Boris Sandler

די „חד־גדיא‟ פֿונעם אינדזל קוראַסאַאָ

The "Chad Gadya" from Curacao

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

1

דער „אײַפֿאָן‟ האָט מיט אַ קורצן קלאַנג אים אויפֿגעוועקט, ווי אַ שנאַל געטאָן אין דער נאָז. קאָבי, נאָך האַלטנדיק די אויגן פֿאַרמאַכט, האָט זיך אַ צי געטאָן מיט דער האַנט צום שמאַטענעם רענצל, וואָס איז געלעגן פֿון דער רעכטער זײַט אויפֿן צווייטן שעזלאָנג, צוגערוקט צו זײַנעם. נישט אַנדערש, ווי זײַן שעף־רעדאַקטאָר שיקט אים ווידער אַן אָנזאָג. ער האָט אים שוין פֿאַרוואָרפֿן מיט טעקסט־בריוולעך. צוטראָגנדיק דעם מכשיר צום פּנים, האָט קאָבי זיך קורצזיכטיק אײַנגעקוקט אין די קורצע שורות. אַזוי איז עס טאַקע: זײַן באָס… ווי ער וואָלט נישט געוווּסט, אַז קאָבי האָט גענומען אַ וואָך, ריכטיקער, בלויז זעקס טעג וואַקאַציעס… אַנטלאָפֿן פֿון דעם ניו־יאָרקער רעש און זשום, וואָס האָט שוין אויפֿגעגעסן זײַן מוח… סוף־כּל־סוף, איז ער דאָך נישט אַגאַטאַ קריסטי, נישט דזשאָרזש סימענאָן און אַפֿילו נישט מײַקל שאַבאַן. ער איז, ווער ער איז — הרפּתּקן, און שטעלט צו יעדע וואָך זײַנע קרימינעל־געשיכטעס פֿאַרן זשורנאַל “Pick-Up”…

פֿאַרשטייט זיך, אַז „הרפּתּקן‟ איז זײַן ליטעראַרישער פּסעוודאָנים; זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז שוואַרץ, קאָבי שוואַרץ. ווען ער האָט נאָר אָנגעהויבן שרײַבן זײַנע קרימינעלע געשיכטעס, מיט כּמעט צען יאָר צוריק, האָט אים זײַן קאָלעגע, אַן אַלטער זשורנאַליסט מיט ביצים, ווי מע זאָגט — האַלב־ערנסט, האַלב־שפּאַסיק אַ זאָג געטאָן: “נאָך איין שוואַרץ! די גאַנצע פּרעסע איז שוין פֿאַרשוואַרצט געוואָרן!” דער יונגער שוואַרץ האָט דעם אַנטיסעמיטישן שטאָך דעמאָלט אַראָפּגעשלונגען, נישט געוואָלט זיך פֿאַרפֿירן מיטן אַלטן פֿאַרצער; בלויז שטיל, אָבער פֿעסט אים געענטפֿערט: “זײַט פֿאָרזיכטיק, איר קאָנט נאָך, חלילה, בלינד ווערן!”

פֿון דעסטוועגן, האָט קאָבי, ווען ער האָט שוין אָנגעהויבן רעגולער דרוקן זײַנע וועכנטלעכע קרימינעל־געשיכטעס, זיי אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים — “הרפּתּקן”, וואָס מיינט אויף עבֿרית אַן אַוואַנטורע־זוכער. דעם צונאָמעניש האָט קאָבי באַקומען מיט יאָרן לאַנג צוריק אין ישׂראל, ווען ער האָט זיך געלערנט אין דער מיטלשול; די חבֿרה פֿלעגן אים אַזוי רופֿן פֿאַרן באַזונדערן טאַלאַנט צו זײַן שטענדיק פֿאַרמישט אין עפּעס אַן אַוואַנטור; און נישט נאָר אַליין, אויך אַנדערע האָט ער געקאָנט אַזוי איבערצײַגעוודיק פֿאַרדרייען דעם מוח, אַז מע פֿלעגט אים גלייבן און פֿאָלגן. אַזוי איז געשען איין מאָל מיט דער אויסגעטראַכטער מעשׂה, אַז דער ריזיקער קראַטער אינעם דרומדיקן שטעטל מצפּה רמון, האָט געדינט אַמאָל די באַשעפֿענישן פֿון אַנדערע פּלאַנעטן ווי אַ שאַכטע פֿאַר זייערע קאָסמישע שיפֿן אויף דער ערד. “ביז הײַנט געפֿינט מען נאָך דאָרט שפּורן פֿון יענע ווײַטע געסט!” — האָט קאָבי פֿאַרכאַפּט די עטלעכע חבֿרים זײַנע מיט דער מעשׂה. ווי אַ ממשותדיקן באַווײַז פֿון זײַן גערעכטיקייט, האָט ער זיי געוויזן אַ זילבערדיקע צעפּלעטשטע זאַך, ענלעך צו אַ שפּין, וואָס ער האָט כּלומרשט געקויפֿט בײַ איינעם אַ בעדויִנער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון יענע ערטער. די גאַנצע געשיכטע מיטן זוכן שפּורן פֿון אויסערערדישע געסט האָט זיך פֿאַרענדיקט טאַקע אין מיצפּה רמון גופֿא, ווען מ’האָט קאָבי און נאָך צוויי זײַנע פֿרײַנדלעך, פֿון די סאַמע איבערגעגעבענע, געכאַפּט בשעתן אַראָפּלאָזן זיך אינעם קראַטער, און אָפּגעהאַלטן זיי אַ גאַנצן טאָג אין דער אָרטיקער פּאָליציי, ביז די עלטערן זײַנען נאָך זיי געקומען…

צו ווערן אַ שרײַבער אינעם קרימינעלן זשאַנער איז געווען קאָביס באַרוף, כאָטש ער האָט געהאַט געאַרבעט איבער זײַן דאָקטאָראַט אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל: “ענלעכע עלעמענטן אין די העברעיִשע אַגדות און קריסטלעכע לעגענדעס”. דרײַ יאָר האָט קאָבי אַוועקגעגעבן דעם זוכעניש פֿון די דאָזיקע “ענלעכע עלעמענטן”, ביז ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז נאָך איידער ער וועט זיי אַלע אָפּזוכן, וועט ער באַגראָבן ווערן ערגעץ אין אַ ביבליאָטעק, אַרומגעלייגט מיט דיקע, צעבאָרשטע ביכער און ספֿרים, ווי אין אַ סקלעפּ. צו יענער צײַט האָט ער שוין אָנגעהויבן זיך דרוקן צו ביסלעך אין עטלעכע ביליקע זשורנאַלעכלעך, אָבער פֿאָרט נישט אומזיסט, ביז איינער פֿון זײַנע באַקאַנטע, וואָס האָט געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר אינעם פּאָפּולערן דיקן זשורנאַל “Pick-Up”, האָט אים פֿאָרגעלייגט אַרײַנצושיקן אין רעדאַקציע זײַנע אַ דערציילונג. שטעלט זיך פֿאָר, ס’האָט אויסגעשאָסן. מ’האָט מיט אים געמאַכט אַן אָפּמאַך, אַז יעדע וואָך דאַרף ער צושטעלן אַ קרימינעלע געשיכטע פֿון אַן ערך פֿיר טויזנט ווערטער; און ס’איז אַוועק אַ גאַנג. „הרפּתּקן‟ איז געוואָרן פּאָפּולער…

קאָבי האָט זיך אונטערגעהויבן פֿון זײַן שעזלאָנג און זיך אָנגעשפּאַרט מיטן בליק אין דער פּרעכטיקער ים־פּאַנאָראַמע. אַזאַ גן־עדן־ווינקעלע, מוז ער זיך פֿון דעם אָפּרײַסן און שרײַבן וועגן מאָרד און בלוט, און דעם קלוגן ר’ מאיר אָקון, אַ געוועזענער ליובאַוויטשער חסיד און פּריוואַט־דעטעקטיוו. קאָבי האָט די געשטאַלט צוגעטראַכט אויפֿן סמך פֿון טשעסטערטאָנס פֿאָטער בראַוּן; און פֿאַר וואָס טאַקע נישט — אַ גלך קאָן האָבן דעם טאַלאַנט פֿון אַ דעטעקטיוו, און אַ רבי נישט? ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט עס בײַ די לייענער פֿון “Pick-Up” אויסגענומען, און ר’ מאיר אָקון האָט געפֿירט די פֿאַרדרייטע אויספֿאָרשונגען זײַנע פֿון איין דערציילונג צו אַ צווייטער.

