Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (9)

Apocrypha (9)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

יוספֿס קבֿר

שוין אויסגעווען אין אַלע ווינקלען פֿון מצרים,
האָט ער, דער פֿירער פֿון זײַן פֿאָלק און גאָטס שליח,
געבלאָנדזשעט אינעם מידבר וויסטן אָן אַ ראַיה,
וווּ יוספֿס איז געביין, עס ברענגען צו עליה.

אַ מידער פֿונעם עול און פֿון דעם שווערן נדר —
נישט לאָזן אין דער פֿרעמד, וואָס סע געהערט דער היים,
האָט זײַן באַזאָרגטער בליק געזוכט אין רוים כּסדר
אַ סימן פֿון אַ קבֿר, באַהאַלטענער געהיים.

נישט ווײַט פֿון נילוס־טײַך דערזען האָט ער אַ שטיבל
און אויף דער שוועל — אַ זקנה, די לעצטע פֿון אַ דור.
פֿון איר האָט ער דערהערט די אַלטע מעשׂה טריבע,
וואָס אונטער דעק פֿון חשכות געטראָפֿן האָט זיך דאָרט:

„אַז יוסף איז געשטאָרבן, האָבן די חרטומים געזאָגט צו פּרעהן:
— ווילסטו, דאָס פֿאָלק זאָל דאָ איבערבלײַבן,
באַהאַלט יוספֿס ביינער: אָן זיי וועט עס נישט אַוועקגיין.
האָט מען יוספֿס קערפּער אַרײַנגעלייגט אין אַן אײַזערנעם קאַסטן
און אַרײַנגעוואָרפֿן אין טײַך נילוס‟…

דערהערט די ווערטער משה פֿון דער זקנה בלינדער,
האָט ער צום טײַך זײַן תּפֿילה הייליקע געשיקט:
„אָ, נילוס, וואַרפֿסט אין שרעק מיט דײַנע טויט־געווירבלען,
און וואַסער שוואַרץ איז דײַנס פֿון מענטשלעך בלוט און שווייס.
דו קאָנסט דאָך אָבער אויכעט מאַכן וווּנדער, כ‘ווייס,
ווי ד‘האָסט אַ מאָל אַ קינד געראַטעוועט בשתּיקה.
קער אום דעם גוף זײַן פֿאָלק באַערדיקט זאָל ער זײַן
אין לאַנד, פֿון וואַנען מ‘האָט פֿאַרקויפֿט אים אין דער קנעכטשאַפֿט.
עס וואַרטן קליין־און־גרויס, די שכינה, וואָלקן־זײַל…
קער אום דעם צדיק, כ‘בעט, דעם לעצטן וווּנדער שאַף!‟

דער וווּנדער איז געשען: דערהערט דער טײַך די תּפֿילה,
זײַן חובֿ האָט אויסגעפֿירט דאָס פֿאָלק, געהאַלטן וואָרט…
איז פֿאָרט אַ פּאַראַדאָקס, נאָך אַלעמען, „נאָך נעילה‟ —
פֿאַר ביידע אָבֿות גרויסע נישטאָ אין ד‘רהיים קיין אָרט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.