פייוויש בן-גוריון


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

א צייט צו בויען

פֿון פייוויש בן-גוריון

א צייט צו בויען
ווען איך טראכט פון ליע עוועניו אין וויליאמסבורג אין מיינע קינדער-יארן, זע איך די ליכט-זוילן באקלעבט מיט פלאקאטן און גרויסע אותיות וועלכע ווארענען “אידישע טעכטער”, אז זיי זאלן חלילה נישט גיין מיט “שמאלע געפאסטע קליידער.” יעדע עטליכע וואכן זענען די זוילן פריש באקלעבט געווארן, און אלעמאל מיט די זעלבע שרעקעוודיגע בלוט-רויטע אותיות.Read More


חרדיזם ווי א סיבה פאר סעקולאריזם

פֿון פייוויש בן-גוריון

חרדיזם ווי א סיבה פאר סעקולאריזם
אויפן „זיק‟ וועבזייטל וואס איז אפיליאירט מיטן ענגלישן „פארווערטס‟, האט שלום דין געשריבן א לענגערן ארטיקל, וואו ער ערקלערט פארוואס ביים פארלאזן דעם חרדישן לעבן איז ער געווארן גענצליך סעקולער, און האט נישט אויסגעקליבן צו פארבלייבן פרום, נאר מיט א מעסיגערן סארט אידישקייט. אמת טאקע, אז חרדיזם איז פאנאטיש, פונדאמענטאליסטיש, עקסטרעם; חרדישע אידישקייט באגרעניצט טאקע דאס לעבן פאר די אלע, וואס ווילן עפעס מער ווי דאס וואס קאנפארמיטעט שטעלט צו. אבער פארוואס אינגאנצן פארלאזן דאס פרומע לעבן? אזוי האבן פיל געפרעגט פון שלומען. די באגרעניצונגען זענען דאך נאר א רעזולטאט פון דעם חרדישן לעבנסשטייגער, טא, פארוואס נישט בלייבן אן ארטאדאקסישער איד, נאר פירן א מאדערנעם לעבן און נהנה זיין פון גאט’ס גרויסער וועלט?Read More


“תיבעל להגמון תחילה” — דער טירוף הדעת פון דער אינטערנעט-מלחמה

פֿון פייוויש בן-גוריון

“תיבעל להגמון תחילה” — דער טירוף הדעת פון דער אינטערנעט-מלחמה
ביי אן אסיפה וואס איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון דעם סקולענער רבין אין בארא-פארק, האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נחמיה גאטליב, דער פירער פון דער איצטיגער חסידישער באוועגונג קעגן דעם אינטערנעט. גאטליב איז נישט קיין רבנישער פערזענליכקייט, אויך קומט ער נישט פון קיין רבנישער משפחה. ער איז א זון פון הרב דוד גאטליב, א בעל-תשובה, און פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער „קירוב‟-באוועגונג.Read More


צער און שטאלץ, אין א טרויעריגער צייט

פֿון פייוויש בן-גוריון

צער און שטאלץ, אין א טרויעריגער צייט
א טיפער וואלקן פון צער האט זיך אויסגעשפרייט איבער דער חסידישער געמיינדע אין ניו-יארק הערנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם אומקום פון נחמן און רייזל גלויבער, עליהם השלום, אין א שוידערליכן עקסידענט. דער ווייטאג און טרויער האט דערגרייכט א העכסטן קלימאקס ווען דאס פריש געבוירענע עופעלע וואס האט געזאלט זיין די נסימדיגע המשכה פון דער משפחה איז אויך ליידער נפטר געווארן.Read More