קאָבי האָט זיך איצט געבייזערט אויף זײַן באָס; ער האָט אים דאָך פֿאַרן אַוועקפֿאָרן אַהער איבערגעלאָזט אויפֿן טיש אַ שפּאָגל־נײַע דערציילונג, “אַ פֿאַרשטערטער סוף־וואָך” — געפֿעלט אים נישט, וואָס די מעשׂים קומען פֿאָר זומער, און דער נײַער נומער איז געווידמעט דעם טאָפּלטן יום־טובֿ “חנוכּה־ניטל” — אַן אַמעריקאַנער מוסטער פֿון רעליגיעזער קאָרעקטקייט. ער, הרפּתּקן, וואָס ברענגט דער אויסגאַבע טויזנטער לייענער, מוז זיך צופּאַסן צו דער “סעזאָן־טעמאַטיק פֿונעם נומער”. “מוקצה!” — וואָלט אויף דעם געוויס געזאָגט ר’ מאיר אָקון.

צוריק גערעדט, איז דער הונט באַגראָבן טיפֿער. קאָבי פֿילט אַליין, אַז די לעצטע פּאָר חדשים קומט הרפּתּקנען אָן שווער דאָס שרײַבן; אַז זײַן ר’ מאיר דערלאָזט פֿאַרדריסלעכע פֿעלערן אין זײַן אַרבעט, פֿאַרזעט וויכטיקע פּרטים, לייגט זיך אָפֿטער צו צום כּוס משקה, און האָט אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן עטלעכע מאָל צו פֿאַרלאָזן דעם פֿאַך פֿון אַ פּריוואַט־דעטעקטיוו… מיט איין וואָרט, ער נייטיקט זיך אין אַן אַפֿסקה; סוף־כּל־סוף, פֿאַר וואָס דאַרף ער, אַ פּשוטער בן־אָדם, זיך מקריבֿ זײַן פֿאַר דער גאַנצער וועלט?! “וויפֿל פֿאַרברעכערס ער זאָל שוין נישט געווען כאַפּן אין זײַן לעבן, הערן זיי זיך נישט אויף צו פּלאָדיען, אַ מיאוסע משונה זאָל זיי אַלע נעמען!”

דעמאָלט האָט קאָבי טאַקע באַשלאָסן זיך אַרויסצורײַסן פֿון זײַן שאַפֿערישן גיהנום, און דורכלופֿטערן סײַ זײַן אייגענעם קאָפּ און סײַ דעם קאָפּ פֿון דעם פּריוואַט־דעטעקטיוו ר’ מאיר אָקון. צו קומען דווקא אַהער, אויפֿן אינדזל קוראַסאַאָ, האָט אים צוגערעדט זײַן נײַע חבֿרטע עמאַ. זיי זײַנען שוין צוזאַמען אַ האַלב יאָר. קאָבי האָט זיך מיט איר באַקענט אין דער רעדאַקציע פֿון “Pick-Up”. זי האָט געשריבן עראָטישע פֿאַנטאַזיעס, און זײַן באָס האָט אים געבעטן עפּעס איבערצולייענען פֿון זיי, און זאָגן מבֿינות. “עפּעס שטעקט אין איר, — האָט ער באַמערקט מיט אַ שמייכל, — און נישט נאָר מכּוח די דערציילונגען…”

קאָבי איז בפֿירוש די ראָלע פֿון זײַן אַ רעצענזענט נישט געפֿעלן געוואָרן, אָבער אויך אָפּזאָגן דעם באָס האָט ער נישט געוואָלט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט דער מחברין נאָך אין יענעם טאָג, און ערשט דעמאָלט איז צו אים דערגאַנגען דער זין פֿון זײַן באָס’ לעצטע ווערטער און שמייכל. ר’ מאיר אָקון וואָלט אויף איר געזאָגט, אַז “זי איז נישט קיין יפֿת־תּואר, נאָר אַ יונגע אישה איז זי”. ווען דיר איז שוין איבער פֿערציק, און איר איז נאָך קיין דרײַסיק נישט, קוקט מען אויף אַ פֿרוי מיט אַנדערע אויגן. עמאַ האָט געהאַט נישט ווייניק מעלות, חוץ דער פֿעיִקייט צו שרײַבן עראָטישע פֿאַנטאַזיעס, און זיי האָבן בײַם פּאָפּולערן קרימינעלן שרײַבער מער אויסגענומען.

ער האָט טיף אײַנגעאָטעמט די וואַרעמע לופֿט, ווי געוואָלט מיט איר אָנזעטיקן אַלע קעמערלעך פֿון זײַן מוח און גוף. דער שמאָלער שטח פֿון דער קינסטלעך געמאַכטער פּלאַזשע, האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך פֿון דעם הינטערשטן אַרויסגאַנג פֿונעם האָטעל “רענעסאַנס”, וווּ ער און עמאַ האָבן זיך אָפּגעשטעלט. דער אַרכיטעקט האָט קונציק אַרײַנגעפּאַסט דאָס קינסטלעכע אינעם נאַטירלעכן לאַנדשאַפֿט: די גרויסע הילצערנע שירעמס קעגן דער זון, געדיכט באַדעקט מיט איבערגעפֿלאָכטענע טרוקענע פּאַלמעס־צווײַגן, און די הויכע שטאַלטנע טייטלביימער; דער שווים־באַסיין, באַצוימט פֿון צוויי זײַטן מיט אַ קאַלכשטיינערנעם צוים, איז ווי הענגען געבליבן אין דער לופֿטן צווישן הימל און דעם שפּילעוודיקן קאַריביער ים. ביז אַהער האָט קאָבי וועגן אַזאַ מין “פּייסאַזש־באַסיין” נאָר געהערט און געזען אויף די רעקלאַמע־פּלאַקאַטן, פֿאָרנדיק אין סאָבוויי; זיי האָבן פֿאַרנאַרט מיט זייער פֿאַרביקייט און גלאַנציקייט צו באַזוכן די רײַכע וואַרעמע אָפּרו־ערטער… אמת און ליגן — יעדעס קינסטלעריש ווערק טראָגט אין זיך די צוויי יסודותדיקע עלעמענטן; און אויב דעם קינסטלער גיט זיך אײַן צו איבערצײַגן, אַז דער קינסטלערישער ליגן איז אמת, און דער רעאַלער אמת איז קיין ליגן נישט, האָט ער געשאַפֿן אַן עכט ווערק.

קאָבי איז שוין גרייט געווען זיך לאָזן גיין צום ימיקן שווים־באַסיין זיך אָפּצופֿרישן, אָבער זײַן “אײַפֿאָן” האָט אים ווידער געגעבן צו וויסן מיט אַ “בלינג”, אַז ס’איז אָנגעקומען אַ נײַ בליצטעקסטל. “נו, וויפֿל איז דאָך שיעור… דער נודניק האָט מיך שוין פֿאַרמוטשעט!…” — און דאָך, האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿונעם רענצל דעם ערשט באַהאַלטענעם “אײַפֿאָן” און איבערגעלייענט די קורצע מיטטיילונג: “חשובֿער מיסטער שוואַרץ. ס’וואָלט פֿאַר אונדזער קהילה געווען אַ כּבֿוד זיך מיט אײַך צו באַקענען. מיר פֿאַרבעטן אײַך צום אָנצינדן דאָס פֿערטע חנוכּה־ליכטל 7 אַזייגער אין אָוונט אין אונדזער סינאַגאָגע ׳מיקווה ישׂראל־עמנואל׳. בנימין כּהנצדק, פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה.”

גראָד אין דער מינוט פֿון קאָביס צעמישטקייט איז צוגעגאַנגען עמאַ. זי האָט געהאַלטן אין דער האַנט אַ קאַרטאָן־כּוס מיטן גרינעם פֿירמע־שטעמפּל פֿון “סטאַרבאַקס”.

“כ’האָב דיר געקויפֿט אַ קאַפּוטשינאָ, — האָט זי אויסגעשטרעקט צו אים די האַנט. דערזען זײַן אויסגעצויגענע צורה, האָט זי פֿאָרזיכטיק אַ פֿרעג געטאָן: — עפּעס איז געשען?”

