Boris Sandler

אַרום דער נאָז

On the Nose

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

די נאָז איז אַ גורל. אַ געשיכטע פֿון אַ מענטשלעך לעבן. מײַן לעבנס־געשיכטע האָט זיך, ווי בײַ יעדן בן־אָדם, אָנגעהויבן נאָך פֿאַרן אַרויסלאָזן דעם יאָמער־געשריי — אין יענעם איינציקן גן־עדן, וואָס מיר פֿאַרלירן נאָכן „שנעל אין דער נאָז‟*. דאָרטן זײַנען געבליבן מײַנע שענסטע ליכטיקע טעג, וואָס נאָר אַ מלאכל קאָן איבערלעבן; און דאָרט האָט מען בײַ מיר אָפּגעשניטן מײַנע שיינע ווײַסע פֿליגלען. זיי זײַנען געבליבן ליגן צוזאַמען מיט הונדערטער, ניין, טויזנטער אַנדערע פֿליגלען — אַ גאַנצער באַרג פֿליגלען, ווײַל אין די ערשטע נאָך־מלחמהדיקע יאָרן זײַנען געבוירן געוואָרן אַ סך ייִנגעלעך.

דעם באַרג פֿון אָפּגעשניטענע מלאכישע פֿליגלען געדענק איך נישט, טאַקע צוליב דעם מיאוסן שנעל אין מײַן נעזל. כ’האָב דאָך נישט געהאַט קיין שׂכל, ווי יענץ כיטרע בחורל, אונטערצושטעלן אַ ליימענע נאָז אונטער דעם מלאכס צוויי אײַזערנע פֿינגער; האָט דערפֿון געליטן מײַן זכּרון. פֿון דעסטוועגן, האָב איך דעם באַרג פֿליגלען נישט איין מאָל געזען אין מײַנע קינדערשע חלומות, בשעתן פֿליִען אין די נעכט; ווי אויך, ווען ס’פֿלעג מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט דער גענדזענער פֿלעדערוויש, מיט וועלכן די באָבע האָט אָפּגעווישט דעם שטויב פֿונעם געצאַצקלטן ראָזעווע אָבאַזשור מיטן עלעקטרישן לעמפּעלע; און דער זיידע האָט מיט דעם פֿלעדערוויש צונויפֿגעשאַרט די לעצטע ברעקלעך חמץ פֿאַר פּסח. קוקנדיק אויף דעם אָפּגעהאַקטן פֿליגל, נעבעך, האָב איך געפֿילט, ווי עס הייבט מיר אָן בײַסן אונטער די לאָפּעטקעס, און דרייען די נאָז.

ווען כ’האָב צום ערשטן מאָל דערהערט דעם נאָמען פֿון מײַן מאַמע — גענענדל, האָב איך פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען כ’בין אַרויס און וווּהין כ’בין אָנגעקומען. דהײַנו: אין מײַן מאַמעס נאָמען האָט קלאָר אָפּגעהילכט — גן־עדן. ס’האָט נישט אויסגעפֿעלט קיין איין קלאַנג און אות. זינט דעמאָלט האָב איך אויפֿן אויער, ווי מע זאָגט, אָנגעהויבן צו דערקענען דעם אַרום. פֿאַרשידענע קלאַנגען און ווערטער פֿלעגן זיך צונויפֿגיסן אין מײַן קאָפּ, ווי אין אַ שפּילקעסטל, און דערנאָך אַרויסשפּרינגען דורכן מויל אין דרויסן אַרויס. נישט יעדער פֿלעגט פֿאַרשטיין, וואָס מיינט אַזאַ „קאַקלמאַליאַקל‟, דערהערט פֿון מיר; אָבער די באָבע, וואָס האָט עס אויך נישט פֿאַרשטאַנען, פֿלעגט נאָך אַ פּויזע אַרויסברענגען: „אַזאַ ברעקל, און שוין אַזוי קלוג!‟

ווי עס האָט זיך אין גיכן אַרויסגעוויזן, איז אין מײַן רעדן מיט קלאָטשעס אין מויל שולדיק געווען די פֿאַרלייגטע נאָז. דעם פּסק האָט מיר אַרויסגעטראָגן דער קינדער־דאָקטער קאַראַסיק. אַליין איז ער געווען אַ מגושמדיקער מענטש, מיט אַ גרויסן קאָפּ, שווערע הענט און אַ באַסאָווער שטים. זײַן פּנים האָב איך נישט געזען, ווײַל דאָס קײַלעכדיקע שפּיגעלע מיט אַ שוואַרץ לעכל אין מיטן, וואָס האָט געשטעקט אויף זײַן שטערן, ווי דאָס שוואַרצע לעדערנע קעסטעלע־תּפֿילין בײַ מײַן זיידע אין דער פֿרי, ווען ער דאַוונט, — האָט מיך געמאַכט בלינד. דערצו איז דער דאָקטער אַרײַן אין מײַן נאָז מיט עפּעס אַ קאַלטער אײַזערנער זאַך, אַז ס’האָט זיך מיר געדאַכט, אָט־אָט צערײַסט ער מײַנע נאָזלעכער אויף שטיקלעך.

עס האָט געהייסן, אַז ער באַטראַכט מיך; און טאַקע נאָך דעם באַטראַכטן, האָט ער שיִער נישט אויסגעזונגען מיט זײַן באַס: אַ־דע־נאָ־יִדן! אַזוי ווי די אויערן פֿון מײַן כּסדרדיקער נאָז־פֿאַרלייגטקייט זײַנען מיר געווען אויך פֿאַרשטאָפּט, האָט דאָס וואָרט, אַרײַנפֿליִענדיק אין מײַן שפּילקעסטל, זיך דאָרט אַ דריי געטאָן און אַרויס פֿון מײַן פּיסקל אויף מײַן אייגענעם אופֿן: „אַ־נוד־נע־ייִד‟.

מײַן מאַמע, וואָס האָט מיך געבראַכט צו פֿירן צום דאָקטער, האָט זיך אויפֿן מאָמענט פֿאַרלוירן; דער דאָקטער קאַראַסיק — פֿאַרקערט, זיך צעשמייכלט און מיר דערלאַנגט אַ פּאַפּירענע סערוועטקע. „ייִנגעלע, — האָט געטראָמבעט זײַן שטים, — שנײַץ אויס די נאָז, וועט דיר ווערן ליכטיקער אין די אויגן!‟ אַזוי האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן נאָז איז דירעקט פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט דעם, וואָס איך הער, נאָר אויך מיט דעם, וואָס איך זע אַרום זיך.

בײַם ווערן פֿינעף יאָר האָט מען מיר אויף מײַנע אימענינעס געשענקט אַ ביכל. אין יענער צײַט, איז אַ ביכל געווען אַ שיינע מתּנה. פֿאַרשטייט זיך, אַז כ’וואָלט מער צופֿרידן געווען, ווען מע שענקט מיר בעסער אַ שפּילעכל. לייענען האָב איך דאָך נישט געקענט; וואָס יאָ, דאָס ביכעלע האָט פֿאַרמאָגט שיינע, קאָליריקע בילדער. כ’האָב געקוקט אויף די בילדער און זיך אַליין געמאָלט אין קאָפּ אַ מעשׂה. די מעשׁה האָט געהייסן „קאַרליק נאָז‟**. כ’האָב זי פֿאַרגעדענקט אויף אויסנווייניק, וואָרט בײַ וואָרט, שוין נאָכן צווייטן אָדער דריטן מאָל, וואָס די מאַמע האָט זי מיר איבערגעלייענט. אַוודאי, פֿלעגט מיר די מאַמע יעדעס מאָל נאָכן פֿאַרענדיקן דאָס לייענען זאָגן: „זעסט, וואָס ס’געשעט, ווען מע לאַכט פֿון אַן אַלטן מענטשן מיט אַ מום!‟ — מיך האָט עס אָבער נישט געאַרט; כ’וואָלט, מסתּמא, אויך חוזק געמאַכט פֿון דער בייזער מכשפֿה. כ’האָב דעמאָלט אפֿשר צום ערשטן מאָל אין מײַן קורץ לעבן דערפֿילט, אַז אַ נאָז קאָן ברענגען לייד און פֿרייד; לייד פֿון איר מיאוסקייט, וואָס דער המון זעט און לאַכט עס אויס, און פֿרייד פֿון קענען דערשמעקן זעלטענע ריחות, ווי, למשל, דאָס כּישוף־גרעזעלע „ניס געזונטערהייט‟, וואָס קערט אום די שיינקייט. כ’האָב זיך שוין מער נישט געחידושט, הערנדיק יעדעס מאָל נאָך אַ ניס טאָן דעם וווּנטש: „צו געזונט!‟ — כ’האָב געוווּסט פֿון וואַנען עס קומט אַרויס, און אַז ווינטשן ווינטשט מען עס נישט מיר, נאָר מײַן נאָז.

