרויסקוקן אויף איר געגאַרטן. עס זײַנען אַוועק חדשים און יאָרן, ביז איר האַרץ איז פֿאַר בענקשאַפֿט און אומעט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק קאַלטן סאַפּפֿיר…

דער ניגון האָט זיך פֿלוצעם איבערגעריסן, ווי זיך פֿאַרכלינעט אין דער פֿינצטערניש. חווה האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון איר אָרט און מיט אַ פֿלינקער באַוועגונג אויסגעטאָן איר פּראָסט אָפּגעבליאַקעוועט קליידל. זי איז געבליבן שטיין אַ נאַקעטע, ענלעך צו אַ מאָדעל פֿאַרן קינסטלער. דאָס פֿײַער פֿונעם שײַטער האָט נאָך בולטער באַטאָנט די נאַטירלעכע אויסבייגן פֿון איר לײַב, און איך, געפּלעפֿט מיט דעם אומדערוואַרט דערזעענעם בילד, האָב גיריק געלייענט די סודותדיקע ליניעס פֿון איר מיידלשער שיינקייט.

זי האָט צו מיר אויסגעשטרעקט איר האַנט, ווי געוואָלט דערלאַנגען די פֿאַרווערטע פּרי. זיך אָנגעכאַפּט אין מײַנע פֿינגער, האָט זי מיך אַ צי געטאָן צום וואַסער, אַנטקעגן דער שמאָלער שימערירנדיקער לבֿנה־סטעזשקע.

3

חווה האָט אָנגעהויבן קומען יעדע נאַכט. כ’האָב קיין מאָל נישט געקאָנט דערהערן אירע טריט, ווי כ’זאָל נישט געווען אָנשטעלן מײַנע אויערן. זי איז ווי געבוירן געוואָרן פֿון דער נאַכט, און נאָר דאָס פֿײַער פֿונעם שײַטער, ווי פֿאַרבן אויפֿן מאָלערס פּענדזל, איז מסוגל געווען מאַכן זי ממשותדיק, לעבעדיק. זי האָט ליב געהאַט דאָס פֿײַער, געקאָנט אַזוי זיצן לאַנג אויף די קני אָן אַ ריר זיך צו טאָן פֿון אָרט, אײַנקוקנדיק זיך אין די ברענעדיקע צווײַגן, וואָס כ’פֿלעג יעדעס מאָל אַרײַנוואַרפֿן אינעם שײַטער. צו מאָל האָט זיך מיר געדאַכט, אַז זי שעפּטשעט עפּעס אַהין אַרײַן — צי אַ תּפֿילה, צי אַ מיידלשע שבֿועה, צי כּישוף־ווערטער.

כ’האָב איר געלייענט אויף אַ קול מײַנע באַליבטע לידער פֿון אַפּאָלינער, און יעדעס מאָל, וואָס כ’האָב פֿאַרענדיקט צו לייענען, פֿלעגט זי אָפּפֿירן איר בליק פֿונעם פֿײַער צו מיר און שטיל אַרויסברענגען אַן איין און איינציק וואָרט: “נאָך…” צי כ’בין זיכער געווען, אַז חווה פֿאַרשטייט, וואָס איך לייען? כ’האָב וועגן דעם אין יענע נעכט נישט געטראַכט. איך האָב פּשוט געלייענט נאָר פֿאַר איר, און זי האָט פּשוט זיך אײַנגעהערט אין מײַן קול, פּונקט ווי איך אין אירע געזאַנגען. מסתּמא, אַזוי שאַפֿט זיך די אמתע נאָענטשאַפֿט צווישן צוויי אָפּגעזונדערטע נשמות.

אין איינער אַ נאַכט האָב איך איר דערציילט וועגן מײַן מאָדי. ס’האָט זיך באַקומען ווי פֿון זיך אַליין, ווי מע דערציילט דעם קינד אַ מעשׂה פֿאַרן שלאָף, אָדער אַ קראַנקן בײַם געלעגער, ער זאָל אַ ביסל פֿאַרגעסן אין זײַן ווייטיק. כ’האָב זיך דערמאָנט, ווי ערענבורג האָט געשריבן, אַז מע וועט נישט ווייניק זאָגן וועגן מאָדיליאַני: געשיכּורט, געווילדעוועט, געשטאָרבן… וויפֿל שטעקט אין דעם אמת, און וויפֿל ליגן?…