“דו וועסט נישט גלייבן, — האָט ער אַרויסגעשטאַמלט, — מ’האָט מיך פֿאַרבעטן צום פֿערטן חנוכּה־ליכטל אין דער היגער סינאַגאָגע”.

“איך האָב נישט געוווּסט, אַז דאָ איז פֿאַראַן אַ סינאַגאָגע, — האָט עמאַ זיך שוין פֿאַרחידושט, און צוגעגעבן: “דו ביסט זיכער, אַז עמעצער פֿון דײַנע פֿרײַנד טוט דיר נישט אָפּ אַ שפּיצל?”

“קיינער, חוץ דעם באָס, ווייסט נישט, אַז איך בין געפֿאָרן אַהער… מאָדנע איז אַן אַנדער זאַך: פֿון וואַנען ווייסט דער דאָזיקער כּהנצדק, אַז איך בין דאָ, און וואָס פּלוצעם פֿאַרבעט ער מיך, אַ פֿולן אַפּיקורס, אין סינאַגאָגע? סײַדן עס פֿעלט אים אַ צענטער צום מינין?”

2

זיי זײַנען אַרויסגעגאַנגען פֿונעם האָטעל צוזאַמען, אַ פֿערטל צו זעקס, געטראַכט זיך אַ ביסל דורכשפּאַצירן, טרינקען אַ טעפּעלע קאַווע. עס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף דער הויפּטשטאָט פֿונעם אינדזל, וויליאַמשטאַט, אַ וואַרעמער און פֿײַכטער אָוונט, און ס’האָט זיך קוים געגלייבט, אַז ס’איז מיט־דעצעמבער, און אַלץ אַרום איז שוין גרייט אויפֿצונעמען דעם געגאַרטן גאַסט, דעם אַלטן סאַנטאַ קלאַוּס. לענג אויס דעם קאַנאַל, פֿון ביידע זײַטן ברעג האָט פֿון יעדן ווינקעלע געפֿינקלט און געשפּילט מיט אילומינאַציע־ליכט; די ברייטע קראָם־וויטרינעס פֿון באַקאַנטע וועלט־פֿירמעס, זײַנען פֿאַרגאָסן געווען מיט שײַן, און די קינסטלעכע גרינע ניטל־ביימער, באַפּוצט מיט שניי־ווײַסע קײַלעכלעך, שטערן, בלומען, מעשׂהדיקע פֿייגל און חיות האָבן געבלישטשעט אונטער די העלע שטראַלן. קרענץ פֿון סינטעטישע יאָדלעס־צווײַגן, דורכגעפֿלאָכטן מיט רויטע סטענגעס, האָט מען געקאָנט זען כּמעט אויף יעדער בוים און טיר.

די סינאַגאָגע “מיקווה ישׂראל־עמנואל” האָט זיך געפֿונען אויפֿן אַנדערן ברעג פֿונעם קאַנאַל. קאָבי און עמאַ זײַנען צוגעקומען צו דעם פּאָנטאָן־בריק, וואָס איבער אים האָבן זיך, ווי איבערגעפֿלאָכטענע ליאַנעס, געצויגן דראָט־שנורן פֿון פֿאַרשיידנקאָליריקע פּיצינקע לעמפּעלעך. עס האָט אויסגעזען, אַז קאָבי און עמאַ גייען דורך אַ לאַנגן אַרקע־קאָרידאָר, וואָס פֿירט זיי אין אַ פֿאַנטאַסטיש לאַנד.

בײַ טאָג, ווען דורכן קאַנאַל האָט געדאַרפֿט דורכשווימען אַ שיף, האָט די פּאָנטאָן־בריק זיך אָפּגעטיילט פֿונעם ברעג מיט איין עק, און מיט זײַן גאַנצער לענג זיך אָנגעהויבן פּאַמעלעך באַוועגן איבערן וואַסער צום אַנדערן ברעג. איצט, בעת קאָבי און עמאַ זײַנען איבער דער בריק געגאַנגען, האָט זי אונטער זייערע פֿיס זיך עטוואָס געהוידעט אויף די כוואַליעס, אַרויסרופֿנדיק אַן אומדערוואַרט אומרו־געפֿיל. עמאַ האָט אַפֿילו זיך אָנגעכאַפּט אין קאָבי מיט ביידע הענט און זיך צו אים צוגעטוליעט. סוף־כּל־סוף, זײַנען זיי אַרויף אויפֿן פֿעסטן באָדן.

אַרום די טישלעך, אויסגעשטעלט פּאַזע דעם וואַסער, זײַנען שוין געזעסן די ערשטע אָוונט־באַזוכער, זיך פּאַסמאַקעוועט דערווײַל מיט קאַלטע געטראַנקען, ביז מע וועט זיי ברענגען די באַטעמטע עקזאָטישע ים־מאכלים. קיין הונגער האָט דאָס פּאָרעלע דערווײַל נישט געפֿילט, אָבער די רייצנדיקע ריחות, וואָס האָבן זיך געצויגן פֿון די צעפּראַלטע טיר־און־פֿענצטער, וווּ די דאָזיקע מאכלים האָט מען צוגעגרייט, האָבן אויך זיי צוגעזאָגט אַ געשמאַקע וועטשערע אינעם רעסטאָראַן Wine Cellar, וווּ קאָבי האָט באַשטעלט אַ טישל אויף 9 אַזייגער.

שוין נישט ווײַט פֿון דער Hanchi di Snoa־גאַס, וווּ די סינאַגאָגע האָט זיך געפֿונען, זײַנען זיי אַרײַנגעגאַנגען אין אַ ראָג־קאַפֿע. זיך צוגעזעצט צו אַ טישל, האָט קאָבי באַשטעלט צוויי קאַוועס און עטלעכע פּאָנטשיקעס, געדיכט באַשאָטן מיט צוקער־פּודער.

“מײַן מאַמע פֿלעגט אויף חנוכּה שטענדיק פּרעגלעך לאַטקעס”, — האָט געזאָגט קאָבי.

“פֿאַר וואָס פּלוצעם לאַטקעס?” — האָט געפֿרעגט עמאַ.

בײַ קאָבי האָט איר פֿראַגע קיין חידוש נישט אַרויסגערופֿן: פֿון וואַנען זאָל זי עס טאַקע וויסן? אין איר סאָוועטישער קינדהייט האָט מען נישט געוווּסט, וואָס הייסט, חנוכּה…

“דאָס הויפּט־עסן אויף חנוכּה זײַנען די מאכלים, געמאַכט אויף אַ סך בוימל, ווײַל אויף בוימל, אויף אייל האַלט זיך דער גאַנצער חנוכּה־נס…”

אויף דעם האָט זיך די חנוכּה־טעמע אויסגעשעפּט; פֿון דעסטוועגן, שוין בײַם פֿאַרלאָזן דעם קאַפֿע, האָט עמאַ שטיל אַ זאָג געטאָן:

“דו וועסט נישט זײַן קעגן, אויב איך וועל דיך אָפּוואַרטן דאָ?”

קאָבי האָט זיך אויף אַ רגע פֿאַרלוירן, כאָטש פֿאַר דער צײַט, וואָס זיי זײַנען אין איינעם, איז ער שוין צו עמאַס מאָדנע גענג צוגעוווינט געוואָרן.