די נאָז האָט בײַ מיר אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן; זי האָט זיך צו אַלעמען צוגעשמעקט און זיך געוואָרפֿן מיר אין די אויגן פֿון יענעמס פּנימער. פֿאַרלירנדיק דעם גן־עדן, האָב איך אײַנגעאָטעמט מיט מײַן נאָז אַלע ריחות פֿון דעם אַרום, אין וועלכן כ’בין אַרײַנגעפֿאַלן. קודם־כּל, איז עס געווען מײַן היים, אָנגעפֿילט מיט די ריחות פֿון מײַן משפּחה. דער ריח פֿונעם זיידן איז אַרויסגעקומען פֿון זײַן אָנגעלערנטער שוואַרץ־גראָער באָרד. אין די פֿאַרנאַכטן האָט זי זיך קוים געטרייסלט איבער די פֿאַרגעלטע זײַטלעך פֿון זײַנע ספֿרים, ווי געוואָלט אַרויסטרייסלען פֿון זיך דעם אומעט און צער פֿאַרן טאָג; זײַן באָרד האָט אײַנגעזאַפּט דעם טייטלעכן גערוך פֿונעם שעכט־הויז, וווּ ער פֿלעגט אָפּשטיין דעם גאַנצן טאָג בײַם קוילען עופֿות; און דעם שטיקנדיקן גערוך פֿון דעם געלן פּראָשעק מיטן ווילדן נאָמען „קסעראָפֿאָרם‟, וואָס ער פֿלעגט אַרויפֿשיטן אויף דעם פֿרישן שניט פֿון דעם ערשט געמלט עופֿעלע, אָפּצושטעלן דאָס בלוט. זײַן לאַנגע, שאַרפֿע נאָז האָט געטראָגן אויף איר שפּיץ נישט בלויז די פּאָר קײַלעכדיקע ברילן־גלעזלעך, נאָר אויך דאָס ביסל ייִדישקייט, וואָס האָט זיך שוין קוים געפֿילט אין דער פֿאַרסמטער לופֿט פֿון די 1950ער יאָרן.

די באָבע האָט צעטראָגן איבער דער שטוב איר באַזונדערן ריח. ער איז געווען אומעטום, אין יעדן ווינקעלע, ווײַל ס’איז נישט געווען אין שטוב אַזאַ אָרט, וווּ די באָבע זאָל נישט געווען אַהין אַרײַנשטופּן איר נאָז. דאָנערשטיק, אינעם טאָג, ווען די באָבע פֿלעגט באַקן ברויט, וואָס האָט געקלעקט פּונקט אויף אַ וואָך, האָט איר שפּיץ־נאָז, עטוואָס צוגעפּלעטשט, אויסגעזען אָנגעפּודערט מיט מעל. איר קיך־פֿאַרטוך האָט געשמעקט מיט אַלע אינגרעדיענטן פֿון אירע מאכלים, און אַ געניטער קולינאַריע־פֿאָרשער וואָלט געקאָנט אויפֿן סמך פֿון זיי זיך דערוויסן אַ סך סודות פֿון עכטע בעסאַראַבער ייִדישע פּאָטראַוועס. אין די קנייטשן פֿון מײַן באָבעס פֿאַרטוך פֿלעג איך זיך נישט איין מאָל אײַנגראָבן מיט מײַן נעזל, זוכנדיק דאָרט טרייסט און שוץ פֿון מײַנע שטרענגע טאַטע־מאַמע. ביידע פֿלעגן זיי קומען שפּעט פֿאַרנאַכט און אַרײַנברענגען אין שטוב פֿרעמדע ריחות פֿון זייער אַרבעט.

מײַן נעזל, זומערצײַט געדיכט באַשאָטן מיט זון־שפּרענקלעך, אָדער ווי די באָבע האָט זיי גערופֿן, קלײַען, וואָס האָט נאָך דערווײַל נישט אַרויסגעוויזן קיין בולטע סימנים פֿון וווּקס און פֿאָרעם, איז געוואָרן מײַן וועגווײַזער איבער די הײַזער פֿון אונדזערע שכנים, וווּ עס האָבן געוווינט מײַנע חבֿרים. קיין ייִנגעלעך האָבן נישט אויסגעפֿעלט אויף אונדזער קאָוועלישער גאַס; אויף מיידעלעך איז בפֿירוש געווען אַן אויסכאַפּעניש. קיין מזוזות האָט מען אויפֿן בײַשטידל פֿון דער אַרײַנגאַנגטיר אין די ייִדישע הײַזער נישט געזען. ס‘האָט נאָך געציטערט אין זיי די שרעק פֿון איבערגעלעבטע מלחמה־יאָרן און פֿון די אַנטיסעמיטישע „גזירות פֿון די סאָוועטן‟, שוין נאָך דער מלחמה. אָנשטאָט מזוזות זײַנען אויף די בײַשטידלעך, פֿון דער רעכטער זײַט, געהאָנגען די נעז פֿון ייִדישע באַלעבאַטים, צוגעקלאַפּט מיט צוועקלעך פֿון פּחד. פֿון די דאָזיקע בולטע צייכנס האָט מען געקאָנט באַלד פֿאַרשטיין, וווּ און ווער עס וווינט דאָרט.

די פֿליישיקע נאָז מיט ברייטע נאָזלעפּלעך האָט שטענדיק געביטן איר קאָליר — אָט איז זי געווען טונקלרויט און אָנגעשוואָלן, ווי מע וואָלט אין איר אַרײַנגעפֿאָרן מיט אַ פֿויסט; און אָט פֿאַרקערט, פֿאַרחלשט־בלאַס, ווי מ‘האָט פֿון איר אויסגעצאַפּט יעדן טראָפּן בלוט. די פֿאַרשניאָשקעטע נאָז האָט געהערט צו אונדזער שכן לייב דער אַרגענטינער. דעם צונאָמעניש האָט ער געקראָגן צוליב דעם, וואָס פֿאַר דער מלחמה איז ער געווען אַ שטיקל צײַט אין אַרגענטינע. אויסגעפּרוּווט זײַן מזל אין די וויסטע פּאַמפּאָס־פֿעלדער. לייב דער אַרגענטינער איז געווען אַ בעל־עגלה, און מיט זײַנע דרײַ זין האָב איך זיך געחבֿרט.

מיט אַ שטוב ווײַטער האָט געוווינט הערש דער זאַגאָטאָווטשיק. מ‘האָט עס באַלד דערקענט פֿון דער מזוזה־נאָז אויף זײַן טיר, ענלעך צו אַן אָפּצאַס פֿון אַ ווײַבערישן שוך. די שכנות פֿלעגן זיך שושקען, אַז דער זאַגאָטאָווטשיק האָט אַ געליבטע, „אַ יונג שיקסל מיט אַ קורנאָס נעזל‟. בשעתן גיין אויף דער גאַס, אונטערן אָרעם פֿאַרקוועטשט דעם לעדערנעם טאַש מיט זײַנע אינסטרומענטן, האָט ער נאָך יעדן שפּאַן געשפּיגן — אָט אין איין זײַט, אָט אין אַן אַנדערער. ער האָט געשפּיגן אויף די פּליאָטקעס און אויף דער אַרומיקער סבֿיבֿה. הערש זאַגאָטאָווטשיק האָט געהאַט צוויי זין, כ‘האָב זיך אָבער מיט זיי נישט געשפּילט, ווײַל זיי זײַנען געווען נישט מיט אַלעמען, „מאַלעכאָלנע‟, ווי מ‘האָט זיי גערופֿן.

גלײַך אַנטקעגן אונדזער שטוב האָט געוווינט מײַן בעסטער חבֿר, יאַשקע. שטענדיק, ווען כ׳פֿלעג קומען צו אים, האָב איך אַ וואַרף געטאָן אַ בליק אויף זײַן טאַטנס נאָז, אַ בולבעוואַטע, מיט עטלעכע געלע געקרײַזלטע הערעלעך אַרומגעשטעקט. צי אין דער אמתן, צי ס‘האָט זיך מיר נאָר אויסגעדאַכט, אָבער אין דער קורצער ווײַלע, וואָס כ‘בין געשטאַנען אויף דער שוועל, האָט פֿון די נאָזלעכער געשלאָגן דער ריח פֿון אַ ביליקן אָדעקאָלאָן, פּונקט אַזאַ, ווי אין דער פּאַריקמאַכערסקע, וווּ יאַשקעס טאַטע האָט געאַרבעט, און וווּ די מאַמע פֿלעגט מיך ברענגען זיך אונטערשערן.

