Boris Sandler

לעבנס־פּאַרק

Amusement Park

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

***

„שלום־עליכם דיר!” — באַגריסט האָב איך אייראָפּע.
דערהערט האָב איך צוריק: „אַללאַ אַקבאַר!”

***

לעבנס־פּאַרק

אויף די הוידלקעס פֿון צײַט
פֿליסט אַרויף און באַלד אַראָפּ,
ס‘וויל זיך העכער — פֿאַלסטו טיפֿער,
עס פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם אַזש.

ס‘דאַכט, דײַן קאָפּ דעם הימל גרייכט,
ביסט שוין הויך און שטאַרק, און גרויס,
שפּאַלט די ערד זיך, און אַ זעץ —
פֿאַלסט אין אָפּגרונט, ווי אַ שטיין…

פֿול דער לעבנס־פּאַרק מיט לײַט,
קיין אַטראַקציע פֿעלט נישט אויס,
יעדער זוכט אויף זײַן געשמאַק,
צו פֿאַרווײַלן גוט די צײַט.

סעפּטעמבער, 2014

***

אויפֿן וועג קיין סדום

מײַן מוח ווערט בײַ נאַכט אין פֿעלד פֿאַרוואַנדלט,
וווּ פֿערד זיך פּאַשען אויפֿן גראָז פֿון צײַט,
נישט פֿערד — נשמות פֿיטערן זיך רויִק,
וואָס מיר דעם וועג אין פֿינצטערניש געצײַגט.

כ’דערקען דאָס טײַכל, אויסגעבענקט נאָך וואַסער,
דעם קוויטש פֿון זשאַבעס אין דעם אָטשערעט,
אַ שײַטער — פֿונקען שפּריצן אין דער פֿינצטער
פֿון מולד גרינעם האָבן אָפּגעשפּעט.

אַרויסגעשאַרט פֿון פֿײַער מיט אַ שטעקן
פֿאַרשׂרפֿטע בולבעס, ענלעך צו אַ קויל,
צעבראָכן איינע — ס’שלאָגט פֿון איר אַ פּאַרע,
עס בריט און דאָך, צעגייט זיך אינעם מויל.

פֿאַרבאָרגענע נשמות — צוויי מלאכים,
דעם דריטן זעט מען בײַ דעם שײַטער קוים,
אין שליחות בלאָנדזשען זיי, און איך — אין חלום,
פֿאַרלוירן צווישן אייביקייט און רוים.

זיי שווײַגן, ווי עס פּאַסט פֿאַר די מלאכים,
בײַם ראַנד פֿון שליאַך, וואָס פֿירט קיין סדום…
און בלויז דאָס פֿעלד, און פֿערד, דער יונגער מולד,
געדרעמלט האָבן ערבֿ דעם פּאָגראָם.

דעצעמבער, 2014

***

שטראַל און קלאַנג

פֿון חושך האָט זיך אויסגעשיילט אַ שטראַל,
און פֿון דער שטילקייט — אויסגעפּיקט אַ קלאַנג;
געלאָזט זיך האָט דער בראשית אין זײַן גאַנג —
די וועלט פֿאַרדרייט אין לעבנס־קאַרנאַוואַל.

צעגאָסן האָט דער שטראַל זײַן שײַן און פֿאַרב,
און קלאַנג זײַן וואָרט דאָס אייביקע געשענקט;
געהוליעט אָבער דער המון אין שענק,
צעטרענצלענדיק דאָס לעצטע ביסל סקאַרב.

פֿאַרכלינעט זיך די וועלט אין בלוט און בלאָף,
ווי ס’וואָלט דער שטראַל געווען דעם חלפֿס שאַרף;
געפּלאַצט די לעצטע סטרונע אויף דער האַרף,
געקומען איז דער בראשית צו זײַן סוף.

נאָוועמבער, 2014

***

וווּ נעמט מען כּוח?

אוי, וווּ נעמט מען אַ ביסל כּוח?
אין דער לינקער קעשענע פֿון הויזן — נישטאָ,
אין דער רעכטער קעשענע — נישטאָ.
אין דער הינטערשטער קעשענע — אויך נישטאָ.
אפֿשר אין דעם רעקל?
אין דער לינקער קעשענע פֿונעם רעקל — נישטאָ.
אין דער רעכטער קעשענע — נישטאָ.
אין דער אינעווייניקסטער קעשענע — אויך נישטאָ.
אפֿשר אינעם אייבערשטן קעשענקעלע?
דאָרטן — אויך נישט געפֿונען.
אוי, מער קיין קעשענעס האָב איך נישט!

אָקטאָבער, 2014


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.