“דעם אמת געזאָגט, — האָט זי זיך געאײַלט צו פֿאַרענטפֿערן זיך נאָך איידער ער וועט בײַ איר פֿרעגן די סיבה. — מ’האָט דאָך פֿאַרבעטן אַהין נאָר דיך אַליין…”

קאָבי האָט אויסגעהאַלטן די פּויזע, וואָס עמאַ האָט אויסגעפֿילט מיט אירע ווערטער, און בלויז באַמערקט:

“גוט, אַז דו האַלטסט אַזוי… אָבער בלײַב דאָ… כ’מיין, לאַנג וועט עס נישט דויערן…”

בעת דעם שטיקל וועג ביז דער סינאַגאָגע האָט ער זיך דערמאָנט די קורצע אינפֿאָרמאַציע, אַרויסבאַקומען פֿונעם קאָמפּיוטער: “די עלטסטע סינאַגאָגע אין ביידע אַמעריקעס, געגרינדעט אין 1730 פֿון די ספֿרדישע ייִדן, געקומען פֿון שפּאַניע, פּאָרטוגאַל און האָלאַנד… דער דיל איז אַ זאַמדענער, וואָס מאַכט זי ענלעך צו דער אַמסטערדאַמער ׳פּאָרטוגעזישער שיל׳…” — קאָבי האָט די דאָזיקע שיל באַזוכט מיט אַ יאָר צען צוריק, און איז געבליבן זייער באַגײַסטערט פֿון דער אַרכיטעקטורישער מאָנומענטאַלקייט און שיינקייט, וואָס האָט זיך געהאַלטן אויף די ריזיקע זעקס זײַלן, לכּבֿוד די גרויסע אָבֿות; די טויזנט מעשענע לײַכטערס מיט נאַטירלעכע ליכט, די פּרעכטיקע בימה אין מיטן דער שיל און אַנטקעגן — דער אָרון־קודש, און דאָס גאַנצע מעבל, געמאַכט פֿון האָלץ, ספּעציעל געבראַכט קיין אַמסטערדאַם פֿון פּאָרטוגאַל… “יאָ, — האָט ער זיך אומגעקערט אין די געדאַנקען צו דער אָרטיקער סינאַגאָגע, ווען ער איז שוין געהאַט אַרײַנגעגאַנגען דורכן טויער אינעם הויף, — זינט 1964 האָט זי אָנגענומען דעם רעפֿאָרעם־נוסח…”

קאָבי איז אָנגעקומען צו דער צײַט. ווי ס’וואָלט געזאָגט ר’ מאיר אָקון: “צו שׂימחות און לוויות איז בעסער נישט צו פֿאַרשפּעטיקן”. איבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער סינאַגאָגע, האָבן זײַנע פֿיס אָנגעטאַפּט דעם ווייכן זאַמד פֿונעם דיל, אַן אַלטע טראַדיציע, איבערגענומען בײַ די האָלענדער. די ערשטע רגעס האָט עס אים געשטערט, אָבער זײַן בליק איז שוין פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיטן אַרום, זיך באַוועגט פּאַמעלעך אינעם באַלויכטענעם רוים, זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן אָרגל, אויף די חפֿצים, אויסגעשניצט און אויסגעטאָקט פֿון האָלץ און מעש. די קוראַסאַאָר סינאַגאַגע האָט זיך געהאַלטן בלויז אויף פֿיר ווײַסע זײַלן; יעדער זײַל האָט געטראָגן אַ נאָמען פֿון די פֿיר אמהות — שׂרה, רבֿקה, רחל און לאה. “די פֿעמיניסטקעס וואָלט עס געפֿעלן געוואָרן” — האָט אַ טראַכט געטאָן קאָבי…

דאָס באַשיידענע זילבערנע חנוכּה־לעמפּל מיט דרײַ ברענענדיקע חנוכּה־ליכטלעך און דעם שמשׂ, איז געשטאַנען אויף אַ טישל צווישן דער בימה און דעם אָרון־קודש; די צוויי מנינים געסט, צווישן זיי עטלעכע פֿרויען, האָבן זיך אויסגעזעצט בײַ דער זײַט. די גאַנצע צערעמאָניע האָט אָנגעהויבן אַ באַיאָרטער ייִד, שוין אין די טיפֿע זיבעציקער, אָבער אַ שטאַלטנער מיט אַ געדיכטן גראָוון קאָפּ האָר, באַדעקט מיט אַ געשטריקט קיפּעלע; זײַן טונקעלע פּנים, איז באַזוימט געווען מיט אַ באָרד און וואָנצעס, אויך גראָווע און אַקוראַט אונטערגעשוירן. אָנגעטאָן אין אַ ליכטיקן קאָסטיום, אין אַ ווײַס העמד מיט אַ טונקל־רויטן שניפּס, וואָלט מען אים מיט רעכט געקאָנט אָננעמען פֿאַר אַ סיניאָר פּעדראָ פֿון אַ מעקסיקאַנער זייף־אָפּערע; אָבער זײַן נאָמען איז גראָד געווען בנימין כּהנצדק, דער זעלבער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרטיקער קהילה, וואָס האָט פֿאַרבעטן קאָבי צו דער הײַנטיקער חנוכּה־צערעמאָניע.

קיין לאַנגע דרשה האָט ער נישט געהאַלטן, באַגריסט די געסט אויף ענגליש און קורץ אויסגעלייגט די געשיכטע פֿון דער “מיקווה ישׂראל־עמנואל סינאַגאָגע”. אַ פֿיר געטאָן איבערן שיטערן עולם מיטן בליק, האָט ער זיך אָנגערופֿן, שוין ענלעך צו אַ קאָנפֿעראַנסיע: “אָנצינדן דאָס פֿערטע ליכטל, האָב איך דעם כּבֿוד צו פֿאַרבעטן אונדזער גאַסט פֿון ניו־יאָרק, דעם באַקאַנטן שרײַבער יעקבֿ שוואַרץ…”

קאָבי האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, ווי ס’האָט אים אַ טיאָכקע געטאָן דאָס האַרץ — יעקבֿ שוואַרץ, מיינט מען דאָך אים, הייסט עס, אַז דער כּבֿוד געהערט אויך צו אים. קאָבי האָט זיך אונטערגעהויבן פֿונעם בענקל און שוין מיט פֿעסטע טריט צוגעגאַנגען צו דעם אַלטן, וואָס האָט אים דערלאַנגט די האַנט…

ער האָט צוגעטראָגן דעם אָנגעצונדענעם שמשׂ צום פֿערטן ליכטל און, אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין, אָנגעהויבן הויך אויף אַ קול אויסצוזינגען די פּאַסיקע ווערטער פֿון דער תּפֿילה, אַזוי ווי ער פֿלעגט עס טאָן אין זײַן ווײַטער קינדהייט, ווען ס’האָט נאָך געלעבט די מאַמע. זיי האָבן דעמאָלט געוווינט אין חולון; דער טאַטע — אַ פֿאַרברענטער מפּ’איניק, פֿלעגט אָפּשפּעטן פֿון דער מאַמען, פֿון אירע “גלותדיקע שטיק”. געקומען קיין ישׂראל אין די סוף פֿערציקער, פֿון רומעניע, האָט זי זיך שווער צוגעוווינט צום נײַעם לעבן; ריכטיקער געזאָגט, נישט געקאָנט פֿאַרגעסן דאָס אַלטע, דאָס חרובֿ געוואָרענע און אַנטרונענע, צוזאַמען מיט איר גאַנצער משפּחה. די מאַמע האָט געבענטשט די שבתדיקע ליכט, געפֿירט אַ כּשרע שטוב, און נישט זעלטן, בשתּיקה פֿונעם טאַטן, זיך אַרײַנגעכאַפּט אינעם “רבינס קלײַזל”, ווי מ’האָט עס גערופֿן, נישט ווײַט פֿון זייער גאַס. מיט דער מאַמען האָט דער קליינער קאָבי גערעדט ייִדיש, וואָס דער טאַטע האָט איר נישט געקאָנט מוחל זײַן, כאָטש ער אַליין, שיִער נישט קיין סאַברע (די עלטערן האָבן אים געבראַכט פֿון פּוילן אין די צוואַנציקער, ווען ער איז געווען צען חדשים אַלט), האָט מיט איר אין שטוב גערעדט “דעם זשאַרגאָן”; אָבער אין דרויסן — רק עבֿרית. פֿון דער מאַמען האָט קאָבי אויך גענאַשט די עטלעכע ייִדישע לידער, און צווישן זיי דאָס חנוכּה־לידל: “ברענט, ליכטעלעך, ברענט, און ברענגט אײַער ליכט צו דער וועלט…”

נאָך “מעוז צור”, וואָס דער שיטערער עולם האָט הויך און ענטוזיאַסטיש אויסגעזונגען, האָט דער פֿאָרזיצער אַלעמען באַדאַנקט און פֿאַרבעטן צו קומען אויך מאָרגן, צום אָנצינדן דאָס פֿינפֿטע ליכטל. צו קאָבי איז ער צוגעגאַנגען שוין ווי צו אַן אַלטן באַקאַנטן.

“עס קומט אײַך אַ האַרציקער יישר־כּוח, מיסטער שוואַרץ, — האָט ער געדרוקט קאָביס האַנט, — ס’איז געווען פֿאַר אונדז אַלעמען אַ גרויסער כּבֿוד.”