—… ער איז געווען אָרעם און עלנט, ווי אַן עכטער קינסטלער דאַרף זײַן. דעם גאַנצן טאָג האָט ער געאַרבעט אין זײַן סטודיאָ, און די נעכט פֿאַרבראַכט אין די פֿריילעכע און רעשיקע קאַפֿעען, צוזאַמען מיט זײַנע פֿרײַנד, אויך אָרעמע, נאָר טאַלאַנטירטע פּאָעטן און מאָלערס. נישט תּמיד האָט מאָדי געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן פֿאַר זײַן וועטשערע. דעמאָלט פֿלעגט ער גלײַך אויפֿן אָרט צייכענען אויף אַ בייגעלע פּאַפּיר, אַ סערוועטקע דעם פּאָרטרעט פֿון אַ באַזוכער, אַז יענער זאָל דעקן זײַן חובֿ. אָפֿט מאָל פֿלעגט ער אַרײַנגיין אָפּעסן אין אַ קליין רעסטאַראַנדל, וווּ די באַלעבאָסטע, אַליין אַ געוועזענע מאָדעל, האָט רחמנות געהאַט אויף דעם שיינעם און שטאָלצן איטאַליענער, און אים צוגעשאַרט עפּעס אָפּעסן. ווי אַ באַלוינונג, ער זאָל נישט אויסזען אַ בעטלער, פֿלעגט מאָדי איר יעדעס מאָל לאָזן עטלעכע פֿון זײַנע צייכענונגען. די באַלעבאָסטע האָט טאַקע געהאַט אַ גרויס האַרץ, אָבער אין מאָלערײַ האָט זי ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען. האָט זי די צייכענונגען זײַנע אַראָפּגעטראָגן אין קעלער. שוין נאָך מאָדיס טויט, איז צו איר געקומען אַ קונסט־הענדלער און זי אויסגעפֿרעגט, צי זי האָט נישט קיין צייכענונגען און סקיצן פֿון מאָדיליאַני. דער חידוש איז געווען, וואָס דער מאָדנער גאַסט האָט איר צוגעזאָגט פֿאַר יעדער צייכענונג טויזנט פֿראַנק. ערשט דאָ האָט די באַלעבאָסטע זיך דערמאָנט אין דעם פּאַק פּאַפּירן, וואָס דאַרפֿן בײַ איר ליגן אין קעלער. מ’איז באַלד אַהין אַראָפּ און דערזען, אַז אַלע צייכענונגען האָבן אויפֿגעגעסן די מײַז…

דאָס איז געווען מײַן לעצטע נאַכט, וואָס כ’האָב פֿאַרבראַכט מיט חווהן. אין דער פֿרי האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט, און זי לעבן זיך נישט געפֿונען. אין די פֿאָריקע קאַיאָרן, איידער צו פֿאַרלאָזן דעם געצעלט, פֿלעגט זי זיך צורירן צו מײַן שטערן מיט אירע פֿײַכטע ליפּן. אויפֿגעמאַכט די אויגן, האָב איך אַ קורצע רגע אַרײַנגעקוקט אין אירע טיפֿע שוואַרצאַפּלען, און ווידער אײַנגעשלאָפֿן, ווי אַן אײַנגעזונקענער אין זיי. אין יענעם אינדערפֿרי האָט זיך עס איבערגעחזרט, אָבער, ווי כ’דערמאָן זיך איצט, האָב איך אין אירע אויגן נישט אַרײַנגעקוקט; כ’בין פּשוט נישט בכּוח געווען עס צו טאָן. מײַנע אויגן־לעפּלעך זײַנען ווי פֿאַרגליווערט געוואָרן, און דער חלום האָט זיך אין מיר אײַנגעקלאַמערט און נישט אָפּגעלאָזט. צו מאָל טראַכט איך, אַז ס’איז געווען נישט קיין חלום, נאָר אַ כּישוף, אָנגעשיקט אויף מיר פֿון חווהן. כ’האָב געזען זי זיצן אַנטקעגן מיר בײַם שײַטער, און ווי איר שטייגער איז, האָט זי אַרײַנגעקוקט אינעם פֿײַער. זי האָט עפּעס געשעפּטשעט אַלץ העכער און העכער, ביז צו מײַן אויער איז קלאָר דערגאַנגען יעדער קלאַנג. ניין, זי האָט נישט געזונגען אירע לאַנגזאַמע טרויעריקע געזאַנגען; ס’איז געווען אַפּאָלינערס ליד, וואָס כ’האָב איר קיין מאָל אין אונדזערע נעכט נישט געלייענט:

האָט בלאַסקייט באַדעקט זייער פּנים,
געפּלאַצט האָט אין האַרץ דאָס געוויין, —
ווי הענט, וואָס אין פֿינצטער אַנטרונען,
ווי שניי, וואָס איז אומעטיק ריין —
‘זוי בלעטער געפֿאַלן די לעצטע…

כ’געדענק עס ווי הײַנט: כ’בין געלאָפֿן אין אַדאַמאָווקאַ, האַלטנדיק אין דער האַנט מײַנע זומער־סאַנדאַלן, ווי כ’וואָלט געוואָלט זיי פֿאַרהיטן פֿון אויסגעריבן צו ווערן פֿאַר דער צײַט. ס’האָט זיך מיר געדאַכט, אַז באָרוועסערהייט, וועל איך אַהין גיכער קומען. אין אַ געוויסן זין איז עס טאַקע אַזוי געוויין, ווײַל דאָס זאַמד, אָנגעגליט אויף דער זון, האָט געבריט מײַנע פּיאַטעס, עלעהיי אויפֿגערייצטע שלאַנגען וואָלטן מיך געביסן, אַרויסטרײַבנדיק פֿון גן־עדן. אין שטיבל צום סטאַראָסטע בין איך ממש אַרײַנגעפֿאַלן און אַ פֿאַרסאַפּעטער קוים אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן:

— וווּ איז חווה?

דער אַלטער האָט אויף מיר אַזוי אַ קוק געטאָן, ווי כ’וואָלט באמת ערשט באַשטראָפֿט געוואָרן פֿונעם אייבערשטן.

— וואָסער חווה? — האָט פֿיאָדאָר איבערגעפֿרעגט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ טויבן, וואָס איז נישט זיכער, אַז ער האָט ריכטיק דערהערט די פֿראַגע.

— כ’מיין, סעראַפֿימאַס אייניקל…

פֿיאָדאָר האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, געבנדיק מיר צו פֿאַרשטיין, אַז כ’דאַרף נישט שרײַער, ער הערט גוט, און שוין אויסגעלייגט אויף זײַן אופֿן די לעצטע ידיעה פֿון אַדאַמאָווקאַ. די אַלטע סעראַפֿימאַ איז, נעבעך, אייערנעכטן געשטאָרבן. צו באַגלייטן זי אין איר לעצטן וועג איז געקומען איר טאָכטער פֿון דער שטאָט.

— נאָך דער לוויה, — האָט ווי אונטערגעצויגן אַ סך־הכּלן דער סטאַראָסטע, — זײַנען זיי שוין ביידע אַוועקגעפֿאָרן אין שטאָט…

ער האָט שווער אַ זיפֿץ געטאָן און ווי פֿאַר זיך אַליין צוגעגעבן:

— יאָ, עס איז געוואָרן דאָ נאָך שיטערער…

אויפֿן צווייטן טאָג האָב איך פֿונאַנדערגענומען מײַן געצעלט. די האַק און דאָס טשוהון־קעסעלע האָב איך פֿאַרגראָבן אונטער די צוויי קאַלכציגל אויפֿן זעלבן אָרט, וווּ כ’האָב זיי געפֿונען מיט צוועלף טעג פֿריִער. ס’האָט אויסגעזען, אַז כ’באַהאַלט אויס די לעצטע צוויי ממשותדיקע שפּורן, וואָס האָבן באַשטעטיקט די ווירקלעכקייט, אין וועלכער כ’האָב דאָס שטיקל צײַט דאָ געלעבט. אויסער דעם, האָט זיך מיר, אַפּנים, אַלץ צוגעחלומט.


1) די איבערזעצונג פֿון גיאָם אַפּאָלינערס לידער — ב. סאַנדלער
2) לימאַן, דונײַ־לימאַן — דער אײַנגוס, וווּ דער טײַך גיסט זיך צונויף מיטן שוואַרצן ים.