די נאָז פֿון אַן אַנדער שכן אונדזערן, אַהרן דער גלעזער, האָט מען נישט געדאַרפֿט צוגיין צו דער טיר זי צו זען; זי האָט געשײַנט מיט אַ גלאַנץ פֿון די פֿענצטער, וואָס דער פֿעטער אַהרן פֿלעגט באַגלאָזן. מיט זײַן זינדעלע, מיראָן, האָבן אַנדערע מײַנע חבֿרים זיך נישט ליב געהאַט צו שפּילן, ווײַל שטענדיק פֿלעגן זיך די שפּילערײַען מיט זײַן אָנטייל, פֿאַרענדיקן מיט אַ קריגערײַ און אַפֿילו אַ באַגראָב.

אַריבער דעם שטאַקעטניק פֿון אַהרן דעם גלעזערס הויף, איז געשטאַנען דאָס שטיבל פֿון זײַן שכן, דיאַדיע וואַסיע. ער איז ניט געווען קיין ייִד; ער האָט געהאַט אַ ייִדישע פֿרוי, אַ סאַרווערין. אויפֿן בײַשטידל פֿון זײַן טיר איז קיין נאָז נישט געהאָנגען; געהאָנגען איז אַ פּאָדקאָווע, וואָס דיאַדיע וואַסיע, אַן עכטער קאָוואַל, האָט אַליין אויסגעקאָוועט און זי צוגעקלאַפּט מיט פֿיר אײַזערנע צוועקלעך. קיין זין האָט ער נישט געהאַט, נאָר צוויי מיידעלעך — די איינציקע אויף אונדזער גאַס. האָבן זיי זיך געשפּילט מיט אונדז אין אַלע ייִנגלשע שפּילן — מלחמה, פֿוסבאָל, גזלנים־קאַזאַקן, באַהעלטערלעך און כאַפּערלעך; און זיך געשלאָגן בײַגלײַך מיט אַנדערע חבֿרה־ייִנגלעך.

די שטוב פֿון מיקע דעם בופֿעטשיק איז געווען די גרעסטע אויף אונדזער גאַס. געדעקט איז זי געווען נישט מיט שינדל, ווי אַנדערע הײַזער, נאָר מיט בלעך, אָפּגעפֿאַרבט אין רויטס. די שכנים האָבן שטילערהייט געשאַרפֿט די צונג איבער זײַן רויטן דאַך: „ער וויל, מסתּמא, דערמיט ווײַזן ווי געטרײַ ער איז דער מלוכה!‟ מעגלעך, אַז זיי פֿלעגן אַזוי זאָגן פֿאַר קינאה — פֿאָרט אַן אײַזערנער דאַך! דערפֿאַר אפֿשר האָט די נאָז אויף מיקע בופֿעטשיקס טיר אויסגעזען ווי אַ פֿײַג, ווי געמיינט צו זאָגן די בייזע וויצנטרײַבערס: קוקט און ווערט צעזעצט! ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט נישט דער רויטער דאַך און נישט די פֿײַג בײַ זײַן טיר דעם בופֿעטשיק נישט געהאָלפֿן. אין אַ טאָג איז צו זײַן שיינער שטוב צוגעפֿאָרן אַ פֿאַרמאַכטע מאַשין „גאַזיק‟, און אַוועקגעפֿירט דעם באַלעבאָס. וואָס איז? קיין אַמעריקאַנער שפּיאָן איז ער, חלילה, נישט געווען; ער האָט פֿאַרקויפֿט אין דעם בופֿעט „לינקן‟ ספּירט, וואָס מע פֿלעגט אים ברענגען פֿון דער מלוכישער גוראַלניע. מיקעס שטוב האָט מען קאָנפֿיסקירט און די ערשטע זאַך, וואָס ס’האָט געטאָן דער נײַער באַלעבאָס, אַ מיליטער־מאַן, אַן אָפֿיצער, ער האָט אַראָפּגעריסן פֿון דעם בײַשטידל מיקעס פֿײַגעוואַטע נאָז. דערבײַ, דערציילט מען, האָט ער געזאָגט, פֿאַרשטייט זיך, אויף רוסיש: „גענוג געמאַכט פֿאַר שיכּורים אונדזער רוסיש פֿאָלק!‟

דער פֿעטער יעפֿים, איז געווען אַ מאַליער. נישט פּשוט אַ מאַליער, נאָר ממש אַ מאָלער. די ווענט פֿון די הײַזער, וווּ מע פֿלעגט אים פֿאַרבעטן צו פֿאַרבן, פֿלעגט ער פֿאַרוואַנדלען אין אַ קונסטווערק. דעמאָלט האָט מען נאָך אין אונדזער שטאָט נישט געוווּסט וועגן אַזאַ לוקסוס־זאַך ווי שפּאַלירן; אין מאָדע זײַנען געווען טראַפֿאַרעטן. דער פֿעטער יעפֿים פֿלעגט זיי אַליין מאַכן, אויסשנײַדן פֿון האַרטפּאַפּיר און דערנאָך מיט אַ בערשטעלע איבערפֿירן דעם טראַפֿאַרעט אויף דער וואַנט. דערבײַ פֿלעגט ער פֿאַר איין בילד מאַכן עטלעכע טראַפֿאַרעטלעך, און מיט פֿאַרשיידענע פֿאַרבן עס אָפּשטעמפּלען אויף דער וואַנט. צום סוף, האָבן די ווענט, פֿון אונטן ביז דער סטעליע, אויסגעזען ווי איין גאַנץ פֿאַרשיידנקאָליריק בילד. כ’האָב מיט מײַנע אייגענע אויגן געזען ווי ער טוט עס, ווען די מאַמע האָט אים פֿאַרבעטן „אָפּצופֿרישן די ווענט‟ אינעם שלאָף־צימער. די ווענט פֿונעם שטיבל, וווּ דער פֿעטער יעפֿים האָט געוווינט מיט זײַן פֿרוי און ייִנגעלע, מאָטעלע — זײַן מאַמע פֿלעגט אים רופֿן נישט אַנדערש, ווי מאַטוועי — זײַנען אויך געווען באַדעקט מיט אַ טראַפֿאַרעט, אָבער פֿון דרויסן. אויף זיי פֿלעגט ער אויספּרוּוון די אַלע זײַנע אויסגעשניטענע קלישעען, וואָס ער האָט דערנאָך אויסגענוצט אין די דירות פֿון זײַנע קליענטן. ער איז אַזוי פֿאַרכאַפּט געווען מיט זײַנע שאַפֿערישע זוכונגען, אַז אַפֿילו די צוויי פֿענצטער און די דרויסנדיקע טיר, מיט דער מזוזה־נאָז בײַ דער רעכטער זײַט, זײַנען אויך געווען פֿאַרטראַפֿאַרעטערט. דווקא אויף זײַן געהויקערטער נאָז האָט זיך אָפּגעשטעמפּלט אַ גרין בלימעלע מיט געלע שפּרענקלעך. די וויצלער פֿון אונדזער גאַס האָבן שוין געהאַט פֿון וואָס אָפּצולאַכן: „אַז אויף דער נאָז וואַקסן בײַ אים בלימעלעך, וואָס זשע וואַקסט בײַ אים אונטערן פּופּיק?!‟

איך וואָלט, אַוודאי, געקאָנט דערציילן אויך וועגן אַנדערע באַלעבאַטישע נעז פֿון אונדזער קאָוועלישער גאַס; אַלע האָבן זיי געהאַט זייער אייגענעם אויסזען און אַ באַזונדערע געשיכטע. די נאָז פֿון אַ מענטשן איז דאָך, ווי געזאָגט, נישט אָפּצוטיילן פֿון זײַן גורל. איין מאָל איז דאָך אַזוי געשען, אַז די נאָז האָט געוואָלט מאַכן שבת פֿאַר זיך. מיר ווייסן גוט ווי אַזוי די געשיכטע האָט זיך פֿאַרענדיקט.***