ער האָט אים צוגעפֿירט צו אַ שוואַרצן בחור, ענלעך צו די אָרטיקע אײַנוווינער, וואָס האָט געטראָגן פּונקט אַזאַ קיפּעלע ווי דער פֿאָרזיצער, און אים פֿאָרגעשטעלט:

“דאָס איז מײַן זון, עמנואל, מײַן רעכטע האַנט און מײַן טרייסט. מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן מיר דאָ אַלע געפֿײַערט זײַן בר־מיצווה.”

זיי האָבן פֿאַרלאָזט די סינאַגאָגע. קאָבי האָט געפֿילט אויף זײַן פּלייצע, דורכן דינעם העמד די הייסע דלאָניע פֿון דעם אַלטן. “ער איז נאָך פֿול מיט לעבן, — האָט קאָבי אַ טראַכט געטאָן”, — און זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צו זײַן גאַסטגעבער. זייערע בליקן האָבן זיך אָנגעטראָפֿן.

“איר ווילט מסתּמא וויסן, — האָט זיך אָנגערופֿן דער אַלטער, — פֿון וואַנען ווייס איך, אַז איר זײַט אויף קוראַסאַאָ?”

“טאַקע…”

“מײַן ניו־יאָרקער פּלימעניק האָט עס מיר מיטגעטיילט, — האָט ער געשטילט קאָביס נײַגער, — ווי אויך איבערגעשיקט אײַער עלעקטראָנישן אַדרעס. איר קענט אים גוט, מײַן פּלימעניק, מײַק גורעוויטש, מײַן שוועסטערס זון.”

קאָבי האָט זיך צעלאַכט. אַוודאי, מײַק… ער האָט דאָך מיט אים גערעדט טעלעפֿאָניש אַקוראַט פֿאַרן אַוועקפֿאָרן, אין גאַנצן אַרויס פֿונעם קאָפּ.

“פֿאַר וואָס זשע האָט ער מיר נישט געזאָגט, אַז ער האָט דאָ אַ פֿעטער?”

“זעט אויס, נישט אײַנגעפֿאַלן; די אַדוואָקאַטן, ווייסט איר דאָך, זײַנען שטענדיק פֿאַרטאָן אין פֿרעמדע ענינים.”

קאָבי האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגערל. שוין צײַט צו פֿאַרלאָזן דאָס גאַסטפֿרײַנדלעכע ייִדישע אינדזעלע אויפֿן גרויסן קריסטלעכן אינדזל. עמאַ וואַרט… ער האָט אָבער דערפֿילט, ווי דער אַלטער שטופּט אים לײַכט אונטער אין אַ היפּוכדיקער ריכטונג פֿונעם טויער, צו דעם איינשטאָקיקן בינין מיטן שילדל “קאָנגרעגעישאָן־אַדמיניסטראַציע”.

“דאָרט איז מײַן ביוראָ, — האָט דערקלערט כּהנצדק, — און איך פֿאַרבעט אײַך צו פֿאַרזוכן אונדזערע סופֿגניות.”

קאָבי האָט געפּרוּווט זיך צו פֿאַרענטפֿערן, אַז ער מוז זיך אומקערן אין האָטעל, עס וואַרט אויף אים כּלומרשט אַן עקסטרע אַרבעט, וואָס איז טיילווײַז געווען אמת, ווײַל ביז מאָרגן מוז ער אַרײַנשיקן אינעם זשורנאַל זײַן נײַע דערציילונג. נאָר די הויפּט־סיבה איז, אַוודאי, געווען עמאַ; זי וואַרט אויף אים אין דעם ראָג־קאַפֿע. דער אַלטער האָט זיך אָבער אײַנגעשפּאַרט:

“איך בין זיכער, אַז דער קורצער וויזיט אין מײַן ביוראָ וועט ברענגען נוץ אונדז ביידע, ביטע”, — און ער האָט אַרײַנגעפֿירט קאָבי אין אַ קליינעם צימער, וואָס האָט דערמאָנט אַ קאָנטאָר פֿון אַ מיטלמעסיקן קלערק. אָנווײַזנדיק אים אויפֿן איינציקן בענקל לעבן דעם טיש, האָט דער קהילה־פֿאָרזיצער זיך אַליין אַוועקגעזעצט פֿון דער צווייטער זײַט, אַנטקעגן קאָבי; אָבער פֿריִער האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿונעם אַלטמאָדישן אײַזערנעם סייף עפּעס אַ שמאָלע אײַנגעראָלטע זאַך.

האַלטנדיק עס מיט ביידע הענט, ווי ער וואָלט די זאַך געוואָלט איבערברעכן, האָט ער עס צערוקט. פֿונעם לענגערן רערל האָט אַרויסגעשטעקט אַן אײַנגעראָלט זײַטל פּאַפּיר. ווען דער אַלטער האָט עס אָבער פֿאָרזיכטיק אַרויסגעשלעפּט און צעוויקלט, האָט קאָבי דערזען פֿיר באַזונדערע זײַטלעך. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, ווי דאָס בלוט זײַנס האָט אים אַ שלאָג געטאָן אין די שלייפֿן. זײַן שוין אײַנגעשלאָפֿענער, דאַכט זיך, חוש פֿון אַ פֿאָרשער, האָט אויפֿגעוואַכט. קיין צווייפֿל נישט, דער אַלטער בנימין כּהנצדק האָט איצט פֿאַר אים צעשפּרייט איבערן טיש אַן אוצר. אײַנקוקנדיק זיך אין די ערשטע שורות פֿון קונציק אָנגעשריבענע פֿירקאַנטיקע אותיות, האָט קאָבי גלײַך דערקענט דעם טעקסט פֿון דעם פּסחדיקן לידעלע “חד־גדיא”. חוץ דעם טעקסט, זײַנען בײַ דער זײַט פֿון יעדן זײַטל, אָנגעמאָלט געוואָרן קאָליריקע בילדער, אילוסטראַציעס צום סוזשעט. צום חידוש, האָבן די פֿאַרבן פֿאַרהיט זייער זאַפֿטיקייט און פֿרישקייט…

“כ’זע, איר זײַט נישט אַנטוישט, — האָט באַמערקט דער אַלטער אַ צופֿרידענער.

קאָבי האָט קוים אָפּגעריסן דעם בליק פֿון די זײַטלעך, און זיך אָנגעשטויסן אין צוויי גלאַנצנדיקע אויגן פֿון אַ מענטש, וואָס איז ערשט געווען אַן עדות פֿון אַן איבערראַשונג. זײַן קול האָט זיך געהערט ווײַטער שטיל, ווי ער וואָלט דערציילט אַ מעשׂהלע זײַן אייניקל פֿאַרן שלאָף:

“דער כּתבֿ־יד, ווי איר פֿאַרשטייט — און, אַז איר זײַט אַ מבֿין האָב איך זיך איבערצײַגט פֿריִער מיט אַ מינוט, — איז אַן אוצר פֿון דער מענדעס־פֿאַמיליע. פֿון דור צו דור, שוין איבער דרײַ הונדערט יאָר, גיט זיך עס איבער דער עלטערער טאָכטער, און אַזוי איז עס דערגאַנגען צו מײַן פֿרוי, סטעלאַ מענדעס, וואָס איך האָב זי פֿאַראַיאָרן פֿאַרלוירן. אונדזער איינציקע טאָכטער, מאַרגאַרעט, איז אומגעקומען נאָך אַ קינד, און מער קינדער האָט אונדז גאָט נישט געגעבן. בנימינען האָבן מיר אַדאַפּטירט מיט זעכצן יאָר צוריק; ער איז מיר געבליבן איצט די איינציקער פֿרייד און אָנשפּאַר…”

אַ רגע האָט ער געשוויגן, ווי געוואָלט אָפּטיילן די הקדמה פֿון דעם סיפּור.

