Boris Karloff

פּוילן, תּשע"ו

Poland 5776

פֿון באָריס קאַרלאָוו

א. וואַרשע

    

אַן אַנדער וואַרשע,
אַן אַנדער וועלט —
ניט זי דרשהט,
ניט זי שעלט…

די גאַסן ריינע —
וואָס ווייסן זיי
פֿון יענעם גיהנום,
פּײַן און וויי?

Read more


נײַע לידער

New poems

פֿון באָריס קאַרלאָוו

שׂימחת־תּורה תּשע״ו

ייִדן טאַנצן שׂימחת־תּורה
די הקפֿות פֿול מיט פֿרייד…

ייִדן, בלויז פֿאַר גאָט האָט מורא,
ווײַל פֿון לאַנג די בעסטע סחורה –
דעם בטחון – האָט דער בורא
פֿאַר אונדז אַלעמען פֿאַרגרייט –

רק ניט מיט גוואַלד
גדול־ונורא
נאָר פֿאַרקערטערהייט –
גאָר טאַקע
מיט דער קראַפֿט פֿון דממה דקה
שאַ, בלי רעש,
שטיל־שטילערהייט –

Read more


נעם צונויף

Gather Together

פֿון באָריס קאַרלאָוו

מײַן פֿרײַנד, יוסף ווײַדלינגער, אַ מתּנה

נעם צונויף
די רעשטלעך
פֿון דער צײַט

גיב אַ גלעט
אַלץ וואָס איז ווײַט
און ערשטלעך

און באַאָטעם
הייס
דעם איבערבײַט

צערטלעך ריר עס אָן
מיט די
זכּרון־בערשטלעך

Read more


אַ קראַנץ נײַע לידער

A New Cycle of Poems

פֿון באָריס קאַרלאָוו

ווענוס

צי קען מען דען געבוירן ווערן עלעגאַנט
אָן בלוט, אָן שליים? אַזוי ווי יענע געטין,
וואָס איז אַרויס פֿון כוואַליעס שוים, פֿון ים —
דער וועלטס ווירוואַר
מיט הוילער ליבשאַפֿט צו פֿאַרגלעטן?

Read more


כּנגד אַרבעה בנים

Against the Four Sons

פֿון באָריס קאַרלאָוו

אַלץ צונויפֿגעקניפּט אין איינעם

ס’איז ניט די ווערטער
ניט די קלאַנגען
ניט דער קנייטש
פֿון דורותדיקן
טײַטש
ניט די מוזיק

Read more


נעכטיקע טעג

Yesterday’s Days

פֿון באָריס קאַרלאָוו

א

מײַן ברודער, דער נעכטיקער טאָג,
וועט איבערמאָרגן, מסתּמא
נעמען פֿירן אַ נײַעם בלאָג
לזכר דער צוקונפֿט — דער דראַמע,

וואָס וועט איבעררוקן די קלאָרע געדאַנקען
אַהין וווּ דאָס פֿלעמל וועט קיינמאָל ניט צאַנקען,
אַהין וווּ די טויבן די צערטלעכע וואָרקען,
וווּ עס אייביקט די מונטערע שײַן פֿון פֿרימאָרגן…

Read more


ווערטער

Words

פֿון באָריס קאַרלאָוו

ווערטער

ווערטער ווערימלעך
טשעפּען זיך־צו
צו דיר
אָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעור…
נאָר אַנשטאָט זיי
צו פֿאַרטרײַבן

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.