Boris Karloff

שאַרפֿזיניקייט

Ingenuity

פֿון באָריס קאַרלאָוו

ס׳איז דאָ אַ סוד


ס׳איז דאָ אַ סוד

וואָס מ׳טאָר אים ניט

אַנטפּלעקן

אין אים זיך טרעפֿן

אַלע אָנהייבן און עקן —
אַ שטילער סוד

וואָס ווייסט ניט פֿון קיין סוף


און ווויל איז דעם

וואָס אים דער סוד

טוט קלעקן

בעת וואַכקייטן

זיך ממש איבערפֿלעכטן
מיט רײַפֿע טיפֿקייטן

פֿון שלאָף


אַ וווּנדער

די וועלט איז פֿול מיט וווּנדער:

אַיעטווידער — באַזונדער,

און אויך צו־מאָל — צוזאַמען

מיט מער ווי טויזנט טעמען.

און ווער דאָס ניט באַוווּנדערט

פֿון ניסים זיך פֿאַרשטעלט,

איז גאָר אַ גרויסער וווּנדער

ווי ס׳האַלט אים אויס די וועלט.


איידעלע מאַטעריע


מע זאָגט דאָס ליד
איז אַ מאַטעריע

אַן איידעלע


נאָר וועדליק דיר
איז עס ווי דאָס געזאַנג

פֿון פֿייגעלע —


אַ פּשוטע, געוויינטלעכע מיסטעריע


אויף ניסים האַלט זיך אַלץ. 
סײַ תּוך, סײַ פּעריפֿעריע

און יעדן קלאַפּ פֿון האַרץ

דעם לעבנס אַרטילעריע


איז פּשוט צו באַנעמען

און באַוווּנדערן

בעת שטילן אונטערגאַנג,

בעת אויפֿגאַנג מונטערן 
 דאָס ליד איז אפֿשר טאַקע אַ מאַטעריע

כּל־זמן


איר קלאָרן גײַסט. 
אויפֿנעמען

ביסט אַ בריה


צי קאָן דער שפֿע־רבֿ

צי קאָן דער שפֿע־רבֿ
גאָר זײַן צו־מאָל אַ קללה

צי קאָנען בערג די מעכטיקע

פֿאַרשרײַען טיפֿע טאָלן

צי קאָן געזאַנג פֿאַרמעקן

לעבעדיקן שווײַגן

מיר דאַכט אַז ניט

ווײַל הינטער זיי טוט שטײַגן

פּראָסט פֿעסט דער נײַגער

פֿון דעם כּביכול

צו שטילקייט און צו ברכה

צו די קלאָרע נידער

אין וועלעכע זיך קאָכן

די עכטע זינגעוודיקע

לידער


שאַרפֿזיניקייט

Yehuda Blum

קהלת אַ חכם בן מלך

דערצו אַ פּאָעט בן פּאָעט

אַלס יונג געווען זעלטן ווען פֿריילעך

אַלס זקן געלידלט ביז שפּעט

באַזונגען פֿאַרגאַנגענע ליבעס

ווי טועם ר’זאָל זײַן אויף דער צונג

דעם זכר פֿון לוסטיקע זליוועס,

אין יעדערער זליווע — אַ טונק.

נאָר יונגערהייט האָט ער געדאגהט

צו גרויס איז די וועלט
ער — צו קליין

אַזוי ט’ער זיך דאַן אויסגעטענהט

מיט ביטער פֿאַרדראָס און… מיט חן:

אַז אַלץ ווערט פאַרוואַנדלט

אין בלאָטע
פון אַלץ ווערט אַ גאָרנישט מיט נישט

נאָר שפּעטער שוין, אָן שום חרטה,

פֿאַרזוכט ער — אַ קרעפּל, אַ קניש…

דער דערוואַקסלינג ז׳געקומען

צום שׂכל

דורך ליבע און לוסט ר׳האָט דערקענט

אַז חכמה גראָד פּאָרט זיך מיט שמייכל

אַז צום שמייכל
די וועלט איז געווענדט.

אַ דיכטער, לאוו דווקא אַ נבֿיא,

זײַן שפֿע — געזאַנג און גענאָד —

אַ דאַנק דיר. קהלת בן דוד,

וואָס אַנטדעקט האָסט

פֿון הבֿל דעם סוד


נאַכט־געזאַנג

מאַך צו די אויגן,

קעגן נאַכט

און עפֿן אויף די ראיה

מיט איר באַוואָפֿנט

און באַוואַכט

מחדש זײַ די בריאה

און טאָמער קומען

טויבן ניט
צוריק צו־פֿליען

בענטש זייער פֿרײַען

פֿלי־אַוועק

צו נאַשן פֿרעמדע זריעה

און טו דערזען

די גאַנצע וועלט

דורך צוגעמאַכטע וויִעס

דעם וועג וואָס העלט

דעם טײַך וואָס קוועלט —
דערזע דעם גאָרן חיִות

און בענטש דעם חידוש

און די פּראַכט

דעם עקבערדיקן גלויבן

מאַך אויף די אויגן

קעגן נאַכט

די ראיה וועט שוין טויגן


אַ בינטל נײַע לידער

A Bundle of New Poems

פֿון באָריס קאַרלאָוו

Yehuda Blum

אֵיךְ נָשִׁיר אֶת שִׁיר ה’ עַל אַדְמַת נֵכָר

ווי זאָל מען זינגען גאָטס געזאַנג. אין דער ביטערער פֿרעמד?
אויך אין דער זיסער טוט עס באַנג
צו זינגען אומפֿאַרשעמט.