“אַז איר וועט זיך בעסער אַרײַנקוקן און איבערלייענען די דאָזיקע ׳חד־גדיא’ ביזן סוף, מיסטער שוואַרץ, וועט איר געוויס דערזען, אַז קיין סוף, וואָס אַלע ווייסן אים, פֿעלט דאָ אויס. נישט ווײַל דער סוף איז, חלילה, פֿאַרלוירן געגאַנגען; דער אַלטער סאַלאָמאָן מענדעס, וואָס האָט באַשטעלט די ׳חד־גדיא׳ פֿאַר זײַן עלטערער טאָכטער, האָט בכּיוון אויסגעמיטן דעם טראַדיציאָנעלן סוף; נישט געוואָלט, אַ פּנים, שרעקן זײַן קינד מיטן מלאך־המוות, און אפֿשר… אפֿשר נישט מסכּים געווען מיט אַזאַ סוף…”

ער האָט איבערגעריסן זײַן דערציילן, שווערלעך אויפֿגעהויבן זײַן גוף, און זיך צוגעשאַרט צו קאָבי. די עטלעכע אומגעלומפּערטע באַוועגונגען האָבן אַנטפּלעקט זײַן זיקנה, וואָס דער שטאַלטנער אויסזען האָט ביז אַהער פֿאַרשטעלט. אַרויפֿגעלייגט די האַנט אויף קאָביס אַקסל, ווי זיך אָנגעשפּאַרט אין אים, האָט דער אַלטער זיך אָנגעבויגן צו זײַן אויער און שוין גאָר שטיל אַרײַנגעשעפּטשעט, אַריבערגייענדיק פּלוצעם אויף עבֿרית, ווי די עלטערן טוען צו מאָל, אַז מע וויל, די קינדער זאָלן נישט פֿאַרשטיין, וואָס זיי רעדן צווישן זיך אויף אַן אַנדער שפּראַך:

“בזמן אַחרון יש לי חשש, שמישהו רוצה לגנובֿ ממני דבֿר הזה…”*

דער פּלוצעמדיקער בײַט אינעם גאַנג פֿונעם דערציילן, האָט אויסגעזען מאָדנע, ווי עפּעס האָט זיך איבערגעשלאָסן אינעם אַלטנס מוח; דער אַלטער האָט עס אָבער אַליין פֿאַרשטאַנען און פֿאַרענטפֿערט:

“ניין, כ’בין נאָך נישט עובֿר־בטל… כ’האָב דערצו באַווײַזן. נאָך מער, איך ווייס אַפֿילו, ווער עס שטייט הינטער דעם אַלעמען… ווי איר פֿאַרשטייט, מיסטער שוואַרץ, קאָסט דער אוצר גרויסע געלטער…”

קאָבי האָט עס, אַוודאי, פֿאַרשטאַנען, ווי אַ געוועזענער פֿאָרשער; אָבער ווי דער שרײַבער פֿון קרימינעלע געשיכטעס, הרפּתּקן, האָט ער דערפֿילט, אַז דער אומדערוואַרטער דריי אינעם אַלטנס מעשׂה קאָן אים ברענגען צו אַן עכטן קרימינעלן סוזשעט.

בנימין כּהנצדק האָט זיך אַ ביסל באַרויִקט, און זיך אומגעקערט צו זײַן פֿאָרזיץ־אָרט.

“איך האָב באַשלאָסן, מיסטער שוואַרץ, — האָט זײַן קול שוין געקלונגען זאַכלעך און פֿעסט, — נישט צו ריזיקירן און איבערצופּעקלען אָט די משפּחה־רעליקוויע קיין ניו־יאָרק. זאָל זי זיך דערווײַל געפֿינען בײַ מײַן פּלימעניק מײַק… ווי מיינט איר?”

קאָבי האָט ווידער אַ וואָרף געטאָן זײַן בליק אויף די אַלטע זײַטלעך, וואָס זײַנען באמת אַן אוצר, אָבער שוין געזען אין זיי מער “דעם צענטראַלן אָביעקט פֿון אַ קרימינעלן ענין”, ווי ס’וואָלט געזאָגט ר’ מאיר אָקון. אויף אַ קול האָט ער געענטפֿערט:

“יאָ, אַ גוטער אײַנפֿאַל; בײַ מײַקן וועט עס זײַן פֿאַרזיכערט, ווי אין דעם פֿעדעראַלן רעזערוו־באַנק פֿון ניו־יאָרק.” — האָט ער געזאָגט, און צו די ווערטער צוגעטשעפּעט אַ שמייכל, פֿון די שמייכלען, וואָס מע שענקט פֿאַרן אַוועקגיין.

דער ברייטהאַרציקער גאַסטגעבער האָט נאָך אָבער נישט פֿאַרענדיקט.

“אויב אַזוי, — האָט ער אַנטוויקלט זײַן פּלאַן ווײַטער, — וועל איך אײַך זײַן זייער דאַנקבאַר, אויב איר וועט דעם אוצר מײַקן איבערגעבן, ווי מע זאָגט, פֿון הענט אין הענט…”

דער נײַער דריי האָט זיך גאָר נישט אַרײַנגעשריבן אין דעם סוזשעט פֿון קאָביס שרײַבערישער פֿאַנטאַזיע. און כאָטש ער האָט נאָך אַלץ נישט געענטפֿערט, פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע ספֿקות, האָט ער אויך פֿאַרשטאַנען, אַז דער אַלטער וועט נישט נאָכגעבן.

“ווען פֿאָרט איר צוריק?” — האָט ער קורץ געפֿרעגט.

“איבערמאָרגן…”

“עקצעלענץ… פּונקט גענוג צײַט, כ’זאָל דערליידיקן עטלעכע פֿאָרמאַליטעטן.”

ר‘ מאיר אָקון וואָלט דאָ זיכער געזאָגט: “אויך אַ צדיק קאָן געכאַפּט ווערן אויף אַן עבֿירה!”

3

קאָבי האָט פֿאַרלאָזט די סינאַגאָגע “מיקווה ישׂראל־עמנואל” אַ באַגײַסטערטער. ער האָט שוין געוווּסט וועגן וואָס ס’וועט זײַן זײַן נײַע קרימינעל־געשיכטע; עס איז געבליבן נאָר איין קלייניקייט — זי אָנצושרײַבן. די נאַכט וועט בײַ אים געוויס זײַן אַ שלאָפֿלאָזע. ער האָט זיך צוגעיאָגט, זײַן וויזיט האָט זיך פֿאַרצויגן, נאָר ס’איז געווען כּדאַי. עמאַ וועט אים שוין אַרײַנזאָגן, און זײַן גערעכט. צוריק גערעדט, האָט זי דאָך אַליין געזוכט אַ תּירוץ נישט צו גיין מיט אים אין דער סינאַגאָגע. קאָבי קאָן זי פֿאַרשטיין; אויסגעוואַקסן אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה, אימיגראַנטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרבינדט זי דען עפּעס מיט ייִדישקייט? די אַרומיקע אילומינאַציע פֿון דער קריסטלעכער חגא, מיט דעם גאַנצן קאַרנאַוואַלישן קלאַפּערגעצײַג איז איר מער צום האַרצן, ווי עטלעכע חנוכּה־ליכטלעך אין אַן אַלטער סינאַגאָגע אויף אַן האַלב־פֿינצטערער גאַס.

ער, אַ סאַברע, איז אויך געוואַקסן צווישן צוויי וועלטן — זײַן מאַמעס אייביקער בענקשאַפֿט נאָך דער אַלטער היים, און זײַן טאַטנס ציוניסטישן ניהיליזם, וואָס האָט גערופֿן פּטור צו ווערן פֿון די “אַלטע גלותדיקע זאַכן” און בויען אַ נײַע שלמותדיקע ארץ־ישׂראל. הײַנט, בײַם אָנצינדן דאָס חנוכּה־ליכטל, און דערנאָך, אײַנקוקנדיק זיך אין די שורות פֿונעם מיטל־עלטערלעכן מאַנוסקריפּט, האָט ער פּלוצעם דערפֿילט די אָנגעקניפּטקייט פֿון זײַן אייגענער געשיכטע מיט דער געשיכטע פֿון זײַן פֿאָלק.

דאָס צאַפּלדיקע פֿײַערל פֿונעם חנוכּה־נס און די נאַיִווע חכמה פֿון “חד־גדיא”, האָבן זיך הײַנט אין אים איבערגעפֿלאָכטן; זיי האָבן זיך דורכגעשלאָגן אַ וועג, פֿול מיט גזירות און רדיפֿות, נאָר נישט געלאָזט זיך אומברענגען אינעם ריזיקן שײַטער פֿון קריסטלעכער שׂינאה. יאָ, די שיינע ניטל־אילומינאַציע פֿאַרבלענדט די אויגן מיט איר קינסטלעכער שײַן, אָבער זײַן מאַמעס ליכטעלעך דערוואַרעמען די נשמה…

און ווידער איז אויפֿגעקומען די פֿראַגע: וווּ זשע ליגט די גרענעץ צווישן קינסטלערישן אמת און דעם ליגן פֿון דער ווירקלעכקייט?

