Arkady (Avrom) Sandler

ווייכער דזשעז

Soft Jazz

פֿון אַבֿרהם (אַב.) סאַנדלער

די „ליפֿט־מוזיק‟ האָט מיך אומגעקערט
צו דער גרויסער קאַלוזשע,
וואָס האָט זיך צעלייגט פֿאַרן הויז,
וווּ איך בין געוואַקסן.
די קאַלוזשע איז קיין מאָל
נישט אויסגעטריקנט געוואָרן,
כ‘מיין נאָך פֿון בראשית צײַטן,
ווי אַ דערמאָנונג פֿונעם גרויסן מבול.

Read more


אין גולמס קאָמע

In the Golem‘s Coma

פֿון אַבֿרהם (אַב.) סאַנדלער

סילועט

איך זע דײַן סילועט —
נישט נאָכצומאַכן דין,
אים אויסגראַווירט אין נאַכט
דער בורא מיט זײַן האַנט.

אין יענער נאַכט האָב איך
דערקענט, וואָס תּענוג מיינט,
מיט ליפּן אָנגעטאַפּט
פֿון דעם גן־עדן טעם.

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.