דער שכן אונדזערער, וואָס איך גיי וועגן אים דערציילן ווײַטער, האָט געהאַט איין נאָמען מיט זײַן נאָז — ניאָניע. געוווינט האָט ער צײַטווײַליק בײַ זײַן טאַטע־מאַמע און צײַטווײַליק אין טורמע. ניאָניע איז געווען אַ גנבֿ, און זײַן שיינע מלאָכה פֿלעגט זײַן אַ גאַראַנט, אַז קיין שפּילקע וועט בײַ קיין שכן פֿון אונדזער גאַס נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. אַלע באַלעבאַטים פֿון דער קאָוועלישער גאַס האָבן געהאַלטן, אַז מע דאַרף זײַן דער לעצטער פּאַסקודניאַק צו גנבֿנען דאָרט, וווּ מע וווינט. ניאָניע איז קיין פּאַסקודניאַק, אַ פּנים, נישט געווען; ער האָט זיך בײַ דעם כּלל פֿעסט געהאַלטן. ס’איז פֿאַר מיר קיין סוד נישט געווען, וואָס עס טוען בײַ זייער אַרבעט אַנדערע אונדזערע שכנים — דער באַלעגאָלע לייב אָדער דער זאַגאָטאָווטשיק הערש, דער פּאַריקמאַכער און דער קאָוועל, שוין אָפּגערעדט פֿונעם מאַליער יעפֿים… כ’בין אַפֿילו איין מאָל אַרײַנגעגאַנגען מיטן טאַטן אין בופֿעט צו אונדזער שכן, פֿעטער מיקע, ס’האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט אַ גלאָז גאַזיראָווקע. ער האָט אונדז זייער פֿרײַנדלעך באַגעגנט, און, שטעלט זיך פֿאָר, נישט געוואָלט נעמען קיין געלט בײַם טאַטן פֿאַר דער גלאָז זעלצער־וואַסער. קיינער האָט נישט געוווּסט, אַז ער איז אויך אַ גנבֿ, כאָטש מ’האָט געקאָנט הערן פֿון די זעלבע שכנים מיט געשליפֿענע צונגען, אַז „אַזאַ פּאַלאַץ מיט אַ בלעכענעם דאַך שטעלט מען זיך נישט אויף פֿון ערלעכע פֿאַרדינסטן‟. ניאָניע האָט פֿאַר קיינעם נישט אויסבאַהאַלטן זײַן מלאָכה — אַלע האָבן געוווּסט מיט וואָס ער פֿאַרנעמט זיך; נאָר איך האָב זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, וואָס מיינט עס, צו זײַן אַ גנבֿ. וועמען כ’זאָל נישט געווען פֿרעגן פֿון מײַן הויזגעזינד, האָב איך קיין קלאָרן ענטפֿער נישט באַקומען.

מײַן נײַגעריקע נאָז איז, אַ פּנים, געווען גרעסער פֿון מײַן שׂכל. אין אַ זוניקן טאָג, ניאָניע דער גנבֿ איז גראָד געזעסן אויף דער פּריזבע בײַ זײַן טאַטע־מאַמעס שטיבל און גערייכערט אַ פּאַפּיראָס, האָט מיך מײַן נעזל צו אים צוגעפֿירט. ניאָניע אַליין האָט געשוויגן, און דאַכט זיך, נישט באַמערקט מיך, ווײַל זײַן בליק, דורכשלאָגנדיק זיך דורך דעם געדיכט־ביטערן רויך פֿון זײַן פּאַפּיראָס, פֿאַרקוועטשט אינעם ווינקעלע פֿון זײַן מויל, איז אָנגעשטעלט געוואָרן ערגעץ אַרויף, צום ציכטיקן הימל; נאָר זײַן ניאָניע, אַ צעבראָכענע אין מיטן און עטוואָס פֿאַרדרייט אויף אַ זײַט, האָט זיך אָנגעטראָפֿן מיט מײַן נעזל. זי, זײַן ניאָניע, האָט טאַקע געפֿרעגט: „ווער ביסטו?‟ — און מײַן נעזל האָט געענטפֿערט. „ביסטו, הייסט עס, דעם שוחטס אייניקל‟, האָט ווי באַשטעטיקט ניאָניעס ניאָניע, און ווײַטער געפֿרעגט: „וואָס זשע ווילסטו?‟ דאָ האָב איך אַליין שוין געמוזט זיך אַרײַנמישן און ענטפֿערן.

— איר קאָנט מיר דערקלערן, פֿעטער ניאָניע, — האָב איך אָנגעהויבן שטאַמלען, — ווי אַזוי אַרבעט אַ גנבֿ?

זײַן בליק האָט זיך אָפּגעריסן פֿון די הימלישע הייכן און זיך אָנגעשפּאַרט אין מיר. ער האָט אַ סמאָטשקע געטאָן דעם פּאַפּיראָס און פֿון זײַן ניאָניע האָבן אַ שלאָג געטאָן צוויי סטרעמפּלעך רויך.

— ווילסט טאַקע וויסן? — האָט ער זיך הייזעריק פֿאַרחידושט.

אַ ווײַלע איז ער געזעסן שטיל. כ’האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז ער פֿרעגט אַן עצה בײַ זײַן ניאַניע אויפֿן פּנים. ענדלעך, האָט ער זיך האַסטיק אויפֿגעהויבן און מיר געוויזן מיט דער האַנט, כ’זאָל גיין נאָך אים. מיר זײַנען דערגאַנגען ביזן עק פֿון דער קאָוועלישער גאַס און פֿאַרקערעוועט צו דער קעשענעווער. מסתּמא, האָט עס געזאָלט אויסזען מאָדנע פֿון דער זײַט: ניאַניע דער גנבֿ גייט דער ערשטער, די הענט אין די קעשענעס, מיט זײַן שטענדיק פּאַפּיראָסל אין מויל, און איך, דעם שוחטס אייניקל, לויף אים נאָך, ווי אַ הינטל. עס האָט נישט געפּאַסט. כ’האָב זיך יעדעס מאָל אומגעקוקט, צי קיינער פֿון די שכנות זעט עס נישט, ווײַל מע וואָלט עס באַלד צוגעטראָגן מײַן באָבען. צום גליק, איז דער טאָג געווען אַ הייסער, אַז נאָר די קעץ האָבן זיך געקאָכט אין אַ דרעמל, אויסציִענדיק די צעמאָרעטע בײַכלעך אויף די פּאָרענטשעס פֿון די גאַניקעס.

מיר זײַנען צוגעקומען צו דער גאַסטראָנאָמישער קראָם אויף דער קעשענעווער גאַס, וווּ כ’פֿלעג נישט איין מאָל גיין מיט מײַן באָבען. פֿאַרן אַרײַנגיין, האָט ניאָניע זיך אָפּגעשטעלט, אויסדרייענדיק צו מיר דעם קאָפּ, און שוין אַזוי, פֿון אויבן אַראָפּ, מיר אַ וואָרף געטאָן די עטלעכע קורצע זאַצן, ווי מע וואַרפֿט דעם הינטל ביינדלעך:

— שטיי בײַ דער זײַט. קוק און שווײַג. שווײַג, וואָס דו זאָלסט נישט זען. פֿאַרשטאַנען?!

כ’האָב מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז כ’ווער אַ שותּף פֿון אַ גרויסן ענין, וואָס הייסט, ניאָניעס אַרבעט. אין דער קראָם איז בפֿירוש געווען לעבעדיק, בפֿרט אינעם אָפּטייל פֿון וווּרשט־פּראָדוקטן. מ׳האָט, אַפּנים, ערשט געבראַכט פֿרישע סחורה, ווײַל צו דער פֿאַרקויפֿערקע פֿון יענער זײַט סטאָיקע זײַנען שוין געפֿלויגן סטאַנדאַרטע פֿראַגעס — וואָס און וויפֿל עס קאָסט, און צי ס’וועט פֿאַר אַלעמען קלעקן? די מענטשן האָבן זיך גיך אויסגעשטעלט אין אַ ריי; אויך די קונים, וואָס זײַנען פֿריִער געשטאַנען צו קויפֿן אַנדערע פּראָדוקטן, האָבן זיך צוגעשאַרט צום וווּרשט־אָפּטייל. זיי האָבן זיך געקלעפּט איינער צום צווייטן, זיך געטאָפּטשעט אויף אַן אָרט, און מיט האָפֿענונג געצויגן די נעז, זיך אײַנגעשמעקט אין דער לופֿט, אין וועלכער עס האָט זיך שוין געטראָגן דער געשמאַקער ריח פֿון פֿרישע קאָלבאַסן, איבערמישנדיק זיך מיטן רעש פֿון דעם אויפֿגערעגטן המון: „אַבי ס’זאָל קלעקן, אַבי…‟

איך בין געשטאַנען בײַ דער זײַט אין אַ ווינקל, ווי ניאָניע האָט מיר געהייסן, נישט אָפּגעפֿירט קיין אויג פֿון אים; אָבער אין אַ מאָמענט האָט ער זיך פֿון מײַן בליק אַרויסגעגליטשט. כ’האָב נאָר באַוויזן צו זען, ווי ער קוועטשט זיך אַרײַן צווישן עטלעכע ווײַבער; אַ דיקער פּאַרשוין האָט מיר פֿאַרשטעלט די גאַנצע פּאַנאָראַמע, ווי אַ שאַפֿע געבליבן שטיין און זיך נישט גערירט פֿון אָרט. כ’האָב זיך אָנגעשפּאַרט מיט מײַן נאָז אין זײַן ברייטן הינטן, און דער איינציקער געדאַנק, וואָס איז מיר געקראָכן אין קאָפּ אַרײַן, ער זאָל, חלילה, נישט געבן קיין פֿאַרץ, אַניט בין איך אַ פֿאַרפֿאַלענער.

און פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ קורצער קוויטש: „גנבֿ!‟. די „שאַפֿע‟ האָט זיך אַ רוק געטאָן פֿאָרויס און די לעבעדיקע פּאַנאָראַמע האָט זיך מיר ווידער געעפֿנט. מײַן בליק האָט אַרויסגעכאַפּט פֿון איר אַ באַזונדער עפּיזאָד: ניאָניע איז געשטאַנען אַן אײַנגעבויגענער, דעם קאָפּ אויסגעצויגן פֿאַר זיך, און דער זעלבער פּאַרשוין, וואָס האָט מיט אַ מינוט צוריק שיִער מיך נישט דערשטיקט אינעם ווינקל, האָט געהאַלטן ניאָניעס ניאָניע פֿאַרקוועטשט מיט צוויי פֿינגער, ווי מיט אַ קלעמערל… צוריק וועגס בין איך שוין געגאַנגען לעבן ניאָניען. ער האָט פֿאַרשטעלט מיט דער דלאָניע זײַן ניאָניע, און צווישן די פֿינגער האָט געטריפֿט דאָס בלוט. „עס טרעפֿט זיך…‟, האָט געפֿאָנפֿעט זײַן ניאָניע, „אויף יעדער אַרבעט קאָן געשען אַן אומגליקפֿאַל…‟

צו צוועלף, דרײַצן יאָר האָב איך דערהערט ווי מײַן מאַמע זאָגט דער באָבען: „דאָס נעזל זײַנס ציט זיך אים אויס.‟ זי האָט עס אַזוי אַ זאָג געטאָן, ווי זי וואָלט מיך געלויבט, אַז מײַן שׂכל איז לענגער געוואָרן.

נישט איין מאָל האָב איך געהערט אין אונדזער שטוב און אויף דער גאַס, ווי מע פֿלעגט זאָגן אויף עמעצן, וואָס איז גערן געווען פּטור צו ווערן פֿון זײַן מזוזה־נאָז: „דער ייִד שטעקט אים סײַ־ווי אַרויס פֿון פּנים!‟. די ייִדישע נאָז איז געוואָרן אַ ייִחוס־שפּיגעלע; אַ מין פֿאָלקס־שײַן פֿון קדמונים אָן. די רוימער און שפּעטער יוונים, האָבן די ערשטע אײַנגעפֿירט זייער אייגענעם מוסטער פֿון אַ נאָז און פּראָפֿיל, אַ פּנים, זיך אָפּצושיידן פֿון אַנדערע פֿעלקער, וואָס זיי האָבן פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשקלאַפֿט. זינט דעמאָלט איז די נאָז געוואָרן אַ דערקען־צייכן פֿון דעם, „ווער דו ביסט‟, און וווּ איז דײַן אָרט צווישן מענטשן. די תּקנות פֿון נאָז־סטאַנדאַרטן האָבן פֿאַרנומען דעם אויבנאָן אין די „הויכע פֿענצטער‟ פֿון מאַכט. אין געוויסע צײַטן איז צו האָבן נישט קיין „ריכטיקן פּראָפֿיל‟ געוואָרן אַ סכּנה פֿאַרן לעבן.

הערן האָט מען אויך געקאָנט אויף אונדזער גאַס אַן אַנדער זאָג: „ער האָט שוין אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן פּנים, נאָר די נאָז גיט אים אויס!‟ — אָדער: „ער האַלט די נאָז אויפֿן ווינט!‟ אַ קינד האָב איך נישט געקאָנט נעמען אין טאָלק אַרײַן, וואָס מיינען זיי, די דערוואַקסענע, מיט אַזעלכע מאָדנע רייד? ווי קען מען דען פֿאַרלירן אַ פּנים, ס’איז דאָך נישט קיין הענטשקע; דערבײַ ווערט זײַן נאָז אַ פֿאַררעטער? מײַן קינדערשע פֿאַנטאַזיע האָט געמאָלט מיר אַ נאָז אַ הענגער, אויף וועלכן עס הענגט דאָס פּנים; האָט אַ בלאָז געטאָן אַ שטאַרקער ווינט, אַראָפּגעריסן דאָס פּנים פֿונעם נאָז־הענגער און עס אַוועקגעטראָגן.

נאָך אין יענעם טאָג, ווען כ’בין געוואָרן אַן עדות פֿון ניאָניעס „אומגליקפֿאַל‟ אויף זײַן אַרבעט, האָב איך זיך נישט אײַנגעהאַלטן און דערציילט וועגן דעם דער באָבען. כ’קאָן נישט זאָגן, אַז זי איז געבליבן אַנטציקט, וואָס „כ’האָב זיך געשלעפּט‟ נאָך מײַן שכן אין קראָם אַרײַן; פֿון דעסטוועגן, האָט די באָבע אָפּגעווישט די הענט אין איר פֿאַרטעך און געזאָגט: „אַ שלימזל פֿאַלט אויפֿן רוקן און צעקלאַפּט זיך די נאָז!‟ — ס’האָט געזאָלט נעמען יאָרן כ’זאָל דאָס ווערטל קאָנען פֿאַרדייען.

אַ גרויסן רושם האָט אויף מיר געמאַכט אַן אַנדער קינדער־ביכל, „דאָס גאָלדן שליסעלע, אָדער פּאַסירונגען פֿון בוראַטינאָ‟. כ’האָב שוין צו יענער צײַט געקאָנט לייענען אַליין, און נישט געדאַרפֿט וואַרטן ביז די מאַמע וועט עס פֿאַר מיר טאָן. די מעשׂה האָט אָנגעשריבן דער רוסישער שרײַבער אַלעקסיי טאָלסטוי, און נישט איין דור סאָוועטישע קינדער זײַנען פֿאַרכאַפּט געווען מיט די פֿריילעכע און, צו מאָל, סכּנותדיקע שפּיצלעך, אָפּגעטאָן פֿון דעם הילצערנעם ייִנגעלע מיט אַ לאַנגער שפּיציקער נאָז, ענלעך צו אַ מייער. פֿאַקטיש איז בוראַטינאָס נאָז אויסגעוואַקסן פֿון קאַרלאָ קאָלאָדיס איטאַליעניש מעשׂהלע „פּינאָקיאָ‟; וועגן דעם האָב איך זיך דערוווּסט אַ סך שפּעטער, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. דעמאָלט, אין מײַן קינדשאַפֿט, בין איך פֿאַרחידושט געווען דערפֿון, ווי אַזוי מע קאָן פֿון אַ פּשוט שײַטל אויסהאַקן און אויסשניצן אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש. ס’איז דאָך אַ נס!

אַ גליקלעכער פֿון דער אַנטפּלעקונג, האָב איך וועגן דעם נס דערציילט מײַן זיידן, וואָס האָט זיך גראָד געפּאָרעט בײַ זײַן טלית־תּפֿילין־זעקל, אַ פּורפּור־סאַמעטנס, וואָס די מאַמע האָט שיין אויסגענייט מיט העל־געלע באַוול. דער זיידע האָט זיך, אַפּנים, נישט איבערגענומען מיט מײַן פֿאַרחידושטקייט. ער האָט אַפֿילו נישט אַ קוק געטאָן אין מײַן זײַט, בלויז אַרײַנגעברומקעט אין זײַן באָרד אַרײַן: „פֿון אַ געצקע קומען אַרויס צרות, נישט קיין נסים…‟

זיך אומגעקערט פֿון דער שיל, האָט דער זיידע מיך צוגערופֿן צו זיך, און, ווי ער וואָלט ביז אַהער געצויגן דעם פֿאָדעם פֿון אַ שמועס, וואָס האָט זיך איבערגעריסן בײַם סאַמע אָנהייבן אָן, ממשיך געווען:

— געוווינט האָט אַמאָל אַ מענטש מיטן נאָמען תּרח. פֿלעגט ער מאַכן פֿון האָלץ כּלערליי געצקעס, אַזעלכע ווי דײַן בורעכטינע, און זיי פֿאַרקויפֿן אין מאַרק. פֿון דעם האָט ער געלעבט און אויסגעהאַלטן זײַן משפּחה. אָט דער תּרח האָט געהאַט אַ זון, אַבֿרהם האָט ער געהייסן. אַ קליגער בחור, אַ דורכגעטריבענער. האָט אים דער טאַטע געשיקט איין מאָל אין מאַרק צו פֿאַרקויפֿן די דאָזיקע געצקעס. וואָס טוט אַבֿרהם? ווען עמעצער קויפֿט בײַ אים אַ געצקע, הייבט ער דעם קונה אָן מוסרן: „אַז אָך און וויי, צי האָט איר שׂכל זיך בוקן צו אַ גאָט, וואָס מײַן טאַטע האָט אים ערשט אויסגעהאַקט מיט דער האַק פֿון אַ שטיק האָלץ?‟ האָט מען אַבֿרהמען אומגעקערט די קניה און געפֿאָדערט צוריק דאָס געלט. פֿאַר נאַכט, געקומען אַהיים אָן אַ גראָשן, מיטן זאַק געצקעס, איז דער טאַטע געוואָרן אין כּעס אויף אים. „קענסט נישט זײַן קיין סוחר, גיי, באַדין זיי, די געטער. טראָג זיי צו עסן און טרינקען!‟ וואָס טוט אַבֿרהם? ער נעמט אַ גרויסן שטעקן און צעברעכט מיט אים אַלע געצקעס; נאָר איין געצקע, די גרעסטע, לאָזט ער איבער און לייגט איר אַרײַן אין דער האַנט דעם שטעקן. ווען דער אַלטער תּרח קומט און זעט ווי אַלע געצקעס וואַלגערן זיך אויפֿן דיל מיט צעשפּאַלטענע קעפּ און צעבראָכענע הענט און פֿיס, ווערט אים פֿינצטער אין די אויגן. ער הייבט אָן שרײַען: „וואָס איז דאָ געשען? ווער האָט צעבראָכן אַלע מײַנע געטער?‟ ענטפֿערט אים אַבֿרהם אַזוי: „טאַטע, כ’וועל דיר זאָגן דעם אמת. אַ פֿרוי האָט געבראַכט אַ שיסל זעמלמעל, און איך האָב זיך געפֿוילט צוצוטראָגן יעדן גאָט זײַן פּאָרציע; סתּם עס געשטעלט אין מיטן צימער און זיי געזאָגט, די געטער: „גייט און נעמט זיך אַליין דאָס עסן, געזונטערהייט!‟ האָבן זיי זיך אָנגעהויבן צו קריגן און שעלטן איינער דעם אַנדערן, וועמען עס קומט אַ גרעסערע פּאָרציע, ביז אָט דער־אָ, דער גרעסטער צווישן זיי, האָט געכאַפּט דעם שטעקן און זיי אַלע צעבראָכן‟. האָט זיך תּרח נאָך שטאַרקער צעבייזערט און זיך צעשריגן: „אַ ליגן, שייגעץ איינער! ווי קאָנען דען די הילצערנע געטער אָפּטאָן אַזוינס?‟ — „טאַקע יאָ, טאַטע, — ענטפֿערט אים אַבֿרהם, — ווי באַלד זיי קענען אַזוינס נישט טאָן, הײַנט וואָס זשע פֿאַר אַ געטער זײַנען זיי?‟

דער זיידע האָט אַ צופֿרידענער פֿאַרענדיקט זײַן מעשׂה און אַ קוק געטאָן אויף מיר אַריבער די ברילן זײַנע. שטענדיק, ווען ער פֿלעגט אַזוי אויף מיר קוקן, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז עס קוקן אויף מיר סײַ זײַנע אויגן, סײַ די ברילן, און סײַ זײַן שפּיץ־נאָז. זיך אַרויסרײַסן פֿון אַזאַ דרײַ־זײַטיקן בליק איז געווען אוממעגלעך.

— האָסטו עפּעס פֿאַרשטאַנען פֿון דעם? — האָט שוין זײַן באָרד אויסגעטרייסלט די פֿראַגע.

אין דעם מאָמענט האָט דעם זיידנס באָרד אויסגעזען אין מײַנע אויגן פּונקט אַזוי לאַנג און בייז, ווי בײַ דעם באַלעבאָס פֿונעם ליאַלקע־טעאַטער, קאַראַבאַס־באַראַבאַס.

— בוראַטינאָ איז אַ ווויל ייִנגעלע, כאָטש געמאַכט פֿון אַ שײַטל האָלץ, — האָב איך זיך אָנגענומען די קריוודע פֿאַר מײַן נײַעם חבֿר, — ער איז אַ דרייסטער… ער האָט באַפֿרײַט זײַנע פֿרײַנד פֿון דעם פֿאַשיסט קאַראַבאַס־באַראַבאַס…

כ’וואָלט זיך געוויס צעוויינט, אָבער דער זיידע האָט מיך אַרומגענומען און צוגעדריקט צו זיך. מײַן נאָז האָט זיך אָנגעשפּאַרט אין זײַן רעקל, וואָס האָט זיך געפֿילט מיט דעם געלן קסעראָפֿאָרם־פּראָשעק. זי האָט באַלד אויף דעם רעאַגירט מיט אַ הילכיקן ניס. „אַ געזונט אויף דיר!‟ — האָב איך דערהערט דעם זיידנס ווייך קול. מײַן פֿאַרדראָס איז אַוועק אין איינעם מיטן ניס.

אַ דאַנק מײַן זיידן, האָב איך זיך אָנגעקוקט מיט פֿאַרשידענע נעז אין שיל, וווּהין ער פֿלעגט מיך צומאָל מיטנעמען. אויף איין אָרט האָב איך זיך, אַוודאי, נישט געקאָנט לאַנג אײַנהאַלטן, פֿלעג איך שטילערהייט זיך אַרומדרייען צווישן די מתפּללים, ס’רובֿ אַלטע לײַט, וועלכע האָבן זיך באַהאַלטן מיטן קאָפּ אונטער די טליתים זייערע, אײַנגעהויקערט, זיך געשאָקלט און געציטערט, ווי מורא געהאַט פֿאַר עמעצן, וואָס הענגט איבער זיי און סטראַשעט מיט שרעקלעכע גזירות. קיין פּנימער האָב איך נישט געזען, נאָר די נעז האָבן אַרויסגעשטעקט, ווי פֿון אַ פֿינצטערן ווינקל, ענלעך צו געשפּענסטן, וואָס ברומען זיך עפּעס אויף אַ שפּראַך, נאָר זיי אַ פֿאַרשטענדלעכער — צי אַ רעטונגס־תּפֿילה, צי אַן אָפּשפּרעכעניש פֿון אַל־בייזס און אַל־שלעכטס; סאַמעראָדנע ייִדישע נעז, וואָס די שׂונאי־ישׂראל פֿון אַלע צײַטן האָבן אַזוי ליב געהאַט אַרויסצושטעלן אויף חוזק. נישט איין נאָז, וואָס האָבן מיך אַרומגערינגלט דעמאָלט אין דער שיל, איז מיט יאָרן שפּעטער אַרײַן אין מײַנע אייגענע מעשׂיות. איינע אַזאַ נאָז איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען; זי האָט געפֿונען איר אָרט אויף די זײַטן פֿון מײַן ערשטער נאָוועלע „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס‟. כ’געדענק, אַז כ’האָב דעם אָטעם פֿון דער דאָזיקער נאָז דערפֿילט אויף מײַן נאַקן.

… איך גיב אַ דריי אויס דעם קאָפּ און זע פֿאַר זיך אַ קליין פֿאַרקנייטשט פּנימל (דווקא אָן אַ באָרד). אַ פּאָר רויטלעכע, טרערנדיקע אייגעלעך קוקן גלײַך אויף מיר. עטלעכע געלע הערעלעך קרײַזלען זיך קאָמיש אויף דער פֿליישיקער נאָז, די אייבערשטע ליפּ באַהאַלט זיך אונטער דער אונטערשטער, און די אונטערשטע שטעקט דעריבער אויף אַזוי פֿיל אַרויס, אַז מיך באַהערשט אויף אַ רגע אַ מאָדנער געדאַנק: וואָס קאָן מען, למשל, טאָן מיט אַזאַ מויל, ווען עס גיסט אַ רעגן?… דאָס פּנימל בייגט זיך אָן צו מיר און רוימט מיר אײַן שטילערהייט:

— ווער זשע ביסטו?

גיב איך אַ וווּנק מיטן קאָפּ אויפֿן זיידן.

— הייסט עס, ביסטו דעם שוחטס אייניקל.

און דער אַלטיטשקער גיט מיך גרינג אַ קניפּ אין דער באַק. דערנאָך קריכט ער אַרײַן צו זיך אין קעשענע, שלעפּט פֿון דאָרטן אַרויס אַ קליין גרין פֿלעשעלע און שיט אָפּ פֿון אָט דעם פֿלעשעלע זיך אויף דער דלאָניע אַ ביסל שוואַרצן פּראָשעק… דאָס פֿאַרקנייטשט פּנימל פֿאַרקנייטשט זיך נאָך מער, די רויטלעכע אויגן ווערן שוין אין גאַנצן רויט, און די ליפּן לאָזן אַרויס אַזאַ מין „מממע!‟…

איך שטיי און נעם נישט אַראָפּ פֿון דעם אַלטיטשקן קיין אויג, און ער שיט דערווײַל נאָך אַ מאָל אָפּ פֿון זײַן פֿלעשעלע אַ ביסל פּראָשעק און טראָגט אים אונטער שוין צו מײַן נאָז.

— נאַ, פֿאַרזוך אויך די מציאה!