קאָבי איז אַרײַנגעגאַנגען אין דעם קאַפֿע מיט מחילה־ווערטער אויף דער צונג. זײַן בליק האָט זיך גלײַך אָנגעשפּאַרט אין דעם טישל, וווּ ער האָט דערוואַרט צו זען עמאַן, אָבער אויפֿן זעלבן אָרט איז געזעסן אַן אומבאַקאַנטער מאַנספּאַרשוין פֿון די אָרטיקע און גערייכערט אַ דיקן ציגאַר. ער האָט ווי אַרויסגעקוקט אויף קאָבי, ווײַל ווען זייערע אויגן האָבן זיך געטראָפֿן, האָט אויף זײַן קײַלעכדיק פּנים מיט אַ פֿעטער צוגעפּלעטשטער נאָז, זיך צעגאָסן אַ צעשמאָלצענע צופֿרידנקייט. ער האָט אַפֿילו אַרויסגעשלעפּט פֿונעם מויל דעם ציגאַר, וואָס האָט געקאָנט שטערן קאָבין צו זען זײַנע ווײַס־קאַלכדיקע ציין. ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט מיטן עלנבויגן אויפֿן טישל און אַ רוף געטאָן קאָבי מיט דער דלאָניע, ווי אַ באַלעבאָס רופֿט צו זיך צו זײַנעם אַ פֿאַרזינדיקטן אָנגעשטעלטן, אים אַרײַנצוזאָגן.

קאָבי האָט אין זײַנע ווערק שוין נישט איין מאָל באַשריבן אַזעלכע פּאַרשוינען, און יעדעס מאָל, ווען ער טוט עס, האַלט ער זיך קוים אָפּ פֿון איבערכאַפּן די מאָס; סוף־כּל־סוף, טראַכט ער, געהערן זיי דאָך צום מענטשלעכן מין, און קיין מענטשלעכס דאַרף זיי אויך נישט אויספֿעלן. ער האָט זיך צוגעזעצט אויפֿן עק בענקל, ווי געוואָלט דערמיט אַרויסווײַזן, אַז ער איז נישט געשטימט איצט צו פֿירן לאַנגע דיבורים. זײַן וויזאַווי, פֿאַרקערט, האָט זיך גאָר נישט געאײַלט; זיך אָפּגעוואָרפֿן אויפֿן ווענטל פֿונעם בענקל, ווי געוואָלט דערמיט זאָגן: דאָס לעבן איז קורץ, דאַרף מען הנאה האָבן פֿון יעדער רגע. אויף אַ קול האָט ער זיך אָנגערופֿן:

— דײַן נאָמען ווייס איך, און מײַן נאָמען איז דיר בעסער נישט צו וויסן, ווײַל דו וועסט אים סײַ־ווי מוזן גיך פֿאַרגעסן…

ער האָט אַרויסגעלאָזט דעם רויך קאָבין אין פּנים, ווי געוואָלט דערמיט פֿאַרנעפּלען זײַן מוח.

— דו ביסט אַוודאי געקומען זיך טרעפֿן מיט דײַן מיידל? — האָט קאָבי דערהערט.

ער האָט דערפֿילט, אַז אויב ער וועט זיך נישט אַרויפֿרוקן, וועט דאָס בענקל אונטער אים זיך אַרויסגליטשן.

— וואָס איז מיט איר?… וווּ איז זי?…

— זי איז דאָרט וווּ מע דאַרף, און ס‘וועט פֿון איר קאָפּ קיין האָרעלע נישט אַראָפּפֿאַלן, אויב דו… — האָט ער פֿלינק איבערגערוקט דעם ציגאַר פֿון איין ווינקעלע מויל צום אַנדערן, און זיך צוגערוקט צו קאָבין. — אויב דו וועסט טאָן דאָס, וואָס איך וועל דיר הייסן…

דער פּאַרשוין וואָלט אָט־די אַלע ווערטער געקאָנט נישט אַרויסברענגען אויף אַ קול, ווײַל מע קאָן זיי געפֿינען אין הונדערטער קרימענעל־געשיכטעס; צוריק גערעדט, באַמיט זיך „הרפּתּקן‟ זיי יעדעס מאָל אויסצומײַדן, אָבער זיי קריכן אַרײַן אינעם טעקסט, ווי אויפֿגערייצטע מוראַשקעס. אייגנטלעך, איז דער ווײַטערדיקער טעקסט געווען אויך פֿון דעם זעלביקן מין קלישעס:

— וואָס דאַרף איך טאָן?

— גאָר אַן אַנדער זאַך! — האָט צופֿרידן באַמערקט דער פּאַרשוין.

זײַן טאָן האָט זיך געביטן; די ביז־אַהעריקע שפּילעוודיקייט איז פֿאַרשווינדן און זיך געביטן אויף אַ האַרטער פֿאָדערונג; פֿון “איך” איז ער אַריבער אויף “מיר”, וואָס האָט געזאָלט, אַ פּנים, ווײַזן, אַז ער איז נישט אַליין, אַז הינטער אים שטייען מענטשן, אַ געפֿערלעכער כּוח…

— מיר ווייסן, צוליב וואָס דער אַלטער כּהנצדק האָט זיך געטראָפֿן מיט דיר. ער וויל דיך אויסנוצן ווי אַ פּאָסט־טויב, אַריבערצושיקן זײַן “בריוועלע” קיין אַמעריקע. דאָס “בריוועלע”, ווי דו ווייסט, איז זייער אַ טײַערס… דעריבער וועסטו דאָס “בריוועלע” איבערגעבן אונדז, און מיר וועלן דיר אומקערן דײַן “גיאָרל”…

דווקא אין די קורצע גורלדיקע מינוטן, פֿאַרשטייענדיק מיטן ניכטערן שׂכל, אַז קיין ברירה האָט ער נישט, האָט קאָבי דערהערט אַן אַנדער קול, וואָס האָט גערעדט אין אים גופֿא, די באַקאַנטע רויִקע שטים פֿון ר’ מאיר אָקון: “דער אַלטער סאַלאָמאָן מענדעס האָט זיך געקאָנט פֿאַרגינען אויסצוטראַכטן אַ נײַעם סוף פֿון דעם פּסחדיקן מעשׂהלע, און דערמיט געגעבן דעם מענטש נאָך איין שאַנס צו ווערן בעסער, אָפּצושטעלן די בלוטיקע קייט פֿון שחיטה; אינעם רעאַלן לעבן אָבער איז עס אוממעגלעך… דו וועסט מוזן זאָגן ׳יאָ׳ — דאָס איבעריקע וועל איך שוין לייזן אַליין…”

קאָבי איז אָפּגעזעסן בײַם קאָמפּיוטער די גאַנצע נאַכט, ביז ער האָט נישט פֿאַרענדיקט צו שרײַבן און אָנגעקוועטשט אויף — “send”. “שוין, — האָט ער אַ טראַכט געטאָן, — איצט קאָן זײַן באָס שיקן זײַנע טעקסטלעך צום אייבערשטן… איך גיי שלאָפֿן!”. ער האָט זיך אַ וואַלגער געטאָן אויפֿן געלעגער, ווי אַ דערהרגעטער, און באַלד אײַנגעשלאָפֿן.

