Boris Sandler

יאָר־סעזאָנען אין מײַן ברוקלינער הייפֿל

The Seasons In My Brooklyn Yard

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

מאַרץ: פּורים אויף דער נשמה

כ‘צעפּראַל דאָס פֿענצטער נאָכן נודנעם ווינטער,
שלום־עליכם, וועסנע, קום אין הויף אַרײַן!
ביסטו אַצינד די באַלעבאָסטע, פֿיל זיך פֿרײַ,
צעטרײַב די מרה־שחורה פֿון געוויטער.

די וועווריקלעך שוין טאַנצן ליבע־טענץ,
זיך דראַפּען חוצפּהדיק אויף קאָרע פֿונעם שטאַם;
דער ערשטער שטאַר, ווי ר‘וואָלט געזוכט פֿאַר זיך אַ גראַם,
פּרוּווט אויס מיט שפּיץ־צונג טרילן פֿון קאַדענץ.

די באַנק געוואָרן איז אַ בעט אַ ווייכע
פֿאַר שכנהס קאַץ, פֿאַרמוטשעט פֿון די הפֿקר־נעכט.
דער פּורים פֿון נשמה קומט און נעמט די רעכט
מיט זיסן נאַש, מיט פֿיל געווירצטע ריחות.

געלויבט דער מאַרץ מיט שבֿחים און מיט ברכות,
און דאָך, נישט אײַלט דער וועטער לאָזן זיך אין בײַט —
שוין ווידער דרייט יעוודאָכע* אירע שטיק פֿון ווײַט
מיט ווינטן קאַלטע און מיט זאַווערוכעס.

עס וועט נישט העלפֿן סײַ־ווי דער מכשפֿה,
דעם אַלטן קליאָן אין הויף נישט שרעקן אירע שטיק…
כ‘צעפּראַל דאָס פֿענצטער, נישט פֿאַרמאַכן עס צוריק —
מיט וועסנע־זאַפֿט זיך זעטיקן בשפֿע.

*יעוודאָכע — מכשפֿה


יולי: אינעם דרויסן־אויוון

דער חודש יולי האָט אַ שפּיצל אָפּגעטאָן:
מײַן הייפֿל, האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסן אויוון.
עס באַקט זיך אין דער היץ דאַרט סײַ די לאַנגע באַנק,
די קוסטעס מאָלענעס, ווי אויך דער אַלטער קליאָן,
אַן אײַנגעהילטער אין זײַן גראָבן קאָרע־פּעלץ.
די גרינע קרוין אַראָפּגערוקט זיך אויף אַ זײַט,
די צווײַגן שלאַבעריק געפֿאַלן, ווי פֿאַרחלשט,
און בלעטער אויף אַ ווינטל קוקן קוים אַרויס,
באַהאַלטן זיך אין זייער בלייכן, פֿלאַכן שאָטן.
קיין לעבעדיקער נפֿש נישט, קיין שוואַכער שאָרך,
סטאַטעטשנע איז אין הייפֿל מײַנס אין מיטן טאָג.
די האַוועניש שטילט אײַן — צעשמאָלצן זיך, ווי פּוטער,
און רינט מיט ריטשקעס שווייס; די פֿליגלעך פּיצינקע,
זיי קלעפּן זיך צו בלעטער, פּונקט ווי מאָן צו חלה…
איך שטיי בײַם פֿענצטער. קוק. אין שטוב איז קיל־מחיה;
דער קילער קלוגער שטעלט אַליין אָן זײַן קלימאַט.
די קאַץ, חכמיתטע, צעלייגט זיך אויפֿן דיל —
האָט זי געכאַפּט גאָר גיך די מעלה פֿון פּראָגרעס.
ערשט ווײַט אין אָוונט, אין געדיכטעניש פֿון שוואַרץ,
ווי שוועבעלעך מע צינדט אומזיסט אָט דאָ, אָט דאָרט —
די פֿײַער־פֿלאַטערלעך פֿאַרברענען זיך — בײַ זיי
דאָס לעבן און דער טויט ווערט האָט אַן אויגנפּינטל.