איך האָב לאַנג נישט געטראַכט, אַרײַנגעשטופּט מײַן נאָז אין דער אונטערגעשטעלטער דלאָניע און מיט אַלע כּוחות אַ צי געטאָן… אָבער וואָס האָב איך אַזוינס אין זיך אַרײַנגעצויגן? וואָס איז עס, אַ פּראָשעק אָדער קליינינקע שוואַרצע מוראַשקעס, וועלכע צעלויפֿן זיך אין מײַן נאָז און הייבן מיך אָן משונה־ווילד בײַסן? די אויגן האָבן מיר זיך אָנגעגאָסן מיט טרערן, דאָס מויל האָט זיך פֿאַרקרימט און ס’איז מיך באַפֿאַלן אַ ניסעניש…

אויפֿן וועג אַהיים האָט מיך דער זיידע געהאַלטן בײַ דער האַנט, ווײַל נאָר ער האָט געזען דעם וועג. פֿאַר מײַנע אויגן איז געשטאַנען אַ פֿינצטערע וואַנט, ווײַל כ’האָב נאָך אַלץ געהאַלטן אין איין ניסן.

— וויפֿל מאָל דאַרף מען דיר זאָגן, — האָט מיר דער זיידע אַרײַנגעזאָגט, — אַז קיין נאָז זאָלסטו נישט שטופּן וווּ מע דאַרף נישט!…

צו מאָל טראַכט איך, אַז די וועלט האַלט זיך דווקא אויף די נעז, וואָס האָבן נישט מורא זיך צו שטופּן און קריכן וווּ מע דאַרף נישט. אַזעלכע נעז האָבן געוויס געהאַט די למד־וואָוו־צדיקים.

אַ נאַשבראַט איז די נאָז געוואָרן צווישן דעם פֿאָלק; שוין אָפּגערעדט, אין דער ליטעראַטור, וווּ די נאָז איז געוואָרן אַ בולטע געשטאַלט פֿאַר זיך. זי ווערט נישט סתּם אַ געשטאַלט צום לאַכן; זי פֿאַרבינדט די „אינעווייניקסטע וועלט‟ פֿונעם מענטש מיט דער דרויסנדיקער וועלט, אַנדערש, וואָלט נישט געהאַט קיין זינען דעם מלאכס „שנעל אין נאָז‟ — צו פֿאַרגעסן אַלץ „פֿון דאָרטן‟; און פֿאַרקערט: די נאָז „אָטעמט אַרײַן‟ דאָס אַרומיקע לעבן, מיט אַלע אירע ריחות, זינט דעם ערשטן אָטעם, וואָס דער אייבערשטער האָט אַרײַנגעאָטעמט אינעם מענטשן דווקא דורך דער נאָז. ווען עס קומט די צײַט, קערט דער מענטש דעם אייבערשטן אום דעם חובֿ — מיטן לעצטן אָטעם, צו פֿאַרגעסן אַלץ, וואָס ס‘איז געווען מיט אים דאָ.

אַ סך זאַכן פֿון אונדזער אַרום דערמאָנען די נאָז, און די נאָז אַליין רופֿט אַרויס אַ דערמאָנונג וועגן די אַרומיקע זאַכן. אָט, ברענט זי, ווי אַ לעמפּעלע, און פֿון אַ זעץ אין דער נאָז אַרײַן, ווערט פֿינצטער אין די אויגן. זי וואַקסט אויף די בייטן, ווי אַ גרינע אוגערקע, און ווי אַ פּאָמידאָר ווערט זי רויט פֿאַר בושה; זי איז לאַנג און שפּיציק, ווי אַ מייער, און בולבעוואַטע, ווי אַ קאַרטאָפֿל. עס אַרט זי נישט, אויב זי איז באַשאָטן מיט שוואַרצע פּינטעלעך, ווי מיט מאָן, אָדער מיט רויטע ווײַמפּערלעך. ווי אַ כאָמעלעאָן־יאַשטשערקע קאָן זי בײַטן איר קאָליר, און באַליידיקט זיך נישט, ווען מע רופֿט זי נישט בײַם אייגענעם נאָמען, נאָר מיט אַ צונאָמעניש: ניאָניע, טראָמבע, שמעקער, שנאָבל, שופֿר, קוילעטש, באָדניע, בערגל וכדומה.

ס‘איז נישטאָ אַזאַ ייִדישע מלאָכה, וווּ מע וואָלט זי נישט דערמאָנט, דהײַנו, אַ שנײַדער: „מיט אַזאַ נאָז קען מען פֿאַרשטעקן אַ לאָך, אָבער נישט לייגן אַ לאַטע‟; אַ שוסטער: „אַ נאָז אַן אָל, כאָטש שטעך זי אַרײַן אין תחת‟; אַ קלעזמער: „זײַן נאָז טראָמבעט בעסער, ווי זײַן טרומייט‟; אַ שטריקל־דרייער: „וויפֿל מע זאָל מיט דער נאָז נישט דרייען, קומט צום שטריקעלע אַ סוף‟; אַ בעל־עגלה: „די בײַטש שמײַסט, און די נאָז פֿײַפֿט‟; אַ בלעכער: „אויך אַ טשײַניק האָט אַ נאָז, אָבער קיין בשׂמים גיט מען אים נישט שמעקן‟; אַ זייגערמאַכער: „ווען די נאָז וואָלט געזאָגט ׳קו־קו׳, וואָלט זי געווען אַ וואַנט־זייגער‟; אַ קוימען־קערער: „דער קוימען שטעקט און די נאָז שטעקט, נאָר קיין רויך גייט נישט‟; אַ מילכיקער: „אַ פֿליישיקע נאָז אין טעפּל מאַכט נישט טרייף די מילך‟; אַ קצבֿ: „אויף קיין נאָז שטעלט מען נישט קיין השגחה‟…

אינעם פֿאָלקס מויל, קאָן די נאָז זײַן אויך אַ פֿאַרמיטלערין צווישן דעם נישט־גוטן און דער „אינעווייניקסטער וועלט‟ פֿונעם מענטש; אַרײַנדרינגענדיק אַהין, הייבן דאָרט אָן באַלעבאַטעווען די פֿינצטערע כּוחות. מע זאָגט דאָך וועגן אַ מנוּוול: „דער טײַוול איז אים אַרײַן אין דער נאָז!‟

אַן אַנדער אָרט, וווּ ס‘האָט מיך צום ערשטן מאָל געבראַכט מײַן טאַטע, איז געווען די „קעשענע־באָד‟. אַזוי האָט מען זי גערופֿן צוליב צוויי זאַכן: זי האָט זיך געפֿונען אויף דער קעשענעווער גאַס; און אירע באַזוכער — מענער און פֿרויען — האָבן ס׳רובֿ געוווינט אין דער אַרומיקער געגנט. איז זי ווי געלעגן בײַ יעדן אין קעשענע. אין דער „קעשענע־באָד‟ האָט מען פֿרײַטיק אין דער פֿרי געקאָנט זען כּמעט אַלע אונדזערע שכנים. כ‘האָב זיי נישט באַלד דערקענט, ווײַל נאַקעט האָבן זיי מיר אַלע אויסגעזען ווי אויף איין פּנים. כ‘האָב אָבער געדענקט זייערע נעז; און כאָטש זיי האָבן געבלישטשעט מיט איין ציכטיקן גלאַנץ, ווי אַן אָפּגעפּוצטע מזוזה אויף פּסח, האָב איך יעדע נאָז געקאָנט אָנרופֿן אויפֿן נאָמען.

זיי האָבן זיך אויסגעזעצט איין נאָז לעבן דער אַנדערער אויף דער שטיינערנער באַנק, יעדע איינע לעבן איר שיסל, און בשעת די הענט האָבן אָנגעזייפֿט די צעפּאַרעטע לײַבער, זיך צווישן זיך איבערגעווערטלט. די גרויע ריטשקעס מילינקעס האָבן אַראָפּגערונען פֿון די אַקסלען איבער ברוסט און בויך, און זיך צונויפֿגענומען אין אַ בערגל צווישן די פּולקעס, ווי בכּיוון געוואָלט פֿאַרדעקן דעם אבֿר, וואָס אין באָד האַלט מען נישט פֿאַר אַ בושה צו ווײַזן. אַ קינד, האָב איך געמאַכט דעמאָלט אַן אַנטדעקונג, וואָס שוין אַ דערוואַקסענער וואָלט איך זיך געשעמט וועגן דעם צו טראַכטן. דהײַנו: די נאָז מיט יענעם אבֿר, וואָס שטעקט בײַ די מענער אַרויס „נידעריקער פֿונעם פּופּיק‟, האָבן אַ סך ענלעכס. טאַקע אין יענעם מאָמענט, וואָס כ’האָב וועגן דעם אַ טראַכט געטאָן אויף מײַן קינדערש־נאַיִוון אופֿן, האָט זיך דורך דעם זשום און רעש פֿון פֿליסנדיקער וואַסער און קלאַפּערײַ פֿון אויסגעליידיקטע שיסלען, דערהערט דאָס דורכדרינגלעכע קולכל פֿון רפֿאל דער בלעכער. קיין גרויסער מײַסטער אין זײַן פֿאַך, ווי עס האָבן געהאַלטן מבֿינים, איז רפֿאל נישט געווען; וואָס יאָ, מעשׂיות האָט ער געהאַט — אַ וועלט. כ’ווייס נישט, ווי אין אַנדערע ערטער, נאָר אין באָד פֿלעגן זיך אים עפֿענען אַלע קוואַלן. ער אַליין האָט איין מאָל געזאָגט, אַז דווקא אין באָד „צעשפּילט זיך‟ זײַן טאַלאַנט.