עמאַ האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון קאָביס כראָפּען. נעכטן, באַלד נאָכן אומקערן זיך פֿונעם רעסטאָראַן “Wine Cellar”, האָט ער זיך געזעצט אַרבעטן. אַז עפּעס קאָכט זיך אין זײַן מוח, האָט זי פֿאַרשטאַנען נאָך בײַם עסן; ריכטיקער, נאָך פֿריִער, ווען ער האָט זיך נאָר באַוויזן אינעם קאַפֿע, וווּ זי האָט אויף אים געוואַרט. קאָבי האָט אויסגעזען אַ פֿאַרפֿלאַמטער, ווי נישט ער וואָלט אָנגעצונדן דאָס חנוכּה־ליכטל, נאָר פֿאַרקערט: דאָס חנוכּה־ליכטל האָט אים אָנגעצונדן. ער האָט באַשטעלט אַ פֿלעשל ווײַן און גיך געוואָרן בגילופֿין, דערציילט איר וועגן עפּעס אַן אַלטן מאַנוסקריפּט, וואָס קאָן זײַן בלויז אַ טייל פֿון אַ פּסחדיקער אַגדה; און אויב ער וועט עס נישט ראַטעווען, איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז די רעליקוויע וועט אַרײַפֿאַלן אין די הענט פֿון דער אָרטיקער מאַפֿיע… דערנאָך האָט ער געהאַט טענות צו עמאַן, הלמאַי זי איז אַזוי אָפּגעריסן פֿון אירע ייִדישע וואָרצלען, און ווען זיי וועלן זיך אומקערן קיין ניו־יאָרק, וועט ער זיך נעמען צו איר ייִדישער דערציִונג… אין זײַן מוח האָט שוין געשפּילט נישט בלויז דאָס ווײַן, נאָר דער שרײַבערישער דימיון…

אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף זיך דאָס כאַלאַטל, אין וועלכן זי גייט צו דער פּלאַזשע, איז עמאַ צוגעגאַנגען צום קאָמפּיוטער, וואָס האָט באַלד אויפֿגעלויכטן נאָך איר לײַכטן צוריר. דער טעקסט פֿון קאָביס דערציילונג איז הענגען געבליבן אויפֿן בלויען הינטערגרונט פֿונעם עקראַן. זי האָט אָנגעהויבן לייענען:

די ערשטע זײַט פֿון דער אָרטיקער טעגלעכער צײַטונג “עקספּרעס” האָט מיטגעטיילט די לעצטע סענסאַציע פֿון דער הויפּטשטאָט וויליאַמשטאַט און דעם גאַנצן אינדזל קוראַסאַאָ: “די פֿאַרגאַנגענע נאַכט איז בײַ זיך אין דער היים דערהרגעט געוואָרן בנימין כּהנצדק, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קאָנגרעגעישאָן. לויט די ערשטע אויספֿירן פֿון דער אויספֿאָרשונג, איז זײַן מאָרד נישט פֿאַרבונדן מיט נאַציאָנאַלע אָדער רעליגיעזע סיבות. לויט דער פֿאָדערונג פֿון דער משפּחה, איז פֿון ניו־יאָרק אַרויסגעפֿלויגן קיין וויליאַמשטאַט דער באַרימטער דעטעקטיוו ר’ מאיר אָקון…”

ס’איז שוין געווען נאָך פֿינף פֿאַר נאַכט, ווען דער טעלעפֿאָן אויפֿן טישל בײַ דער בעט, אויף וועלכער קאָבי איז געשלאָפֿן, האָט אָנגעהויבן קלינגען. קאָבי האָט אָנגעטאַפּט מיט דער האַנט דעם אַפּאַראַט און אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל. אַן אומבאַקאַנט קול האָט אים אויף אַ סקאַליעטשעטן ענגליש מיטגעטיילט, אַז אין לאָבי וואַרטן אויף אים צוויי געסט. אַז דאָס קאָנען זײַן בנימין כּהנצדק און זײַן זון עמנואל איז צו אים דערגאַנגען, ווען ער, אַראָפּלאָזנדיק זיך מיטן ליפֿט אין לאָבי, האָט זיי דערזען זיצן אין טיפֿע פֿאָטעלן לעבן אַ קײַלעכדיקן גלעזערנעם טישל.

“אַנטשולדיקט, וואָס איר האָט געדאַרפֿט וואַרטן…” — האָט קאָבי זיך פֿאַרענטפֿערט. דער אַלטער האָט אים באַלד איבערגעשלאָגן:

“פֿאַרקערט, זײַט אונדז מוחל… כ’האָב, אַוודאי, געדאַרפֿט פֿריִער אָנקלינגען, אָבער נישט געוווּסט פּינקטלעך, ווען כ’וועל פֿאַרענדיקן מיט אַלע פֿאָרמאַליטעטן…”

קאָבי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אינעם פֿאָטעל אַנטקעגן. ערשט איצט האָט ער געלייגט אַכט, אַז בײַם יונגן כּהנצדק ליגט אויפֿן שויס אַ ברוינע פֿלאַכיקע וואַליזקע־”קעיס”, וואָס דער טעמפּעראַמענטפֿולער אַלטער האָט זיך צו איר אַ צי געטאָן.

“דאָ האָט איר אַלץ, וואָס מע דאַרף… מײַק וועט אײַך באַגעגענען גלײַך אויפֿן פֿליפֿעלד, אַזוי אַז קיין שום פּראָבלעמען וועלן נישט זײַן…” — און ער האָט איבערגעגעבן קאָבין די וואַליזקע.

די טרעפֿונג האָט אויסגעזען שוין זײַן אויסגעשעפּט, ווען צו זיי איז צוגעקומען עמאַ. זי האָט זיך אומגעקערט פֿון אַ שפּאַציר איבער די קראָמען, אײַנגעקויפֿט סוּווענירן פֿאַר די פֿרײַנד. מאָרגן גאַנץ פֿרי דאַרפֿן זיי שוין זײַן אינעם פֿליפֿעלד.

“דאָס איז עמאַ”, — האָט זי קאָבי פֿאָרגעשטעלט, און אויך אָנגערופֿן די נעמען פֿון זײַנע געסט.

ער האָט נישט געקאָנט ניט באַמערקן ווי אינעם אַלטנס אויגן האָט אויפֿגעבליצט אַ מענערישער נײַגער, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט דורך זײַנע ווערטער:

“איצט פֿאַרשטיי איך שוין, מיסטער שוואַרץ, פֿאַר וואָס איר האָט זיך אַזוי געאײַלט אין האָטעל… — און שוין ווײַטער גערעדט צו עמאַן, — ער האָט אַפֿילו נישט פֿאַרזוכט אונדזערע פֿירמענע סופֿגניות…”

“זעט אויס, ס’וועט שוין זײַן אַ צווייט מאָל”, — האָט געענטפֿערט עמאַ.

“איר דאַרפֿט אונדז צוזאָגן, — האָט דער אַלטער גערעדט שוין נישט בלויז פֿון זײַן נאָמען, נאָר אויך אין נאָמען פֿון זײַן זון, און אפֿשר פֿון דער גאַנצער ייִדישער קהילה אויפֿן אינדזל קוראַסאַאָ, — אַז איר וועט אײַנשטיין בײַ אונדז…”

שוין אינעם עראָפּלאַן האָט עמאַ געפֿרעגט קאָבי, צו וואָס האָט ער געדאַרפֿט דערהרגענען בנימין כּהנצדקן?

“אַזאַ וווילער אַלטיטשקער, ס’איז נאָך אין אים דאָ אַזוי פֿיל לעבן”.

“נישט איך האָב עס געטאָן, — האָט קאָבי געענטפֿערט, — הרפּתּקן.”

“ווילסטו זאָגן, אַז אויך הרפּתּקן האָט מיך איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דעם קאַריביער מאַפֿיאָזי?!”

קאָבי האָט נאָר אַ צוק געטאָן מיט די אַקסלען. עמאַ האָט גערעדט ווײַטער:

“כ’זע, אַז אין דײַן קאָמפּאַניע איז דער איינציקער לײַטישע מענטש ר’ מאיר אָקון.”

קאָבי איז געזעסן אָנגעלענט, ווי בײַ אַ פּסחדיקן סדר, די אויגן פֿאַרמאַכט. עס האָט אויסגעזען, אַז דער מאָנאָטאָנער זשום פֿונעם עראָפּלאַן האָט אים אײַנגעשלעפֿערט. אין אַ מאָמענט, ווי פֿונעם שלאָף, האָט ער געזאָגט:

“דו ווייסט, עמאַ, שוין צײַט כ’זאָל זיך אומקערן צו מײַן דאָקטאָראַט…”

“וועסטו דאָך לאָזן דײַן ר’ מאיר אָקון אָן אַרבעט?”

קאָבי האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו עמאַן, און שוין קוקנדיק איר אין די אויגן געענטפֿערט:

“נישקשה, פֿאַר די אַלע יאָרן האָט ער בײַ מיר פֿאַרדינט אַ לאַנגע וואַקאַציע. דערצו האָט ער שטענדיק געחלומט צו באַזוכן די אַמאָליקע חסידישע ערטער…”