Alyssa Masor

קאָסמישער קוש

Cosmic Kiss

פֿון חנה מײזער‬

אײַנגעהאַלטענע טרערן

ס׳איז דאָ אַ באַלאָן אין מײַן ברוסט,
ער ברענט אונטער די אױגן,
איך פֿיל, װי פֿאַרלאָזט מיסט,
מײַן שטערן — אַ צעקנייטשטער בױגן.

Read more


פֿאַלש באַשולדיקט

Falsely Accused

פֿון חנה מײזער‬

פֿאַלש באַשולדיקט

די פּײַן פֿון זײַן פֿאַלש באַשולדיקט
איז אַ טאָפּלטע —
עס טוט װײ דאָס שלעכטע געפֿיל,
אַז אײנער איז אין כּעס,
אָבער ערגער איז זיך ערגערן,
אַז דער אָנקלאָג איז אַפֿילו נישט אמת.
מע קען פּראָבירן מסביר צו זײַן
ביז מע װערט רױט אויפֿן פּנים,
מע זינקט אין אַ זינקזאַמד
פֿון ייִאוש —
ס׳איז באמת אַ מין גיהנום.

Read more


איך װיל אױסטון מײַן גרױסן אַמעריקאַנער שמײכל‬

I Want to Take Off My Large American Smile

פֿון חנה מײזער‬

‫איך װיל אױסטון מײַן גרױסן אַמעריקאַנער שמײכל,
‫װאָס באַדעקט טרױער און מידקײט און כּעס, און קינאה‬;
‫איך װיל אױפֿהערן צושאָקלען מיטן קאָפּ‬,
‫װי אַ מענטש װאָס האָט נישט קײן שׂכל.‬

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.