Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (12, 13)

Apocrypha (12, 13)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

גלגל־החוזר

די מוטער־וועלט אויף בראָכשטול ליגט, צערוקט די זײַלן ברייט…
איך גיי צוריק צום טויער, וואָס פֿון דאָרט, מיט יאָרן לאַנג,
פֿאַרטריבן כ‘בין געווען אין ווײַטן נע־ונעד
פֿאַר ווילן וויסן דאָס, וואָס וויסן איז פֿאַרווערט.
איין שניט — און איך בין פֿרײַ, איין טראָפּן בלוט אין גאַנצן,
און ווידער כ‘בין פֿאַרקניפּט מיט דײַן אין־סוף און וועג.

איך גיי צוריק — דעם וועג נישט צו דערקענען,
די צײַט — אַ וואָרעם בייזער — דעם גרינעם בלאַט פֿון יוגנט
געמאַכט צו נישט, אין אַ סקעלעט פֿאַרוואַנדלט
די קומעדיקע דורות זאָלן לערנען,
וווּ ס‘איז געווען מײַן האַרץ, מײַן לעבער און די נירן…
עס שרעקט מיך נישט די אַנאַטאָמיע —
איך וועל זיי צווינגען הערן מײַן געזאַנג,
וואָס כ‘האָב געזונגען דער געליבטער.

איך גיי צוריק, און מיר אַנטקעגן מײַן קינדשאַפֿט
באָרוועס לויפֿט פֿאַרשוויצט, פֿאַרסאַפּעט,
דער שטויב איבערן פּנים, די קני צעשלאָגן —
אַבי די שפּיל איז נישט פֿאַרשפּילט.
די חבֿרה פֿון דער ציגאַניִע —
דער ערשטער נאָך־מלחמה־דור —
די פֿונקען פֿון די האָלאָוועשקעס,
געבליבענע פֿון געטאָס נאָכן מאָרד.

דער טאָג גייט אויס, מיט אים — די שפּילערײַ;
פֿאַרדעקט מײַן קינדשאַפֿט בלײַבט
מיט לאָפּוך־בלעטער…
און בלויז דער מאַמעס רוף איך הער:
„אַהיים, שוין שפּעט, אַהיים!‟
איך שטיי שוין אויף דער שוועל פֿון טויער,
די ווערטער מאַמעס, ווי אַן עכאָ,
זיי פֿאַלן צו די פֿיס, און אויף מײַן שטערן בלאַסן
איר אָטעם פֿיל איך הייסן, ווי בײַם זויגן מיך.

צעבינד דעם קנופּ פֿון לעבן —
פֿאַרזוכט האָב איך גענוג, און
ווינציק וואָס פֿאַרשטאַנען.
געקומען איז צום סוף דער וועג —
איך הייב אָן אַלץ אויף ס‘נײַ…


די אָפּגעניצטע וועלט

בײַם עק פֿון דער יבשה צי בײַם אָנהייב,
נישט דווקא, ווי עס פּאַסט, בײַם מאָלערברעט,
געשטאַנען איז דער בורא און געפּסקנט,
פֿאַרדעקט דעם קאָפּ מיט פּליושענעם בערעט.

געפּסקנט האָט דער בורא פֿאַר אַ קײַלעך —
אַ ווײַסער, ווי דער שניי, וואָס נאָך נישטאָ:
פֿון אונטן — וואַסער, און פֿון אויבן — וואַסער,
איז זאָל אין מיטן זײַן אַ קמץ “O”!

געשטעלט אַ פּינטל מיטן פּענדזל ווייכן —
אַוועק איז באַלד דער בראשית אין זײַן גאַנג;
געוואַקסן זײַנען בערג, געשפּרייט זיך טאָלן,
האָט יעדע זאַך איר פֿאַרב, ווי גאָט פֿאַרלאַנגט.

געווען איז ער אַ מײַסטער פֿון פּייסאַזשן,
געפֿילט דעם טאָן פֿון פֿאַרב, ווי קיינער ניט,
דעם קײַלעך האָט פֿאַרוואַנדלט אין גן־עדן —
און אַלץ אַרום איז אײַנגעהילט אין ליכט.

אין שמאָלן שאָטן פֿונעם מאָלערס אַקסלען
אַ שדל זיך געקרימט, באַטראַכט דאָס ווערק,
און שטילערהייט אַרײַנגעשטעקט אין קײַלעך
אַ נאָדל, אַ ציגײַנערשע, באַמערקט.

דערהערט זיך האָט אַ פֿײַף, ווי ס’וואָלט אַ גזלן
געלאָזט צו וויסן: „חבֿרה, שטעלט די פֿיס!‟ —
אַרויס די לופֿט פֿון קײַלעך, ווי אַ וויכער…
פֿאַרמיסטיקט דער גן־עדן און פֿאַרוויסט.

געבליבן שטיין דער בורא אַ פֿאַרטראַכטער,
זײַן בליק פֿאַרוואָרפֿן ווײַט אין פּערספּעקטיוו.
און אינעם שטויב פֿון רוים שוין מער נישט ניצלעך
געוואַלגערט זיך דער וועלט־פּרעזערוואַטיוו.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.