איליין ראָזענבערג מילער


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

די תּפֿילין פֿונעם עלטער־זיידן

פֿון איליין ראָזענבערג מילער

Read More


פּענשאַפֿט: דער גוטער נאָמען

פֿון איליין ראָזענבערג מילער

פּענשאַפֿט: דער גוטער נאָמען
אין מיטן וואַלד איז זי געשטאַנען
אויסגעפּוצט אין אַ יום־טובֿדיק קליידל
אַרומגערינגלט מיט אַנדערע, אײַלענדיקע, פֿאַרנומען מיט זייערע אייגענע געדאַנקען.
לעבן איר — אַ פֿרוי מיט אַ טיכל שטאַרק צוגעדריקט צום שאַרבן,
מיט אַ פֿאַרזאָרגט פּנים.
אַ טייל הייבן זיך אויף, דעם רוקן צום פֿאָטאָגראַפֿישן אַפּאַראַט,
אַנדערע שפּאַרן זיך אָן אינעם שוואַרץ־און־ווײַסן גראָז
איז יענער טאָג אין יוני געווען אַ וואַרעמער?
האָט געבלאָזן אַ מחיהדיק ווינטל?
אָדער איז דער לופֿט געווען געדיכט מיטן אַש פֿון די דערבײַיִקע קוימענס?
שווערע, פֿעטע שטיקעלעך?
אַ רמז?
אָט שטייט זי, די קורצע בלאָנדע האָר אײַנראַמענדיק איר אומשולדיק פּנים.
די האָר פֿאַרבונדן מיט אַ קנופּ.
יאָרן נאָכן פֿאַרלאָזן אייראָפּע האָט מײַן מאַמע ווײַטער פֿאַרקעמט אונדזערע האָר
ווי דאָס מיידעלע אין די וועלדער פֿון בירקענאַו,
מײַן שוועסטער און איך. ווי זי וואַרט אויף דער ריי אַרײַנצוגיין אין גאַזקאַמער.
איר בליק — פֿעסט.
אירע הענטעלעך פֿאַרקניפּט כּדי זיך אַליין צו באַרויִקן, טרייסטן, שטעלן פֿראַגעס…
אַליין. אַ יאָר פֿיר אָדער פֿינעף.
איז דאָס איר מאַמע הינטער איר? פֿאַר איר?
אָדער איז זי יענע?
האָט מען די מאַמע פֿאַרשיקט אין שקלאַפֿן־לאַגער?
שטייט זי מיט איר באָבען? אַ שכנה? אַ פֿרעמדער?
מיט אַ וואָך פֿריִער איז זי אין דער היים געווען.
אַרומגערינגלט מיט וואַרעמקייט. באַליבט און געצערטלט.
איצט שטייט זי איינע אַליין.
זי שטעלט פֿראַגעס אויף איר זיסן אומשולדיקן שטייגער.
זענען מיר, מײַן שוועסטער און איך, די פֿאַרטרעטער פֿון יענע קינדער?
איז מײַן מאַמע, דעמאָלט אַ 19־יאָריקע, געפֿאָרן אין דער זעלבער באַן?
געזען זי אינעם פֿאַרשלאָסענעם פֿיכוואַגאָן?
אפֿשר.
געקומען זענען זיי דאָך פֿון די זעלבע קאַנטן, אין דער זעלבער צײַט.
מעגלעך.
האָט מײַן מאַמע זי באַוווּנדערט, זי געהיט, זי געוואָלט פֿאַר אַן אייגן קינד?
אָן אַ נאָמען.
איר קלייד. מסתּמא צוגענייט מיט דער האַנט. מיט ליבשאַפֿט.
איך וועל איר אַ נאָמען געבן.
חנהלע.
זי טאָר נישט פֿאַרגעסן ווערן.
אייביק וועט זי לעבן בײַ אונדזערע טעכטער און בײַ אונדזערע טעכטערס קינדער.
אין איר נאָמען.Read More