Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (8)

Apocrypha (8)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

מלאכים אויפֿן ים־המלח

ווײַסע מלאכים בײַם טויטן ים
געלאַנדעט פֿון הימל, ווי דעסאַנט פֿון צה‟ל.
זיך צעלייגט אויפֿן זאַמדיקן ברעג און צעשפּרייט
די פֿליגלען צו רוען נאָכן הויך־ווײַטן וועג.

באַקאַנטע דאָ ערטער פֿונעם אַלטן אַמאָל, —
האָט אַ זקן אַ מלאך מיט בענקשאַפֿט געזאָגט, —
כ‘געדענק, כ‘בין דעמאָלט אַ קינד נאָך געווען,
ווען דעם פֿאָטער און פֿעטער דער בורא געשיקט
די זינדיקע שטעט צוויי דאָ מאַכן צו נישט.
געשטופּט מיך דער נײַגער נאָך זיי, טריט בײַ טריט —
עס שטייט פֿאַר די אויגן דאָס פֿאַרשׂרפֿעטע בילד:
שוועבל און פֿײַער… נישט קיין שטיין אויף אַ שטיין… —
אַ גוט שטיקל אַרבעט געטאָן האָבן זיי!‟
די יונגע מלאָכים — געהערט און געפּלעפֿט:
„ס‘איז שיין פֿאַר אַ מעשׂה, פֿון אַ זקן דערציילט!‟
דער אַלטער אין באָרד האָט אַ שמייכל געלאָזט:
„באמת, ווי קאָן מען דען גלייבן אין דעם?!‟
אַ בליק זײַן געוואָרפֿן אַרום און אַרום —
האָטעל אויף האָטעלן, און מענטשן — פֿאַרפֿלייצט.
„מע זאָגט, ס‘איז גוט דאָ זיך ווייקן אין ים,
אײַ, גאָט, אַז דו ווילסט, מאַכסט רפֿואות פֿון זינד!‟ —
געריבן די קני האָט דער מלאך דער ייִד,
אַ היפּש ביסל צײַט, אַז ער לײַדט פֿון אַרטריט.
פֿאַרבראַכט בײַ דעם וואַסער אַ שעה אָדער צוויי,
צום שליחות מלאָכים געלאָזט זיך אין וועג…
אַ זכר געבליבן פֿון זייער באַזוך —
זיך אַ פֿעדער אַ ווײַסער געוויגט אויפֿן ים.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.