נאָר גאָטס ליד גילט אומעטום
וווּ מ’טוט זיך נאָר אַ קער.
ווער קאָן אין גלות בלײַבן שטום
אויב מ’איז ניט אַבי ווער?

אַ מינדסט גרעזל זינגט דעם שבֿח,
פֿון טראָפּן טוי ביז טרער.
די שטערן שײַנען אויפֿן דאַך
און לידלען אָן שום שטער.

טאָ ווער וועט מיטזינגען מיט זיי
אין דער ווײַטער ווײַט,
איידער דו קערסט זיך אום אַהיים
מיט גאָטס הילף צו דער צײַט?


אָפּגעריסן בלעטל

ווען ניט דײַן קול
מיט דײַן געלעכטער
אינעם טרײַבל
וואָלט אומגעהײַער שווער
געווען פֿון דיר
אַזוי דערווײַטיקט
בלײַבן

אַ בלעטל
פֿון איר צווײַגל
אָפּגעריסן
קאָן פֿאָרט
פֿון אַזאַ ראָסקאָש
ניט געניסן —

אָן האָפֿענונג אַ ברעקל
צו דערהערן
איר צווײַגלס לויטער קול
דעם עכטן,
איר האַרציק נאָענטן
געלעכטער


אַ צווײַגל בעז

Vous créez un frisson nouveau
Victor Hugo à Charles Baudelaire, 1859

זוך ניט קיין נײַעם פֿריסאָן

האַלט בעסער אויס דעם פֿאַסאָן

דעם אַלטן
זאָל דער מוח אַפֿילו זיך שפּאַלטן

זוך ניט קיין נײַעם פֿריסאָן.

דו זע רק וואָס דו קאָנסט טאָן

מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.

דערהאַלט אים

אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,

זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.

קלײַב ניט קיין בלומען פֿון בייזס

מערניט אַ צווײַגעלע בעז

דעם ווײַסן

דו פֿאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,

שטאָטס כאָווען בלומען פֿון בייזס.

און טאָמער שטעלט אָפּ זיך די צײַט,

פֿאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,

פֿאַריתומט —

טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט

ווען פּלוצעם שטעלט אָפּ זיך די צײַט.

און באַגריס אים בלויז מיט אַ פֿײַג…

דאָס פֿויגל פֿאַרלאָזט באַלד די שטײַג

די ליבע

בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:

דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פֿײַג.


איך האָב געזען דעם לעצטן ייִדישן פּאָעט

איך האָב געזען דעם לעצטן ייִדישן פּאָעט
און זי האָט מיר דערציילט
אַז זי איז נאָך דערווײַל אינגאַנצן ניט בנימצא.
אַפֿילו אירע באָבע־זיידעס  —
נאָך אַלץ זיך ניט געיאַוועט אויף דער וועלט,
הגם מע טוט זי שוין באַוויינען און באַקלאָגן,
אַמאָל מיט שבֿח, אַמאָל לשימצה.

איך האָב געקוקט איר אין די אויגן
און זי האָט מיר געזאָגט:
ס’וועט קומען נאָך אַמאָל די צײַט,
איך ווייס עס,
ווײַל ווי משיחס אײזל —
אויך מײַן אָנקומען צו אײַך
איז שוין פֿאַרגרייט מששת ימי בראשית.

זי האָט מיך וואַרעם צוגעדריקט
צו איר נאָך ניט געבאָרן האַרץ,
געזעגנט מיך לשלום —

און איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען אַלץ,
ס’איז ווײַט נאָך ניט די צײַט
צו מאַכן אויף אונדז אַלעמען אַ מלא.