אָקטאָבער: „פּאַ־דע־האַרבסט”*

אַרײַנגעשטעלט אין ראַם פֿון פֿענצטער
באַשײַנט די וואַנט פֿון הויף דאָס בילד.
אָקטאָבער דאָרט, באַרימטער טענצער,
סעזאָנען פֿונעם יאָר פֿאַרבינדט.

דער הויף זיך אויסגעפּוצט אין געלן
מיט גרינע שפּרענקלעך אַ זשילעט,
געשיקט פֿאַרבעטונגען־”אימעילן”**
צו דער פּרעמיערע פֿון באַלעט.

אין פּאַ־דע־האַרבסט די בלעטער דרייט ער,
באַגלייט פֿון האַרפֿעס קלאַנגען שטראָם —
אַזוי געוואָלט האָט באַלעטמייסטער,
וואָס פֿירט מיט דעם ספּעקטאַקל אָן.

פֿאַרלוירן גייט די מאַכט פֿון זומער,
אַלץ שיטער ווערט די קרוין פֿון בוים;
און וועבט איר נעץ די שפּין פֿאַראומערט
פֿון קאַלטע טעג אין פֿײַכטן רוים.

די באַנק שטייט עלנט, אָפּגעזונדערט,
נישטאָ קיין אָרט איר אין סוזשעט,
די קאַץ ניט ליגן אונטער זון מער
אין דרעמל זיסן, ווי אין פּלעט.

און כ’בין געשטאַנען בײַ מײַן פֿענצטער,
ווי בײַ אַ בילד פֿון רענואַר,
און פּעטיפּאַ*** דער באַלעטמייסטער,
געשעפּטשעט מיר — !Au revoir

דאָס מיינט, אַז אַלץ איז שוין פֿאַרגאַנגען,
פּאַמעלעך לעשט זיך אויס דאָס ליכט,
עס פֿאַלט די נאַכט — אַ פֿאָרהאַנג אַנדער —
די פֿינצטערניש אין פֿענצטער קריכט.

פּאַ־דע… (pas de…) — באַלעט־טאַנץ
*
אימעילן (e-mail) — עלעקטראָנישע בליצפּאָסט
***מאַריוס פּעטיפּאַ (1818־1910) — פֿראַנצויזיש־רוסישער באַלעטמײסטער


פֿעברואַר: אַ גראַוויר־בילד

מײַן פֿענצטער האָט מיר הײַנט אַנטפּלעקט אַ בילד
אַ גראַפֿיש — שוואַרץ און ווײַס געדיכטער שטריך.
דער בוים אין ווינקל פֿונעם הויף פֿאַרקילט
האָט אויסגעזען מיט זײַנע צווײַגן־שטריק.

קודלאַטער שויבער פֿון דער בלעטער־קרוין
פֿאַרלאָזט האָט אים און איצט, באַדעקט מיט שניי,
די וואָרצלען־אָדערן זײַן רויש און טרוים
פֿאַרטרויט ער שטיל, ווי עכאָ דעם געשריי.

די שוואַרצע גלײַכע ליניעס פֿון דער באַנק
אַ פּיאַנע אַ פֿאַרגעסענע דערמאָנט —
פֿאַרמאַכט דאָס דעקל, ס‘הערט זיך נישט קיין קלאַנג,
פֿאַרשטומט ז‘די כּלי, ס‘וואַרט אויף אַ רעמאָנט.

דער הימל־הינטערגרונט צעשווענקט מיט גראָ
פֿאַרגיסט די פֿאַרבן ליכטיקע פֿון טאָג,
און פֿון אַ צווײַג די לופֿט צערײַסט אַ קראָ —
קיין בשׂורות גוטע איר געשריי נישט טראָגט.

דער פֿעברואַר מיט קאַרגשאַפֿט איז באַוווּסט,
און קיין באַגײַסטערונג זײַן קונסט נישט וועקט…
דער שכנהס קאַץ, זי האַלט נישט פֿון קיין קונסט
און געלע קרײַזלעך אויפֿן בילד זי פֿלעקט.