Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (14)

Apocrypha (14)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

יהודית אין גן־הפּעמון

כ‘האָב זי דערקענט. אין גן־הפּעמון,
אין „גלאָקנפּאַרק‟, אין שטאָט ירושלים,
איז זי געזעסן לעבן מיר און האָט
אין שפּיגעלע אַ קליינס אויף זיך געקוקט.
ז‘האָט גוט געקענט די קונסט פֿון מאַקיִאַזש:
דאָס בערשטעלע אין פֿינגער אירע דינע
האָט אויסגעלעקט מיט צינגל שפּיציק־ווייכס
די ווינקעלעך פֿון אויגן און די וויִעס,
דערנאָך אַ גליטש אַראָפּ — די נאָז און קין,
ווי אָפּגעשפּראָכן זי פֿון בייזע רוחות.

פֿון קיישעלע געפֿלאָכטנס, אויף די קני
האָט זי אַרויסגעשלעפּט אַ שאַכטל פֿאַרבן
און מיט אַ פֿינגער, אײַנגעטונקט אין רויטס,
געפֿירט איבער די ליפּן, ווי מיט האָניק.
זיך צוגערירט מיט דלאָניעס צו די האָר —
צוויי פֿליגלען פֿון אַ קראָ, אַרומגעכאַפּט איר פּנים —
האָט זי איין פֿליגל פֿון דער באַק באַפֿרײַט,
אַנטבלויזט אַן אויער — אַ פֿאַרדרייטער וועג,
וואָס ברענגען ברענגט אין עמק־יזרעאל…

קיין צווייפֿל איז נישטאָ — אין רוים דעם בלויען,
אַ רגע פֿאַר דער בין־השמשות־צײַט,
האָט דאָ, לעם מיר, אין גן־הפּעמון
זיך אויסגעשיילט יהודית, אשת־חיל.
און באַלד, ווי ס‘האָט דער גלאָק געגעבן וויסן,
אַז ס‘קומט צו מעריבֿ אין דער שטאָט געבענטשטער,
האָט זיך אַ פֿרוי באַוויזן, לעבן אונדז.
דער קאָפּ אַרומגעוויקלט מיט אַ טוך,
ווי דינסטן פֿלעגן טראָגן אין בתּוליה.
דערזען די פֿרוי, זיך צוגעאײַלט מײַן שכנה.
אַרויסגעשלעפּט פֿון קיישל איר צעלפֿאָן,
האָט זי דעם נומער אָנגענומען פֿלינק.
אַן עדות כ‘בין געוואָרן צו אַ שמועס:
„Hello, my Oloferne… דאָס בין איך, דערקענט?
איך ווייס, עס ליגט דיר נישט דער קאָפּ צו מיר…
ווילסט דווקא יאָ מיך זען, איז וווּ? אָ‘קעי!
׳קינג־דזשאָרדזש׳־האָטעל… אין האַלבער שעה… בײַ, בײַ‟ —
אַוועק יהודית איז, נאָך איר די דינסט.
און איך געבליבן בין אַליין אין פּאַרק,
מיט מײַנע וויזיעס קראַנקע און געדאַנקען:
שוין וויפֿל מאָל דער גורל זיך פֿאַרלאָזט
אויף שיינקייט פֿרויערשער דעם פֿאָלק לטובֿת?!