לידער

די לידער

וועגן ליבע, וועגן לעבן, וועגן לידער



זיי אַלע — 
קלינגען און קלינגען און קלינגען
די קלאַנגען פֿון זייערע ליפּן

הילכן, און זינגען

אַבי נאָר ניט כליפּען

וועגן ליבע, לעבן און לידער און אויגן און אויערן

קלײַבן און קלײַבן און קלײַבן

צונויפֿעט די קלאַנגען

אין זייערן עכאָ
אויף אַ רגע

פֿאַרצויבערט

געפֿאַנגען געפֿאַנגען ניט מער —
אויף אַ רגע


און באַלד זיי קערן זיך ווידער
פֿאַרגעסן גלײַך אַלץ

איבער טעגלעכן פֿיבער
פֿאַרטאָן און פֿאַרליאַפּעט

מיט לײַב און מיט האַרץ —

אין ליבע,

אין לעבן,

אין לידער


נחמה ליפֿשיץ (2017-1927)

In Memory of Nechama Lifshitz (1927-2017)

פֿון באָריס קאַרלאָוו


פֿרעגסט: וואָס וועט בלײַבן?
גאָרנישט מיט אַלץ:
צוקער — אַ זשמעניע.
מיט אַ צענדליק פּוד זאַלץ.
אפֿשר די שטערן,
קאָן זײַן אויך דער בוים,
כּל־זמן ניט צעשטערט איז.
דאָס האַרץ.
פֿון דײַן טרוים.

און כ׳גלייב ס׳וועט אויך בלײַבן.
דײַן לויטער געזאַנג.
ס׳פֿאַרוויגט און וועקט־אויף,
יאָמערט־אויס דער וועלטס דאַנק.
פֿאַר אַלץ וואָס געווען איז,
פאַר אַלץ וואָס ט’געמעגט.
זײַן גליקלעכער, שענער,
פֿאַרקנסט מיט אַ צוועק.

מ׳פֿרעגט: וואָס וועט בלײַבן?
אַוודאי דײַן קול —
דײַן ליכטיקער גאָב.
און דײַן הייליקער עול.
און ס׳איז גאָרניט קיין גאָרנישט,
הגם נאָך ניט אַלץ…


טרערן מיט צוקער,
געלעכטער מיט זאַלץ…


פּוילן, תּשע"ו

Poland 5776

פֿון באָריס קאַרלאָוו

א. וואַרשע

    

אַן אַנדער וואַרשע,
אַן אַנדער וועלט —
ניט זי דרשהט,
ניט זי שעלט…

די גאַסן ריינע —
וואָס ווייסן זיי
פֿון יענעם גיהנום,
פּײַן און וויי?

Read more


נײַע לידער

New poems

פֿון באָריס קאַרלאָוו

שׂימחת־תּורה תּשע״ו

ייִדן טאַנצן שׂימחת־תּורה
די הקפֿות פֿול מיט פֿרייד…

ייִדן, בלויז פֿאַר גאָט האָט מורא,
ווײַל פֿון לאַנג די בעסטע סחורה –
דעם בטחון – האָט דער בורא
פֿאַר אונדז אַלעמען פֿאַרגרייט –

רק ניט מיט גוואַלד
גדול־ונורא
נאָר פֿאַרקערטערהייט –
גאָר טאַקע
מיט דער קראַפֿט פֿון דממה דקה
שאַ, בלי רעש,
שטיל־שטילערהייט –

Read more


נעם צונויף

Gather Together

פֿון באָריס קאַרלאָוו

מײַן פֿרײַנד, יוסף ווײַדלינגער, אַ מתּנה

נעם צונויף
די רעשטלעך
פֿון דער צײַט

גיב אַ גלעט
אַלץ וואָס איז ווײַט
און ערשטלעך

און באַאָטעם
הייס
דעם איבערבײַט

צערטלעך ריר עס אָן
מיט די
זכּרון־בערשטלעך

Read more


אַ קראַנץ נײַע לידער

A New Cycle of Poems

פֿון באָריס קאַרלאָוו

ווענוס

צי קען מען דען געבוירן ווערן עלעגאַנט
אָן בלוט, אָן שליים? אַזוי ווי יענע געטין,
וואָס איז אַרויס פֿון כוואַליעס שוים, פֿון ים —
דער וועלטס ווירוואַר
מיט הוילער ליבשאַפֿט צו פֿאַרגלעטן?

Read more


כּנגד אַרבעה בנים

Against the Four Sons

פֿון באָריס קאַרלאָוו

אַלץ צונויפֿגעקניפּט אין איינעם

ס’איז ניט די ווערטער
ניט די קלאַנגען
ניט דער קנייטש
פֿון דורותדיקן
טײַטש
ניט די מוזיק

Read more


נעכטיקע טעג

Yesterday’s Days

פֿון באָריס קאַרלאָוו

א

מײַן ברודער, דער נעכטיקער טאָג,
וועט איבערמאָרגן, מסתּמא
נעמען פֿירן אַ נײַעם בלאָג
לזכר דער צוקונפֿט — דער דראַמע,

וואָס וועט איבעררוקן די קלאָרע געדאַנקען
אַהין וווּ דאָס פֿלעמל וועט קיינמאָל ניט צאַנקען,
אַהין וווּ די טויבן די צערטלעכע וואָרקען,
וווּ עס אייביקט די מונטערע שײַן פֿון פֿרימאָרגן…

Read more


ווערטער

Words

פֿון באָריס קאַרלאָוו

ווערטער

ווערטער ווערימלעך
טשעפּען זיך־צו
צו דיר
אָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעור…
נאָר אַנשטאָט זיי
צו פֿאַרטרײַבן

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.