— חבֿרים ייִדן! — האָט ער אויסגעשריִען, אַז יעדער קלאַנג, דאַכט זיך, איז אונטערגעפֿלויגן צו דער פֿאַרשוויצטער סטעליע, זיך אָנגעשטויסן אין איר, און מיט אַ דראַזג זיך אַ זעץ געטאָן אינעם צעמענטענעם דיל. — הערט נאָר אַ מעשׂה. רפֿאל האָט אַ רײַב געטאָן זײַן פּנים מיט דער דלאָניע, ווי ער וואָלט דערמיט אָפּגעווישט די וואָכיקע האַוועניש, וואָס האָט זיך צעשמאָלצן אין דער אָנגעהיצטער לופֿט; אַ פֿיר געטאָן מיט זײַן פֿויגלשער נאָז איבערן נאַקעטן עולם, האָט ער אָנגעהויבן, שוין שטילער, ווי פֿון דערווײַטנס:

— נאָך פֿאַר דער מלחמה, האָט זיך געיאַוועט אין אונדזער שטעטל אַ בחורל. מע פֿלעגט זאָגן, אַז דער סאַדיגורער רבי האָט אים געשיקט אין דער וועלט אַרײַן מיט אַ שליחות צו פֿאַרשפּרייטן זײַן תּורה. דערווײַל האָט מען אים געפֿונען אַ ווינקל אינעם שוסטערישן קלײַזל און דאָרט איז ער געשלאָפֿן. אַז אַ בחור קומט אין שטעטל, הייבט מען אים באַלד זוכן אַ שידוך. צו אַזאַ פּאַרשוין האָט פּונקט צוגעפּאַסט פּעסיע די יתומה. ווי זאָגט מען — אַ פּאָרעלע פֿון גאָט. דאָס שטיבל, וווּ אירע עלטערן האָבן געוווינט, איז געשטאַנען אַקוראַט אַנטקעגן דעם שוסטערישן קלײַזל, אַזוי אַז זײַן אָפּגעריבן טלית־זעקל און די פּאָר גאַטקעס מיט אַ העמד זיך איבערצוטאָן אין באָד, האָט ער נישט געדאַרפֿט ווײַט טראָגן. איז שוין גוט? דאָס שטעטל האָט פֿאַרדינט אַ מיצווה. גייט אַרויס די מיצווה באָקאָם, ס’הייסט, אין אַ קאַרגן חודש נאָך דער חופּה, ווערט דער רבילע, נעבעך, קראַנק, ליגט אָפּ עטלעכע טעג מיט הויכער היץ — און אַ סוף. ווערט שוין פּעסיע די יתומה אַן אַלמנה אויך. ערשט דאָ הייבט זיך אָן די אמתע מעשׂה…

דער עולם מאַנספּאַרשוינען האָט זיך שוין אויסגעשטעלט אַנטקעגן רפֿאלן, די אויסגעליידיקטע שיסלעך געהאַלטן אין דער האַנט, שוין, דאַכט זיך, פֿאַרגעסן אינעם באָדן; זיך געריבן מיט די רויטע נאַקעטע אַקסלען און הינטנס איינער אינעם אַנדערן, געצויגן דעם אויער צום דערציילער.

— די יונגע פּעסיע איז, נעבעך, אויסגעגאַנגען — געוואָלט אַ קינד. קינדער אָבער נעמען זיך נישט נאָר פֿונעם ווילן. מע דאַרף נאָך עפּעס, האַ? — רפֿאל האָט כיטרע אַ וווּנק געטאָן צום עולם, ווי פֿאַרטשעפּעט זיי מיט זײַן פֿרעגן; און כאָטש ס’איז באַלד געוואָרן לעבעדיקער, האָט ער אַ ווײַז געטאָן זײַן ברייטע דלאָניע און זיך אָנגערופֿן ווײַטער: — כ’זע שוין אויף אײַך, איר וואָלט זיך נישט פֿאַרלוירן. וואָס זאָל אָבער געווען טאָן די יונגע אַלמנה? ווי פֿלעגט מען זאָגן בײַ אונדז אין שטעטל: ווען דער אייבערשטער שלאָפֿט אײַן, כאַפּט זיך אויף דער טײַוול. אין אַ נאַכט דרייט זיך פּעסיע, נעבעך, אויף איר געלעגער, גייט אויס פֿאַר גלוסטעניש און בענקשאַפֿט, הערט זי לעבן זיך, אויפֿן אָרט, וווּ ס’איז פֿריִער געלעגן מיט איר דער יונג־פֿאַרשטאָרבענער מאַן, ווי עפּעס רירט זיך דאָרט. אַ שוואַכע שײַן פֿון דער לבֿנה האָט זיך קוים אַרײַנגעגאָסן דורכן קליינעם שײַבל. זי דרייט אויס דעם קאָפּ — גאָט מײַנער, מע זאָל שוין פֿון אַזעלכע געפֿינסן נישט וויסן, אַפֿילו אין חלום. לעבן איר ליגט דעם רבילעס נאָז…

רפֿאל האַלט אויס אַ פּויזע. טונקט די הענט אײַן אין דער שיסל מיט וואַסער און גיט אַ שפּריץ אויף זיך מיט די פֿינגער. אַ חכם פֿונעם עולם פֿרעגט, ווי געוואָלט כאַפּן דעם דערציילער אויף אַ ליגן: „פֿון וואַנען האָט זי געקאָנט וויסן, אַז ס’איז גראָד איר מאַנס נאָז?‟. דער עולם האָט זיך אַ שאָקל געטאָן, אונטערגעכאַפּט: „טאַקע… גיי ווייס…‟. רפֿאלן האָט עס נישט איבערגעראַשט; ער האָט ווידער אַרויסגעשטעלט זײַן דלאָניע, וואָס האָט געדאַרפֿט מיינען: נישט אים כאַפּט מען אויף אַ ליגן! — הערטשעט ווײַטער, חבֿרים ייִדן! — האָט ער רויִק געזאָגט, — דעם רבילעס נאָז האָט געהאַט אַ קלאָרן סימן אויף דער רעכטער זײַט — אַ שוואַרצע בראָדיווקע, די גרייס פֿון אַ פֿאַסאָליע. דערזען דעם מאַנס נאָז, איז די אַלמנה, פֿאַר שרעק, שיִער נישט אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם געלעגער. די נאָז האָט זיך אָבער באַלד אָנגעהויבן לאַשטשען צו איר, זיך רײַבן אין איר באַק, האַלדז, אַרונטערגעקראָכן אונטער דער קאָלדרע, מיט איין וואָרט, פּעסיע האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און איר אַלמנה־שטיבל האָט זיך אָנגעפֿילט מיט תּענוג און ליבע… און אַזוי האָט זיך די נאָז געיאַוועט יעדע נאַכט, ביז פּעסיע די אַלמנה איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן…

רפֿאל איז אַנטשוויגן געוואָרן. זײַן אייגענע נאָז, ענלעך צו אַ שנאָבל פֿון אַ גרויסן פֿויגל, האָט איצט שטאָלץ באַטראַכט דעם עולם מאַנספּאַרשוינען. בײַ אייניקע פֿון זיי האָבן די שיסלען זיך איבערגערוקט נענטער צום בויך, ווי געוואָלט עפּעס פֿאַרשטעלן פֿון אַ בייז־אויג…

אין אַן אַלטער מסורה שטייט געשריבן, אַז אין 120 יאָר אַרום, ווען די נשמה קערט זיך אום צוריק אין גן־עדן אַרײַן, איז איר ערשטע סטאַנציע אַקוראַט בײַם הויכן באַרג פֿליגלען. זי מוז דאָרט אויסזוכן אירע אייגענע פֿליגלען, איבערגעלאָזט פֿאַרן אַרויסגעטריבן ווערן פֿון גאָטס נחלה. לאָמיר זיך נישט אײַלן צו ווערן צוריק מלאכים.


געמיינט דאָ דעם העלד פֿון איציק מאַנגערס „דאָס בוך פֿון גן־עדן‟
*
„קאַרליק נאָז‟ — א מעשׂהלע פֿונעם דײַטשישן שרײַבער ווילהעלם האַוף (1802־1827)
*** די געשיכטע — געמיינט דאָ די דערציילונג „נאָז‟ פֿונעם רוסישן שרײַבער ניקאָלײַ גאָגאָל (1852-1809)


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.